ר' נחום ראזענבערג קעגען שוויץ אין זופניק
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1496135
איך ווייס נישט צו מען האט לעצטענס געבויט א מקוה אין זופניק, אין זיך נישט גערעכנט מיט זייין חוות דעת, אבער ער איז ארויס מיט א מערכה קעגען דעם שוויץ אז עס איז פיל מיט טינוף.
יוסף90 מיט די אנדערע גולשי ירושלים אייכם?
דא האט איר א אשכול פון בחדרי חרדים
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1493603אינטערעסאנט.
פונקט ער איז דער איינציגער וועלכער האט דאס באמערקט...
אין וויליאמסבורג {ראדני} זענען די קנאים אויך ארויס מיט אט מערכה קעגען דעם שוויץ.
דא אין אמעריקא האט מען שוין גוט אויפגעדעקט זיין היפאקריטישקייט, און פונקטליך מיט וועמען מען האנדעלט. קיין שום רב שטייט מער נישט מיט אים אין ווארט.
ווארענט די א"י יודן זאלן זיך אפלאזן פון אים באצייטענס!
לויט די לינק פון בחדרי חרדים, מאכן אלע היימישע מקוואות נאך די זופניק מקוה
מיט וואס מאכט מען זיי נאך?
זיי זענען דער ערשטער שוויץ?
דאס שרייבט צו מיר קבלות אין תיבה אישית
ווער סיקאן מיר שרייבן אין די תיבה אישית אויף דער מענטש וואס הייסט נחום רוזנבארג, וואלט איך האם שטאר גידינאק
סאיז מיר זייעך וויכטיג צו ויסן אויף דער מענטש אינפורמישאן
ווער סי קען בערנגן אביסל צעטלעך וואס עהאר האט ארויס גגיבאן פליז שיקטס מיך אין די תיבה אישית
איישר כח
איך ווייס ווער ער איז אבער איין זאך ווייס איך זיכער אז וועלכע רב שטייט נישט מיט מיט עם פאר זיינע משוגעתן ווערט יענער גלייך א שגץ און א טמא כידוע ליודעי חן די מעשה מיט ר' מ"מ טירנויער
ר' נחום איז א מורא'דיגער אויפטוער לטובת הכלל וטהרתן של ישראל בכל כדור הארץ. ער בויט און אינזשענירט מקוואות פון מעקסיקא ביז שפאניע, פון בני יואל אין מאנרא ביז חב"ד אין מאנטריאל, ועוד. שכרו אתו ופעולתו לפניו.
אבער.
ווי 'סלעם' האט געשריבן: אך און וויי אויב איינער טרויט אמאל צו זאגן אנדערש ווי אים...
ער האלט אז ער איז דער גדול הדור אין מקוואות, און רייסט אראפ יעדן וואס וויל וועלן טראכטן אנדערש ווי אים.
בן-מלך אפשר קענסטו מיר שרייבען 1 מקוה נישט מער ווי אייןס אין גאנץ אמעריקא וואס ער האט געבויעט פון אנהויב ביזען סוף.
אין אמעריקא ווייס איך טאקע נישט. אבער אין שפאניע ווייס איך קלאר ער האט געבויט דארט א הערליכע מקוה. איך האב געזען בילדער.
אין מעקסיקא האט ער גע'כשר'ט א פסולע מקוה.
אין די מאונטענס האט ער געמאכט גרויסע תיקונים אין א געוויסע גאר אלטע מקוה. איך האב עס פערזענליך מיטגעהאלטן.
אבער, נאכאמאל, דאס בארעכטיגט נישט זיין מהלך פון צורייבן און אוועקמאכן יעדן רב ומורה וואס זאגט נישט פונקטליך ווי אים.
ער האט געבויט מקוואות.
איך האב אויך מיטגעהאלטען א מקוה וואס ער האט געבויט.
אבער די מעלות נעמען נישט אוונעק זיינע חסרונות, אין סקווער האט ער אויך געמאכט אסאך צרות.
הער בויעט און מכסיקו און און מוסקווה און איבער האל.
איך וויין און א"י און איך האב אפילו נישט געהערט זיין נאמען.
יאנקל,
ווען ביסטו ס'לעצטע מאל געווען אין מאסקווע אדער מעקסיקא?
דו וואוינסט אין א"י, און דו ווילסט קענען א איד פון מאסקווע??
איך וויל דיך בארואיגן, דער איד דרייט זיך איצט אין א"י, אין קורצן וועסטו אים שוין גוט קענען...
עס דרייט זיך ארום אין אימייל א בריוו פין ר' נחום ראזענבערג צי ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א וועגן די נושא,
איך גיי טרייען עס באלד ארויפצילייגן
איך האב מורא אז די הודעה פון יוסף_90 וואס איז געשיקט געווארען אפאר טאג צוריק האט געשיקט נחום ראזנבערג ...
אזעלכע ניבול פה ווי דער בריוו האב איך שוין לאנג נישט געליינט, איך מיין אז עס פאסט זיך נישט אהער
סיז נישט נארמאל ווי עקספליסיט ער איז, און ספעלט אלעס ארויס ברחל בתך.
סיז א בזיון און פרעכהייט צו שרייבן אזוי פאר רבנים.
כ'קען נישט דעם ראזענבערג, כ'בין נייגעריק מה טובו. וואס איז ער? א רב א דיין, א שטילער מענטש, צו א מער פארפירער? צו סתם א מנובל?
איך מיין אקוראט אויף דעם האבן חז"ל געזאגט הרחק מן הכיעור, די רבנים זענען גענוג פארשטענדליך צו פארשטיין די מצב, אן זיי אלעס אזוי מסביר זיין.
וואס האלט דער עולם?
לרבים השואלים:
ר' נחום ראזנבערג איז א מיסטעריע פיגור!
איר קענט שמועסן מיט אים עטליכע טעג אין איין ציה, ער וועט אייך האלטן געשפאנט מיט כסדר'דיגע אנטדעקונגען אין עולם הכשרות והמקואות והיהדות.
ווען איר וועט אוועקגיין, און פרובירן זאגן פאר איינעם: האסט געהערט וואס איך האב געהערט? כך וכך פראבלעמען איז דא אין כך וכך מקואות, אויף כך וכך געגנטער אין די וועלט, געוואלד!!!!
וועט דיר יענער פרעגן: פון וועמען האסטו דאס געהערט?
וועסטו נאטורליך זאגן: פון ר' נחום ראזנבערג!
יענער וועט געבן א פלאץ אויס אין געלעכטער אן אייך מסביר זיין דעם פשט דערפון, און איר וועט שנעל לויפן צו אן אינטערנעט ארויפלייגן אויף היידפארק א אשכול: ווער איז נחום ראזענבערג...
דעתי, אז אזא בריוו געהערט נישט דא אויף "חדשות אנש".
עכ"פ, ווילאנג דער פותח האשכול לייגט נישט צו "xxx", אדער עכ"פ א n/r וק"ל.
לגבי וואס דער נחום ראזענבערג שרייבט, צו ס'איז אויסגעהאלטען אזוי צו שרייבען, מיין איך אז אויב ס'איז אמת, האט ער אלע רעכטען. (און יא, ס'איז דא רבנים וואס וועלען זיכען נישט צו פארשטיין זאכען וואס זענען נאר געשריבען ברמז.)
צו ס'איז אמת צו נישט, האב איך נישט קיין אנונג, הגם אז ס'איז גאנץ שווער צו נעמען ראזענבערג אויפען ווארט, איז דאך די הכחשות צו דעם, אויך אפגעדריקט געווארען אסאך פריער פון דער בירור המציאות.
תכלית גערעדט, אויב איז דאס אמת (אפילו אויף א קליינער פראצענט...), איז אסאך ערגער דער נושא פון וואס ער שרייבט, ווי וואס ער האט למעשה געשריבען.
אויב נישט איז דאך נישט דא וואס צו רעדען, נו ווער ווייסט?
בהוקרה,
דזשיד
נחום ראזענבערג האט נישט קיין שום פראבלעם איבער צוזאגען דע גאנצע בריוו אויף פלעין יודיש און ראדני סט אדער און ק"י ביהמ"ד הויך ווען ס'שטייען ארום בחורים פון 13 ביז 21
און איך בין אליינס עדות דערצו
נישט לאנג צוריק האט ער געשריבן ענליכע בריוון צום סקווירא רבי'ן שליט"א, מיט הויכע חוצפה און טיפע נידעריגע מנוולות און השמצות אויף קדושת בית שיראל פון די גאנצע קהלה.
און אביסל פאר דעם אויף הרב ביק, און כ'געדענק שוין נישט אויף וועם נאך.
און אינצווישן אויך אויף אנדערע רבי'ס און רבנים שליט"א.
יעדעס יאהר האט ער א נייע קהלה, וואס אויב מען פאלגט נישט זיינע קאפריזן, גייט ער ארויס אין א שמוץ קאמפיין קעגן זיי.
ער איז משוגענער וועם מ'דארף איינשפארן אין משוגעים הויז און אוועק ווארפן די שליסל
אזא איינער ווי נחום איז א פראדוקט פון קנאות, אז מען לערענט אויס אז יעדער מענטש האט א רעכט צו קאמאנדעווען לויט וואס ער פארשטייט קומט ארויס אזעלעכע פראדוקטן.
אינגערמאן, "און אוועק ווארפן די שליסל", אוח אוח, קבל
גראדע איז זיין טענה שוין דארך געארבעט געווארן אויפן טיש פון כמה וכמה מקוואות דא אין אמעריקע. וואס האבן טאקע צום סוף מחליט געווען אז קיין צווייטע עצה איז נישט דא נאר פארמאכן די שוויץ.
אפשר וואלט די בריוו נישט געדארפט ארויסגיין אויף די גאס. אבער א פוינט איז עס.
ליידער דארפן מיר פעיסען די פעקט אז די חרדישע עולם איז שטארק געשלאגן מיט די מחלה.
יענקיס.
דו ביזט זייער א קליינער פראצענט אין דעם חרדי'שן ערליכן ציבור.
פארקויף ווייטער דיינע לאקשן אין דיין אויסגעשפילטן פארום, און קום נישט דא פארציילן קיין שקרים אויפן חרדי'שן ציבור.
דא איז נישט בחדרי חרדים.
וועקי
איך זע אז די ביסט געווען דארט.
עס קומען אין יענע שוויץ אסאך פרייע רוסישע מיט פרענקען אין שוויץ
וואס ראזענבערג האט געטון איז נישט נארמאל, אבער קריטיק אויף דעם פלאץ איז נישט קריטיק אויף די פרומע.
כולנו בני איש אחד. ס'איז נישט קיין בושה זיך דארך צו שמיסן דעם אמת.
דער כאלעריע איז שולדיג וואס מ'האט פארמאכט סאטמארע און מונקאטשער שוויץ אין וויליאמסבורג?
איך זוך שוין לאנג איינער צ'אמצושעלטען פאר דעם.
אין ווילאמסבורג און בארא פארק איז נישט דא היינט קיין שוויץ אפען.
אין מונרוי איז די גרויסע שוויץ אויך פארמאכט. די עולם וואס גייט אויס זיך צו שוויצן ער"ש איז געצווינגען צו גיין צום בני יואלע מקוה אויף סאטמער - העיס.
פון די אנדערע זייט מאכן די שוויצן אין מענהאטען גראב געלט פון די היימישע עולם.
מ'האט שוין פארמאכט 53 אויך?
די בארא פארקער מקווה אויף פוירטי פיפט איז די שוויץ פארמאכט?
jewboy
אסאך זאכן האבן זיך געטוישט זייט די ביסט אפגעריסן געווארן פון אונז.
things are just not the same anymore
דו דארפסט נאר זען אז זופניק זאל בלייבן אפען
איך מיין אז מקווה דבארא פארק איז נאך יא אפען, נישט אזוי?
מ'דארף נישט גיין אין פרעמדע סייטס
מ'קען עס זען דא.
דער בריוו פונעם בית דין איבער תיקונים פאר די זופניק מקוה
[בילד – נישט אפגעהיט]
זעט אויס אז נחום ראזענבערג האט יא עפעס אויפגעטאן.
און זעט אויס אז דאס בית דין ווייסט אז ליידער ליידער, קומט דארט יא פאר מעשים אשר לא יעשו וואס ברויכן א תיקון.
שומו שמים!
__________________________________
ווער איז דער נחום ראזענבערג
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'האב געזען אין פורום בחדרי חדרים די נייע בריוו פין נחום ראזענבירג
ער שרייבט דארט ווי א טאטאלער צידרייטער
פיל מיט שקרים, ווי למשל אז די אמעריקאנע גייען סטאפן געבן געלט פאר די מדינה ביז די מקווה שפארט זיך אפ
אין נאך פילע שקרים
ער קיקט אויס אויפן צעטיל ווי א טעראריסט וואס אויב מען גייט נישט טיען וואס ער הייסט ברענגט ער יעדעם אינטער
איך ווייס נישט ווי אזוי מען ברענט אהער די בריוו
אבער עס איז כדאי איינער זאל עס אהערברענגען
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]
'
[בילד – נישט אפגעהיט]