היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » לכבוד די יאהרצייט. פירכא על ס' ויואל משה

לכבוד די יאהרצייט. פירכא על ס' ויואל משה

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1548736
בלאט: 1 2

Baachi » 31/8/2005 22:29

טייערע חברים, איך בין אריין געקומען פון די קאנטרי צו פארען צום ציון, דערווייל בין איך צוגעפאהרען אהיים און געטשעקט דעם אי מעיל, אין איך טרעף אין מיין תיבה אישית אזא אפיקורסישע קשיא.

איך האב נישט געהאט קיין אנדערע ברירה. אנגעכאפט דעם אי מעיל בקרחתו אין בגבחתו. אין געזאגט לכלב תשליכין אותו, אריין אין חדשות אנ"ש אריין.


"
לכבוד ידידי היקר המכונה הבאטשי


אין לי רשות כתיבה בהפארק הגדול והנורא, לכן אבקשו ש"יואל" בטובו להציעו עליו כדי שיוכלו חכמי הפארק לענות על הקושיא דלהלן.


בלמדי בספר ויואל משה נתקשיתי קושיא גדולה ולא מצאתי נגר ובר נגר דליפרקינהי

כמה מידידי יעצו לי לשומו על האינטערנעט והרני מקיים את דבריהם.

קושייתי הוא שבספר ויואל משה סובב והולך על היסוד שאסור לעשות שום מדינה או מלכות לפני ביאת המשיח. ועד כדי כך שהוא ביהרג ואל יעבור.

והנה בהלכה ד' (שסימנתי באותיות אדומים) שאם המלך שעמד לא הצליח הרי הוא ככל מלכי בית דוד הכשרים. כלומר שעשה מלוכה ונלחם מלחמות עם כל הגויים ואפילו קבץ נדחי ישראל ורק לא בנה בית המקדש הרי זה אינו משיח רק כמלכי בית דוד הכשרים- כמו יאשיהו, חזקיהו, יהושפט וכדומה.

והאיך יכול להיות מלך כשר אם אם עשה מדינה ומלחמות טרם ביאת המשיח?

ואי אפשר לומר שכל ישראל חזרו בתשובה. שהלא המלך צריך לכוף את ישראל לילך בה


הנה הפרק השלם של הרמב"ם כמו שנדפס מחדש ע"י הוצאת שבתי פרענקל

הנה ברמב"ם שלנו חסר הרבה מפרק י"א ורק האותיות המסומנים ככה [א] נמצאים שם השאר הושמט מאימת הצענזור.


הלכות מלכים ומלחמות פרק יא
א המלך המשיח עתיד לעמוד, ולהחזיר מלכות בית דויד ליושנה הממשלה הראשונה, ובונה מקדש, ומקבץ נדחי ישראל. וחוזרין כל המשפטים בימיו, כשהיו מקודם: מקריבין קרבנות, ועושין שמיטין ויובלות ככל מצותן האמורה בתורה.

ב וכל מי שאינו מאמין בו, או מי שאינו מחכה לביאתו--לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר, אלא בתורה ובמשה רבנו: שהרי תורה העידה עליו, שנאמר "ושב ה' אלוהיך את שבותך, וריחמך; ושב, וקיבצך מכל העמים . . . אם יהיה נידחך, בקצה השמיים--משם, יקבצך ה' אלוהיך, ומשם, ייקחך. והביאך ה' אלוהיך . . ." (דברים ל,ג-ה). ואלו הדברים המפורשים בתורה, הם כוללים כל הדברים שנאמרו על ידי כל הנביאים.

ג אף בפרשת בלעם נאמר, ושם ניבא בשני המשיחים--במשיח הראשון שהוא דויד, שהושיע את ישראל מיד צריהם, ובמשיח האחרון שיעמוד מבניו, שמושיע את ישראל מיד בני עשיו.

ד ושם הוא אומר "אראנו ולא עתה" (במדבר כד,יז), זה דויד; "אשורנו ולא קרוב" (שם), זה המלך המשיח. "דרך כוכב מיעקוב" (שם), זה דויד; "וקם שבט מישראל" (שם), זה המלך המשיח. "ומחץ פאתי מואב" (שם)--זה דויד, וכן הוא אומר "ויך את מואב, וימדדם בחבל" (שמואל ב ח,ב). "וקרקר כל בני שת" (במדבר כד,יז)--זה המלך המשיח, שנאמר בו "ומושלו מים עד ים" (זכריה ט,י). "והיה אדום ירשה" (במדבר כד,יח)--לדויד, שנאמר "ותהי אדום לדויד, לעבדים" (ראה שמואל ב ח,ו; וראה שמואל ב ח,יד). "והיה ירשה שעיר--אויביו" (במדבר כד,יח)--זה המלך המשיח, שנאמר "ועלו מושיעים בהר ציון, לשפוט את הר עשיו" (עובדיה א,כא).

ה [ב] אף בערי מקלט הוא אומר "כי ירחיב ה' אלוהיך, את גבולך . . . ויספת לך עוד שלוש ערים, על השלוש האלה" (ראה דברים יב,כ; דברים יט,ח-ט); ומעולם לא היה דבר זה, ולא ציווה הקדוש ברוך הוא לתוהו. אבל בדברי הנביאים, אין הדבר צריך ראיה, שכל הספרים מלאים מדבר זה.

ו [ג] אל יעלה על דעתך שהמלך המשיח, צריך לעשות אותות ומופתים, ומחדש דברים בעולם, או מחייה מתים, וכיוצא בדברים אלו שהטיפשים אומרים; אין הדבר כן--שהרי רבי עקיבה חכם גדול מחכמי משנה היה, והוא היה נושא כליו של בן כוזבא המלך, והוא היה אומר עליו, שהוא המלך המשיח. ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח, עד שנהרג בעוונות; כיון שנהרג, נודע שאינו משיח, ולא שאלו ממנו חכמים, לא אות ולא מופת.

ז ועיקר הדברים, ככה הן: שהתורה הזאת אין חוקיה ומשפטיה משתנים לעולם, ולעולמי עולמים, ואין מוסיפין עליהן, ולא גורעין מהן; וכל המוסיף או גורע, או שגילה פנים בתורה והוציא הדברים של מצוות מפשוטן--הרי זה בוודאי רשע ואפיקורוס.

ח [ד] ואם יעמוד מלך מבית דויד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדויד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, ויילחם מלחמות ה'--הרי זה בחזקת שהוא משיח: אם עשה והצליח, וניצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו, וקיבץ נדחי ישראל--הרי זה משיח בוודאי.

ט ואם לא הצליח עד כה, או נהרג--בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דויד השלמים הכשרים שמתו. ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים, שנאמר "ומן המשכילים ייכשלו, לצרוף בהן ולברר וללבן--עד עת קץ: כי עוד, למועד" (ראה דנייאל יא,לה).

י אף ישוע הנוצרי שדימה שיהיה משיח, ונהרג בבית דין--כבר נתנבא בו דנייאל, שנאמר "ובני פריצי עמך, יינשאו להעמיד חזון--ונכשלו" (דנייאל יא,יד). וכי יש מכשול גדול מזה: שכל הנביאים דיברו שהמשיח גואל ישראל ומושיעם, ומקבץ נדחיהם ומחזק מצוותן; וזה גרם לאבד ישראל בחרב, ולפזר שאריתם ולהשפילם, ולהחליף התורה, ולהטעות רוב העולם לעבוד אלוה מבלעדי ה'.

יא אבל מחשבות בורא עולם--אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו--אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" (ראה צפניה ג,ט).

יב כיצד: כבר נתמלא העולם כולו מדברי המשיח, ומדברי התורה ומדברי המצוות, ופשטו דברים אלו באיים רחוקים, ובעמים רבים ערלי לב; והם נושאים ונותנים בדברים אלו, ובמצוות התורה--אלו אומרים מצוות אלו אמת היו, וכבר בטלו בזמן הזה, ולא היו נוהגות לדורות. ואלו אומרים דברים נסתרות יש בהם, ואינן כפשוטן, וכבר בא משיח, וגילה נסתריהם.

יג וכשיעמוד המלך המשיח באמת, ויצליח וירום ויינשא--מיד הם כולן חוזרין ויודעים ששקר נחלו אבותיהם, ושנביאיהם ואבותיהם הטעום

ע"כ דאס בריוול. לדעתי איז עס א מוראדיגע קשיא, וואס גראבט אונטער דעם גאנצן יסוד פון די סאטמערע שיטה.

לאמיר זעהן וואו די סאטמערע חכמי הפארום וועלן זיך מיט דעם איין עצה געבן.

איך פאהר צוריק אין די קאנטרי ביז מאנטיג. איך האף צו קריגן א תירוץ מספיק ביז דאמאלטס. אנישט איז מיין אמונת הויואל משה שטארק איינגעשטעלט.

ראו הזהרתם!!!



תוקן על ידי - baachi - 31/08/2005 22:44:16

נבוכדנאצר » 31/8/2005 22:39

שלום עליכם באטשי,
קודם א גריס פון בודאפעסט

נאכער, וויל איך דיר זאגן אז איך גיי נישט רעדן קיין אריכות, דער "בריוול" בלע"ז פון וועלכן דו רעדסט איז אלטע אויסגעקלאפטע הושענות, נאך פון שאראשפאטאק נעבן יארמעלאנד, דער בעל הבריוול, כלומר קריינא דאיגרתא איהו פרוונקא וכתבנא, ודו"ק היטב, הייבט נישט אהן צו קענען דו סוגיא,

דער רמב"ם אליין פארענטפערט די שווערע קשיא (איך וועל מאכן אין גרין, רויט איז דאך שוין דיין קאליר):
ואם לא הצליח עד כה, או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דויד השלמים הכשרים שמתו. ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים, שנאמר "ומן המשכילים ייכשלו, לצרוף בהן ולברר וללבן עד עת קץ: כי עוד, למועד" (ראה דנייאל יא,לה).

י אף ישוע הנוצרי שדימה שיהיה משיח, ונהרג בבית דין כבר נתנבא בו דניאל


קומט דאך אויס, אז עס קען זיין א מלך כשר, א קדוש ווי דער ב. רב, און א גאון ווי דער טש. רב, און דאך זאל עס זיין בלויז לנסות בו רבים.

על אחת כמה וכמה, אויב די גאולת הציונים איז טמא ומזוהם, און לא הצליח עד כה איז דאך זיכער לנסות בו רבים,

אבער ב"ה תלמידי רבינו זי"ע זענען קלאר מיט דעם נסיון, און ווערן נישט נאכגעשלעפט

אנטשולדיגט פארן מקצר זיין, כ'מוז ארבעטן נאך ווייל געז קאסט דריי דאלאר, און איך בין נאך נישט געווען ביים ציון

נבוכדנאצר » 31/8/2005 23:02

און נאדער א שטיקל רמב"ם אין ספר המצוות - חלילה וחס נישט אין אגרת תימן, וואס דער רמב"ם האט געשריבן נאכעדם וואס דער רבי זי"ע האט זיך געבעטן ביי איהם מיט גרויסע בכיות אז ער זאל שרייבן עפעס פון די שלש שבועות, כידוע - די לעצטע שטיקל אין די שרשים (איך האלט זיך ביי מיין גרינעם קאליר):

וידוע גם כן שהנבואה והמלוכה כבר נסתלקו ממנו עד שנסור מן העונות שאנחנו מחזיקים בהם ויכפר לנו וירחמנו כמו שיעדנו ויחזירם לנו כמו שאמר בחזרת הנבואה והיה אחרי כן אשפוך את רוחי על כל בשר ונבאו בניכם ובנותיכם ואמר בחזרת המלך והממשלה ביום ההוא אקים את סוכת דויד הנופלת וגדרתי את פרציהן והריסתיו אקים ובניתיה כימי עולם וידוע שהמלחמה וכבוש הארצות לא יהיו אלא במלך ובעצת סנהדרי גדולה וכהן גדול כמה שאמר ולפני אלעזר הכהן יעמוד

וויאזוי גיסטו זיך אן עצה מיט דעם? כ'הייב שוין אהן מורא צו האבן אז דיין אמונה אין רמב"ם שטייט אויפן וואגשאל

יאמאמיי » 31/8/2005 23:14

וועם ווילט עץ טוישען ? א סאטמארע וועט בלייבען א סאטמארע אפילו דיגאנצע וועלט וועט האלטען אנדערש.....(ווייל די גאנצע וועלט זענען אפיקורסים)

sammy » 31/8/2005 23:19


תיקון קל.


א סאטמאר חסיד בלייבט א סאטמאר חסיד אפילו די גאנצע וועלט האלט אנדערש !



צודערזאך » 31/8/2005 23:33

נבוכדנצר שלום עליכם

אויפגעשטאנען תחיית המתים?...

נו, א גריס פון יענע וועלט, נבוכדנצר דו וועסט אונז זיכער נישט אנטוישן

הייב אן צו פארציילן, דער עולם וויל וויסן, די ערשטע פראגע איז ביי יעדעם, ווען קומט משיח??

נבוכדנאצר » 1/9/2005 00:17

לכבוד די יומא דהילולא.
איינער דערקענט דעם בריף? פון ר"מ מבילגורייא (אביו האדמו"ר מבעלזא-קרית בעלז) צו רבינו זי"ע, קוקט גוט די טיטלען (יא! רבן של ישראל!)
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 1/9/2005 00:27

פאר די וועלכע עס קענען נישט לייענען:
ב"ה. יום ה' לסדר אתה נצבים וגו' תש"ח לפ"ק
כשמוע קול שופר יוחק לחיים בספר כ"ק ש"ב מחו' הגאון הקדוש
המפורסים רבן של ישראל בו"ק חו"פ ע"ה שלשלת היוחסין וכו' וכו' -
כקש"ת מוה"ר יואל טייטלבוים שליט"א אב"ד ר"מ ואדמו"ר בסאטמאר יצ"ו

אחד"ש כ"ק באה"ר

כאשר הימים הקדושים ממשמשים ובאים לטובה באתי להזכיר א"ע
לפני כ"ק שיתפלל עלי שאזכה לעבוד השי"ת בנחת והרחבת הדעת דקדושה ולישועה
בגוף ונפש ושתתקבלו תפלותנו בתוך תפילות הצדיקים ולכתיבה וחתימה טובה ושנזכה
לגדל בנינו ישכר דוב בן מרים לאויש"ט ולכט"ס.
והנני מברך את הוד קדושתו בכתיבה וחתימה טובה לאלתר לחיים
טובים ארוכים ולשלו' ושתזכו לראות דורות ישרים מבורכים ושנזכה
לביאת מלך המשיח בב"א
והנני ש"ב מחו' דשכ"ק אוהבו בכל בכל לב המצפה לברכותיו הק'
לתברך בשנה טובה ומבורכת מעוטרת בכל הישועות
הק' מרדכי באאמו"ר מבעלזא זצוקלה"ה ומבילגורייא
בן חיה דבורה
פ"ש וברכת כוח"ט לכ"ק חתנו ש"ב הגאוה"צ אבד"ק סעמיהאל שליט"א

-------

דאס איז געווען נאך הקמת המדינה, און בחיים חיותו פון הייליגן בעלזער רב זצ"ל

באראפארקער » 1/9/2005 06:48

נבוכדנצר מלך בבל.
שלום עליכם און ברוך השב. זעהט אויס האסט דיך נישט געקענט איינהאלטען און האסט נאך אמאהל אנגעהויבען שרייבען.


די קשיא וואס באטשי פרעגט אנגעהערט נישט צו די מדינה (לאז זיין הטמאה), עס איז א קשיא אויף די שיטה, הלמאי זאגט דער רבי זי"ע, אז מאכען א מדינה פאר ביאת המשיח איז כנגד די שלש שבועות, דאס הייסט אז טאמער איינער וויל צוריק נעמען די מדינה פין די גוים דורך מלחמה וכדומה, מוז ער וויסען הונדרעט פראצענט "זיכער" אז ער איז משיח, ווייל אויב נישט איז ער עובר אויף די שלש שבועות,

אויב אזוי, וויי אזוי קען זיין א מלך כשר כמלכי בית דוד זאל מאכען א מלחמה קעגען גוים, און צוריק נעמען ארץ ישראל, און מאכען א טעות אז ער איז נישט משיח? אויב ווייסט ער נישט זיכער איז ער דאך אסור צו גיין איז ער נישט א כשר! און ווייסט ער יא, ווי אזוי איז ער נהרג במלחמה?


פארגעס פין די מדינה, די קשיא איז א קשיא אויף די עצם שיטה.

jid_613 » 1/9/2005 20:07


[אדום]WOW!!!!!!!!!!!!!!!!

באטשי און מלך בבל אינאיינעם!!!!!!!!

ווער האט זיך אמאל גע'חלומ'ט?

we missed you!!!!!!!


דזשיד

Baachi » 7/9/2005 01:17

איך בין היינט צוריק געקומען םון הרים הגבוהים, וקווה קוויתי אז איך וועל טרעפן איין ענטפער אויף מיין תמיה, ואין קול ואין שאס

חוץ פון אונזער היסטאריקער דעם מלך בבל וואס האט אנגעפירקלט אפאהר שורות.

נבודכדנאצר

דו האסט געשריבן דריי תגובות

איך וועל דיר געבן ליהנות מן הספק, אז דו האסט יא געטראכט פאר די האסט געשריבן

דיין ערשטע תגובה איז

"ולא העמידו הקב"ה אלא לנסות בו רבים". יא יעדעס מאהל ווען עס איז איין עת פקודה און עס קומט נישט די גאולה שלימה איז עס א צרה. -תוחלת ממושכה מחלת לב- און צרות זענען נסיונות. וואס איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין.

וואס איז דאס א סתירה צו דעהם מלך כשר ווי מלכי בית דוד הכשרים?

דיין צווייטע תגובה איז געוועהן פון אגרת תימן.

שתי תשובות בדבר

א)אגרת תימן איז געוועהן געשריבן קעגען איינעם וואס האט זיך פראקלאמירט פאר משיח. דער רמב"ם האט איהם געמוזט אראפקלאפן מיט וועלכן געוועהר ער האט געהאט. ודומה לו בספר המורה וואס ער האט געשריבן זאכן צו פארשאפן דאס מויל פון כופרים אבער וליה לא סבירא ליה.

ב) איך ווייס נישט ווי ווייט די ידי זרים שלטו אין דעהם אגרת תימן. וספר הי"ד יוכיח אז דער פרק הנ"ל איז געוועהן אינגאנצען מסולף - דער ויואל משה האט דאס נישט געהאט- ביז מען האט דאס מברר געווען יעצט.

דער עיקר איז אז:
ספר הי"ד איז א הלכה ספר המיועד לכל ישראל.

איך שרייב דיר א בפירושע הלכה אין רמב"ם "ואם לא הצליח עד כה, או נהרג--בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דויד השלמים הכשרים שמתו."

"ואם לא הצליח עד כה" דאס הייסט טאמער פעלט איינע פון די פרטים, ער איז א מלך, ער איז לוחם מלחמות ה' אין אויך מקבץ נדחי ישראל ער האט נאר נישט געבויט דעם ביהמ"ק במקומו, אדער ער האט נישט מנצח געוועהן אלע אומות. איז ער נישט משיח נאר א גרויסער צדיק אזוי ווי מלכי בית דוד הכשרים.

גיוואלד ער איז דאך געוועהן א דוחה את הקץ!!!
ער האט גענומען א מלכות פאר משיח'ן

וואס לויטן ויואל משה איז ער ערגער ווי שלש עבירות.

איך מיין אז די גאנצע שיטה פון ויואל משה אז מטאהר נישט האבן קיין מדינה פאר ביאת המשיח. - וואס אויף דעהם בויט ער דעם איסור פון בחירות. = איז טאטאל אפגעפרעגט!!!

און די איינציגע זאך וואס דו קענסט מיר ענפערן איז אז ר' מרדכי מבילגוריי האט אים געשריבן א שיינעם טיטול?


יוסף90

זאלי וועקי

תחש (ווי הייסט דער ששש בגוונין שלו יא) שופרשופר

בןחוה

אייכם????

זאליweaky » 7/9/2005 01:51

אויף מיר קען מען אפשר זאגן איכה, אבער אויף דיר קען מען זאגן איכה...

איך האלט זיך נישט ביים מתווכח זיין איבער א זאך וואס איז מבורר ועומד, און עס איז נישט קיין ספק אז דער רמב"ם שרייבט נישט אז דער וואס האט עס געטון איז א מלך כשר, זיין ציל איז נאר ארויסצוברענגען אז ער איז נישט משיח.

און ווי לאנג דו וועסט זאגן אז דער רמב"ם שרייבט וואס ער האלט נישט, וועל איך זאגן אז ווען דער רמב"ם האט געשריבן דעם יד החזקה האט ער אויך געשריבן זאכן וואס ער האלט נישט...

ואידך פירושא זיל גמור.

תוקן על ידי - זאליweaky - 07/09/2005 1:54:01

Baachi » 7/9/2005 02:19

זאלי

דו קאנסט ליינען

ואם יעמוד מלך מבית דויד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדויד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, ויילחם מלחמות ה'--הרי זה בחזקת שהוא משיח: אם עשה והצליח, וניצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו, וקיבץ נדחי ישראל--הרי זה משיח בוודאי.

ט ואם לא הצליח עד כה, או נהרג--בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה,

והרי הוא ככל מלכי בית דויד השלמים הכשרים שמתו

וואס שטייט דא???

שטייט נישט הרי הוא דוחק את הקץ, שטייט נישט הרי הוא עבריין ורשע, שטייט נישט הרי הוא משיח שקר, שטייט אפילו הרי הוא יהודי כשר, סשטייט מלכי בית דוד השלימים הכשרים. דו ווייסט וועמען ער מיינט?


דער בעל ויואל משה האט נישט געהאט פאר זיך די דאזיגע גירסא בכלל. עס האט געפעלט מחמת דעם צענזור. עס איז ערשט לעצטנס אפיהר געקומען!

תוקן על ידי - baachi - 07/09/2005 2:19:41

זאליweaky » 7/9/2005 02:51

דו מיינסט אז דו האסט דא עפעס מחדש געווען נייעס ?

מיר ווייסן דאס שוין יארן לאנג.

אבער צוליב עפעס א אומבאקאנטע סיבה, ווילסטו נישט זען די ווערטער "ולא העמידו הקב"ה אלא להכשיל בו רבים".

עס איז באקאנט די מעשה פון רבי'ן זי"ע מיט הרב בלאך, ווען דער רבי האט אים געזאגט אז ער רעדט אפיקורסות אבער ער איז נאכנישט פאר דעם קיין אפיקורס.

ווען עס געלונגט ווען פאר איטשע מאיר צו אייננעמען די מדינה, און ער מאכט בעלזער רב פאר ראש הממשלה רח"ל, וואלט ווען נישט געשטימט אויף בעלזער רב די ווערטער פון רמב"ם (אויב זיי זענען טאקע פון רמב"ם) ?

לויט דיר, איז יוזל אויך אין כלל פון די "מלכי ישראל הכשרים" ???

דער פרק איז נישט אין הל' דיעות, און צילט נישט ארויסצוברענגען וואס איז אפיקורסות און וואס נישט.

עס איז נאר געצילט ארויסצוברענגען ווער עס איז משיח און ווער נישט.

און דאס איז וואס דא שטייט.

geferlich » 7/9/2005 03:49


יא באטשי איך האב נישט געהערט וואס דו (אופץ.. נישט דו די בריוול אין דיין תיבה אישית) האסט געפרעגט , קענסט איבערפרעגן ביטע ?

און קודם כל שלו' עליכם

Baachi » 7/9/2005 05:37

זאלי

דו מאכסט זיך צו דו ביזט?

סשטייט:

"ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים"

ווי שטייט להכשיל בו רבים?

ביי דיר איז יעדער נסיון א כשלון?

yohcee718 » 7/9/2005 05:44

באטשי

קודם ס'איז פשוט א שאד ווי אזוי די סאטמאר'ע פירען זיך אויף ווען איינער פרעגט א קשי' אויפען ויואל משה, כאילו עס איז פארהאנן ביי אידען א פויפסט און פונקט ווי אויף א פויפסט פרעגט מען נישט, איז להבדיל אלף אלפי הבדלות טאר מען נישט פרעגען אויפען ויואל משה

דאס ווייזט ארויס א מין פחד כאילו דער ספר האט נישט גענוג הארטע ריאות און נאר מיט א בלינדע 'אמונה' קען מען זיך האלטען מיטען 'שיטה'

איך האלט נישט אזוי, זיינע ריאות זענען קראנט,אוודאי קעןמען זיך מפלפל זיין און דאך נעמען ערענסט זיינע ווערטער וכך הוא דרכה של תורה.

א וודאי דארף מען קלערן אין דיין קשי' אבער דיין קשי' איז דאך נישט נאר אויפן ויואל משה.

נישט מתגרה זיין מיט אומות בזמן הגלות איז דערמאנט אין א סאך פלעצער. (ראה רבינו בחיי פר' וישלח על לדורון ..ולמלחמה בזמן הזה אי אפשר שהרי השביע הקב"ה...)

לויט דיר קומט אויס אז דער רמב"ם איז מדחה פון הלכה דער פראבלעם פון שלש שבועות.

אבער לויט די ווערטער מוז דאך קודם דער 'מלך' מאכען א "יכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה" נאך פאר ער גייט האלטן מלחמה.

קען דאך פשוט זיין אז נאך דעם וואס מ'זעט אז איין מאן מאכט אזא פלא'דיגע אקט פון מכריח זייןכלישראל מעג ער פארזעצען זיין ארבעט

דאס הייסט אלע זעהען אז עס גייט פאהר א תהליך פון די ווערק וואס א משיח דארף טוהן.

אבער בדרך כלל האלט איך אז אפילו אויב דער גאנצער ויואל משה איז להלכה גערעכט דאך -פונקט ווי לגבי הלכות נדה זענען הכל מודים אז רויט איז נישט גוט אין גרין איז גוט- דאך קען א רב זאגען אז מה שעיניו רואות הוא כשר און אן אנדערע רב קען זאגען פארקערט.

דאס מייינט נאך נישט אז דער ערשטער רב האלט אז דער צווייטער רב האלט נישט פון הלכות נדה.

דאס זעלבע מיט מדינת ישראל, מאן יאמר, אז די שלש שבועות ובפרט דער 'שלא יעלו בחומה' גייט ארויף אויף א MODERN NATION STATE אפשר איז די שבועה אז מ'זאל נישט אויף שטעלן א מלכות בדוגמה ווי עס איז געוועהן בזמן שהיו יד ישראל תקופה תחת מלכות דוד ושלמה. מיט סנהדרין וכו' וכו'

אבער א 'מדינה' תחת הסכמת האו"ם הייסט נישט קיין 'עליה בחומה'

און קורצן, דער סאטמאר רב האט בפירוש געהאלט אז מאכען אין פירען א רעגירונג פון א עיריה ווי בני ברק הייסט נישט קיין עליה בחומה פאר דעם האט ער אפילו געהאלטן אז עס איז נישט אסור צו גיין צו בחירות לעיריה.

טו פארוואס קען נישט דער מאדזישער רבי זאגען אז מדינת ישראל -אין איהר היינטיגען מאדערענעם פארעם- איז נישט 'מלכות דוד ושלמה בשעתה' ס'איז אפילו נישט קיין 'קלה ודלה'!

אין אויב איינער טאקע וועט זיך אוועק שטעלען איז וועלן מאכען א מלוכה 'פאר' ער וועט מאכען דעם 'יכוף' אפשר דענמאלס וועל איך נאך אמאהל לערנען ויואל משה.

דאס זעלבע מיט דעם גאנצען ענין פון 'התחברות' לרשעים... אז מאכען א פאליטישע פאראיין א קא-אליציע איז א סארט התחברות

אפשר קען דען נישט א צווייטער רב זאגען אז זיצען מיט פרייע אידען מחללי שבתות אין אין דיימאנד קלוב איז התחברות לרשעים? זאגסט ניין? זאגט דער ערלויער רב אויך ניין אויפען כנסת!

זיין א חבר אין דער אמעריקאנער דעמאקראטישער פארטיי איז התחברות לרשעים? איהר ווייסט וואס פארא זימה וזוהמה איז פארהאנן אין דער אפיציעלע פלאטפורמע פון דער פארטיי?

זאל איך אפשר פערברענען מיין 'חבר קארטל' אלס דעמאקראט?

ניין!

ווייל התחברות לרשעים איז ווען מיין זוהן וועט זיך חבר'ן מיט א טשאווארגו א ליידאק אין גיין אין א באר מיט איהם אדער צו א בייסבאל געים.. דאמולס וועל איך מיט איהם לערנען רבינו יונה!

Baachi » 7/9/2005 05:55

יוסי


איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין די "הלכה" פון שלוש שבועות והמסתעף.

דער ויואל משה בויט אויף אז סאיז נישט מעגליך בשום אופן צו האב א ממשלה פאר ביאת המשיח! ווייל דאס הייסט בפירוש דוחק זיין את הקץ!

אפילו סנישטא דער יעלו בחומה
אפילו סנישטא דער יתגרו באומות
אפילו יעדער גיט רשות

אפילו ווי פרום עס זאל נאר נישט זיין
אפילו ווי חזקיה המלך בשעתו

דאס איז לדעתו די דריטע שבועה פון דוחק זיין את הקץ,
אידען טארן נישט האבן קיין שום ממשלה לעצמם.(קעגען א רש"י מפורש אז דאס מיינט גאהר שלא ירבו בתפלה יותר מדי)

ער ברענגט אויף דעהם ראיות (?!) פון די בני אפרים אין פון בן כוזיבא

עס האט גארנישט צוטוהן מיט התחברות צו התגרות צו התבדלות.

קוק אין מאמר שלוש שבועות פון סימן נ' ביז פ"ו בערך
(איך האב דעהם וויקענד אדורך געלערנט דעם ויואל משה)

אויף דעם יסוד בויט ער דעם איסור פון בחירות. און דאס שרייען די חברה ביי די UN ווי אויך די FULL PAGE ADS פון די התאחדות.

דא איז יעצט נתגלה געווארן איין אפענע הלכה פארקערט!
אז מקען מאכן א מלוכה מיט פירן מלחמות אפילו עס האט גארנישט צו טוהן מיט ביאת המשיח צו מיט'ן קץ. אין זיין נאכדעהם א מלך יהודה שלם וכשר!

איז מוכח אז דער גאנצער בנין איז א פאלשער און קעגען א רמב"ם מפורש

דאס איז מיין פירכא צו די סאטמערע קאלעגעס אויף דעם פארק.

קיין תירוץ איז דערווייל נישטא


תוקן על ידי - baachi - 07/09/2005 6:14:55

זאליweaky » 7/9/2005 06:15

כ'האב נישט געמיינט דעם "להכשיל" בו רבים.

איך האב בעיקר געמיינט דעם יסוד, אז די מעשה איז אקעגן די תורה, טראץ וואס דער וואס טוט עס קען זיין אן ערליכער איד.

אין פסוק - אויף וועלכן דער רמב"ם באציט זיך - שטייט יא קלאר "ומן המשכילים ייכשלו".

איך זע פון דעם רמב"ם גאר א צווייטע זאך.

אז עס איז מעגליך אז דער רבש"ע וועט אויפשטעלן ביי די אידן איינעם וואס וועט קענען זיין משיח, אבער באמת וועט ער זיין א משיח שקר - ווי למשל בר כוכבא.

יעדער איינער פארשטייט אז רבי עקיבא האט זיך נישט אומזינסט טועה געווען, און דער בר כוכבא האט באמת געהאט די אלע סימנים וואס דער רמב"ם רעכנט אויס פון "יכוף את כל ישראל לילך בדרך ה'...", און מיט דעם אלעם האט מען שפעטער געזען אז ער איז נישט געווען משיח.

איז למשל אויף אזא בר כוכבא, איז שייך דער לשון הרמב"ם, "והרי הוא כמלכי יראל הכשרים".

צו וועט איינער קומען זאגן וועגן דעם אז בר כוכבא איז נישט געווען קיין משיח שקר ?

----------------

מענין לענין.

אמאל איז א איד געפארן אויף א באן, איז צוגעקומען צו אים א מיסיאנער, און אנגעהויבן טענה'ן מיט אים אז יוזל איז יא געווען מ... רח"ל.

דער איד האט גע'טענה'ט אז פאר אים איז גענוג דאס וואס די חכמי הדור אין יענער צייט האבן דן געווען אז ער איז נישט משיח.

האט אים דער מיסיאנער געענטפערט, אז זעסט דאך אז די חכמים האבן זיך [ח"ו] טועה געווען אין ענינים פון משיח, והא ראי' אז רבי עקיבא האט זיך טועה געווען אין בר כוכבא.

דארט אויפן באן איז אויך געווען, דוכט זיך, ר' יאשע בער בריסקער, און ער האט געזען ווי דער איד בלייבט שטיל, רופט ער זיך אן צום מיסיאנער, "פון וואו ווייסטו אז רבי עקיבא האט זיך טובה געווען אין בר כוכבא, אפשר איז ער טאקע יא געווען גערעכט ?"

האט דער מיסיאנער געענטפערט, "וואס הייסט, ער איז דאך שפעטער גע'הרגעט געווארן ?!".

פרעגט אים רבי יאשע בער צוריק, "און יוזל ?!"...

Baachi » 7/9/2005 06:25

זאלי

דו פארקריכסט שוין ווייטער

לו יהא כדבריך אז בן כוזיבא איז געוועהן א משיח שקר. איז עס נאר געוועהן ווייל ר' עקיבא האט געהאלטן אז ער איז משיח,

ווען ער וואלט נישט געהאלטן אז ער איז משיח, נאר סתם א מלך - אזוי ווי די אנדערע חכמי ישראל האבן געהאלטן, און אים צוגעהאלפן- וואלט ער נישט געווען קיין משיח שקר.

לויט ויואל משה איז דער עצם מלכות טויג נישט.

BTW די גמרא מפורשת זאגט אז ער איז נהרג ווייל ער האט געזאגט...ולא תצא בצבאותינו. נישט ווייל ער איז געוועהן א דוחק את הקץ.

זאליweaky » 7/9/2005 06:42

כדי דו זאלסט נישט ווייטער טענה'ן אז כ'פארקריך פון ענין, וועל איך צוריק גיין צו דעם עצם טענה.

אבער צוערשט מוז איך מקדים זיין, אז דער רמב"ם אין אגרת תימן - וואס דו האסט "צוליב געוויסע סיבות" אויסגעמעקט פון דיין הארד דרייוו - זאגט קלאר און דייטליך דעם חומר החטא פון עובר זיין אויף די שלש שבועות.

און לעניננו.

דער רמב"ם זאגט קלאר אז דער מלך וואס טוט די אלע זאכן וואס משיח טוט, איז געשיקט געווארן פון הימל, צו מנסה און מכשיל זיין דעם רבים.

אין קלארע ווערטער מיינט דאס - אפילו לשיטתך - אז דער מלך האט עפעס א עבירה עובר געווען, ווייל ער איז דאך געווען א נסיון און א מכשול, און טראץ וואס ער האט געטון די עבירה (נישט ח"ו די שלש שבועות, ער האט נאר געגעסן פאטעיטא טשיפ'ס) איז ער נאך אלץ - לויט דיין פשט - פון די מלכי ישראל הכשרים.

מסכים ?!

----------

אין איין ווארט.

ער איז טאקע נאך אלץ כשר, אבער ער האט עובר געווען א עבירה.

לויט דיר איז זיין עבירה דאס עסן פאטעיטא טשיפס, לויט מיר איז עס דאס דוחק זיין דעם קץ !

תוקן על ידי - זאליweaky - 07/09/2005 6:42:48

באראפארקער » 7/9/2005 07:03

עס איז פשוט אז די נסיון וואס די רמב"ם רעדט, מיינט ער "נישט" די עבירה פין זיין א דוחק את הקץ א.ד.ג.
ער מיינט נישט בכלל אז דער מלך וועט עובר זיין אן עבירה, ער מיינט אז עס וועט זיין א נסיון פאר כלל ישראל, צו קענען ווייטער אנגיין, נאכדעם וואס זיי וועלען מיטמאכען א קלאפ אז דער מלך וואס מען האט געמיינט אז ער וועט אונז שוין אויסלייזען פין גלות, ער איז אויך געשטארבען.


בדרך אגב,
לויט די סאטמאר רב, ווי אזוי וועט מען וויסען ווען משיח וועט טאקע קומען אז ער איז טאקע משיח?
גייט עס לויט די הלכות אין רמב"ם? אדער לדעתו "וועט מען שוין וויסען" ווייל עס וועט זיין הימלישע ראיות וכדומה.

(ווי באקאנט, איז דא וואס טענה'ן אז לויט דער היינטיגע אנגענומענע אמונה פין די פשוטי העם אין משיח, איז נישט מעגליך משיח זאל קומען, ווייל מען וועט אים פשוט נישט מקבל זיין!).


איך בין נישט מכריע, איך פרעג נאר.

veaz » 7/9/2005 07:16

לאז מיר קלאר פארשטיין. אויב איז דער עיקר פראבלעם די "מלכות" , איז פארוואס ביי א יעדער געלעגנהייט אין סאטמער זענען די ווערטער "מלכות סאטמער" א נארמאלער זאך??? מעג מען האבען א מלכות אדער טאר מען נישט ?ילמדנו רבינו...

זאליweaky » 7/9/2005 07:40

אין אנדערע ווערטער איז אזוי.

דער בר כוכבא - אויף וועמען דער רמב"ם באציט זיך בעיקר - איז באמת געווען פון די "מלכי ישראל השלמים והכשרים".

איי די גמרא זאגט אז די חז"ל האבן אים דן געווען למיתה, ווייל ער איז געווען א פאלשער משיח ?! און למעשה האט דאך יעדער מודה געווען אז ער איז געווען א פאלשער משיח ?!

אבער דאס האלט נישט צוריק דעם רמב"ם פון שרייבן אויף אים - לויט באטשי - אז ער איז געווען פון די מלכי ישראל הכשרים ???

------------------

צום שלוס.

דער רמב"ם אין אגרת תימן רעכנט קלאר די שלש שבועות פאר גאר הארבע עבירות, וואס ברענגט מיט זיך שרעקליכע עונשים (עפעס אזוינס ווי דעם ביטערן חורבן ביי די צווייטע וועלט מלחמה).

דער מהר"ל מפראג שרייבט אז די שבועות זענען ביהרג ואל יעבור.

און ווייל דו ווילסט אריינלערנען פאלש פשט אין א רמב"ם וואס מען האט לעצטנס פארשאפט, זענען די אלע זאכן אפגעענטפערט ?

jid_613 » 7/9/2005 07:54


זאלי,

איך בעט דיר, ענטפער נישט פערזענליך...

למעשה, האסטו נאר געשריבען א ראיה, אז ס'איז "נישט מוכרח" צו זיין פון די מלכי ישראל הכשרים, אפילו אויב ער האט געטוהן אלץ וואס דער רמב"ם פארלאנגט פון דער קאנדידאט פאר משיח, חוץ פאר דעם לעצטען שלב פון בניית בית המקדש.

אבער באטשי'ס ראיה איז במקומה עומדת.

און לאמיר איבער חזר'ן, אפשר וועסטו בעסער פארשטיין.

דער רמב"ם שרייבט במפורש, אז ס'איז שייך א היכי תימצי, א איד זאל פירען מלחמות מיט די גארע וועלט, ארויף ציען אלע אידען קיין א"י, וכו' וכו', און ניטאמאל זיין משיח, און נאך אלץ זיין פון די מלכי ישראל הכשרים! יא! ארויף אויף'ן זעלבע שטאפעל ווי שאול, דוד, שלמה, חזקיהו און יאשיהו!

און דאס אלעס טראץ דעם, וואס לשיטת בעל הדברי יואל, האט ער עובר געוועהן אויף גאר הארבע איסורים, פון די עיקרי הדת!

זאליweaky » 7/9/2005 08:15

גוט.

נאך איין מאל וועל איך רעדן פלעין אידיש, און מיט דעם בין איך פארטיג.

איך האלט ממילא וואס איך האלט, און דו האלט ווייטער וואס דו האלטסט, און לאמיר האפן אז בקרוב וועלן מיר זיך שוין נישט דארפן קריגן איבער די אלע זאכן, אמן.

-----------

דאס איז דער לשון הרמב"ם.

ו [ג] אל יעלה על דעתך שהמלך המשיח, צריך לעשות אותות ומופתים, ומחדש דברים בעולם, או מחייה מתים, וכיוצא בדברים אלו שהטיפשים אומרים; אין הדבר כן--שהרי רבי עקיבה חכם גדול מחכמי משנה היה, והוא היה נושא כליו של בן כוזבא המלך, והוא היה אומר עליו, שהוא המלך המשיח. ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח, עד שנהרג בעוונות; כיון שנהרג, נודע שאינו משיח, ולא שאלו ממנו חכמים, לא אות ולא מופת.

ז ועיקר הדברים, ככה הן: שהתורה הזאת אין חוקיה ומשפטיה משתנים לעולם, ולעולמי עולמים, ואין מוסיפין עליהן, ולא גורעין מהן; וכל המוסיף או גורע, או שגילה פנים בתורה והוציא הדברים של מצוות מפשוטן--הרי זה בוודאי רשע ואפיקורוס.

ח [ד] ואם יעמוד מלך מבית דויד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדויד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, ויילחם מלחמות ה'--הרי זה בחזקת שהוא משיח: אם עשה והצליח, וניצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו, וקיבץ נדחי ישראל--הרי זה משיח בוודאי.

ט ואם לא הצליח עד כה, או נהרג--בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דויד השלמים הכשרים שמתו. ולא העמידו הקדוש ברוך הוא אלא לנסות בו רבים, שנאמר "ומן המשכילים ייכשלו, לצרוף בהן ולברר וללבן--עד עת קץ: כי עוד, למועד" (ראה דנייאל יא,לה).




וואס קומט ארויס קלאר פון דעם רמב"ם, איז אזוי:

בר כוכבא איז געווען איינער וואס האט געטון געוואלדיגע זאכן פארן כלל ישראל, ער איז געווען א לוחם מלחמות ה', און ער האט געצווינגען אלע אידן צו גיין אין דרך ה'.

די חכמים האבן וועגן דעם געמיינט אז ער איז משיח, און ווילאנג ער איז נישט גע'הרג'עט געווארן האבן זיי נאך אלץ געהאט א ספק דעריבער.

ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן זענען זיי געוואויר געווארן אויף הונדערט פראצענט אז ער איז נישט משיח.

איז - לויט ענק - אז הרי הוא כמלכי ישראל הכשרים מיינט טאקע דאס, גייט דאס אויך ארויף אויף בר כוכבא, און ווי דער רמב"ם שרייבט טאקע עד שנהרג בעוונות.

און טראץ דעם האבן די חכמי ישראל אים אנערקענט אלס משיח שקר און זיי האבן אים דן געווען למיתה דערפאר.

איז אפילו לשיטתכם קלאר און דייטליך, אז אפילו בר כוכבא וואס איז זיכער געווען א משיח שקר, שרייבט אויף אים דער רמב"ם עד שנהרג בעוונות, און הרי הוא כמלכי ישראל השלמים והכשרים.

און דאס זעלבע איז אויב א צווייטער וועט עובר זיין אויף דחיקת הקץ.

-------------

איך כשלעצמי פארשטיי דעם רמב"ם אביסל אנדערש.

דער רמב"ם מיינט נישט אז ער איז טאקע פון יענע מלכי ישראל, נאר אז טראץ וואס ער האט דעם כח פון א מלך און ער האט געטון די אלע זאכן, איז ער פארט נישט משיח, נאר א פשוט'ער מלך ישראל.

איך פארשטיי אויך אז פשט אין די ווערטער "לנסות בו את הרבים", מיינט אז דער נסיון וועט זיין אז מען וועט מיינען אז ער איז משיח, טראץ וואס ער איז באמת נאר א דוחק את הקץ.

-----------------

אבער ביז אהער איז נאר לפלפולא בעלמא.

דאס איז זיכער הכל מודים, אז אפילו איינער וואס טוט אן עבירה, קען פארט זיין אן אדם כשר, און ווי מיר זעען טאקע אין תנ"ך אליין טאקע איבער די כשר'ע מלכי ישראל.

און אויב - למשל, דער הייליגער בעלזער רב - האלט אלע מצוות, אבער ער מאכט א מלוכה פאר די צייט, און ער האט נישט די אלע תנאים, איז ער נישט משיח, נאר אין כלל פון די "מלכי ישראל השלמים והכשרים", אפילו ער האט עובר געווען די שרעקליכע עבירה.

און אזוי ווי כ'האב שוין נאכגעזאגט פון רבי'ן וואס ער האט געזאגט פאר הרב בלאך.

און אזוי ווי עס קומט קלאר ארויס פון די ווערטער פון רמב"ם, וועלכער נוצט אויף בר כוכבא די ווערטער עד שנהרג בעוונות.

(און לויט ענק שרייבט ער אויף אים אויך די ווערטער הרי הוא כמלכי ישראל השלמים והכשרים).

תוקן על ידי - זאליweaky - 07/09/2005 8:22:24

jid_613 » 7/9/2005 08:23


דו האסט שוין מער ווי איינמאל געשריבען, אז לדעת די אלע מקשים דא אויף'ן שיטה, מיינט דאס אז דער רמב"ם שרייבט אויך בר כוכבא, אז "ער" (בר כוכבא) איז פון די מלכי ישראל הכשרים.

לדעתי איז דאס א פשוט'ע זיוף.

יעדער פרשה איז מען דן לעצמה, און דער רמב"ם שרייבט "נישט" אז "בר כוכבא" איז פון די מלכי ישראל הכשרים.

וואס דער רמב"ם שרייבט יא איז, אז "טיארעטיש", קען ער (ווער נאר ס'זאל זיין וואס האט זיך ערקלערט משיח.) זיין פון די מלכי ישראל הכשרים.

איך ערווארט פון דיר א בעסערע תשובה.

נישט ענטפערען, דאס האבען דאך ד אגודיסטען געטוהן...

זאליweaky » 7/9/2005 08:25

יאך בין נישט שולדיג אז מען האט דיר נישט געלערנט ווי צו לערנען רמב"ם, און אז דו פארשטייסט נישט דעם המשך הדברים אין א פשוט'ן רמב"ם.

jid_613 » 7/9/2005 08:31


נא, וואס קען מען טוהן, איך האב אין מיין לעבען נישט געלערענט "סוגיא", נגר ובר נגר אנכי, מילא, מוז איך דאך קוקען אין רמב"ם זעהן וואס ער זאגט, איך קען נישט קודם זאגען, און דערנאך אריין לערנען וואס איך וויל....

ווען דער רמב"ם שרייבט " ועיקר הדברים, ככה הן:"

איז ער מפסיק לגמרי פון דעם רעדע פון בר כוכבא. און ער ציט אריין אין א סיפור הדברים, ווי אזוי דאס דארף צוגיין ביאת המשיח. און דערויף איז אונזער מחלוקה'לע.

זאליweaky » 7/9/2005 08:59

אין מיין קליינעם מח, קוקט דאס עפעס אויס ווי דער רמב"ם וויל מסביר זיין וואס די חכמים האבן יא געזען אין בר כוכבא אז ער איז משיח, אויב האבן זיי נישט געבעטן פון אים קיין מופתים.

ואידך פירושא זיל גמור.

אהליצדיקים » 7/9/2005 15:29

באטשי, די אידן וואס קענען ויואל משה, זיצען נישט דא אויפן אינטערנעט, מער ווי העלפט (אדער רוב) פונעם סאטמארען עולם (איך שטעל זיך פאר דיין קרייז אויך) דרייען זיך נישט דא אויפן אינטערנעט. און די וואס קענען יא און דרייען זיך יא דא, איז דאס פאר וויכטיגערע סיבות ווי ליינען און ענטפערן אויף חקירות און דרישות אויפן סאטמארען שיטה.

דאס הייסט אז דיין האפענונג איז געווען אז דורכדעם וואס די גייסט פרעגן דא א קשיא אויפן ויואל משה, דא אויף הייד פארק, וועט די ויואל משה ווערן אפגעפרעגט? וויפיל מענטשן האסטו דא געטראפן וואס קענען בכלל ויואל משה?, ביז יעצט האב איך געזען צוויי...

איך בין נישט אריין אין די גאנצע דין ודברים, אבער עס איז א חוכא וטלולא שאין כמוהו...

ביטע מאך זיך נישט צונאר, ווייל דער ויואל משה האסטו נאר שטערקער געמאכט, דורך דיין פרישע אויסטרעף פון אים אפווענדען אויף הייד פארק...

און זאלי וועקי, אדער נבוכדנאצר, טראצדעם וואס ווי עס שיינט קענט איר זיך אביסל אויס אינעם נושא, וואלט איר אבער אסאך מער אויפגעטוהן פארן כבוד פונעם סאטמארן רבין זצ"ל ווען איר וואלט געשריבן פשוט און קלאר "מיר האבן נישט וואס צו ענטפערן, ביסט גערעכט!".

דאן וואלט באטשי געווען אויסער זיך אז דער ויואל משה איז אפגעפרעגט, והא ראיה אז די צוויי מענטשן פון הייד פארק וואס קענען ויואל משה האבן אים נישט געענטפערט...

קען זיין באטשי אז די ביסט גערעכט. אבער מיט דיין סטראטעגיע קען מען אפווענדן סיי וועלכע פסק הלכה וואס איז פארבינדען מיט שווערע מקצועות. וויבאלד די וועסט נישט טרעפן קיין ענטפער דא צו דיינע פראגעס....

יוסעלע » 7/9/2005 16:55

זאלי, נסיון מיט מכשול זענען צוויי זאכן וואס האבן נישט קיין שום קשר. מען קען זיין א גרויסע צדיק אין איינעם מנסה זיין.

די רבוש"ע האט געגעבן אאע"ה 10 נסיונות.

די קשיא איז גוט אין די תירוץ איז זיכער נישט אויף היידפארק.

yohcee718 » 7/9/2005 17:55

באטשי

איך מיין אז דו האסט מיך נישט פארשטאנען...

מיין עיקר נקודה איז פשוט, מדינת ישראל איז נישט דחיקת הקץ ווייל עס איז נישט א 'מלכות' כמו שהבינו חז"ל

און פונקט ווי 'קרית יואל' איז נישט א אידישע מלוכה פאר די צייט, אזוי איז נישט מדינת ישראל. בלי מלך ובלי סנהדרין ואורים ותומים וכו' וכו'

___________

אהליצדיקים

דיינע ווערטער זענען ריין דעמאגאגיע והוא הדבר אז א גרויסער חלק פון אנ"ש סאטמאר באנעמען זיך צום ספר ויואל משה כאילו ח"ו ס'איז געקומען פון א פויפסט. ביי אידען מאמינים דארף דער ספר זיין פונקט ווי חת"ס אדער רמב"ם וכו'

מ'קען פרעגען אין זיך דינגען.

איבער דיין אינטערנעט שוץ: כאילו דא איז נישט דער פלאץ ..

דער פאקט איז: און חוקרים האבען דאס שוין באויזען אז פון סיי וואס פאר א חכמה אדער ידועות, א רבים קען מער ווי דער גרעסטער חכם.

דאס צייגט זיך איבער ווען מ'באהאנדלט דא און אין אנדערע פורומס ענינים ווי 'עירוב' 'שייטל הודו'

לדעתי האט דער אינטערנעט געהאט א געוואלדיגע 'עפעקט' אויף די רבנים וואס האבען געהאנדלט מיט די שייטלען.

ווייל א סאך תלמידי חכמים האבען געברענגט פארן ברייטען ציבור אלע הלכות אין פאקטען און געצייגט אלע שקרים וכו' וכו' ...

איך ווייס דאס וואל איך האב געזעהן ביי איין רב וואס איז געוועהן ביים גרויסעם האתאחדות מיטינג איבער די שייטלען, אין איך האב געזעהן ביי איהם אויפען טיש תשובות אין ארטיקלען וואס איז געוועהן ארויס גענומען פון דא און פון 'בחדרי' (ער האט אוודאי נישט קיין אינטערנעט אבער מ'האט איהם געברענגט סחורה)

אדרבא פרעג א שאלה דא, וועסטו זעהן אז ידיעות פון דער קאלעקטיוו איז מער פון אן איינציגער תלמיד חכם.



באראפארקער » 7/9/2005 18:49

באהלי
און בנוסף אויף יוחי האט געזאגט,
די מיינסט אז טאמער זאלי קען נישט ענטפערען פרעגט ער נישט אין ביהמ"ד וואס די תירוץ איז???

האסט א גרויסע טעות,

איך וואלט נישט געווען סאפרייזט, ווען איך הער אז די תירוצים וואס ער לייגט דא, קומען מפ"ק פין מנשה פיליפ אליין.


און נאך איין נקודה וואס יוחי האט דערמאנט,

היידפארק, האט גאר א שטארקע כח און איינפלוס אויף די השקפה אין די היינטיגע חסידעשע וועלט.
און איינער פין די עיקר סיבות, אמאהל איז מען געווען פארשלאסען אין די אייגענע ד' אמות פין די חסידות, מען האט נישט געוויסט וואס אנדערע זאגען, און ווען מען האט אנגעהויבען הערען, האט מען פארמאכט די אויערען, ווייל מען האט מורא געהאט מען וועט זעהן אז מען איז נישט גערעכט.

היידפארק האט די כח, אז מען קען נישט איינעם דעם צווייטען מנצח זיין, מיט שרייען, און מיט ליצנות, אדער סתם נארישקייטען, אדער דורך אריין זאגען, ווייל אלעס ווערט געשריבען, און מען מוז שרייבען, ממילא מוז מען ענטפערען, און מער צו די זאך.


שטעל דיך פאר, באטשי פרעגט זיין קשיא אין ביהמ"ד, אין סאטמאר, מען וואלט אים נישט אפילו גענטפערט די באבע תירוצים וואס זאלי פראבירט דא צו שרייבען, מען וואלט אים אדער אויסגעלאכט, אדער אנגעשריגען, שייגעץ אפיקורס, אדער וואלט מען אים ארויסגעווארפען פין ביהמ"ד פאר זיך וואגען צו האבען א ספק אין ויואל משה.

אבער דא אויף היידפארק, זעהן אפילו די סאטמארע, אז די זאך איז נישט פשוט, אין קיין גלייכע תירוץ איז (דערווייל) נישט דא, און עס הייבט אהן ביי זיי אין מוח צו שפראצען דער געדאנק "אפשר איז דער רבי נישט אזוי גערעכט געווען".

Baachi » 7/9/2005 23:00

זאלי

איך ווייס נישט פארוואס דו רוקסט אריין בן כוזיבא דא כסדר.

ער איז געוועהן א משיח שקר.

די גמרא אין סנהדרין צז: זאגט אס ער האט געזאגט אנא משיח אנא משיח, און די חכמי ישראל האבן איהם אויסגעפראווט.

(איך וויל נישט אריין גיין אין די פרטים פון בר כוכבא, ווי דער ויוא"מ זאגט אז אונזער גמרא איז מחולק מיט'ן מדרש איכ"ר, במיילא פסקעט מען ווי די גמרא. ער איגנארירט אינגאנצן אז דער גאנצער לשון פון מדרש איז אויך אין די גמרא ירושלמי תענית ד.ה. - וויאזוי ער איז געהארגעט געווארן, און אז ער האט געזאגט לא תסעוד ולא תסמוך. פארדעם איז ער נהרג. נישט ווייל ער איז געוועהן א גרויסער צדיק קרוב למשה רבנו אין זיין איינציגער חטא אז ער איז געווען א דוחק את הקץ - משיח שקר. לאמיר דאס לאזן אויף אצווייט מאהל)

לעניננו, דער רמב"ם רעט בכלל נישט פון בן כוזיבא ווייל ער האט בפירוש געזאגט אז ער איז משיח.און ער איז געוועהן א משיח שקר.

אין אגרת תימן איז אויך געווען איינער וואס ער האט זיך פראקלאמירט פאר משיח. פון דעם רעדט דער רמב"ם דארט.

אזוי אויך ישו הנוצרי ומוחמד. משיחי שקר.

אויף די אלע הנ"ל -וועט דער רמב"ם נישט זאגן מלכי בית דוד השלימים והכשירים.

דא רעט דער רמב"ם פון א ערליכן ייד א מלך וואס איז רופט זיך נישט משיח. ער האט געטוהן אלעס וואס סשטייט אבער לא הצליח מיט איין זאך. לחם מלחמות, קיבץ נידחים. ניצח כל האומות, ער האט נאר נישט געבויט דעם ביהמ"ק.

זאלסטו נישט מיינען אז ער איז א משיח שקר אדער א איין אפיקורוס א מין אדער חו ושלום א ציוני גמור.

זאגט דער רמב"ם ער איז ווי די מלכי בית דוד השלימים והכשירים. איינער וואס איז מכשיל גאנץ כלל ישראל מיט אזא עבירה וואס איז ערגער ווי יהרג ואל יעבור לפי הבנתו בדברי המהר"ל, רופט מען מלך בית דוד שלם וכשר?

לשיטתכם האט געדארפט דער רמב"ם געדארפט כאטש צו לייגען חוץ מעוון הגדול והנורא הזה!

שטייט עס אזוי?

ניין!

איז א סימן אז סאיז נישט קיין עבירה וכל שיטתכם מופרכת!


צום שלוס קיינער קריגט זיך נישט יעצט מיט די הארבקייט און ביטערקייט פון די שלש שבועות, מיט דעם מהר"ל צו מיט ר"ר יונתן.

דער מדובר איז אויב האבן א ממשלה הייסט דוחק זיין את הקץ צו נישט. פון דעם רמב"ם שטייט בפירוש אז נישט.


דזשיד

דו לייגסט עס זעהר גוט אראפ

יוסי.

קוק אריין אין סנהדרין צה: עוד מעט ואני מרעיש שמים וארץ. זאגט רש"י מעט ממשלה אתן להם קודם ביאת המשיח און פאררופט זיך אויף בן כוזיבא.

דארט זאגט אויך רש"י אז דברים אלו הם לא משנה ולא ברייתא. בקיצור רש"י הק' האלט זיכער נישט אז דחיקת הקץ מיינט ממשלה. ער זאגט בפירוש אין כתובות אויף שלא ידחקו את הקץ. שלא ירבו בתפלה יותר מדאי.


אהלי צדיקים.

איך פארשטיי דיך, נישט אלע וואס דרייען זיך אויף היידפארק קענען ויואל משה אדער אפשר פארקערט נישט אלע וואס קענען ויואל משה דרייען זיך אויף היידפארק.

און מיין ביהמ"ד איז דערווייל נישטא קיין ויואל משה.

טו מיר א טובה, דו קענסט דאך אוודאי איינעם וואס איז קלאהר אין די שיטה.

און דו שרייבסט דאך יא אויף הייד פארק

פרעג דו איהם די קשיא, הער אויס דעם תירוץ. און שרייב עס דא אראפ!

יארן לאנג דיסקוסירט מען דא ויואל משה, און מען שרייבט אז קיינער האט איהם נאך נישט אפגעוואנדן, און ווען איינער פרעגט איין אפענע קשיא, זאגט מען איהם דא איז נישט דאס פלאץ.

האסט אמאהל געהערט פון דעם ווארט

חסרא לגנבא לשלמא קרא נפשיה


באראפארקער

איך האב איינעם אריין געשיקט אין א סאטמער ביהמ"ד צו פרעגן עטליכע יודעי ספר.

דער תירוץ איז געוועהן פה אחד. איך בין נישט קלאהר אין די זאך!

פארדעהם האב איך געקריגן דאס בריוול פון דעם איד וואס האט מיך מעורר געוועהן אויף דעם. - קוק דעם ערשטן פאסט. ער שרייבט מיר נאכאמאהל ולית נגר ובר נגר דליפרקינהו.



תוקן על ידי - baachi - 07/09/2005 23:06:52

זאליweaky » 8/9/2005 03:05

און דו זאגסט נאך אז איך פארדריי דעם נושא.

סך הכל האב איך געזאגט אין איין ווארט.

אפילו א מענטש וואס טוט א עבירה, מעג עס זיין די הארבסטע, אויב איז ער בעצם א ערליכער איד נאר ער איז זיך אין די זאך טועה בשוגג, איז ער נאך אלץ אין כלל פון מלכי ישראל השלמים וכשרים.

און אזוי ווי כ'האב נאכגעזאגט פון רבין מיט הרב בלאך, אז ער איז נישט קיין אפיקורס אפילו ער האט גערעדט דברי אפיקורסות.

איז דא איינער וואס איז אויף דעם מחולק ?

------------------

נאר לרווחא דמילתא, האב איך געברענגט א אייזערנע ראי' פון דעם רמב"ם, וואס דערווייל האב איך נאר באקומען אלערליי צונעמען דערפאר אן קיין זאכליכע תירוצים.

דער רמב"ם הייבט אן מיט א הלכה, אז משיח דארף נישט באווייזן קיין מופתים.

און ער ברענגט זיך א ראי' פון די חכמים וועלכע האב געמיינט אז בר כוכבא איז משיח, טראץ וואס ער האט זיי נישט באוויזן קיין מופתים.

איז אויב נישט קיין מופתים, מיט וואס דען קען מען וויסן אויב איינער איז משיח ?

אויף דעם זאגט ער ועיקר הדברים ככה הן.

אויב ער צווינגט די אידן צו גיין בדרך ה', און ער פירט די מלחמות ה', איז ער בחזקת משיח.

און דעריבער האבן די חכמים געמיינט אז בר כוכבא איז משיח, ווייל ער האט געטון די אלע זאכן.

אבער אויב יענער ווערט געהרג'עט, אזוי ווי בר כוכבא וואס איז געהרג'עט געווארן, איז ער נישט משיח, אבער יא ווי די "מלכי ישראל השלמים וכשרים".

און דאס גייט הונדערט פראצענט ארויף אויף בר כוכבא, וואס דער רמב"ם האט פריער געזאגט אז נאר ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן האבן זיך די חכמים איבערצייגט אז ער איז נישט משיח, און ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן איז ער ארויס פון גדר משיח, און געבליבן בגדר מלכי ישראל הכשרים.

און אדרבא, דו ביזט יא מודה אז בר כוכבא איז געווען א משיח שקר, איז נניח אז די ווערטער מלכי ישראל הכשרים גייט נישט ארויף אויף אים (וואס איז א פשוטער עם הארצות אזוי צו זאגן), אבער דער רמב"ם פארגינט זיך יא צו שרייבן אויף אים, עד שנהרג בעוונות ???

ער איז דאך געווען א משיח שקר ???

פארוואס שטייט נישט ברוך המקום שהרגו ???

--------------

אבער ווי געזאגט, דאס איז נאר צו פארשטארקן מיינע ווערטער.

אבער אפילו אן די ראי' פון רמב"ם, איז קלאר אז נישט יעדער וואס טוט א עבירה איז א כופר לכבוד דעם.

geferlich » 8/9/2005 08:27


באטשי לויט ווי איך דענק איז דאס די ערשטע מאל וואס דו אליינס עפענסט אויף א אשכול, ריכטיג?
אינטערעסאנט צו וויסן פון דו האסט גענומען קאריזש דערצו



נישט יעדער איז מסוגל זיך צו טענהן דא, אויב ווייסט מען נישט דאן בלייב שטיל, דע מה שתשיב, אויב ווייסטו נישט ענטפער נישט,


איך מיין קיינעם נישט פערזענליך ח"ו, נאר דאס זענען היינטיגן דור יסודות הדת ועיקרי המחשבה מען דארף זיך נישט אנפירקלן דעם מוח מיט ספיקות ווייל א היידפארק שרייבערל האט ערפינדן עפעס א קשיא עצום. קשיות איז דא גענוג און נאך אויפן רמב"ם אויפן ריטבא מוטשע זיך אויף יענע קשיות.

באטשי אויב ווילסטו באמת וויסן א תירוץ אויף דייינע קשיות פארוואס פרעגסטו אויף היידפארק?
לכשעצמי האב איך ניטאמאל געקוקט אויף די תגובת הקושיא ווייל פאר מיר איז גארנישט שווער. חוץ די אויבנדערמאנטע קשיא

Baachi » 8/9/2005 10:16

זאלי

איך בין לחלוטין נישט מסכים מיט דיר לגבי בן כוזיבא

איך ווייס אז דער ויואל משה וויל מאכען פון איהם א צדיק נשגב, וואס זיין איינציגער חטא איז געווען דחיקת הקץ. אבער ווער עס זעהט דעם ירושלמי אדער דעם מדרש איכ"ר

(4) תלמוד ירושלמי מסכת תענית דף כד/א
א"ר יוחנן שמונים אלף זוג של תוקעי קרנות היו מקיפין את ביתר וכל אחד ואחד היה ממונה על כמה חיילות והיה שם בן כוזבה והיה לו מאתים אלף מטיפי אצבע. שלחו חכמים ואמרו לו עד אימתי אתה עושה את ישראל בעלי מומין אמר להן וכי היאך איפשר לבדקן. אמרו לו כל מי שאינו רוכב על סוסו ועוקר ארץ מן לבנון לא יהיה נכתב באיסרטיא שלך היו לו מאתים אלף כך ומאתים אלף כך וכד דהוה נפק לקרבא הוה אמר ריבוניה דעלמא לא תסעוד ולא תכסוף הלא אתה אלהים זנחתנו ולא תצא בצבאותינו שלש שנים ומחצה עשה אדריינוס מקיף על ביתר. והוה ר' אלעזר המודעי יושב על השק ועל האפר ומתפלל בכל יום ואומר רבון העולמים אל תשב בדין היום אל תשב בדין היום בעא אדריינוס מיזל ליה. אמר ליה חד כותיי לא תיזיל לך דאנא חמי מה מיעבד ומשלים לך מדינתא עאל ליה מן ביבא דמתינתא עאל ואשכח רבי אלעזר המודעי קאים מצלי. עבד נפשיה לחיש ליה בגו אודניה חמוניה בני מדינתא ואייתוניה גבי בן כוזבא. אמרון ליה חמינן ההן סבא משתעי לחביבך אמר ליה מה אמרת ליה ומה אמר לך אמר ליה אנא אמר לך מלכא קטל לי ואי לא אנא אמר לך את קטל יתי טב לי מלכא קטל יתי ולא את אמר ליה אמר לי דאננא משלים מדינתאי. אתא גבי רבי אלעזר המודעי אמר ליה מה אמר לך הדין כותייא אמר ליה לא כלום

יהיב ליה חד בעוט וקטליה. מיד יצאת בת קול ואמרה הוי רעי האליל עזבי הצאן חרב על זרועו ועל עין ימינו זרועו יבוש תיבש ועין ימינו כהה תכהה הרגת את רבי אלעזר המודעי זרוען של כל ישראל ועין ימינם לפיכך זרועו של אותו האיש יבש תיבש ועין ימינו כהה תכהה. מיד נלכדה ביתר ונהרג בן כזובה

דאס דארף זיין א צדיק און א נביא קרוב למשה רבינו ועוד יותר.

וז"ל ויואל משה סימן ל"ט

וצ"ל שגם בן כוזיבא היה איש קדוש ונורא וראוי לנבואה בכל המדות שחשב הרמב"ם ז"ל וראיה ברורה מן הש"ס שאמרו חכמים נחזי אנן אם הוא מורח ודאין, וזה מדרגה שלא היה אף למרע"ה ... גם בס' היד שהמלך המשיח נביא גדול מכל הנביאים.... און דערנאך פארענטפערט ער וויאזוי אזא גרויסער מענטש קען רעדן אזעלכע ווערטער,

והפסוק עומד וצווח הוי רועי האליל

פארשטייט זיך פון דעם בת קול רעדט ער בכלל נישט, וואס דארט שטייט בפירוש אז לפיכך... ד.ה. ווייל ער האט געהארגעט ר' אלעזר המודעי פאר דעם איז ער אליין נהרג. נאר צוליעב דחיקת הקץ וואס איז חמורה שבחמורות.

וגם בסימן ע"ז ...גם מלכות בן כוזיבא היה מלכות של תורה בשלימות שהרי לא מצאו בו שום פגם אלא זה שלא היה מורח ודאין שהיא מדרגה שלא היה אף למרע"ה.

וגם בני דורו היו כולם צדיקים גמורים..

פון די גמרות אין גיטין פון די חטאים - רוב פון די שטעט זענען חרוב געווארן בפולמוס האחרון פון ביתר- די גאנצע סוגיא ביז שני פתילות בנר אחד. צדיקים גמורים.

און ווער סזאגט אנדערש איז עם הארצות

אבער נישט דאס מיין איך בכלל!

נחזור לעניננו

לאמיך מסכם זיין דיינע אייגענע ווערטער

דער מלך וואס האט געטוהן די אלע זאכן הנ"ל אין ער איז נישט געוועהן משיח איז ככל מלכי בית דוד (נישט מלכי ישראל) השלימים והכשרים וייל ער האט געטוהן בשוגג

ומעשה בעלזער רב ורב בלאך יוכיח

הער אליין וואס דו זאגסט

ער איז א מלך הוגה בתורה כדוד אביו, קען אלע מדרשים אין תלמודים מיט אגרת תימן, אלע מהרל'ס און אהבת יונתן'ס אפילו ויואל משה אויך -

ער פייפט זיך אויס דערויף און אויף אלע שלש שבועות (לשיטתכם) און מאכט ממשלות און מלחמות און מקבץ אלע יידן קיין ארץ ישראל כאטש ער ווייסט אז ער איז נישט משיח - ער איז דאך א נביא.

פון דעסט וועגן דאך איז ער אזוי גרויס אז דער רמב"ם גלייכט אים צו צו חזקיה המלך

דאס זאגסטו!

לאמיר זעהן וואס דער ויואל משה זאגט אויף אזא פארשוין.

סימן ל"ב

לשון המהר"ל -נצח ישראל פרק כ"ד (שמביא הרבה פעמים) ...לעבור על אלו השבועות הוא ביהרג ואל יעבור ואף אם יכופו אותו במיתה של כל מיני עינוים קשים לצאת מן הגלות אסורים לצאת מן הגלות כדין שמד (איך האלט אז דער לשון מהר"ל איז קאמפלעט ארויס פון קאנטעקסט אבער אכמ"ל) ...וחזינן חומר העונש בשבועה דאך מה שנעשה בחסרון ידיעה מ"מ היכא שיש מציאות לאסוקי אדעתיה מעיקרא בזהירות לבוא לידי שבועה הוי העונש חמור כ"כ...

בס"ס מ"ה

כי מעשה דחיקת הקץ לפני זמנו רע ומר יותר מכל העבירות ואפילו החמורה שבחמורות שבכל התורה כולה, ולכן הזהיר אותנו הכתוב לידע זה בידיעה ברורה שאם בזה לוקחין מעצמם שלא כדת הוי וודאי מינות וכפירה גמורה ר"ל....כי באמת העברה על הקץ הוא בעצמו איסור גדול ונורא מלבד איסור השבועה כי הוא לגמרי נגד האמונה כמבואר....שאי אפשר לבוא לקבלת התורה לפי דרכם (של בני אפרים) שאפשר ליקח גאולה מעצמם.... ועכ"פ מי שחושב שאפשר להתעצם ולצאת מן הגלות מעצמנו ובידנו הוא, הוא נגד האמונה בהשי"ת ובתורתו הקדושה בתכלית.

סימן ע"ח
שהעצם ענין של דחיקת הקץ היא כפירה בתוה"ק שהיא ביהרג ואל יעבור כדין שמד א"כ הוא חמור הרבה מאיסור שבועה ולמה היה צריך להשביע?

בסו"ס פ"ו

מה שאומרים שהיה החלטת רוב העמים גם זה שקר...ואין להאריך בזה כלל כי באמת לא מעלה ולא מוריד, ובפרט השבועה השלישית של דחיקת הקץ לא אמר אדם מעולם שהוא תלוי ברשות האומות....אבל ליקח מעצמנו חירות וממשלה באיז אופן שהיא הוא איסור איום ונורא. ואף למשה ואהרן עם כל המופתים שלהם לא היו רשאים להאמין בגאולה טרם ששמעו הסימן הנמסר...

זאגסטו אבער אז פון רמב"ם איז משמע נישט אזוי, נאר אז ער קען יא טוהן די אלע זאכן און בלייבן א מלך בית דוד שלם וכשר. ווייל ער האט געטוהן "בשוגג"

יישר כוחך שהודית על האמת נגד דברי רבך הנ"ל

ממך יראו וכן יעשו!

גיפערליך

איך בעצם טענה זיך זיך ממט איינעם וואס שעלט יידן. נאר טאמער ווילסטו עפענען א ישיבה אויף פירן וויכוחים און עפענען אשכולות, וואלט איך דיר געצהט צונעמען דעם יארעמער רב פאר א מגיד שיעור.

ער וועט דיר אויך מסביר זיין פארוואס מקען רעדן פון אלעם און אויף יעדן אויף דער וועלט אויפן היידפארק. נאר נישט פרעגן קיין קשיות אויף ויואל משה.


תוקן על ידי - baachi - 08/09/2005 10:35:45

זאליweaky » 8/9/2005 16:26

א יישר כח פארן ווייזן אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן אויף די קלארע און אפענע ווערטער פון רמב"ם, אז בר כוכבא האט געהאט די אלע מעלות וואס ער רעכנט אויס, און ביז ווען מען האט אים נישט געהרגעט - שוין נאכן בת קול ! - האבן די חכמים געמיינט אז ער איז משיח.

און א באזונדערו יישר כח פארן ארויסנעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט, און אריינלייגן אין מיין מויל ווערטער וואס איך האב נישט געזאגט.

איך האב ספעציעל מדגיש געווען די מעשה פון הרב בלאך, ווייל דארט דעט מען קלאר אז מען קען רעדן ממש אפיקורסות, און טראץ דעם נאך אלץ זיין א חשובער ראש ישיבה, אדער פון די מלכי ישראל השלמים וכשרים.

יישר כח פארן מיר העלפן ווייזן פאר יעדן אז איך - אינאיינעם מיטן ויואל משה - זעמיר יא גערעכט !

איגריקע » 8/9/2005 17:55

באטשי, זאלסט מיר מוחל זיין, אבער דו הייבסט אן דעם נושא אזוי איניסענטלי אז די ווילסט בלויז וויסן א תשובה אויף א געוויסע פירכא וואס איינער האט דיר אנגעפרעגט, און אויב איינער וויל עס פארענטפערן ווערסטו אפענסיוו און באליידיגט, הייבסט דיך אן צו עקשנ'ן און צאם ברענגן ראיות פון כל התורה כולה, אזוי אז למען השם אז דער "פירכא" מוז זיין א "פירכא". מעיק אפ יור מיינד, דו ווילסט וויסו א תירוץ אדער דו ווילסט נישט.

בנוגע דער עצם פירכא, איז ברור אז דו האסט אויפגעקאכט א טאפ קאשע פון גארנישט, זילטש, נאדא.

סיי מקוה_איד און סיי זאלי האבן עס גוט ארויסגעברענגט, דער ס"ה איז אז א "משיח שקר" איז נאר איינער וואס איז א FONY און א בלאף, אזוי ווי דער אותו איש אדער שבתי צבי, וואס זיי זענען בעצם געווען פינסטערע מענטשן און זיי האבן פרובירט במכון צוו פארנארן כלל ישראל אז זיי זענען צדיקים, און די צייט וואס זענען באמת קיינמאל נישט ראוי געווען צו זיין משיח, וואס אויף דעם שרייבט דער רמב"ם אין אגרת תימן זייערר שארף, ווידער איינער וואס איז א צדיק וגדול אזוי ווי דוד המלך, ווי למשל בר כיזובא וכדומה, די הייסן אויסדריקליך נישט קיין "משיחי שקר", אפי' זיי באוויזן נישט קיין שום נביאות ומופתים, וויבאלד ער גייט על דרך התורה, אזא איינער איז "בחזקת משיח" און "לא הצליחו".

קוק גוט דער לשון הרמב"ם:
ו [ג] אל יעלה על דעתך שהמלך המשיח, צריך לעשות אותות ומופתים, ומחדש דברים בעולם, או מחייה מתים, וכיוצא בדברים אלו שהטיפשים אומרים; אין הדבר כן--שהרי רבי עקיבה חכם גדול מחכמי משנה היה, והוא היה נושא כליו של בן כוזבא המלך, והוא היה אומר עליו, שהוא המלך המשיח. ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח, עד שנהרג בעוונות; כיון שנהרג, נודע שאינו משיח, ולא שאלו ממנו חכמים, לא אות ולא מופת.

ז ועיקר הדברים, ככה הן: שהתורה הזאת אין חוקיה ומשפטיה משתנים לעולם, ולעולמי עולמים, ואין מוסיפין עליהן, ולא גורעין מהן; וכל המוסיף או גורע, או שגילה פנים בתורה והוציא הדברים של מצוות מפשוטן--הרי זה בוודאי רשע ואפיקורוס.


און אנדערע ווערטער, אידישע קינדער ברויכן בלויז טאן פונקטליך וואס די תוה"ק אין חז"ל האבן אונז איבערגעגעבן אן קיין שום שנוי כ"ש, און ווילאנג מ'טוט אלעס ע"פ דת תורתינו, איז אלעס מותר לכתחלה שבלכתחלה. די "הצלחה" פונעם מלך המשיח ברויך מען איבערלאזן פארן אייבירשטן, און אויב צום סוף וועט זיין "לא הצליחו" איז עס ווי אזוי דער רמב"ם ברענגט דעם פסוק "כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבתיו".

תוקן על ידי - איגריקע - 08/09/2005 18:11:39

Baachi » 8/9/2005 22:48

איגריקע

לכבוד דיר וועל איך פראוון נאכאמאהל

זשיד האט עס גוט אראפגעלייגט


דער רמב"ם שרייבט במפורש, אז ס'איז שייך א היכי תימצי, א איד זאל פירען מלחמות מיט די גארע וועלט, ארויף ציען אלע אידען קיין א"י, וכו' וכו', און ניטאמאל זיין משיח, און נאך אלץ זיין פון די מלכי ישראל הכשרים! יא! ארויף אויף'ן זעלבע שטאפעל ווי שאול, דוד, שלמה, חזקיהו און יאשיהו!

און דאס אלעס טראץ דעם, וואס לשיטת בעל הדברי יואל, האט ער עובר געוועהן אויף גאר הארבע איסורים, פון די עיקרי הדת!

האט זאלי געטנפערט - און זעהט אויס אז דו אויך.
אז דאס מיינט מען אזא איינער ווי בן כוזיבא וואס ער האט באמת בתום לב געמיינט ער איז משיח. דער איז אגרויסער מענטש. און ער מעג די אלע זאכן טוהן ווייל ער מיינט ער איז משיח. כאטש ער האט א טעות.

(משיח דארף זיין א נביא, און אנביא וואס מאכט א טעות לטובה, איז ער אנביא שקר און חייב מיתה בבית דין, אבער א שלם וכשר איז ער נאך אלץ לשיטת זאליוואקי,ומעשה בעלזא ובלאך יוכיח)


אבער לשיטתכם!

פרעג איך אייך

אויב אזוי פארוואס איז געקומען פאר בן כוזיבא ודורו אזא שווערן עונש? ווייל ער איז געווען א דוחק את הקץ!

משא"כ דער נעקסטער וואס וועט טוהן די זעלבע זאך וועט נישט באקומען קיין שום עונש ער וועט אראפגיין אין די היסטאריע ווי א מלך בית דוד שלם כשר (געדענקט, שטייט "או" נהרג)

וכי משא פנים יש בדבר?

תוקן על ידי - baachi - 08/09/2005 22:57:59

תוקן על ידי - baachi - 08/09/2005 22:59:36

זאליweaky » 8/9/2005 23:01

אז דו ביסט שוין מודה אז בר כוכבא איז יא געווען א גרויסער מענטש, קענסטו דאך פרעגן די קשיא גלייך אויף בר כוכבא, פארוואס איז אים געקומען אזא שווערער עונש ?

דו קענסט די זעלבע זאך פרעגן אויף מנשה מלך ישראל, וואס ער איז געווען א ריזן תלמיד חכם, וואס רבי אשי האט אויף אים געזאגט "רבינו", אבער ווייל ער האט געדינט עבודה זרה האט ער באקומען די שוידערליכע יסורים, פאר קיין שום איד נישט געוואונטשן.

דאס זעלבע מיט צדקיהו, אדער יאשיהו, וואס דו אליין האסט דערמאנט אלס די מלכי ישראל השלמים וכשרים, און טראץ דעם איז געקומען אויף זיי די ביטערע עונשים רח"ל.

עס איז קלאר, אז אפילו לשיטתך אז "מלכי ישראל השלמים וכשרים" גייט ארויף אויף דעם משיח שקר, קומט אים אבער אן עונש.

עס איז זינלאז אזא קשיא צו פרעגן, און גרעניצט זיך ממש מיט כפירה.

בהדי כבשי דרחמנא למה לך ?!?!

תוקן על ידי - זאליweaky - 08/09/2005 23:04:57

Baachi » 8/9/2005 23:27

זאלי

אדער לייענסטו נישט אדער פעלט דיר אין הבנת הנקרא

לייען שטאטאעלך

לשיטתי

איז בר כוכבא געקומען איין עונש צוליעב זיינע דיבורים און מעשים אזוי ווי דער ירושלמי הנ"ל אין מדרש איכ"ר זאגט - לייען עס נאכאמאהל איבער- אדער ווייל ער האט זיך פראקלאמירט פאר א משיח שקר ווי דער בבלי זאגט.

דער רמב"ם האלט אויך אזוי "...עד שנהרג בעוונות.

לשיטתכם ולפי הויואל משה

אז ער איז געוועהן א גרויסער צדיק און נאר צוליעב דחיקת הקץ - וואס איז הארבער פון חמורה שבחמורות - איז ער געהארגעט געווארן מיט כל בני דורו.

פרעג איך אייך פארוואס דער מלך פון וואס דער רמב"ם שרייבט וועט נישט חייב זיין אזא הארבן עונש.

פארקערט ער ווייסט דאך שוין פון די מעשה בן כוזיבא, קומט איהם א גרעסרן עונש

אלא מאי מוז מען זאגן אז א מלך וואס רופט זיך נישט משיח, און ער טוט די אלע זאכען איז ער נישט קיין דוחק את הקץ!

ותיובתא דויואל משה

וואס ענפערסטו מיר פון צדיק ורע לו - ווער איז דא דער צדיק?

איך האב מורא דו דו פארשטייסט נישט וואס מרעדט דא בכלל

תוקן על ידי - baachi - 08/09/2005 23:34:16

Baachi » 9/9/2005 00:12

זאלי

איך זעה אז דו צילסט אויף דעם צדיק ורע מיט בהדי כבשי דרחמנא

זעהט אויס אז דו האסט נישט בחייך אנגעקוקט קיין ויואל משה

ער בויט זיין גאנצן גרויסן בנין אויף די שואה. ראה הקדמה

דחיקת הקץ איז ביי איהם די הויפט סיבה פון די שואה.

קומסטו צוגיין מיט צדיק ורע לו. בהדי כבשי דרחמנא!!!

נאכדעהם ווי דו האסט געזאגט אז מקען עובר אויף חמורה שבחמורות ע"ז ג"ע שפ"ד שבועת שקר, נביא שקר און הייסן דערנאך א מלך בית דוד שלם וכשר,
היפך פון ויואל משה

קומסטו מיט דעם צדיק ורע לו און אז מקען גארנישט וויסן וואס מזעהט עונשים בעוה"ז.
היפך פון ויואל משה.

דו האסט לכה"פ אויך א מעשה'לה אדער א ווערטל דמסייע לך?
(היפך פון ויואל משה שאין לסמוך בכלל על סיפורי מעשיות)

דו ביזט זיכער אז דו ביזט א סאטמערער חסיד?



תוקן על ידי - baachi - 09/09/2005 0:48:30

זאליweaky » 9/9/2005 00:21

איך הייב אן ערנסט צו טראכטן אז עמיצער האט אויפגעבראכן דעם קאוד, און אריין אונטערן ניק פון באטשי.

דער אלטער באטשי האט קיינמאל נישט געשריבן אזעלכע שטותים.

דער עיקר זע איך אז איך האב פאר דעם אויבערשטן שרייבער געענטפערט אין פינטל, אז ער מוז זיך נעמען רעדן אזעלכע געבראטענע נארישקייטן.

והי' זה שכרי.

מקוה_איד » 9/9/2005 01:11

באטשי, זיי מיר מסביר פשט אונעם רמב"ם:

1. וואס מיינט דער רמב"ם מיט די ווערטער הרי זה "בחזקת" משיח? מיט וואס איז דאס אנדערש ווי "משיח בוודאי"?

2. וואס מיינט דער רמב"ם מיט די ווערטער, הרי הוא ככל מלכות בית דוד השלמים והכשרים "שמתו", וואס מיינט און ווי קומט דא אריין די ווארט "שמתו"?

איך פרעג דיר דאס, ווייל דא ליגט דער הונט באגראבן! דאס מאכט דער שאך מאט!

זאליweaky » 9/9/2005 01:41

דו האסט א טעות.

ער דארף נישט מער ווי צוריקשרייבן אז דו רעדטסט שטותים, און בלא בלא בלא, און שוין איז דער ויואל משה אפגעפרעגט...

jid_613 » 9/9/2005 02:29


אויף שאלה 1) וועל איך פרואווען ענטפערען יעצט. שאלה ב' וועט זיין א אנדערס מאל... (חוץ אויב "מקוה איד" וועט מיר מגלה זיין דעם סוד פון דעם שך מט....).

בחזקת משיח.

אז גדולי ישראל זאלען איהם נישט שטערען אינדערמיט פון דער ארבעט, און כלל ישראל באופן כללי זאל מיט איהם מיט גיין. און איהם שטעלען אויף די "חזקה", אז ער טוט לתועלת כל בית ישראל.

ודאי משיח.

הגיע לתכלית מה שמשיח צריך לעשות! אין עוד יותר מזה שהמשיח צריך לעשות בזה העולם.

כנ"ל הקטן.
דזשיד

Baachi » 9/9/2005 07:12

מקוה_ איד

איך זעה אז דו האלטסט דו האסט א וויכטיגן טריט, עד כדי כך אז דו ערלויבס דיך מיך צו ווארענען אז אט אט קומט א מאט.

דו פרעגסט צוויי שאלות

די ערשטע איז כבר דשו בו רבים, די צווייטע איז נישט דשו בו רבים ווייל מען האט נישט געהאט דעם ריכטיגן נוסח עד הנה.

אויף שאלה נומער 1

וואס מיינט דער רמב"ם מיט די ווערטער הרי זה "בחזקת" משיח? מיט וואס איז דאס אנדערש ווי "משיח בוודאי"?
ן


דזשיד האט דיר גענטפערט גוט, אבער איך וועל פראוון אויף מיין לשון (אוי איין אריכות)

ס'דא דריי שלבים אין התגלות מלך המשיח

1) ואם יעמוד מלך מבית דויד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדויד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, ויילחם מלחמות ה'--הרי זה בחזקת שהוא משיח

2) אם עשה והצליח, וניצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו, וקיבץ נדחי ישראל--הרי זה משיח בוודאי.

3) לתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" (ראה צפניה ג,ט).

יעצט

טאמער וויל איינער זיך אויפשטעלען יעצט און אפקויפן די מלכי ישמעאל מיט אסאך געלט און בויען דעם בית המקדש -אזוי ווי סגעוועהן בימי עזרא - אין שלאגען זיך מיט כל האומות סביביו און אפילו געוואנען, - אזוי ווי בימי ינאי המלך - און מקבץ זיין נדחי ישראל -אזוי ווי היינטיגע צייטן - אפילו סוועט אים געלונגען, איז ער נאך אלץ נישט משיח ווייל ער האט נישט דעם חזקת משיח.

דאס זאגט דער רמב"ם: ואם יעמוד מלך מבית דויד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדויד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, ויילחם מלחמות ה'--הרי זה בחזקת שהוא משיח:

נאכדעהם קען ער גיין צו שלב ב'

טאמער האט דורך געמאכט דעם שלב ב' אויך, איז ער משיח בוודאי.

וואס איז אבער טאמער פעלט איין זאך פון שלב ב'? און ער האט אויס געלעבט די יארן אין געשטארבן ווי חזקיהו, אדער ער איז נהרג במלחמה אזוי ווי יאשיהו המלך

זאגט דער רמב"ם

זאלסטו נישט מיינען אז ווייל ער איז נישט געווען משיח, אין ער האט אנגעמאכט מלחמות מיט מלוכות איז ער א משיח שקר און חייב מיתה, א שייגאץ איין אוואנטוריסט א רוצח אדער נאך ערגער א דוחק את הקץ און וויל ארויס גיין פון גלות פאר ביאת המשיח האמיתי און איז עובר אויף דעם גאנצן ויואל משה

זאגט דער רמב"ם ניין!

סנישטא קיין שום עבירה פון האבן א אייגענע מלוכה און ארויס גיין פון גלות (אויף געוויסע אופנים) פאר ביאת המשיח!!!

ער האט געמעגט די אלע זאכן טוהן אין ער איז נאך דומה צו דוד מלך ישראל און חזקיהו ויאשיהו המלך בשעתם

וואס אויך חזקיהו המלך האט געהאט אלע קוואליפיקאציעס אין דער רבש"ע האט אים געוואלט מאכן פאר משיח "שמתו" און ער איז גשטארבן אהן זיין משיח.

סנהדרין דף צד/א
ביקש הקדוש ברוך הוא לעשות חזקיהו משיח וסנחריב גוג ומגוג אמרה מדת הדין לפני הקדוש ברוך הוא רבונו של עולם ומה דוד מלך ישראל שאמר כמה שירות ותשבחות לפניך לא עשיתו משיח חזקיה שעשית לו כל הנסים הללו ולא אמר שירה לפניך תעשהו משיח לכך נסתתם

אויף יאשיהו המלך

ספר קול מבשר ח"ג
במדרש רבה (פר י"ט א). זאת חקת. זה שאמר הכתוב (איוב י"ד ד), מי יתן טהור מטמא לא אחד. כגון, אברהם מתרח, חזקיה מאחז, יאשיה מאמון, מרדכי משמעי, ישראל מעובדי כוכבים, העולם הבא מעולם הזה. וכו'. על פי מה דאיתא במדרש, אברהם וחזקיהו ומשיח השיגו בוראן בלא תורה. ע"כ שמחצב נשמתן היה גבוה כל כך עד למעלה מן התורה. ובספר הגלגולים, שמרדכי היה שורש יעקב. וזה בחינת משיח בן יוסף. וגם במדרש נרמז, שהיה מתוקן לגאולה. שעל יאשיהו נאמר (איכה ד' כ), רוח אפינו משיח ה'

אין די מדרשות און ספרים כמה פעמים אז מען געמיינט אז יאשיהו ע"ה הנהרג איז משיח בן יוסף

יעצט פארשטייסטו וועמען דער רמב"ם מיינט מלכי בית דויד הכשרים והשלימים שמתו?

השתא דאתית להכי מיין איך אז דער רמב"ם וויל באווארענען משיח בן יוסף וואס וועט געהארגעט ווערן, לאמיר האפן אז ער איז שוין געוועהן.

היוצא לנו מדברינו אז סדא אמציאות סזאל א מדינה וקיבוץ גליות על פי תורה פאר ביאת המשיח ואין שום עבירה בדבר

ותיובתא דויואל משה

תוקן על ידי - baachi - 09/09/2005 7:35:20

זאליweaky » 9/9/2005 08:22

בלא בלא בלא.

תיובתא דבאטשי תיובתא...

--------

האסט פארגעסן, "צוליב געוויסע סיבות", מיר צו ענטפערן וואס כ'האב דיר געפרעגט.

דער בעל ויואל משה, האט קלאר געזאגט, אז אפילו איינער וואס רעדט אפיקורסות ממש, איז נאך נישט קיין אפיקורס.

און לויט די ווערטער פון דעם בעל ויואל משה, קען מען עובר זיין די עבירה פון דחיקת הקץ, וואס איז סך הכל אפיקורסות, און פארט ווערן גערעכנט אלס "מלכי ישראל השלמים וכשרים".

גענוג קלאר ???

באטשי לעבן, איך האב דיר געפרעגט איין - זייער פשוט'ע - קשיא, זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ.
בלאט: 1 2