היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » לכבוד די יאהרצייט. פירכא על ס' ויואל משה

לכבוד די יאהרצייט. פירכא על ס' ויואל משה

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1548736
בלאט: 1 2

Baachi » 9/9/2005 08:41

קוק וואס דא שטייט:

ספר ויואל משה בס"ס מ"ה
כי מעשה דחיקת הקץ לפני זמנו רע ומר יותר מכל העבירות ואפילו החמורה שבחמורות שבכל התורה כולה, ולכן הזהיר אותנו הכתוב לידע זה בידיעה ברורה שאם בזה לוקחין מעצמם שלא כדת הוי וודאי מינות וכפירה גמורה ר"ל....כי באמת העברה על הקץ הוא בעצמו איסור גדול ונורא מלבד איסור השבועה כי הוא לגמרי נגד האמונה כמבואר....שאי אפשר לבוא לקבלת התורה לפי דרכם (של בני אפרים) שאפשר ליקח גאולה מעצמם.... ועכ"פ מי שחושב שאפשר להתעצם ולצאת מן הגלות מעצמנו ובידנו הוא, הוא נגד האמונה בהשי"ת ובתורתו הקדושה בתכלית.

דאס איז אחד מיני רבים פון דעם ספר

אפילו איך וועל מיך מדחיק זיין אין דיר גלייבן די מעשה'לע אז פון נאררעדען אזוי קען מען נאך זיין א צדיק לשיטת הרב מסאטמאר

אבער דא רעדט מען ווען דער דאזיקער מלך האט אפגעטהון למעשה חמורה שבחמורות! קען ער נאך הייסן א צדיק?

הגע עצמך ווען ער זאל וואינען איאהר צייט מיט א גויטע (בצנעה), א פשוטער נשג"ז ר"ל - סנאר איין איסור ג"ע דרבנן, וואלסטו איהם נאך גערופען צדיק?

דא טוט איינער א דבר חמור פון אלע דריי עבירות צו זאם. נישט נאר אליין נאר א חוטא ומחטיא כלל ישראל, ווילסטו מיר פארקויפן אז דער סאטמערער רב האט געזאגט אז מען קען איהם נאך אנרופן א צדיק?


און אויב סאיז יא אמת, איז ער זיך אליין סותר אויף דעהם הארבסן אופן

איז ווי וועמען דארף מען האלטן ווי זיינע ווערטער צו בלאך'ן צו ווי זיין ספר?

תוקן על ידי - baachi - 09/09/2005 8:43:31

זאליweaky » 9/9/2005 09:00

עפעס הייבט אים שוין אן אריינצוגיין אין קאפ...

דא האסטו אן אינטערעסאנטע גמרא (סנהדרין ק"ב).

רב אשי אוקי אשלשה מלכים, אמר למחר נפתח בחברין.
אתא מנשה איתחזי ליה בחלמיה, אמר: חברך וחבירי דאבוך קרית לן ? מהיכא בעית...?
אמר ליה לא ידענא
א"ל מהיכא דבעית ... לא גמירת, וחברך קרית לן ?!
א"ל אגמריה לי ולמחר דרישנא ליה משמך בפירקא. א"ל מהיכא...

א"ל מאחר דחכימתו כולי האי, מאי טעמא קא פלחיתו לעבודה זרה ?!
א"ל אי הות התם (דער הייליגער אמורא רב אשי !!!) הות נקיטנא בשיפולי גלימא ורהטת אבתראי


למחר אמר להו לרבנן נפתח ברבוותא.

---------------

דו פארשטייסט וואס דא שטייט ?

נישט נאר וואספארא תלמיד חכם מנשה איז געווען.

נאר אז דער גרויסער און הייליגער אמורא רב אשי, וואלט ווען אויך עובר געווען אויף די הארבסטע עבירה אין די תורה !!!

------------------

פון יעצט און ווייטער וועל איך שוין בלי נדר נישט ענטפערן.

כ'על נאר מסיים זיין מיט א ווארט פון די הייליגע חז"ל - אין וועלכע איך גלייב נאך יא.

אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם.

אם הראשונים כבני אדם, אנו כחמורים.


(כ'מיין נישט דא דעם רבי'ן זי"ע, כאטש ער איז גענוג גרויס געווען, איז ער פארט - כלפי בר כוכבא, מנשה, און רב אשי - נישט מער ווי א מענטש כלפי א מלאך !)

איך מיט קיין אייזלען טענה זיך נישט !

תוקן על ידי - זאליweaky - 09/09/2005 9:01:30

jid_613 » 9/9/2005 09:29


בקיצור, גע'ענדיקט, חאלאס, זיפ, וגמרנו.

דער שיטה איז גע'ענדיקט. ע"פ די פשוט'ע אופנים פון לימוד התורה, האט דאס נישט קיין יישוב.

(דערמאנטס ענק נאר, ווי זאלי? האט געשריבען אמאל דא אין פורום, היתכן דער אידען וואס גייען נאך די אגודה, טוהן אזוי טראץ דעם וואס ס'האט נאך קיינער נישט -- ביז באטשי -- געשריבען עפעס א תירוץ אויף דעם הלכה ספר ויואל משה...)

ווער ס'האלט אנדערש ווי דער פריערדיגע סטעיטמענט, זאל מוחל זיין און איבערקוקען די תגובות פון זאלי און מקוה איד ועוד,

וואס ווען מ'פרעגט זיי א גראדע שאלה פון רמב"ם, וואס ס'פעלט נישט אויס קיין סאך צו קוועטשען דערין, ווערען זיי קודם פארלוירען, פרואווען צו ענטפערען וואס זיי קענען,

דערנאך זעהט ער אז ס'איז נישט מעגליך, ארבעטען זיי אויף דעמעדזש קאנטראל, און פרואווען מסביר זיין פארוואס ס'פעלט בכלל נישט אויס צו ענטפערען.

דער אמת איז, אז אהלי צדיקים איז גערעכט געוועהן, דער ריכטיגער טאקט וואלט געוועהן, בכלל נישט צו ענטפערען, אזוי אז דער תמימות'דיגע ליינער, וואס ליינט נאר אויבער פלעכלעך, זאל כאטש מיינען, אז באמת איז יא דא א תירוץ, נאך "ער" ווייסט נישט, ווייל זאלי וויל נישט מגלה זיין דעם סוד.

איז אלזא הערט מיר צו. תורה היא ומונחת בקרן זוית. וכל הרוצה יבוא ויטלה.

דער תורה איז א זאך וואס איז "נישט" נמסר געווארען ליחידים.

און אודאי, אויב ס'איז דא א ראיה פון א רמב"ם, קען נישט א מענטש וואס האט גע'אטעמעט לופט דא אין אמעריקא זיך קריגען דערויף!

נישט קיין נפק"מ ווער ער צו זיינע רבי'ס זענען!

און אויב איז אמת אז דער נוסח פון רמב"ם איז נישט געוועהן לפניו, איז בכלל נישט קיין חיוב מתרץ צו זיין וואס ער האט געהאלטען, אפילו אויב לדעתך איז ער געוועהן א קדוש מרחם!

ער האט פשוט נישט געוויסט!

ער האט נישט געהאט דעם רמב"ם!

און יעדער וואס איז מאמין בצדקתו, איז מחוייב צו זאגען, אילו ראה רבינו דברי הרמב"ם, היה חוזר בו!

ער איז דאך סוכ"ס נישט געוועהן סתם א טריקענע עקשן!

ער האט דאך אזוי געשריבען, נאר מחמת א ריינער הלכה'דיגע פסק!

דארף מען פשוט וויסען, צו ער האט געהאט אלע מקורות אזוי ווי עס געברויך צו זיין!

דער גרעסטע מעלה פון א חכם איז, אז ער איז מודה אויף זיינע טעותים. (ספה"ק)

ס'איז טאקע שווער, א זאך וואס מ'ארבעט דערויף א גאנץ לעבען זאל זיך אויס שטעלען אלץ א טעות, אבער רבינו ברוב צדקותו וענוותנותו, וואלט זיכער דאס נישט געוועהן קיין אפהאלט.



זאליweaky » 9/9/2005 09:54

פאר דעם אליין האט זיך געלוינט דער גאנצער ויכוח, אז זשיד זאל מודה זיין בפה מלא, "רבינו בגודל צדקתו"...

אזא דעמאגאגישן ענטפער, מיט באמבאסטישע ליידיגע ווערטער - און נאך מיט די טענה אז מען האט געענטפערט דעמאגאגיע - האב איך שוין לאנג נישט געזען אויף היידפארק.

-------------------

כ'על נאר מסיים זיין מיט א ווארט פון די הייליגע חז"ל - אין וועלכע איך גלייב נאך יא.

אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם.

אם הראשונים כבני אדם, אנו כחמורים.


(כ'מיין נישט דא דעם רבי'ן זי"ע, כאטש ער איז גענוג גרויס געווען, איז ער פארט - כלפי בר כוכבא, מנשה, און רב אשי - נישט מער ווי א מענטש כלפי א מלאך !)

איך מיט קיין אייזלען טענה זיך נישט !

איגריקע » 9/9/2005 19:17

פון די ערשטע רגע וואס דער נושא האט זיך אנגעהויבן האב איך באמת נישט געזעהן קיין שום צד פון א פירכא אדער סתירה, און איך זעה עס נאך אלס נישט.

ווען דער רמב"ם זאגט "הרי הוא ככל מלכות בית דוד השלמים והכשרים" איז עס נאר מיט איין תנאי.

נאר אויב דער מלך טוט אלע פעולת און האט אלע מעלות וואס דער צוקנופטיגער "משיח" גייט האבן. וואס דורך דעם איז ער "בחזקת משיח". און דער מלך מוז טון די אלע פעולת אויפן חשבון אז עס קומט שוין דער גאולה נצחי והאמיתי.

און אויף אזא מין אופן הייסט עס נישט אפי' לויטן "ויואל משה" קיין "דחיקת הקץ" און עס הייסט נישט קיין ממשלה קודם "ביאת משיח", ווייל "בחזקת משיח" הייסט פונקט ווי "ביאת משיח".

איי "לא הצליחו"? דאס איז נישט קיין פעלער, דאס נעמט דאך נישט אוועק פונעם מציאות אז ער געווען "בחזקת משיח", די קיום התורה והמצות איז נישט תלוי אין "הצלחה", אויב חז"ל האבן אונז איבערגעגעבן די הדרכה ווי אזוי משיח גייט אויסזעהן, איז די רגע וואס אזא מענטש קומט ארויף, זענען מיר "מחויב" איהם צו שטעלן אויף די חזקה אז ער איז "משיח".

אויב אבער דער מלך פעלט איינע פון זאכן וואס וואס דער מלך המשיח ברויך האבן, (למשל ער איז נישט קיין "מורח ודאין" לויט איין שיטה) איז ער שוין נישט "בחזקת משיח", ממילא איז דער מלוכה שוין נישט אויפן חשבון פון די גאולה הנצחי והאמתי, אויף אזא אופן וועט סיי דער רמב"ם און סיי דער ויואל משה האלטן אז דאס איז "דחיקת הקץ" און א מלוכה קודם ביאת משיח וואס איז יהרג ואל יעבור.

דאס מיינט, לו יצויר אויב דער מלך בית דוד, וואס דער רמב"ם זאגט אז ער איז "בחזקת משיח", וועט געהארגעט ווערן אבער מאיזה סיבה וועט נאך זיין אן אופן אנצוהאלטן די מלוכה, די מלוכה איז "אסור" לויטן רמב"ם צו אנהאלטן ווייטער, ווייל עס איז מער נישט דא קיין מלך וואס איז "בחזקת משיח", ממילא איז עס א מלוכה קודם ביאת משיח.

די זאך איז קלאר ווי דער טאג.

תוקן על ידי - איגריקע - 09/09/2005 19:21:06

באראפארקער » 9/9/2005 19:20

דאס איז אומגעלויבלעך


די בני השיטה האבען געהויבען הענט, זיי האבען נישט וואס צו ענטעפערען און עם כל זה זענען זיי גערעכט.

לדבריהם, איז אלע אידען וואס זענען ציונים, זענען ככל מלכי בית דוד הכשרים, זיי האבען גראדע אן עבירה, אבער זיי זענען שלמים וכשירים,

און באטשי איז גאר דער וואס שרייבט ליידיגע דעמאגאגיע,

אומגעלויבליך.


איין זאך וועגען די בני השיטה וואס מען קען דא קלאהר זעהן איז,

זיי טראכטען נישט, און קענען נישט לערנען.



ווען איך בין א סאטמארע פין די בני השיטה, וואלט איך געהאט א גאר גוטע תירוץ אויף דעם רמב"ם. בעסער פין די דערמאנטע תירוצים, איך האב א תירוץ, נארישקייטען, וכו'.


אבער, דער אמת לאמיתו מוז איך זאגען, אז קיין ראי' קעגען דעם ויואל משה איז נישט דא.

והא לך דברי,

דער שלש שבועות זענען נאר שבועות כל זמן אידען זענען אין "גלות", דער רגע דער גאולה "הייבט" זיך אהן, איז שוין קיין איסור פין שלש שבועות נישט פארהאן, דאס איז פשוט, אויף דעם וועט איעדע בר דעת מודה זיין, הגע עצמך, איז דא שלש שבועות אז אויף אייביג מוז מען בלייבען אין גלות????


ממילא, ווען עס שטייט אויף א מלך, און ער וויל "אנהייבען" די "גאולה" איז קיין שלש שבועות נישט דא, אבער די מדינה, האט קיין גאולה נישט געוואלט מאכען, זיי האבען דאס נישט בדעה, זיי ווילען קיינמאל נישט צוקומען צו קיין ביהמ"ק וכו', נאר וואס דען????

זיי ווילען בשעת מען איז אין גלות האבען א מדינה, און דאס איז א מרידה באומות, און דחיקת הקץ לדעת ויואל משה.


אלזא, בני השיטה, תנוח דעתכם, איך האב געזעהן אז עטץ גייטס פשוט שפרינגען פין דאך ווייל .... די שיטה איז געווארען אנגעפרעגט, האב איך גענומען די מיה, און פארענטעפרט תורתו של אותו זקן,

וועלען די בני השיטה פין היידפארק, אויך קענען שלאפען רואיג דעם שבת..

איגריקע » 9/9/2005 19:26

באראפארקער, עיין בתגובה דלעיל ותמצא נחת

sammy » 9/9/2005 19:35


באראפארקער.
לא סתם כך מכנים את חסידי רב"צ ציונים....

איגריקע » 9/9/2005 20:02

סעמי

באראפארקער » 9/9/2005 20:03

תמהני עליך sammy

אתה יושב שם, וקורא אשכול כזה, שיש בה תמיהא רבתי על ספר ויואל משה, ולית נגר ובר נגר דיפרקיני', ואתה יושב בדד ודומם????

אין לך שום רגש לשיטת סאטמאר??

התינח אם לא היית עונה כלל, היינו תולים לומר שאינך קורא הדברים כאן, אבל כשאתה מגיב בדברים של מה בכך, וכאומר, יודע אני הכתוב כאן, ועכ"ז איני מגיב, הרי זה ראי' שאין לך מה להגיב ולענות!!

חוב מוטל על כל אחד אשר כבוד רביה"ק מסטאמאר יקר בעיניו(!) שיגיב ויאמר את אשר בלבבו לתרץ את משנתו של ספר ויואל משה!!

jid_613 » 9/9/2005 20:07


איז לאמיר דא קלאר מאכען.

לויט איגריקא, ווענדט זיך אין די גדלות פון דער מענטש.

(לפי"ז יש לדון הרבה, איך הרמב"ם מתייחס לבר כוכבא, שבשעתו החשיבוהו כמשיח)

לויט באראפארקער, ווענדט זיך דאס אין "כוונה". אויב איז דער וואס פירט די מלחמות מתכוון ל"גאולה", איז נישט דא מער דער איסור פון שלש שבועות (ובע"כ ה"ויואל משה" יסכים לזה, שהרי כתוב כך ברמב"ם).

זענטס עטס אלע דא מסכים?

sammy » 9/9/2005 20:32


באראפארקער.
אני כותב את הדברים כחסיד סאטמאר פשוט, ואני מודה שאין כוחי בויכוחים מעין אלו.ולדעתי מי שחולק על הויואל משה, איננו נעשה כופר בגלל זה.

אבל לפני שאתה פוצח פה בשירת "דידן נוצח" שלפי דעתך לא ענו לך על שאלתך וע"כ וכד' הפרכת את שיטת הוי"מ, לא מזיז אותי זיז כלשהו שויואל משה אמת ותורתו אמת. גם קודם שהצגת את שאלתך ידעתי גם ידעתי שרוב העולם היהודי לא קיבלו את שיטת רבי זי"ע, ועכ"ז זה לא מזיז אותי זיז כלשהו מאמונתי שויואל משה אמת ותורתו אמת.

בטח שמעת על אירגון חילוני בשם "דעת אמת" (ואני ח"ו לא משווה אותך אליהם) שיכולים להוכיח לך שחור על גבי לבן שהצדק איתם ח"ו . ויש להם ראיות מכל מיני מקורות לרוב שנאספו ע"י ת"ח שנחמצו. נו? האם זאת אומרת שהם ח"ו צודקים? כמובן שלא!
איי הרי יש אנשים שלא יכולים להפריך אותם?
לזאת יקרא אמונה פשוטה!
חוץ ממה שברור אצלי, שמה שאתה יודע, גם בעל הוי"מ ידע.

נ.ב.
אולי אתה יכול להחכים את חברי הפורום, ולהסביר לנו מה דעת קודשו של רבך רב"צ על השיטה והוי"מ?

איגריקע » 9/9/2005 20:39

איך וויל מוסיף זיין, און ארויסברענגען בעסער מיין פוינט.

עס איז נישט דא אזא מין מושג און כל התורה כולה אז א מ'זאל מחייב זיין א מענטש מיט עפעס אן עבירה "למפרע" אויפן בלויזן חשבון אז ער האט נישט "מצליח" געווען.

דאס איז דאך וואס די ציונים טענה'ן אז וויבאלד זיי האבן מצליח געווען מוז זיין אז זיי טוען גוט.

דער מלך וואס דער רמב"ם רעדט איז אז ער האט דעם פונקטליכן מהות פון משיח און מ'טוט אלעס ע"פ דת תורתינו הק', נאר וואס דען, דער איין איינציגער חסרון וואס ער האט געהאט איז אז "לא הצליחו".

מ'קען נישט מאכן איינעם א שיגץ "למפרע", ממילא וועגן דעם, אפי' לויטן ויואל משה, וויבאלד די מלוכה איז געווען ע"פ תורה, ווערט ער פארעכנט כשאר מלכות בית דוד הכשירים.

די רגע וואס עס ווערט נברר אז דער מלך איז נישט "בחזקת משיח" מחמת סיבות "לא הצליחו", איז מהיות והלאה די מלוכה יהרג ואל יעבור, און עס טאר נישט אנגיין, אבער דער מענטש איז ווייטער כשר וישר, כשאר מלכי בית דוד.

אויב אבער עס ווערט נתברר אז דער מלך האט מתחלה נישט געהאט די כשרונות וואס חז"ל האבן פארגעשריבן, (למשל מורח ודאין לויט איין שיטה) אזא איינער איז א "משיח שקר" און אן עבריין.

אגב, פון דעם וואס דער רמב"ם ברענגט די מעשה פון בר כוכבא איז אבסעלוטלי נישט מוכרח וואס דער רמב"ם האלט צו ער איז א משיח שקר אדער כשאר מלכי בית דוד, מהא אין ראי'. עס איז בכלל נישט נוגע צום דעם נושא. דער רמב"ם ברענגט נאר א ראי' אז משיח וועט נישט דארפן באווייזן קיין אותות ומופתים, גארנישט מער, און די ראי' איז פון "ר' עקיבא" שהי' מחכמי המשנה, נישט פון "בר כובכא", דהיינו, וויבאלד "ר' עקיבא" האט געהאלטן אז ער איז משיח און "בר כוכבא" האט דאך נישט באוויזן קיין אותות ומופתים מוז דאך זיין אז "אותות ומופתים" איז נישט קיין זאך וואס "משיח" ברויך צו האבן. יעצט צו למעשה, אויב בר כוכבא איז געווען א "משיח שקר" צוליב אנדערע סיבות, פון דעם רעדט נישט דער רמב"ם, ממילא וועל איך אויך נישט רעדן דערפון.

תוקן על ידי - איגריקע - 09/09/2005 20:43:38

Baachi » 9/9/2005 23:53

זאלי

איז בהדי פניא דמעלי שבתא (און אמעריקע...) אבער איך וועל האבן א שבת שכל מלאכתך עשוייה.


איך זעה שוין דעם מיספארשטענדעניש

דו האלסט אז ווען דער רמב"ם רעדט פון דעם הרי הוא ככל מלכי בית דויד הכשרים והשלימים מיינט ער נאר בן כוזיבא און מעהר קען דאס נישט זיין.

איך האלט ער רעדט יעצט פון א מלך שעתיד להיות.

סאיז געלערנט פאלש פשט

והנה ראיותי

א) ווען ער וויל פארענטפערן בן כוזיבא אליין . און מעהר קען דאס נישט קיינמאהל נישט זיין . צו וואס זאגט ער מת?. זאל ער זאגן נאר נהרג במלחמה

ב)זאל ער ארויס זאגען... אבל בן כוזיבא. אזוי ווי ער רופט איהם אהן פריער. כדי קיינער זאל זיך נישט טועה זיין.

איז דאך א סימן אז דער רמב"ם רעדט פון בן כוזיבא אויך(לשיטתך) וגם כל הבאים אחריו. נישט נאר פון די ראשונים כמלאכים. נאר פון די אחרונים שבאחרונים ןןאס זענען נאך אפילו נישט געבוירן (איך האף אז יא)

ג) ער רעדט דאך א הלכה פריער פון בן כוזיבא. ... עד שנהרג בעוונות. לייג צו אבל היה מלך שלם וכשר ככל ... כמז"ל זכר צדיק לברכה. צו וואס דארף ער מאכען א נייע הלכה נאר צו פארענטפערן בן כוזיבא

ד) חוץ פון דעהם אז עס קען נישט מיינען בן כוזיבא מחמת דעם מדרש איכ"ר וואס דער ויואל משה ברענגט. און דעם ירושלמי (וואס דער ויוא"מ איגנארירט) כנ"ל כמה פעמים, אז דכר בת קול האט אים גערופן הוי רועי האליל.

ה) ער הייבט ער אהן דעם פרק " אם יעמוד מלך" .לשיטתך דארף ער שרייבן " אם עמד מלך"

ו)עס קומט אויס אז דער רמב"ם רעדט דא נישט קיין הלכה. ער לערנט היסטאריע. וואס איז בכלל נישט נוגע למעשה

מיר ווייסען אז דער רמב"ם איז הלכה למעשה.

אין אז ער מיינט א סאיז א הלכה למעשה לדורות העתידים. איז הדרא תיובתא לדוכתא.

BTW דיין ראיה פון רב אשי האט צוטוהן מיט דעם יצרא דעבודה זרה. נישט מיט די אנדערע זאכן



תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 10/09/2005 0:16:24

Baachi » 10/9/2005 00:35

זשיד
זיי בייהאלטן זיך יעצט.
ווי זענען זיי די גרויסע פאלעמיקער?

דו האלסט אז דער סאטמערער רב וואלט חוזר געוועהן?
ביזטו מקיים והרי דן את כל האדם לכף זכות

גלייב מיר סדא אסאך שווערערע זאכן אין ויואל משה.

דער גאנצער אם יעמוד מלך מבית דוד מוז זיין אז סוועט א מדינה פאר משיח וועט קומען. קוק אריין ווי אזוי ער פארענטפערט דאס. לא זכיתי להבין דבריו, אפשר די ראשונים כמלאכים פארשטייען דאס.

איך זיך נאך איינעם וואס איז קלאהר מיט די שיטה


איגריקע

ביזט נישט גערעכט

לויטן ויואל משה מוז דער מלך זיין 100 פראצענט זיכער אז איז משיח, מחמת ער איז א נביא. א מורח ודאין איז העכער ווי נבואת משה רבינו.

מיר דארפן איהם נישט האלטן פאר משיח נאר אויב ער טוט אלעס.

און טאמער איז איהם געזאגט בנבואה אז ער איז משיח און ער איז געשטארבן פריער איז ער א נביא שקר.

טאמער איז ער נישט געוועהן משיח אין מקבץ געוועהן נדחי ישראל איז ער געוועהן א דוחק את הקץ אין האט ער עובר געוועהן אויף חמורה שבחמורות. נישט קיין מלך כשר.


באראפארקער

איך פארשטיי דיין תירוץ בכלל נישט

סגייט אזוי

טאמער ווילסטו אז מיט דיינע מעשים מקרב זיין די גאולה, ביזטו נישט קיין דוחק את הקץ

טאמער אבער זאגסטו איך מיין נישט גי גאולה, ביזטו יא דוחק את הקץ

און אנדער ווערטער ווילסטו דוחק זיין את הקץ ביזטו נישט דוחק את הקץ,

ווילסטו נישט דוחק זיין את הקץ, ביזטו יא דוחק את הקץ.

לעניננו. די מזרחי וואס האלטן סאיז א חלק פון די גאולה זענען נישט דוחק את הקץ.

די אגודה קרייזן וואס האלטן אז מיר זענען נאך אין גלות זענען יא דוחק את הקץ!!!

אין וועלכע ישיבה האסטו געלערנט?

SAMMY

טאמער דער רבי האט געוואלט מען זאל איהם גלייבן בלינדערהייט, צו וואס האט געשריבן א גאנץ ספר? ער האט געדארפט אריין אין ביהמ"ד אויס קלאפן רבותי איך האלט כך וכך מטעם הכמוס. ושלום על ישראל. און דאס געלט פון דרוקן די ספרים צוטיילען פאר פדיון שבויים,

אז האט געשריבן א לאנג ספר האט ער דאך געוואלט מען זאל לערנען דערין פארוואס פאלגסטו איהם נישט?

פארשטיין קען מען נישט נאר דעם רבש"ע כי לא מחשבותי מחשבותיכם. דארף מען האבן איין אמונה פשוטה. חוץ פון איהם ית' שטייט לא יהיה לך אלוהים אחרים על פני,

איגריקע

אם קרית לא שנית

דער גאנצער ויואל משה גייט לויטן ראב"ד אין אונזער גמרא בבלית אז משיח דארף יא ווייזן אז ער איז א מורח ודאין. אז נישט איז ער נישט משיח.


ער טאהר נישט אנהייבן די פראצעדור פאר ער ווייסט זיכער אז ער איז משיח

איי וועסטו פרעגן נו וויאזוי קען זיין א יעמוד מלך מבית דוד ולוחם מלחמות ה' פאר ער איז נאך אפילו בחזקת משיח. קוק אריין אין ויואל משה - ער האט שוין געהאט דעם נוסח אין רמב"ם און טאמער פארשטייסטו זיין הסבר, לאמיך וויסן!

BTW אין דיין רמב"ם שטייט אוודאי "ואם מת צריכין תיכף ומיד לבטל את המלוכה והממשלה בחסד וברחמים וכולם יחזרו למקומות גלותיהם שבאו משם וגם צריכן להחזיר את הכל מה שנצחו במלחמה ולפייס את האומות שהתגרו בהם כי היה בטעות. ויקבלו עליהם שמהיום והלאה כל דבר יהיה רק ברשות האומות".

וואס דרייסטו א כפתור די מלוכה בלייבט א מלוכה אין משיח קען קומען 100 יאהר שפעטער. (ח"ו)

שבת שלום ומבורך

האטס מיר אלע א ליכטיגן פרייליכן שבת קודש

תוקן על ידי - baachi - 10/09/2005 0:42:37

איגריקע » 10/9/2005 00:49

דער רמב"ם ברויך נישט צו שרייבן אז מ'ברויך מבטל זיין די מלוכה, ווייל דער רמב"ם רעדט פון אן אופן פון "לא הצליח" דאס מיינט אז די אומות האבן איהם מנצח געווען און די מלוכה איז נתבטל געווארן.

דאס מיינט נאכדעם וואס איז געווען "לא הצליח" דהיינו די מלוכה איז נישט צושטאנד געקומען און ער האט נישט געקענט מנצח זיין די אומות, זאלסטו נישט מיינען אז דער מלך איז געווען א "משיח שקר", ניין, נאר "כשאר מלכי בית דוד שמתו" וואס עקזיסטירן שוין נישט.

והבן.

תוקן על ידי - איגריקע - 10/09/2005 1:22:25

באראפארקער » 11/9/2005 07:08

באטשי,

פאר מען קען גיין ווייטער און פראבירען מיישב זיין דעם רמב"ם מיט'ן ויואל משה,

מאך קלאר ווי אזוי קען משיח קומען לויט דעם ויואל משה???

איז דער פשט אז מיטאמאל וועט אראפקומען א פיגור פין הימעל, וואס דין הוא מלכא משיחא?

אדער עס וועט זיין א בשר ודם, וואס וועט אנהייבען פירען מלחמות און צוזאמען נעמען נדחי ישראל מכל מקומות שהם, און זיי מחזיר זיין בתשובה, וכו' וכו'.

אויב ווי דער צווייטער וועג, איז נישט מעגליך ווייל עס איז קעגען די שלש שבועות.

איך פרעג סתם, זאלסט שרייבען די בירור פין די זאך, פארגעס פין דעם רמב"ם א מינוט, סתם וואס איז זיין שיטה??

jid_613 » 11/9/2005 07:30


איגריקא,

לאמיר איבערלערנען דעם רמב"ם.

"ואם לא הצליח עד כה, או נהרג--בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה".

פון ווי נעמסטו אז דאס מיינט אז די אומות האבען איהם מנצח געוועהן?

מחכה להבהרה.

איגריקע » 11/9/2005 07:58

ווייל ביי "הצליח" זאגט ער "ונצח כל האומות שסביביו"

איז מכלל הן אתה שמוע לאו.

דהיינו, "לא הצליח" מיינט "האומות שסביביו נצחו", איבערהויפט אז ער זאגט "או הורגו" וואס דאס לכאורה מיינט דאך זיכער אז די מלוכה איז בטל.

עס איז ברור די ווערטער "הרי הוא ככל מלכי ישראל השלמים והכשרים" רעדט זיך ווען די מלוכה עקזיסטירט שוין נישט און ס'איז בטל.

jid_613 » 11/9/2005 08:02


אינטערעסאנט אז די ביסט אזוי ברור, ווען אין רמב"ם שטייט נישט אזוי.

אויב איז די ראי' פון מלכי ישראל הכשרים, אז די מלוכה איז שוין בטל, הייב איך שוין אהן צו פארשטיין די שיטה.....

Baachi » 11/9/2005 11:35

איגריקע

לערן נאך אמאהך אדורך דאס שטיקל רמב"ם

"אם עשה והצליח, וניצח כל האומות שסביביו, ובנה מקדש במקומו, וקיבץ נדחי ישראל--הרי זה משיח בוודאי.

ט ואם לא הצליח עד כה ,- עד כה מיינט אלע זאכען וואס ער האט אויסגערעכנט

אם לא הצליח עד כה מיינט אז ער האט נישט געטוהן אלע דריי זאכן, אפילו ער געטוהן צוויי פון די דריי, דהיינו אפילו ער האט ניצח כל העמים און געבויט א בית המקדש נאר נישט מקבץ געוועהן נדחי ישראל, איז ער שוין נישט משיח!

אבער זיין מדינה בלייבט א מדינה פאר משיח'ן.

אפילו לויט דיין הווא אמינא אז סמוז דוקא זיין ניצח את כל העמים. איז ווי שטייט עס אז ווען ער זיי נישט מנצח געוועהן, מיינט דא אז זיי האבן איהם מנצח געוועהן?

און א סאיז דא א וואפן שטיל שטאנד CEASE FIRE אזוי ווי סאיז היינט? איז ער יא משיח?

דיין מערקווירדיגער חידוש עצום אז אויב סשטייט "נהרג" מיינט עס אז די מלוכה איז בטל געווארען?

האסט געהערט אמאהל פון יאשיהו המלך? -
געלערנט אמאהל א פסוק אין נ"ך?
(HINT סאיז אין פלעין איכה)

זעהט אויס אז דערפאר האלסטו אזוי פון די שיטה

פארשטיי נאכאמאהל!
לויט ויואל משה איז דערגאנצער בחזקת משיח שווער, ווייל פאר ער הייבט אהן אפילו מוז ער זיין זיכער אז ער משיח, ער מוז זיין א נביא ה' כמעט אזוי גרויס ווי משה רבנו. ער טאהר נישט מאבן קיין מלחמות אויב ער איז נישט קיין מורח ודאין!

קוק אריין אין חומש די וואך אז א נביא וואס זאגט בשם ה' אזאך אין עס ווערט נישט מקוים איז א נביא שקר וחייב מיתה.

נו אז דער דאזיקער מלך זאגט אז ער איז משיח אין האט פארלוירן, איז ער א שקרן - צווישן אנדערע עבירות. וויאזוי רופט איהם דער רמב"ם מלך כשר?

אלא מאי איז דאך אראיה אז ער קען אנהייבן די פראצעדור פון מלוכה מיט מלחמות אפילו אויב ער ווייסט נישט אז ער איז משיח.

און אויב סוועט זיין דער זמן וועט ער ווערן משיח.
און אויב חלילה נישט איז ער ווי חזקיהו אדער יאשיהו

באראפארקער

פרעגסט א גוטע קשיא
סאיז איין אלטע קשיא וואס מען האט שוין געפרעגט תיכף ווי דער ויואל משה איז ארויס געקומען.

מאך א באזונדערן אשכול אויף דעהם
אדרבה לאזן די סאטמערער מומחים ענטפערן.

און אז דו פרעגסט שוין. פרעג שוין אויך ווי אזוי קען בכלל געמאלט זיין א משיח בן יוסף לויט ויואל משה, אז ער מוז זיין א נביא פאר ער הייבט אהן!

דער אשכול איז נאר צו ווייזן אז לויטן רמב"ם איז צו האבן א מדינה פאר ביאת המשיח נישט קיין דחיקת הקץ און איז נישט קעגן די שלש שבועות.

דער איגרת תימן רעדט ווען איינער רופט זיך משיח! און אזוי איז געוועהן ביי בן כוזיבא, משא"כ וועט ער ווייסט נישט אדער ער רופט זיך נישט וודאי משיח ווייל ער איז נישט זיכער- צו ווייל ער איז נאר בחזקת. איז נישטא קיין דחיקת הקץ.

במיילא פאלט אוועק דער יסוד פון דעם איסור בחירות אפילו פאר ערליכע נציגים והמסתעף.



תוקן על ידי - baachi - 11/09/2005 11:56:56

איגריקע » 11/9/2005 19:10

לויט דער "כסף משנה" און דער "מגדול עוז", איז שיטת הרמב"ם, לפי ר' עקיבא וחבריו, אז משיח דארף נישט זיין קיין מורח ודאין, ווייל זיי האלטן אז, לשיטתם, האט מען נישט אנגענומען די גמרא אין חלק וואס דער ראב"ד ברענגט אז וויבאלד בן כיזובא איז נישט געווען א מורח ודאין האבן אים די "חכמים" געהארגעט, זיי האלטן אז דער רמב"ם האט ענדערש אנגענומען דער מדרש איכה, וואס קריגט אויף די גמרא, נאר נהרג ע"י "אומות העולם".

די לשון פון "מגדול עוז" איז ממש מסכיר די דוברי שקר על צדיק.

וזה לשונו פון מגדול עוז:

ואנו מפרשים דלאו אינהו קטלוהו, כי למה ימות? מה עשה? ומ"ש הר"מ ז"ל מר' עקיבא, הוא באיכה רבתי ובמקומות מהמדרשות, וכולם כוונתם לברר, ולא נתברר כי אם ע"י ההצלחה, כמו שכתב ר"מ ז"ל, והוא האמת!

קומט אויס לשיטתם, האט פון בן-כיזובא גארנישט געפעלט, און די חכמים האבן נישט געהאט קיין שום סיבה בעולם איהם צו הארגענען אדער פארדאמען, ווייל פארוואזשע יא? ער איז דאך משיח? "למה ימות? מה עשה?", ער איז דאך "בחזקת משיח"? די איינציגע וועג ווי אזוי עס איז נתברר געווארן אז בן-כיזובא איז נישט "משיח בוודאי" איז נאר "ע"י ההצלחה", ווען ער איז ליידער "נהרג בעונות" (אזא מין אויסדריק ווי "בעונתינו הרבים"), וואס לשיטתם ווייס מיר נישט עד היום פונקטליך וועלעכע "עונות".

אויף אקוראט אזא מין אופן רעדט דער רמב"ם, דהיינו אז מ'זעהט נישט קיין שום חסרון אונעם מלך, יעדער לפי שטיתם, צו לויט די גמרא אין חלק אז ער איז א מורח ודאין, צו לויט שמואל און דער מדרש איכה, אז ער איז בלויז "הוגה בתורה ועוסק במצוות כדויד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה", און די איינציגע בירור איז נאר "די הצלחה", ווי למשל "בר-כיזובא לפי המדרש" וואס ביי איהם איז ליידער געווען א "לא הצליח", דעמאלטס ווערט ער "בר-כיזובא לפי המדרש איכה", עכ"פ פארעכנט פאר א מלך כשר וישר. אזוי ווי דוד המלך לאחר מותו.

נאכאמאל! קלאר! דער רמב"ם'ס ווערטער "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים והכשרים" רעדט נאכדעם וואס דער מלוכה איז בטל געווארן, אזוי ווי "בן-כיזובא לפי המדרש איכה" וואס ער איז געווען א "לא הצליח".

בכלל, לשיטתכם, באטשי וחביריו, האט עפעס נישט קיין הענט און קיין פיס די פשט אין "בחזקת משיח", ווייל לויט ענק איז די איינציגע וועג ווי אזוי מ'מעג אויף שטעלן א מלוכה אין גלות, איז נאר אויב דער מלך איז "בחזקת משיח", און איינמאל דער מלוכה האט זיך בלויז "אנגעהויבן מיט א "חזקת משיח", מעג די "מלוכה" אנגיין אויף דורי דורות, פארוואס, ווייל זיין עלטער עלטער זיידע איז געווען "בחזקת משיח". עס עקזיסטירט נישט אזא מין מושג אין כל התורה כולה!

תוקן על ידי - איגריקע - 11/09/2005 19:10:05

Baachi » 11/9/2005 21:33

טייערע איגריקע

טוב תעשה אויב דו וועסט קודם אדורך לערענן ויואל משה און שפעטער איהם פראוון צו פארענטפערן

מיר אלע האלטן אזוי אז שיטת הרמב"ם איז ווען דער מלך המשיח הייבט אהן דארף ער נאך נישט זיין קיין מורח ודאין, ערשט שפעטער ווען ער איז בוודאי משיח וועט ער זוכה זיין צו די אלע גרויסע מדרגות הנבואה.

דער ויואל משה האלט בפירוש נישט אזוי!

ער האלט אז ווי אז משיח טאהר נישט אפילו אנהייבן צו טוהן קיין שם פעולה און אוודאי נישט פירען מלחמות ביז ער איז זיכער ער איז משיח.

און דאס איז לשיטתו געוועהן דער חטא פון בר כוכבא ער איז געווען א דוחק את הקץ! און פארדעהם האבן איהם חז"ל געהארגעט.

וז"ל הויואל משה

בסו"ס פ"ו מה שאומרים שהיה החלטת רוב העמים גם זה שקר...ואין להאריך בזה כלל כי באמת לא מעלה ולא מוריד, ובפרט השבועה השלישית של דחיקת הקץ לא אמר אדם מעולם שהוא תלוי ברשות האומות....אבל ליקח מעצמנו חירות וממשלה באיז אופן שהיא הוא איסור איום ונורא. ואף למשה ואהרן עם כל המופתים שלהם לא היו רשאים להאמין בגאולה טרם ששמעו הסימן הנמסר... (שזה מורח ודאין - שגדול ממשרע"ה)


דו לייענסט!!!

סהעלפט נישט קיין "בחזקת", ער מוז האבן אלע סימנים פון משיח ארייגערעכנט די גרויסא מדרגה פון מורח ודאין פאר ער טוט טוט סיי וועלכע פעולה.

פון כסף משנה און מיט מגדול עוז וואס דו האסט אראפ געברענגט איז טאקע משמע פונקט פארקערט ווי דער ויואל משה, - למה ימות מה עשה? - וואס הייסט מה עשה" ער איז געוועהן א דוחק את הקץ!

איז בפירוש משמע אז דאס איז בכלל נישט געוועהן קיין חטא. נאר ער איז נהרג דורך די גויים. בעוונות וואס שטייט בפירוש אויסגערעכנט אין מדרש איכ"ר אויך אין ירושלמי תענית ד'ה' וואס איך האב אויבן אראפ געברענגט

און דאמאלטס האט מען געזעהן אז ער איז נישט משיח.

דער ויואל משה וויל זיין מחולק אויף דעם כסף משנה (סימן נ"ג) ...גם האיך אפשר לדחות דברי הש"ס מחמת דברי מדרש...ובמחכ"ת אישטמיטתיה אז סאיז אויך א ירושלמי.

ער וויל מאכן א פשרה אז די חז"ל האבן איהם יהיב עיניהם ביה.

ער זאגט אז דער רמב"ם זאל אויך האלטן ווי דער ראב"ד.

לשיטתינו איז די שיטת הראב"ד והגמרא שלנו איז זיין חטא געוועהן כלפי די חז"ל געוועהן ווייל ער האט געזאגט אנא משיח און ער איז געוועהן אנביא שקר.

אבער כנ"ל במדרש ובירושלמי משמע ער האט געהאט אנדערע חטאים שפעטער.

און קען אויך מעגליך זיין אז ער איז געוועהן ראוי צו זיין משיח ונתקלקלה השעה שפעטער. (אזוי ווי חזקיהו המלך)

אבער נישט אז די עצם מלחמות אין די מלוכה זאל זיין א חטא!

ןןעגן דיין שטות פון לא הצליח מיינט נאר אז די מדינה וועט בטל ווערן האב איך דיר שוין גענפערט איינמאהל.

קען זיין דיי טאקטיק איז מיך מיד צו מאכען.
זאג איך דיר אז דאס וועט זיין לא תצליח

דו פרעגסט מיך דעם פשוטן פשט אין רמב"ם

אידען וועלן האבן א מלוכה פאר משיח, אזוי מיר זעהן בחוש ווי סאיז היינט דא, ווי דער בוכ"ע האט עס מסבב געוועהן, און סאיז קיין שום עבירה נישט.

עס וועט אויף שטיין דארט אמלך מבית דוד הוגה בתורה וגו'

טאמער טוט ער די אלע זאכן פון ערשטע שלב, וועט מען אהן הייבן צו ציטערן אלע אומות העולם אז אט קומט משיח, ונאספו שמה כל הגויים און סוועט זיין מלחמת גוג ומגוג ווי סשטייט און די אלע נביאים.

און דארט האפן מיר וועט ער נתגלה ווען דער גרויסער מלך המשיח!

קען אויך זיין אז ער וועט געהארגעט ווערן במלחמה - אזוי ווי די חז"ל שרייבן אויף והביטו את אשר דקרו. אז דאס מיינט משיח בן יוסף.

שרייבט דער רמב"ם הרי הוא ככל מלכי בית דוד הכשרים

אויב אזוי וועט שפעטער אין די מלחמה נתגלה ווערן משיח בן דוד שיבא ויגאלנו. און עוד אקבץ עליו לנקבציו. סוועט זיין דער צווייטער קיבוץ גליות.

אזוי שטייט אין רמב"ן און אויך אין פירוש רס"ג סוף שיר השירים.

שרייבט דער רמב"ם אויך צו אז כל הדברים האלו אין אדם יודע האיך שיהיו עד שיהיו.

ווייל סקען קומען א ר"ר מיילך זי"ע און מבטל זיין חבלי משיח!

זאל ער שוין קומען!

אבער כדי דו זאלסט נישט מיינען אז דער משיח בן יוסף איז געוועהן א צווייטער בן גוריון, שרייבט דאס דער רמב"ם ארויס!

אין בכלל אויף דיין לעצטע חלק תגובה.
דער ווייל פירט נאך דער רבש"ע די וועלט

איך בעט דיך נאכאמאהל לערן אדורך דעם ויואל משה און נאכדעהם קום צוריק!
וועסט אנדערש רעדן

תוקן על ידי - baachi - 11/09/2005 21:49:39

תוקן על ידי - baachi - 11/09/2005 22:04:52

זאליweaky » 11/9/2005 22:12

איידער איך געזעגן זיך גענצליך פון דעם אשכול, וויל איך נאך איינמאל קלאר שטעלן דעם ריכטיגן מהלך אינעם רמב"ם, און פון דא און ווייטער וועל איך איבערגעבן דאס ווארט פאר זשיד, באטשי, און בארא פארקער, און כ'על זיי לאזן זיך פאסמאקעווען אז זיי האבן באוויזן דאס וואס קיין איין גדול ביז היינט האט נישט באוויזן...

עס איז אויסער יעדן צווייפל, אז אפילו איינער וואס האט עובר געווען אויף דחיקת הקץ, קען נאך אלץ זיין אין כלל פון "מלכי ישראל הכשרים ושלמים", אפילו דחיקת הקץ איז פון די הארבסטע עבירות.

מיר אלע גלייבן אויך אז עס וועט זיין - און מעגליך אז עס איז שוין געווען - א משיח בן יוסף וואס וועט פירן מלחמות מיט די גויים, און וועט פירן מלחמת גוג ומגוג וואו ער וועט געהרג'עט ווערן.

און קיינער וועט נישט זאגן אז ער איז געווען א אפיקורס, נאר אז מען האט אים מן השמים געשיקט צו טון די אלע זאכן, און ליידער האט דער עוון הדור גורם געווען אז ער זאל נישט מצליח זיין.

עס איז יתכן אז ווען דער דור וואלט זוכה געווען, וואלט דער דאזיגער מלך טאקע געווען ראוי צו זיין משיח, אבער ליידער האבן די עבירות דאס נישט צוגעלאזט (פונקט ווי די מעשה מיט רבי יוסף דילה ריינה, ודוק).

עס איז אפילו פאראן פארשידענע מעשיות פון חסידישע רבי'ס, וועלכע האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט צו פארווארפן ווערן אין שאול תחתית לעולם ועד, אבי די גאולה זאל קומען.

----------------------

פון רמב"ם אליין איז אויך דא דערצו א אייזערנע ראי', ווי שוין דערמאנט, אז דער רמב"ם איז מפרש אז ווען בר כוכבא איז נהרג בעוונות (נישט וועגן די זאכן וואס שטייט אין מדרש, ווייל דאן פרעגט דאך דער מגדול עוז נישט צו דער זאך, "מה עשה ?", ער האט דאך גערעדט אויפן אייבערשטן ???) האט מען געזען אז ער איז נישט משיח, נאר כמלכי ישראל השלמים וכשרים שמתו.

--------------

אבער דאס איז נאר לחזק דברי.

עס איז קלאר אפילו אן דעם רמב"ם, אז ווען א ערליכער איז טוט אן עבירה, מעג עס זיין די שרעקליכסטע (אזוי ווי צב"ש שטופן דעם וואגן פון די מדינה הטמאה רח"ל), ווערט ער נאך נישט קיין שגץ דערפאר.

און אזוי ווי מען וועט נישט הערן פון קיין איין נארמאלער סאטמארער זאגן אז הגה"ק מהר"א מבעלז איז געווען אן אפיקורס ח"ו.

ובזה סיימתינהו לשבחא דמרא...

Baachi » 11/9/2005 23:13

זאלי

פאר רעדן לא תסעוד ולא תסמוך קומט מיתה?

וועלכע עבירה האט ער עובר געוועהן?

ווען ער האט געהרגעט ר' אליעזר המודעי איז שוין געווען אינמיטן די שווערע מלחמה

BTW מיתות בי"ד זענען נישט נוהג נאר ווען די לשכת הגזית איז אין מקום המקדש!

לויטן ויואל משה קומט איהם יא מיתה, אפילו בזמן הזה, אלץ דין רודף. וואס פרעגט דער מגדול עוז?



נ"ב איך האב שוין געהערט גענוג און נאך "נארמאלע" סאקמוירים וואס זענען "קלאהר" אין די שיטה רעדן אויף בעלזער רב ז"ל כל דבר אסור.

דאס האט מיך אויף געמאכט די אויגן און פארטריבן פון סאטמאר!

פארשטייט זיך אז היינט שעמט איר שוין מיט דעהם.
איז געבוירען א מעשה'לע בעלזא ובלאך

גיי קיין מאנראו וועסטו זיי נאך טרעפען.

זאלי טייערער

איך זעה אז דו ווילסט מיך פטור ווערן

טוה מיר די טובה

לשיטתך קען איך דאך וואינען מיט א פאהר שיקסעס און עסען נבילות וטריפות כל ימי און זיין א שלם וכשר ווי די מלכי בית דויד..

ומעשה בעלז ובלאך יוכיח

קענסט מיר דאס געבן בכתב אפילו פון די התאחדות הרבנים.
סאיז מיר זעהר נחוץ.

איך זאג דיר צו אז איך וועלל טוהן נאר דרבנן'ס מיט חייבי לאווין און דאס איז אסאך לייכטער ווי די חמורות שבחמורות.

ברענגסט מיר אזא בריוועלע לאז איך דיך אפ!

THAT IS A PROMISE



תוקן על ידי - baachi - 11/09/2005 23:20:23

איגריקע » 12/9/2005 01:50

באטשי שרייבט:

מיינע הגהות אין רויט

מיר אלע האלטן אזוי אז שיטת הרמב"ם איז ווען דער מלך המשיח הייבט אהן דארף ער נאך נישט זיין קיין מורח ודאין, נישט קיין דבר ברור, דער רדב"ז זאגט אז אפי' לויט ר' עקיבא קען זיין אז משיח דארף זיין א מורח ודאין, נאר ר' עקיבא האט געהאלטן אז דאס וואס מ'האט עס נישט געזען און בן-כיזובא, איז ווייל ער האט פונקט נישט געהאט קיין ד"ת ביז ער איז געהארגעט געווארן, לפי זה, מיינט דאס אז לויט ר"ע איז קיינמאל נישט נתברר געווארן בהחלט צו ער איז א מורח ודאין ערשט שפעטער ווען ער איז בוודאי משיח וועט ער זוכה זיין צו די אלע גרויסע מדרגות הנבואה.

דער ויואל משה מיט דער ראב"ד און די גמרא און חלק (און אפשר דע רמב"ם) האלט בפירוש נישט אזוי!

ער האלט אז ווי אז משיח טאהר נישט אפילו אנהייבן צו טוהן קיין שם פעולה און אוודאי נישט פירען מלחמות ביז ער איז א מורח ודאין זיכער ער איז משיח אבער ס'מוז נאך אלס נישט זיין אז ער וועט "מצליח" זיין.

און דאס איז לשיטתו געוועהן דער חטא פון בר כוכבא ער איז געווען א דוחק את הקץ! ווייל ער איז נישט געווען א מורח ודאין, ווי די גמרא זאגט שלחו חכמים לבדוק ומורח ודאין אוי לא, וכיון דלא עביד הכי קטלוהו און פארדעהם האבן איהם חז"ל געהארגעט ווייל אויב ער האט נישט אלע סימנים פון משיח, און לשיטתם איז מורח ודאין איינע פון די סימנים, איז ער א משיח שקר און א דוחק את הקץ.

וז"ל הויואל משה
ממילא שטימט זייער פיין דער ויואל משה
בסו"ס פ"ו מה שאומרים שהיה החלטת רוב העמים גם זה שקר...ואין להאריך בזה כלל כי באמת לא מעלה ולא מוריד, ובפרט השבועה השלישית של דחיקת הקץ לא אמר אדם מעולם שהוא תלוי ברשות האומות....אבל ליקח מעצמנו חירות וממשלה באיז אופן שהיא הוא איסור איום ונורא. ואף למשה ואהרן עם כל המופתים שלהם לא היו רשאים להאמין בגאולה טרם ששמעו הסימן הנמסר... (שזה מורח ודאין - שגדול ממשרע"ה)


דו לייענסט!!!

סהעלפט נישט קיין "בחזקת", ס'העלפט יא בחזקת! דא איז דיין לאך! לו יצויר ווען בן-כיזובא וואלט געווען א מורח ודאין, וואלט ער לכ"ע נישט געווען א משיח שקר! ער מוז האבן אלע סימנים פון משיח ארייגערעכנט די גרויסא מדרגה פון מורח ודאין נאר לויטן ראב"ד און די גמרא אין חלק און אפשר לויטן רמב"ם פאר ער טוט טוט סיי וועלכע פעולה.

פון כסף משנה און מיט מגדול עוז וואס דו האסט אראפ געברענגט איז טאקע משמע פונקט פארקערט ווי דער ויואל משה, - למה ימות מה עשה? - וואס הייסט מה עשה" ער איז געוועהן א דוחק את הקץ! נישט ווי אזוי "אנו מפרשים"

איז בפירוש משמע אז דאס איז בכלל נישט געוועהן קיין חטא. ווייל, "מה עשה?" ער האט דאך אלע סימני משיח נאר ער איז נהרג דורך די גויים. בעוונות וואס שטייט בפירוש אויסגערעכנט אין מדרש איכ"ר אויך אין ירושלמי תענית ד'ה' וואס איך האב אויבן אראפ געברענגט


Baachi » 12/9/2005 06:54

איגריקע

כל הכבוד

איך זעה דו האסט ענדליך אדורך געטוהן די זאך

דו האסט כאטש אפגעלערנט א שטיקל רמב"ם והיה זה שכרי

לשיטתך אז בן כוזיבא איז געוועהן א נביא שקר, איז דאך אוודאי נישט איהם מיינט דער רמב"ם ככל מלכי בית דויד הכשרים והשלימים

ודלא כזאליוואקי!

עד כאן בין איך מסכים מיט דיר כמעט אלע דיינע הגהות

אבער איין פרט האסטו פארזעהן

דער מורח ודאין - (לויט ויואל משה - נישט מוכרח לויטן רדב"ז)איז די העכסטע מדרגה אין נבואה. העכער ווי משה רבנו,

איז ממ"נ

איז ער געוועהן א מורח ודאין, א נביא אמת! איז ער דאך דער ריכטיגער מלך המשיח, נו וויאזוי שטימט דער לא הצליח,

אלא מאי ער איז נישט געוועהן נישט קיין מורח ודאין אין נישט דער ריכטיגער משיח אין נאר א משיח שקר, טא וויאזוי שטימט דער ככל מלכי בית דויד הכשרים והשלימים

און טאמער איז ער לכתחלה יא געוועהן א נביא נאר סהאט זיך נישט אויסגעלאזט ווי ער האט מנבא געוועהן, איז ער דאך א נביא שקר. אזוי ווי שטייט די וואך אין פסוק:

ספר דברים פרק יח
(כ) אַךְ הַנָּבִיא אֲשֶׁר יָזִיד לְדַבֵּר דָּבָר בִּשְׁמִי אֵת אֲשֶׁר לֹא צִוִּיתִיו לְדַבֵּר וַאֲשֶׁר יְדַבֵּר בְּשֵׁם אֱלֹהִים אֲחֵרִים וּמֵת הַנָּבִיא הַהוּא:
(כא) וְכִי תֹאמַר בִּלְבָבֶךָ אֵיכָה נֵדַע אֶת הַדָּבָר אֲשֶׁר לֹא דִבְּרוֹ יְדֹוָד:
(כב) אֲשֶׁר יְדַבֵּר הַנָּבִיא בְּשֵׁם יְדֹוָד וְלֹא יִהְיֶה הַדָּבָר וְלֹא יָבֹא הוּא הַדָּבָר אֲשֶׁר לֹא דִבְּרוֹ יְדֹוָד בְּזָדוֹן דִּבְּרוֹ הַנָּבִיא לֹא תָגוּר מִמֶּנּוּ:

זאלי

וויאזוי לשיטתך וועט משיח בן יוסף פירן מלחמות? ער וועט דאך נישט זיין דער אמתער משיח און נישט קיין מורח ודאין, וועט ער דאך זיין א דוחה את הקץ?

תוקן על ידי - baachi - 12/09/2005 6:57:20

מקוה_איד » 14/9/2005 00:23

איך האב באמת נישט קיין סך וואס מוסיף צו וואס רב איגריקע האט געשריבן, ווייל איך מיין אז ער האט מיך ממש ארויסגענומען די ווערטער פון מויל.

פון מיין זייט אויס איז דער נושא געשלאסן, יעדער האט לעצמו דורש געווען לויט זיין געשמאק, יעדער האט אראפ געלייגט זיין קעיס. THE VERDICT IS OUT

איך וויל דיר, באטשי, טאקע קאנגראטולירן פארן ברענגען אזא תןכנ'דיגע נושא און אונזער פורום, כה לחי

אבער פשוט להגדיל תורה ולהאדירה, קען איך פארט באשטיין צו ארויס צוברענגען אפאר קרישקעלעך און מאכן א תמצית.

1. דאס איז באטשי 100% גערעכט אז לפי שיטת הויואל משה אויב א מלך איז א "דוחק את הקץ" קען מען איהם זיכער נישט אנרופן א "מלך שלם וכשר", און דער רמב"ם קען זיכער נישט רעדן פון אזא מין מלך ווען ער זאגט "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים והכשרים", דלא כזאליוועקי.

2. ווען דער רמב"ם זאגט "ואם לא הצליח", רעדט ער פון אזא "לא הצליח" ווי בן כיזובא, וואס די מלוכה איז אונטערגעגאנגען.

3. ווען א נביא איז א "לא הצליח" הייסט ער נאך נישט קיין "נביא שקר", ער קען ווייטער זיין א "נביא אמת" און א "מורח ודאין". ראי' לדברי, מ'געפין מיר ביי "יהושפט ואחאב" האבן ד' מאות "נביאי אמת" געזאגט פאר אחאב פה אחד "עלה והצלח", און די נבואה איז נאר געווען כדי ער זאל גיין און פאלן און מלחמה, עיין באוהחה"ק פ' שופטים על הפסוק "אך הנביא אשר יזיד", וואס ער רעדט ממש פון דעם. תוכן דבריו איז אז נישט אלעמאל איז געוואנדן די "הצלחה" מיט די אמיתיות פון א נביא.

4. דער רמב"ם רעדט פון אן אויסטערלישן אופן וואס דער רבי זי"ע רעדט נישט, דהיינו, א מלך וואס האט אלע "סימני משיח", און די איין איינציגע פראבלעם איז אז ער איז א "לא יצלח". וואס אויף אזא מין אופן איז ער נישט קיין "דוחק את הקץ" נאר ער גייט עס אריין אונעם גדר פון דעם "מגדול עוז" אז "למה מת? מה עשה?"

ודי בזה!

מקוה_איד » 14/9/2005 02:03

באקומען אין אישית פון "לחייםיודען"

בנוגע לקושיא על ספר ויואל משה:
עיי' בדברי הרבי מסאטמאר בספרו על הגאולה ועל התמורה, במאמר הנספח לסוף הספר (ונשמטו מדפוס ראשון עיי"ש), שמבאר שם להדיא שהאיסור ליכנס למלחמה בזמה"ז היא רק מחמת שמלחמת ישראל צריך להיות רק עפ"י מלך שנתמנה עפ"י נביא ועל פי הסכמות הבי"ד של ע"א, וזה אין לנו כהיום, וע"כ הי' איסור ליכנס למלחמת ששת הימים (עיי"ש שמבאר דבריו עפ"י הנודע ביהודה). נמצא לפי"ז שגם הויוא"מ סובר שמותר לצאת בזמה"ז למלחמה, באופן שהוא עפ"י מלך כשר. דאי לאו הכי למה ליה להביא ממרחק לחמו ולבאר איסור מלחמת ששת הימים שהוא מחמת שלא הי' עפ"י מלך וכו', הול"ל מפני שעצם הליכת ישראל למלחמה היא אסור משום התגרות, אלא ע"כ שעצם הליכה למלחמה בזמה"ז אינו אסור כשהוא עפ"י מלך כשר וכמ"ש בס' על הגאולה הנ"ל.

באראפארקער » 14/9/2005 02:25

עס איז אינטרעסאנט, ווייל נישט אלע מלכים זענען נתמנה געווארען דורך נביאים, ווי למשל הורדוס וכדומה, און מיר טרעפען נישט אז הורדוס זאלטען טוהן אן עבירה מיט פירען זיינע מלחמות....

Baachi » 14/9/2005 04:18

מקוה איד

לאמיר אויך מאכן קודם א סיכום (נאך נישט געשלאסן) און שפעטער עס פרעזענטן צו די דשורי

אבערפריער ווארט איך פון דיר א תירוץ אויף די פאלגענדע הערות

ביטע ענטפער מיר על ראשון ראשון


קודם דיינע ווערטער אין רויט

2. ווען דער רמב"ם זאגט "ואם לא הצליח", רעדט ער פון אזא "לא הצליח" ווי בן כיזובא, וואס די מלוכה איז אונטערגעגאנגען.


איך האב דיך שוין געפרעגט: לשיטתך הצליח איז ער משיח און אז לא הצליח עד כה מיינט אז די גוים האבן איהם מנצח געוועהן אין געהארגעט אין עס איז ח"ו אזוי ווי בימי בן כוזיבא

מיין שאלה וואס איז טאמער ער האט געמאכט מיט די אומות א CEASE FIRE אזוי ווי סאיז יעצט אין אר"י, מיינט דאס הצליח אדער לא הצליח? ואת"ל דאס הייסט לא הצליח דארף מען אלעס אויס לעזען און צוריק געבן, בחסד וברחמים און טאמער דער גוי וויל נישט וכו' וכו'

ווי לאנג דארף מען איהם געבן א טשענס דעם משיח לא יצלח?

ברר דבריך


3. ווען א נביא איז א "לא הצליח" הייסט ער נאך נישט קיין "נביא שקר", ער קען ווייטער זיין א "נביא אמת" און א "מורח ודאין". ראי' לדברי, מ'געפין מיר ביי "יהושפט ואחאב" האבן ד' מאות "נביאי אמת" געזאגט פאר אחאב פה אחד "עלה והצלח", און די נבואה איז נאר געווען כדי ער זאל גיין און פאלן און מלחמה, עיין באוהחה"ק פ' שופטים על הפסוק "אך הנביא אשר יזיד", וואס ער רעדט ממש פון דעם. תוכן דבריו איז אז נישט אלעמאל איז געוואנדן די "הצלחה" מיט די אמיתיות פון א נביא.


אדאנק פאר דעם אורה"ק. איך ווייס נישט וואס דו ביזט מחדש.

דא איז די גמרא

סנהדרין דף פט/א
המתנבא מה שלא שמע: כגון צדקיה בן כנענה דכתיב ויעש לו צדקיה בן כנענה קרני ברזל מאי הוה ליה למיעבד רוח נבות אטעיתיה דכתיב ויאמר ה' מי יפתה את אחאב ויעל ויפול ברמות גלעד ויצא הרוח ויעמד לפני ה' ויאמר אני אפתנו ויאמר תפתה וגם תוכל צא ועשה כן אמר רב יהודה מאי צא צא ממחיצתי מאי רוח אמר רבי יוחנן רוחו של נבות היזרעאלי הוה ליה למידק כדרבי יצחק דאמר רבי יצחק סיגנון אחד עולה לכמה נביאים ואין שני נביאים מתנבאין בסיגנון אחד

דא איז דער אוחה"ק


(5) אור החיים על דברים פרק יח פסוק כ
ומעתה כאן הבן שואל במה נדע הדבר וגו', ואם ממה שלא יהיה הדבר חיישינן לרוח נבות המטעה וכיוצא בה, ולמה יומת האיש הנביא, כיון שהרוח שיצא בדבר ה' הטעתו, וכיוצא בדבר אם במעשה רמות לא היה בא מיכיהו וגילה הסוד היו מתחייבים מיתה כל ארבע מאות נביאים על לא חמס עשו, וה' אוהב משפט, והוא אומרו וכי תאמר וגו' איכה נדע הדבר אשר לא דברו ה', כאן כלל דבר ה' לנביא, וכלל גם כן דבר ה' לרוח, צא ועשה כן:
ואמר אשר ידבר הנביא וגו', פירוש אם הנביא יאמר נבואתו בשם ה', והוא מה שדקדק לומר בשם ה', ולא יהיה הדבר וגו', אז תדע כי בזדון דברו הנביא, פירוש ולא בא דברו מצד רוח שהטעתו, והטעם כי לא ינוח רוח שקר בשם ה' הנכבד כי ה' אלהים אמת:
והוא אומרו הוא הדבר אשר לא דברו ה', פירוש הוא שאני אומר לך עליו שלא דברו ה', וגם לא בא ברוח אלא בזדון:
והוא אומרו בזדון דברו הנביא, אבל יש דבר אחר שהגם שהוא שקר, ואין התורה יכולה לומר לך לא דברו ה' בזדון דברו הנביא, והוא כשלא ידבר הנביא בשם ה', שהגם שיהיה שקר יש לחוש לרוח כרוח נבות:
ובזה יערב לנפש אדם ענין מיכיהו, כי בתחילה לא הזכיר שם ה', ולזה לא היה אומר אלא דברי הרוח עד שנתחכם יהושפט ואמר אליו (דהי"ב יח טו) אני משביעך אשר לא תדבר אלי רק אמת בשם ה', פירוש נתחכם לומר לו התנאי שהתנה ה' כאן ואמר אשר ידבר הנביא בשם ה', לפי מה שפירשנו שידבר בשם ה', ובזה אם יש רוח מטעה תפנה מקום, וכן היה כשהזכיר אליו שם ה' ואמר הנביא בשם ה', ברח לו נבות, ואמר הנביא האמת במה שהוא:

האסטו בפירוש אז ווען איינער איז מתנבא בשם ה' איז נישטא אזא זאך אז סווערט נישט מקויים!

קל וחומר אזא נביא וואס שטייט אזוי הויך ווי משה רבנו!

מלימטמהבהובלחמז

סנישטא אין די גאנצע תורה אז דער באשעפער זאל כביכול חוזר זיין מטובה לרעה.

דו מאכסט מיט דעהם אוועק דעם גאנצן סימן וואס דו תורה האט געגעבן.

דער רמב"ם רעדט פון אן אויסטערלישן אופן וואס דער רבי זי"ע רעדט נישט, דהיינו, א מלך וואס האט אלע "סימני משיח", און די איין איינציגע פראבלעם איז אז ער איז א "לא יצלח". וואס אויף אזא מין אופן איז ער נישט קיין "דוחק את הקץ" נאר ער גייט עס אריין אונעם גדר פון דעם "מגדול עוז" אז "למה מת? מה עשה?"



דו האסט ווידער פארזעהן דעם ויואל משה

....אבל ליקח מעצמנו חירות וממשלה באיז אופן שהיא הוא איסור איום ונורא. ואף למשה ואהרן עם כל המופתים שלהם לא היו רשאים להאמין בגאולה טרם ששמעו הסימן הנמסר... (שזה מורח ודאין - שגדול ממשרע"ה)


לשיטתך איז מורח ודאין אויך נישט קיין ריכטיגער סימן.

קעגן די חז"ל אין קעגן און קעגן איגרת תימן ובעיקר נגד הויואל משה!

ביטע ענטפער מיר דברים של טעם המתקבלים על הלב

נישט בנוסח:

- מיין רבי איז א בעל רוח הקודש איך האב א מוראדיגע ראיה: ער האט אליין געזאגט
- אפשר זאגט ער ליגנט אדער ערמאכט א טעות
- אפיקורס! א רבי א בעל רוח הקודש זאגט ליגנט" מאכט טעותים?

איך ווייס ביזט א חסיד פון סאטמאר, אבער במציאות האט ער דעם רמב"ם נישט געזעהן!

ויש כלל בהלכה שאם גאון לא ראה דברי פוסק היפך משיטתו, אומרים אילו ראה היה חוזר בו

לחיים אידן

נראה שהוי"מ חזר בו

לא ראיתי את ספר על הגאולה

אך מה שהביא שמוציא למלחמה על בי"ד של ע"א הוא דוקא במלחמת הרשות לכבוש ארצות לא במלחמת חובה, כגון נכרים שצרו על עיירות שיראל שיוצאין עליהם אפילו בשבת. ואפילו על עסקי ותבן, וזה נוהג בזמן הזה, ואיני מבין בכלל מה שייך זה למלחמת ששת הימים ואכמ"ל

באראפארקער

הורדוס איז געוועהן א רוצח און א רשע. ער איז נישט אמאהל געווהען קיין איד = לפי דורות הראשונים

ברענג דיר בעסער א ראיה פון די חשמונאים הקדושים, אדער פון ינאי המלך דעם ערשטן שהיה מלך כשר - לכה"פ פ' שנים והוא כבש ארצות.



תוקן על ידי - baachi - 14/09/2005 4:40:44

jid_613 » 14/9/2005 04:27


בקיצור, לאמיר מאכען נאך א הלכה'דיגע תמצית....

לדעתי הקטן..., קומט אויס לשיטת הרמב"ם, וואס שרייבט:

"ואם יעמוד מלך מבית דויד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדויד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, ויילחם מלחמות ה'--הרי זה בחזקת שהוא משיח:"

אז הרב עובדי', איז באמת ראוי צו זיין משיח. ער דארף זיך נאר ערקלערען א מלך, (איך בין נישט קלאר אויב דאס איז מעכב,) און אהנהייבען פירען מלחמות מיט די פאלעסטינער און די ירדנים, (ווערען ראש ממשלה אדער לכה"פ שר הבטחון),

והרי זה בחזקת משיח.

און ווער רעדט נאך אויב איז ער מצליח קעגען די אראבער, און ער ווארפט אונטער דעם תפלה איבערען מקום המקדש, און ער בויט אויף דעם בית המקדש,

הרי זה ודאי משיח!

ויה"ר שנזכה לראותה במהרה דידן!

jid_613 » 14/9/2005 04:30


אוי! איך האב פארגעסען צו צולייגען די סאטמארע לשונות...

ס'איז ברוררר אזוי.

ובלתי שום ספק, כי כך קיבלנו מרבותנו....

און ווער ס'האלט אנדערש איז לדעתי א אפיקורס........ און א כופר בעיקרי הדת.....



באראפארקער » 14/9/2005 04:45

יחי אדוננו ורבינו ר' עובדי' מלך המשיח לעולם ועד!!!!


אבער זשיד, האסט פארגעסען פין ר' אלישיב, אפשר וועט מען מאכען צוויי משיח'ס? סוף כל סוף פין אלעס איז דא היינט צוויי

מקוה_איד » 14/9/2005 04:47

עובדי' יוסף, איז נישט נאר אז ער איז נישט "ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה", ער איז גאר זיך מתחבר לרשעים, מנאצי השם, עוקרי הדת. ער איז א מסייע צו די עוקרי הדת.

מיטאמאל פאר א דשאוק איז עס גוט.

תוקן על ידי - מקוה_איד - 14/09/2005 4:47:28

jid_613 » 14/9/2005 05:08

מקוה איד.

דאס איז דיין פרייוועט אפיניען. און אויך די מיינונג פון די מיט עטליכע פון "דיין" קהלה, און עטליכע פון די גדולים און "דיין" קהלה.

ביי 95% פון כלל ישראל, ווערט אנדערש אפגעלערענט די גאנצע נושא פון "מיהו רשע", און פאר דער 95% פון כלל ישראל קען ער זיין משיח.

דער אנדערע 5%, איז דא כמה צדדים וואס קען אלץ ווערען מיט זיי.

פונקטליך וואס איז מיר ווייניג נוגע.

(יעצט הייב אהן פארדרייען א קאפ, מיט די אלע חלקים פון כלל ישראל וואס וועלען בע"כ ח"ו אינטערגיין פאר משיח'ס התגלות, און ווי ס'וועט בלייבען נאר דער הייפעלע -- סאטמארע -- חברה, וואס פאר זייערט וועגען ווארט משיח אז די אנדערע זאלען אויסשטארבען...,

קלאסישע בויך פאטשעריי...)



תוקן על ידי - jid_613 - 14/09/2005 5:07:42

מקוה_איד » 14/9/2005 05:20

דשזיד, ביסט א דעמגאג!

לייגסט אריין ווערטער אין מויל, נאכדעם מאכסטע לצנות!

אגב, כאב נייעס פאר דיר, 90% כלל ישראל זענען מחללי שבתים אדער אסימילירט, ווילסט טאקע זיי JOINEN?

jid_613 » 14/9/2005 05:35


מקוה איד,

איך מוז דיר באמת איבערבעטען, דו האסט טאקע נישט געשריבען (מן הסתם נישט געזאגט אדער געטראכט אויך נישט..) אזוי ווי איך האב געשריבען כאילו ווי בשמך.

אבער צום ענין, וועט א יעדער מודה על דבר אמת מסכים זיין, אז זיי האבען שוין געהערט אזעלכע ווערטער פון סאטמארער מורי דרך און ת"ח.

אנטשולדיקט נאך אמאל.

Baachi » 14/9/2005 08:02

דזשיד

איך פאר שטיי נישט דעם דשאוק בכלל!

מאכסט חוזק פון א תלמיד חכם?
ווילסט פועלען ביי מקוה_איד אז הרב עובדיה איז בסדר?

מאך אויף א באזונדערן אשכול

דו העלפסט איהם אוועק צורוקען דעם נושא.
איך ווארט דערווייל אויף איין ענטפער פון איהם אויף די דריי נקודות וואס איך האב איהם געפרעגט.

נאכדעהם וויל איך מסכם זיין יעדען'ס מהלך אין גיין ווייטער.

ביטע רוק נישט אוועק דעם נושא.

בהוקרה

באטשי, המצפה לתשובה

jid_613 » 14/9/2005 08:14


באטשי לעבען! אל נא אחי תרעו..

איך מיין עס גאר ערענסט. איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט אז דאס איז א ווערטעל.

איך זיך נישט צו פועל'ן ביי מקוה איד גארנישט, אבער היות אז מקוה איד האט אוועקגעשטעלט א סיכום פארן דזשורי, מיט א א לכאורה'דיגע מסקנא פון די אשכול ביז אהער, האב איך געשטעלט א זה לעומת זה.

לגבי פארדרייען דעם אשכול, וואלט איך טאקע געוואלט בעטען נישט זיך מפלפל זיין אין דעם אשכול אויף די צדקות פון ר' עובדיה בפרטות, איז פאר'ן וויכוח וועגען, לאמיר זיך פארשטעלען א איד וואס איז אויף'ן קאליבער פון ר' עובדי', אבער אהן דער פראבלעמען פון התגרות באומות, און אנדערע נארישקייטען.


נ"ב, בשעת איך האב געשריבען מיין תגובה, האב איך נישט באמערקט אז די האסט שוין אריין געררוקט כמו שכתוב'דיג.

בהוקרה
דזשיד
מחכה לקבלת המחילה.

Baachi » 14/9/2005 09:33

נעניתי לך מחול לך
וכשם שמתירין בבי"ד של מטה כך יחיו מתירין של מעלה
בלאט: 1 2