היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ההתנתקות The Disengagement

ההתנתקות The Disengagement

178 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1520343
בלאט: 1 2 3 4

זאליweaky » 19/8/2005 07:07

צבי.

כ'פארשטיי אינגאנצן נישט וואס דו ביזט אזוי באזארגט.

זאג די חברה זאלן זיך באזעצן אין תל אביב, ארויסלייגן גרויסע פענער "גוש קטיף", זינגען דריי מאל א טאג "יחי אדונינו", און "גוש קטיף שלנו", און פטור אן עסק.

ויקרא שמו בישראל, "ארץ ישראל השלימה" !

(בכלל פארשטיי איך דיר נישט, דיין רבי האט דיר דאך געהייסן פאלגן די "מומחים", נישט אזוי ???).

jid_613 » 19/8/2005 15:58


א נחת צו ציקוקען ווי דער רוב פון די "פרייע" ישראלים, פארשטייען גוט די רשעות פון "שרון", אויב נישט פון דער עצם התנתקות, (וואס בד"א, האב "איך" אין דעם נישט א פערזענליכע "מיינונג"...), אבער עכ"פ דער אופן פון וויאזוי ער פירט דאס דורך.

אסאך פון דער צולאזטע רשעות'דיגע תגובות דא, דארפען זיך גאנץ ווייניג שעמען, פון משה בער בעק'ס גוטע פרענדס פון חאמאס והדומים להם.....

tzvibp28 » 19/8/2005 16:35

no wassa
it's not the kitchen you guys are in, it's the loo
AND IT STINKS

shia550 » 19/8/2005 19:15

איינער פארשטייט פארוואס די מתנחלים האבען זיך געבראכען?

געהייסען האט עס אז מען גייט פארשפארען די גאנצע מדינה די וואך איך זיך שלאגען אין עזה ביז בלוט.

למעשה איז שא שטיל, אין שרון האט געהאט א לייכטע ארבעט.

wassa_dif » 19/8/2005 19:37

דזשיד
וויפיל פרייע איזראעליס קענסט דו? זעהט אויס גאנץ ווייניג. דער רוב גייט גאנץ ווייניג אן דער פינוי און זעהען גארנישט איין אין שרון'ס "רשעות"

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 19/08/2005 21:59:50

tzvibp28 » 19/8/2005 20:37

Thanks Wassa you can stay with Menashe Fulop

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 19/08/2005 22:00:49

jid_613 » 19/8/2005 20:45


שיע,

<איינער פארשטייט פארוואס די מתנחלים האבען זיך געבראכען?
געהייסען האט עס אז מען גייט פארשפארען די גאנצע מדינה די וואך איך זיך שלאגען אין עזה ביז בלוט.>

פאר איך שרייב אין דער נושא, וויל איך מקדים זיין (פשוט אז די עקסטרעמיסטען דא אונעם אשכול זאלען מיר נישט צורייסען...), אז וואס "איך" ענטפער, האט נישט מיט מיין "אידיעלאגיע", מ'רעדא דא פשוט צו פארשטיין פארוואס די מתנחלים טוען אזוי צו אזוי.

די גאר "רעכטער" ציונים, האבען א אלטע היסטוריה, אז זיי שיסען נישט אויף אידישע ברודער, אפילו ווען זיי זענען אינטער אטאקע פון זיי זעלבסט. (עיין ערך "אנטלנה" ועוד.)

עכ"פ, דער מערכה קעגען די התנתקות, האט געהאט צו זיך צוויי מהלכים.

1)מאכען א מהפכה, איבערדרייען די מדינה מיט פראטעסטען וכו', און אפילו דער חברה האבען אויסדריקלעך מדגיש געוועהן אז זיי וועלען קיינמאל שיסען אויף אידען.

2)ארויסברענגען גאר שטארקע הרגשים ביים עולם, סיי דורך ערקלערען ווי געטריי זיי זענען פאר די מדינה, סיי דורך ארויסברענגען די פערזענליכע אומגליק פון מגורשים, וכו'.

די קהל המיועד פון דער צווייטע מהלך, איז געוועהן סיי דע אלגעמיינע פאלק, סיי די פאליטישענס, סיי די סאלדאטען (נישט די פאליציי) זעלבסט.

די צוויי מהלכים זענען פארשטייט זיך א סתירה, ווייל אויב די ערשטע איז מצליח, באגראבט ער דער צווייטע אפציע, ממילא, איז פארשטענדליך אז דאס איז געוועהן א חילוקי דעות פון דער צוויי מחנות.

למעשה, דער וואס האבען געוואלט אפציע 1), הגם אז זיי זענען געוועהן א קליינע מיעוט, זייענדיק די מער עקסטרעימע מהלך, האבען זיי פארשטייט זיך געוואנען דער אינערליכע מערכה, און מיט דעם בעסיקלי באגראבען די אויסזיכטען פון אפציע 2) צו ארבעטען.

צום ענין, די וועסט אסאך פריער טרעפען א נטורי קרטא'ניק, וואס זאל מסכים זיין צו שיסען א ישראל'דיגע סאלדאט, ווי א מזרוחינעק. קיין נפק"מ די אומשטענדען.



בהוקרה,
דזשיד

עפשטיין » 19/8/2005 21:19

jid

עם כל הכבוד צו דיין באשרייבונג, האט א נטורי קרתא קיינמאל נישט געשאסן קיינעם, אין די רעכטע האבען שוין יא.

כרגע געדענק איך אמיל גרינצווייג ביי די פראטעסטען קעגען לבנון מלחמה, אין דאס איז שוין נישט אריינגערעכנט אורלוזורוב וואס זיי לייקענען.

סנדעל » 22/8/2005 21:14

דא קענט איהר זעהן אלע בילדער פון דעם גירוש הונדערטער בילדער

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=12965

בןמלך » 23/8/2005 03:06

יענקיס, ס'איז אפשר מעגליך אז די בית החיים זייערע איז נישט אזוי טראגיש אז מ'לאזט עס איבער צווישן די אראבער. אזוי ווי פיל פון די קברי קדמונים ליגן ליידער צווישן די ערביים. ווי יוסף הצדיק וכדו', עס איז זייער ווייטאגליך אז די קינדער און אייניקלעך וועלן זיך נישט קענען צוקומען אהין ביום היארצייט. אבער נאך אלעם האבן זיי אליין זיך אריינגעלייגט אין דעם מצב בחייהם. זיי זענען פרייוויליג אריינגעקראכן צום לייב אין מויל אריין, האבן זיי עס באקומען אויך לאחר פטירתם "ביג טיים".
בנוגע אז די מאה שערים אידן זאלן גיין פראטעסטירן. האב איך אן אנדערע עצה.
אזוי ווי די מאה שערים אידן זענען זייער שטארק אפגעמוטשעט יעצט פון פראטעסטירן אויף כביש שש. איז ראטזאם אז יעצט זאלן די באקוועמע אויסגערוהטע אידן, וואס האבן זיך נאך נישט אנגעשטרענגט אין זייער לעבן צו באשיצן קברי תנאים ואמוראים ראשונים ואחרונים, קיינמאל נישט. דעריבער זאלן זיי זיך אויפהייבן פון זייערע באקוועמע זיצערס, און זיך אננעמען אויף די קברי הקדושים וטהורים מאבדים עצמם לדעת אין גוש קטיף, נוה דקלים וכו'.
עס איז אויך מסתבר אין יעצטיגן מצב ביי די התנתקות - ווען מ'האט געזען אז ווען פיל פון די פרומע ציונים'לעך מיט לאנגע בארד און פאות קענען יא פראטעסטירן - (אפשר נאר ווען עס קומט צו זייערע שטותים?). זאלן זיי זיך אויך אמאל אננעמען ווען עס קומט צו כבוד שמים....
סליחה.

shia550 » 23/8/2005 03:17

האסט שנעל פארגעסן וואס די אראבער האבען געטון מיטן קבר יוסף הצדיק גלייך ווען עס איז אריבער צו זייער הענט.

למעשה איז קבר יוסף הצדיק ביי די ישראלים, זיי לאזען נאר נישט גיין אהין מחמת סכנה.

בןמלך » 23/8/2005 03:22

התנצלות
איך האב אפשר נישט געגעבן קיין ריכטיגן משל מיט יוסף הצדיק. בכלל ווי קען מאכן א משל פון דעם "יסוד צדיק" יוסף. צו די נעבעכדיגע צערודערטע מתנחלים...
אנטשולדיגט.

בןמלך » 23/8/2005 23:37

די איזראעלי רעגירונג האט יעצט געמאלדן, אז די מערב ברעג איז "יודענריין". און די התנתקות איז פולקאם פארטיג. טראץ די שווערע מערכות היינטיגן דינסטאג אין גנים און חומש, וואו מ'האט געדארפט נוצן קרעין'ס מיט ענליכע מיטלען אנצוקומען צו דעכער.
אויך איז שווער אנגעקומען צו אויסליידיגן א שולע, ווי פערציג משוגעים האבן זיך באראקאדירט. עטליכע פעלער איז געווען וואו מתנחלים האבן געשטאכן איזראעלישע סאלדאטן, און טראץ וואס עס איז גארנישט ערנסט געשען צו די פארוואונדעטע, זענען דאך די אנפאלער באלד ארעסטירט געווארן. און מ'האט אלע עוואקואירט פון גאנץ עזה.

איןבעיה » 24/8/2005 01:01

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:01

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:02

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:02

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:02

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:03

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:03

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:03

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:04

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:04

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:04

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:05

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 24/8/2005 01:05

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

אינגערמאן » 24/8/2005 05:39

הרב פאדווא אבדק לאנדאן

טראגן אן אראנזדשע בענדל איז א ספק רודף


קרעדיט POSTMAN


ב"ה

י'מנ"א תשס"ה לפ"ק

לתושבי עירנו הע"י.

בא לתשומת לבי העובדא שיש מבינינו אנשים התולים בכלי הרכב שלהם דהיינו על הקאר"ס ווענ"ס וכדו' חוטים בצבע ארענדז"ש והוא לאות סולדוריות עם המתנחלים בא"י.

וזה מובן וידוע שדבר זה יכול להרגיז את השכנים שאנו גרים ביניהם ותוצאותי' מי ישורנה ח"ו. אשר על כן מי שיש לו כזאות על הרכב מחויב להסיר את זה תיכף ומיד כי הוא בכלל ספק רודף ח"ו. וד' ישמר צאתנו ובואנו לחיים ולשלו' מעתה ועד עולם.


משה חיים אפרים פדווא

אינגערמאן » 24/8/2005 05:41

לינק צו זעהן די כתב יד פון הרב פאדווא'ס בריוו

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1534515
בלאט: 1 2 3 4