ההתנתקות The Disengagement
178 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1520343
אינגערמאן,
יא, גערעכט, סיז טאקע נישט איינגענעם צו פארלאזן דיין הויז און געגנט, קיינער לייקענט דאס נישט, אבער פארפאלן, אויב די רעגירונג, וואס איז א "דעמאקראטישע" רעגירונג, מאכט אפ אז פאר די וואוילזיין פון די שטאט/לאנד דארף מען אויפלעזן א געגנט, אקצעפטירט מען עס, מ'ווישט מען זיך אפ די נאז און מ'דילט מיט עס.
פארגעס נישט אז זיי האבן געהאט חדשים זיך צו פאקן פעק, מ'האט זיי געגעבן פארגוטיגונג געלט אין הייזער אין אנדערע ענליכע געגנטער, ס'איז נישט אז זיי זענען פלוצלינג געווארן האומלעס.
די סיבה פארוואס מ'ווארפט זיי ארויס מיט געוואלד, איז נאר ווייל זיי האלטן נישט ביים גיין מיט גוטן, זיי האבן געהאט אלע ברירות צו פארלאזן די פלאץ, זיי זענען פאר'עקשנ'ט, זיי זענען פשוט קעגן די רעגירונג'ס פאליסי פון די "התנתקות", זיי ווילן ארויפצווינגן זייער פאליסי אויף די רעגירונג מיט געוואלד, דאס איז א פארברעך!
תוקן על ידי - איגריקע - 16/08/2005 23:45:03
זיי מחליט
איז דער מדינה א דעמאקראטישע מדינה פלוצלינג? ביי די אלע מכות אויף כביש שש אין אין ביי רחוב בר אילן האט איך געהערט אנדערע זמירות.
אין אמעריקע טיילט מען גרעסערע מכות אויב מ'בונטעוועט קעגן די פאליציי, פרוביר עס נאר אויס און נו יארק, כ'בין דיר ווייניג מקנא.
אינגערמאן,
ראשית כבר היה אין וומ"ס ווען מען האט געבויט דעם הייוועי האט די שטאט טאקע דאס געטוען דוק ותשכח.
עס איז דא א געזעץ און זיי האבען די מעגליכקייט דאס צו טוהן.
שנית ווען איינער זאל זיך ארויף זעצען אויפן שפיץ פונעם ברוקלינער בריק אין די פאליציי וועט קומען און עם פארטרייבען פון דארט וואלסטו פארשטאנען אז ער איז א מאבד עצמו לדעת.
דא איז כמעט אזוי!
שרון האט זיי אריין גיזעצט אהין ממילא האט ער גיהאט א חיוב אויפצוהאלטען א מיליטער דארט זיי צו היטען
אויף די רגע ער האט גיזען אז ער קען קיין מיליטער נישט האלטען דארט קען ער זיך נישט אויפהייבן מיט זיין מיליטער און אנטלויפן אזוי ווי ער האט געטוען און לבנון ווייל ער קען נישט איבער לאזן די מענטשען אהן קיין שוץ
כאטש זיי ווילען דארט וואינען אהן די שוץ פון די רעגירונג ווייל לויט איהם איז דאס דארט בלייבן אהן מיליטער אזוי ווי וואינען אויפו ברוקלינער בריק.
Its really heart breaking to see what's happening. Its not only there houses it's….
1. Bais Medrashim
2. Yeshivas
3. Bais Yakkovs
4. Mikvah 's
5. Shopping Centers
6. Parks
7. Business – there are people who make a nice +living from there green houses 200K
It's a CHORBON HABAIS its a GZERA MIN SHOMAIM.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - איןבעיה - 16/08/2005 23:49:33
Nabach
[בילד – נישט אפגעהיט]
2
[בילד – נישט אפגעהיט]
noch
[בילד – נישט אפגעהיט]
vod
[בילד – נישט אפגעהיט]
די אידיאטן ברויכן פסיכילאגישע טעראפי, מ'דארף זיי אויסהיילן די מתנחלייטעז קרענק פון זיי.
איך ווער נישט קיין טראפ בארירט פון די משוגעים, נישט ווייל איך בין א קאלטער מענטש.
שוטה אסור לרחם עליו!
זיי וויינען ווייל זיי ווילן "נעבעך" דוקא וואוינען אין א געגנט ארומגענומען מיט אנדערטהאלבן מיליאן אראבערס טעראריסטן. "נעבעך נעבעך". מ'צווינגט זיי נעבעך צו וואוינען אין נארמאלע געגנטן, נעבעך נעבעך.
שוטים!!!
you have to have some feelings
דאס בילד דערמאנט מיך פין א באקאנטע בילד אין ווארשע
[בילד – נישט אפגעהיט]
אינגערמאן:
עס פאסט נישט דיינע נאיווע שאלות פאר א פארשטענדליכען אינגערמאן.
די מענטשען לעבען אין א מקום סכנה, זיי זענען מפקיר זייערע משפחות פאר אידעאלאגיע, דער וואס נעמט זיי אוועק פון דארט איז א מציל נישט קיין מגרש.
אין אמעריקע איז דא כסדר עוואקואציעס (צייטווייליג) און פארשידענע געגענטער ווי למשל פלארידע ווען עס איז דא א סכנה פון פארפלייצונגען וכדו' מען צווינגט די איינוואוינער צו פארלאזען צייטווייליג די געגענט ביז די סכנה גייט פאראיבער. דארט אין די התנחלויות איז א שטענדיגע סכנה און פארשטייט זיך אז א נארמאלע רעגירונג איז פארפליכטעט צו שיצען אירע בירגער וואס האבען נישט דעם שכל זיך אליין צו באשיצען, איבערהויפט אז עס איז דא קינדער פארמישט, איז דאס קלאר די רעגירונגס אחריות זיי צו ראטעווען פון די סכנה.
און צוגאב צו דעם אלעם האט די רעגירונג זיי צוגעשטעלט שטחים און געלט זיך צו קענען צוריק מסדר זיין אין ארץ ישראל מיט די גאנצע קהילה צוזאמען און מיט די זעלבע פרנסות וכו'. פארשטייט זיך איך בין נישט דא צו פארגיטיגען די ציוניסטישע מדינה נאר צו לערנען מיט דיר אלף בית גימל וגו'.
צו פארגלייכען דאס צו גירוש שפאניע און אנדערע אידישע צרות איז גרויליג און נאריש. די ווילסט טאקע פארגלייכען אידען וואס מען שטעלט זיי צו פון אלעם גוטען, נאר נישט אינעם לייבען גרוב, צו אונזערע עלטערען וואס מען האט געפייניגט און פארטריבען, נישט פון זייער שטעטעל, פון זייער לאנד מיט גארנישט מער ווי די העמעד אויפען רוקען. מען האט זיי פארטריבען ארויס פון א לאנד און זיי האבען געוואנדערט יארען ביז זיי האבען געטראפען א מקום מנוחה.
פילע טויזענטער זענען געשטארבען אויף די וועגען פון רויבערס, חיות רעות, קראנקהייטען וכדו'.
ווילסטו דאס פארגלייכען צו דעם?
דאס הארץ רייסט צו ליינען דיינע ווערטער וואס שרייט ארויס דיין אומוויסענדקייט און ווי ווייט די האסט נישט קיין געפיל צו די צרות וואס אונזערע עלטערען האבען מיטגעמאכט.
DRY, יו היט די נעיל אין דע העד!
זיי זענען קיין שום רחמנות! זערא!
א רחמנות זענען די וואס זענען נעבעך דערמארדעדט געווארן צוליב זייערע פראוואקאציעס!
ס'פעלט זיי נישט גארנישט! נאר אביסלע שכל!
דרייניץ
אמאל ווען איך האלט מיט דיר
ס'איז נישטא וואס צו רעדן, עס איז א הארץ ווייטאג צו זען וואו אידן מיט זייערע פיצלעך קינדער דארפן נעמען האק און פאק, און זיך אפטראגן פון א פלאץ ווי זיי וואוינען שוין יארן לאנג.
מאידך גיסא, דארף מען זיין רעאליסטיש מיט וואס מ'האנדלט דא, דא רעדט זיך פון א גרופע "אידישע זעלבסטמערדער" וועלכע זענען מפקיר זיך מיט זייערע קליינע שעפעלעך, און זעצן זיך אריין אין א לייבן גרוב. עס איז א פלא פון וואו אזא פרייע רעגירונג ווי די ציונים נעמט אזא זכות פון מציל זיין קרוב צו צען טויזנט אידישע נפשות.
עס איז מערקווירדיג צו ציטירן וואס דער "דעילי ניוס" האט מיט בערך א יאר צוריק געשריבן בנוגע גוש קטיף און עזה.
"די סעטעלמענטס ווי גאזא (עזה), וואו טויזנטער טרופן דארפן שטענדיג זיין אויף די וואך צו היטן די אידישע סעטלערס פון די איבער א מיליאן אראבישע שכנים מיט וועמען זיי זענען ארומגענומען. א קאמאנדיר פון די איזראעלי ארמיי האט געזאגט: פארוואס דארפן מיר זיך איינשטעלן דאס לעבן און פארלירן קרבנות יעדן טאג פון די מיליטערלייט, כדי אז אכט טויזנט (קרעיזיס) משוגעים פון ברוקלין זאלן קענען אקופירן די געביטן. ע"כ.
ענליכעס איז געשטאנען אין אנדערע צייטונגען אויך. קאמענטארן זענען איבעריג.
The buses and containers arriving
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
DRYNITZ
גוט געזאגט
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
דרייניץ איך זאג אויך, גוט געזאגט
נ.ב. אבער עס איז מיר יא געלונגן ארויסצושלעפן א פאר לעבעדיגע נארמאלע תגובות
מצד שני, דער שטח וואס זיי לאזען איבער איז א סטראטעגישער און א וויכטיגער. ווען שרון וואלט געהאט שכל וואלט ער לוחם געוועהן מיט די אראבער און זיי ארויסגעטריבען פון עזה. דאס וואס ער טוט יעצט מיטען התנתקות איז זייער מסוכן פארן קיום פונעם מדינה (און די מענטשען דערין!) און רוב מדינה איז דערגעגן. אה"נ אז לשי' ויואל משה טאר בכלל נישט זיין קיין מדינה אבער די מתנחלים לשיטתם זענען 100% גערעכט מיט וואס זיי טוהן. ווען עס קומט א גוי צו אייך אינדערהיים און הייסט אייך ארויסגיין וואלט איר דען געגאנגען? די גאנצע מח' דא (צווישען ערליכע יודען און ציונים) איז נאר טאמער דאס היישט טאקע 'אינדערהיים', אבער לו יהא אז דאס איז 'אינדערהיים' פארוואס זאלען זיי גיין?
הייסט אזוי, מ'זאל ארויסטרייבן אנדערטהאלבן מיליאן אראבערס פאר 9 טויזענט סעטלערס.
עזה, איז א צרה און א קאפ-וויי פאר די מדינה.
די ארויסצוג איז באשטעטיגט געווארן 3 מאל דורך רוב כנסת דעפוטאטן.
די פאולס האלטן אין איין ווייזן אז רוב ישראלים זענען פאר די ריקצוג פון עזה.
למעשה איז עס נישט אזא מקום סכנה, עס ווערט דארט כמעט קיינער נישט געהארגערט.
אפילו אין די שווערע לעצטע פאר יאר פון די אינטיפאדא איז דארט געווען אפשר איין אדער צוויי געהארגעטע.
זיי וואוינען נישט געמישט מיט די אראבער, עס איז א מהלך רב.
מר. עפשטיין איר זענט שטארק מיסאינפארמירט. צווישן די אלע אינטערוויוס מיט מתנחלים זעט מען ווי זיי רעדן זיך אליין אפ אז זיי האבן דארט פארלוירן איינער א זון, איינער א טאטע איינער א ברודער. ועל כולם זענען סאלדאטן געפאלן דארט ווי פליגן.
אז די ליינסט נישט קיין צייטונגן זאג נישט יענער איז מיסאינפארמירט.
די חברה האבען פארלוירען משפחה ווען יענע האבען גדינט אין מיליטער, אבער נישט אין יענע געגענט אלץ ציווילע וואס זענען כמעט נישט געטראפען געווארען.
עפשטיין דו רעדסט נישט צו דער זאך
אין די ישובים האבן זיך טעראריסטן אריינגעכאפט מערער מאל און דער'הרג'ט רח"ל מענער, ווייבער, און קינדער, ווים זיי האבן געקענט, צומאל האבן זיי דערשאסן קאלטבלוטיג יונגע קינדער אין זייער אייגענע בעט רח"ל הי"ד.
ושומר פתאים השם
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
Israeli gunman kills three Palestinians in West Bank
By Amiram Barkat and Amos Harel, Haaretz Correspondents, and AP
An Israeli Jew killed three people and wounded three others Wednesday afternoon, when he opened fire on a group of Palestinians in the industrial area of the West Bank settlement of Shiloh.
The man apparently snatched the weapon from a security guard in the industrial zone.
The gunman, from the West Bank settlement of Shvut Rahel, was arrested by Israeli security forces.
"It appears that an Israeli who resides locally grabbed a gun from a security man at the Shiloh industrial zone and opened fire on Palestinians, who may have been workers or passersby," an Israeli security source said.
This is the second attack by an Israeli Jew on Arabs in as many weeks.
At the start of August, an Israel Defense Forces soldier who had deserted from the army to protest the disengagement opened fire inside a bus in the northern town of Shfaram, killing four Israeli Arabs.
The attacker, Eden Natan Zada, was killed by a mob who surrounded the bus after the shooting.
תוקן על ידי - איןבעיה - 17/08/2005 17:51:55
די חברה קומען אן...
[בילד – נישט אפגעהיט]
... זיי פילן מיט זייער ווייטאג..
[בילד – נישט אפגעהיט]
ער פרובירט מיטן אלטן מיטל..
[בילד – נישט אפגעהיט]
גוט מסכים, דו בלייב דא...
[בילד – נישט אפגעהיט]
לאזט מיר אויך דא...
[בילד – נישט אפגעהיט]
מען שפרעכט אפ דעם גירוש....
[בילד – נישט אפגעהיט]
אפשר מיט די כיפת הסגולה וועט עס העלפן....
[בילד – נישט אפגעהיט]
א היימישער ליידער...
[בילד – נישט אפגעהיט]
צוריסן... דעם גירוש באפעל....
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
עטס פארשטייטס נישט ...
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
Bob Grand would've said: it's sick out there, and it's getting sicker!
Israeli gunman kills 3
JERUSALEM (Reuters) - An Israeli gunman killed three Palestinians in the West Bank on Wednesday, Israeli medical officials said, in an attack that could complicate Israel's evacuation of Jewish settlers in the Gaza Strip.
A police spokesman said the attacker, identified in the Israeli media as a Jewish settler from the West Bank, was arrested.
Medical officials said three Palestinians were killed and at least three others were wounded in the shooting near the Jewish settlement of Shiloh.
"It appears that an Israeli who resides locally grabbed a gun from a security man at the Shiloh industrial zone and opened fire on Palestinians, who may have been workers or passers-by," an Israeli security source said.
There was no immediate claim of responsibility for the attack, which was likely to raise tensions at a time when Israel hopes Palestinian militants will hold their fire as it evacuates all of Gaza's 8,500 settlers.
Hours before the incident, Israeli troops began removing settlers and their supporters from several Gaza settlements as part of a pullout which Israeli opponents see as capitulation to a Palestinian uprising that began in 2000.
The West Bank attack came nearly two weeks after an ultranationalist Jew opposed to the Gaza pullout shot dead four Israeli Arabs on a bus in northern Israel.
Violence has dropped steeply in the occupied Gaza Strip and the West Bank since Israeli Prime Minister Ariel Sharon and Palestinian President Mahmoud Abbas declared a cease-fire in February.
http://today.reuters.co.uk/news/newsArticle.aspx?type=worldNews&storyID=2005-08-17T144708Z_01_MCC752278_RTRUKOC_0_UK-MIDEAST-SHOOTING.xml
תוקן על ידי - average - 17/08/2005 18:34:55ענדליך עפעס צי שמייכלען......
Members of the Chabad movement who had infiltrated Neveh Dekalim and entrenched themselves Wednesday in the bomb shelter of a girl's seminary demanded that the evacuating forces wrap themselves in tefillin (Jewish prayer phylacteries).
http://www.haaretzdaily.com/hasen/spages/613894.html
תוקן על ידי - איןבעיה - 17/08/2005 18:43:21
פארפאסט דעם מנין... מען גייט שוין הגבה..
[בילד – נישט אפגעהיט]