התנתקות לשיטת בעל ויאל משה זצק"ל
57 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 60 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1513976
אזוי ווי עס איז נאך געבליבען גאנצע "דריי" טעג צום התנתקות. וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערען די מיינונגען פון אנ"ש איבער די התנתקות.
1 איז מען מחייב אויף צו קלערען די מתנחלים דעם דרך פון ויאל משה (די הארב קייט )
2 אדער דארף מען זיך בכלל נישט אריינמישען איון דעם
3 אדער כל ישראל ערבים זה לזה מען דארף זיי העלפען מיט עפעס א וועג
4 לויט שיטת "ויאל משה", מעגען די מתנחלים זיך קעגען שטעלען די ציונים ווייל אפשר איז דאס נישט דינא דמלכתי דינא, אזוי ווי דער נ. המדינה האט נעכטען געזאגט
5 למעשה לויט שיטת ויואל משה מעג מען ממלה דארט נישט וווינען מפני התגרות באומת אבער וואס וועט זיין אויב מאגען וועלען די ציונים זיך נעמען איבער ירושלים אדער בני ברק איז שייך דינא דמלכתי דינא
וואס זאגט איר וועגען דעם ? לויט אלע שיטת?
זאלשויןזייןשלום
אויך מיין איך, אז ס'וואלט געוועהן פאסיג טאקע דא אין דעם אשכול, פאר דער עולם (אין בעיקר מיין איך דער וואס אנערקענען אין די "שיטה" אלץ די איינציגער אמת אין אידישקייט...),
אז זיי זאלען טראץ זייער גרויסע שנאה צו די אידען וואס וואינען אין די שטחים, זיך באטייליגען אין די ווייטאג פון די וואס ווערען ארויסגעטריבען פון דארט, (צו יא גערעכט צו נישט.)
בהוקרה,
דזשיד
נאך איין קשה ביטע
על פי הלכה מעג די ממשלה ארויסטרייבען אידען פון זייער ווינונג?
איינער וואס איז געצווינגען ארויס צו טרייבען אידען פון זייער היים(א סאלדאט חייל)האט א דין רודף ?
אין בכלל וויפיל פון אייך זענען בעד הטקסט שלך כאן און וויפיל פון אייך זענען הטקסט שלך כאן
1,2,3
ס'נישט דא קיין ערבות איבער מינים ואפיקורסים
4
ס'אזוי ווי פרעגען צו מ'מעג זיך אנטקעגענשטעלען די געזעץ פון מדינה און פארקויפען חמץ אין פסח.
אודאי איז נישט דא קיין דינא דמלכותא, זיי דארפען זיך אפפיצען פון דארטען אליין.
5 די ציונים האבען נישט קיין דין פון דינא דמלכותא אין קיין פאל. אין פאל וואס ס'וועט זיין התגרות צו וואוינען אין ירושלים צו בני ברק איז גאנץ קלאר וואס די תורה, און דער רבי וואלט געהאלטען.
דזשיד
מיטטיילען מיט זייער ווייטאג איז אזוי ווי מיטטיילען די ווייטאג פון א משוגענער וואס מ'שלעפט צוקיר פון ברעג דאך פאר ער טאנצט אראפ.
אודאי עם טוט וויי -ווייל ער איז משוגע. אונז דארף ווי טאן וואס ער איז משוגע נישט וואס ער יאמערט און קוויטשעט וואס מ'לאזט עם נישט טאנצען.
כאטש ווען די אראבער רייסען זיך אויף, לאזען זיי איבער די ווייב און קינדער באזארגט מיט א גוטען פענסיע.
די אכזרים זיינען מפקיר זיך, מיט די ווייב און קינדער צו לעבען אונטער א האגעל פון קוילען מיסילס און באמבעס טאג טעגלאך. יעדער מענטש מיט א טראפ רחמנות דארף זיי ארויסשלעפען ביי דער האר, און נישט אין אכט נעמען וואס זיי זיינען צו משוגע אליין צו פארשטיין זייערע סכנה
איך האב געהערט פון אמנון יצחק אז ער האלט נישט קיין דרשות אריבער די קו ירוק, ווייל עס איז א איסור דאורייתא פון ונשמרתם מאד לנפשותיכם.
איך מיין אז אמנון יצחק איז נישט קיין סאטמארער, און די וואס ווילן וואוינען דארט אלץ שיינע דירות אדער ארץ ישראל השלימה זענען עובר א איסור דאורייתא יעדע איינציגע מינוט. און איך רעד נישט פון די אנדערע איסורים ווי העברת שלש שבועות וואס די גמרא זאגט אז די שטראף דערויף איז "אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה"
עס איז איראניש אז פונקט יעצט אין די דריי װאכן (שלוש שבועת) קומען פאר די שאלות װעגן די שלוש שבועות.
(באזירט אויף די מעשה פון א איד װאס איז אריין צו אייכלער ספרים סטאר שבעה עשר בתמוז און געבטן א ספר אויף די ענינים און הלכות פון די דריי װאכן (שלוש שבועות). האט ער עם ארויסגעברענגט א ויואל משה)
אלס א מתנגד פון די מתנחלים אין זייערע דרכים, בין איך דאך זיך משתתף אין זייער צער אעפ"י וואס איך האלט נישט אז עס איז בכלל א 'גירוש' ...וכו' וכו'
WASSA
קודם HATS OFF פאר ווערן דערמאנט אין די מדיה היינט.
די שרייבסט: "ס'נישט דא קיין ערבות איבער מינים ואפיקורסים" איז שקר מיסודו!
אין נאך מער סאטמאר רבי זצ"ל שרייבט אין שו"ת דברי יואל (איך וועל שפעטער שרייבעןדעם סימן) אז ווער עס זאגט אזוי צריך בדיקה אחריו.
וכפי זכרוני האט דער העלמעצער רב האט געשיקט א שאלה פאר סאטמאר רב, צו ער מעג אדער איז מחיוב צו מסדר זיין א מקוה אין א 'קאנסערוועטיווער שוהל' וואס עס איז דאך א בית המינים אין די מעמבערס זענען דאך מינים ואפיקורסים.
אין דער תשובה זעהט מען אז אז דער בעל דברי יואל איז מלא כעס אויף דער שאלה בכלל, מיר זענען דאך מושבע ועומד מהר סיני אויף דיני ערבות , אוןאויב עס איז פערהאנן א מעגליכקייט צו מונע זיין א איד אפילו נאר פון איין עבירה בפרט אזא עוון חמור ווי נדה איז מען מחיוב אלס צו טוהן.
דיין תגובה איז נאך א באווייז אז רוב סאטמורים האבען נישט קיין השגה אין די 'שיטה' וכאילו די גאנצע 'שיטה' באשטייט פון שנאה צו ציונים והנגררים. אין אויב מ'האט איינעם פיינט פארוואס דארף מען זיך 'זארגען' פאר אזא איינעם.
אבל לא כן היה דעת תורה של האדמור מהר"י ט"ב זצ"ל
Yohcee
you may not want to hear this, but I commend your קלארע קאפ און שארפע צונג
שירבו כמותך
wassa
you give Satmar a bad name
יוחי
שקויח פאר דעם HATS OFF
איך ווער א סעלעבריטי אבער האב נישט קיין מורא, איך בין נאך נישט איבערגענומען פון דעם.
איך האב דאס נאך נישט געזעהן פון סאטמאר רב. וואס יא, איך האב געהערט פון עהרליכע אידען אין ירושלים נאכזאגען פון ר' חיים זאנענפעלד אז אויף מחללי שבת איז נישט דא קיין ערבות. איך האב דאס אויך געזעהן אין עטליכע ספרים, איך געדענק נישט פונקט וואו.
אז דו קענסט צייכענען א פונקטליכער מקור פון רבי'ן הייב איך גלייך הענט.
ומי יבוא אחרי המלך..
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
צבי
If you really thought I gave satmar a bad name you would like me
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
פארגעסט נישט אז רוב קו ירוק כולל רוב מערב ברעג געבן זיי דערווייל נישט צוריק.
די שאלה ווי לאנג זיי וועלן קענען ווייטער שפילן.
דער גאנצער ויואל משה איז געשריבן געווארן כדי צו אויפקלערן דייקא די אגודה און מזרחי, ווי דער רבי שרייבט קלאר אין די הקדמה.
און עס איז קלאר אז דער פראבלעם איז נישט נאר דאס פירן א מדינה מיט א רעגירונג און וואלן.
דאס עצם גרינדן און אנהאלטן אן אויטאנאמיע, צו שרון איז יא אדער נישט מסכים, איז מנוגד צו די יסודות פון דת תורה"ק.
און דעריבער, איז דאס אנהאלטן די התנחלויות, און דאס שלאגן זיך דערפאר, ריין כפירה און מינות.
בנוגע זייער ווייטאג.
צוערשט וואלט איך געוואלט וויסן וויפיל זיי האבן געווייטאגט ווען מען האט אפגעשמד'ט מיליאנען אידישע קינדער אין די לעצטע פופציג יאר.
איך וואלט אויך געוואלט וויסן זייער ווייטאג, ווען זיי האבן געזען ווי אידן ווערן געשלאגן און געהרג'עט ביי פראטעסטן, וואס ביי יענע אידן - די פון וועמען זיי בעטן יעצט סימפאטיע - זענען יענע ענינים געווען פיל וויכטיגער ווי ביי די מתנחלים דער א.ג. "גירוש".
און לבסוף, איז מיר אוממעגליך צו באהאלטן מיין פרייד ווען איך זע ווי די ציונים אליין מוזן אנהייבן דעם פראצעס פון צונעמען די מדינה, און מיר האפן אז בקרוב זאל די גאנצע מדינה ווערן צופאלן - אן קיין שאדן פאר קיין שום איד, אויף א אופן ווי די יעצטיגע ריקצוג, צב"ש - ובא לציון גואל.
עס ווערט אבער יא צוריסן מיין הארץ ווען איך זע מיינע בלאנזשענדע ברידער, ווי זייער גאנצער 'תורה' ווערט צושמעטערט פאר זייערע אויגן, און זיי ווייסן נישט וואוהין זיך צו ווענדן.
דער רבש"ע זאל בקרוב דערלייכטן די אויגן פאר אלע אידישע קינדער, וילמדו תועים בינה, און אזוי וועט מען בקרוב הערן דעם שופר של משיח.
תוקן על ידי - זאליweaky - 11/08/2005 23:56:21
"דער גאנצער ויואל משה איז געשריבן געווארן כדי צו אויפקלערן דייקא די אגודה און מזרחי, ווי דער רבי שרייבט קלאר אין די הקדמה"
זאלי דו אויך דארף דערמאנען וועגען דער 'שיטה'??
דא איז א קטע פון דער הקדמה פון ויואל משה רייב דיר נאך אמאהל אויס די אויגען צו ער האט עס געשריבען פאר די וואס ער רופט 'משוחד' און 'נגררים'
[בילד – נישט אפגעהיט]
יוחי.
ווי דו ווייסט בין איך דיר א גוטער פריינט, און נעם געווענליך אן דיינע רעקאמענדאציעס.
אלזא, איך האב זיך אויסגעריבן די אויגן איינמאן און נאכאמאל, און דאס פאלגנדע האבן מיינע אויגן מיר איבערגעגעבן.
כי אם לאנשים מועטים המבקשים עוד לידע האמת, ורק השפעת רובא דעלמא עם כל המפלגות הנגררים אחרי הציונים מבלבלים המוחות, ומהם אפשר עוד להציל נפשות יקרות.
אויב דיינע אויגן זעען עפעס אנדערש, דאן זיי מוחל שיק זיי מיר אריבער...
דרך אגב: די בריוו צום העלמעצער רב איז איבער א מקוה אין אריזאנא ווי דארט האט מען געקענט ראטעווען דורות ישרים ומבורכים, ווייל עס פאלן דארט אריין ערליכע נישט זייער פרומע ארטאדאקסישע אידן.
זאלי יא דו האסט נישט גריבען גוט.
'ומהם' קען מען ראטעווען אבער 'הם' (מזרחי אגודה)נישט! ווייל זיי זענען 'אינם יכולים להודות על האמת
יא דער אגודיסט וועט דיך לערנען ויואל משה
דער תשובה פון סאטמאר רב איז נישט קיין אריזאנא יענע מקוה איז געוועהן אין YONG ISRAEL און אין יענע שוהל איז אלע מאהל געווען א מחיצה און טוסאן איז נישט א 'עיר גדולה'.
איך לייג דא צו א קטע פון יענע תשובה.(סימן נט)
[בילד – נישט אפגעהיט]
עוד קטע
[בילד – נישט אפגעהיט]
די סאטמערע יונגווארג האבן קיינמאל קיין ויואל משה נישט געלערנט. ווייל זיי קענען דאך די שיטה דורך און דורך. (אונז זעמער צדיקים און די גאנצע וועלט רשעים)
און די אנדערע צו וועם די רבי האט דירעקט גערעדט צו זיי -אזוי ווי ער שרייבט אין די הקדמה- זיי האבן דאך זיכער נישט געלערנט ביי זיי אין ביהמ"ד איז דאך עס געווען בל יראה ובל ימצא. כידוע יענע רבי וואס האט זיך אויסגעדריקט דערויף. "ס'איז נישט מער ווי א שטיק פאליטיק" (איך וואלט עם געזאגט עפרא לפומיה)
נו וואס בלייבט ? ווער האט יא געלערנט ויואל משה?
בעסער סקען עס אריין ווי מאכן א בילד דערפון. ס'וועט זיין אסאך קלארער.
אויב האסטו זיך דערשראקן, אז כ'האב געמיינט אז דער רבי האט געוואלט איבערמאכן די אגודה אדער די מזרחי, בעט איך דיר שוין איבער...
כ'האב ח"ו נישט געהאט קיין הוא אמינא אפילו א רגע, אז מען קען מחזיר בתשובה זיין די גאנצע אגודה און די מזרחי.
ווילאנג עס וועלן זיין "שיסלען", און "בענקלעך", אזוי לאנג וועט זיין אן אגודה און א מזרחי.
כ'האב נאר געמיינט צו זאגן, אז דער רבי האט נישט געשריבן דעם ויואל משה פאר די סאטמארע חסידים, ווייל זיי האבן געהערט זיינע תורות, און זיי זענען דאך געווען מיט אים בדעה אחת.
ער האט נאר געשריבן דעם ספר פאר דעם "ומהם" פון די אגודה און מזרחי...
און דער רבש"ע זאל העלפן אז בקרוב זאל שוין מקויים ווערן "וילמדו תועים בינה".
זאלי COME ON
איך האב נאר מגיב גוועהן אויף דיינע ווערטער:
"כדי צו אויפקלערן דייקא די אגודה און מזרחי"
_______________
דאס וואס די זאגסט אז אלס איז געלט בין איך מודה אז עס איז אמת ויציב!!
דער גאנצער אויפטו פון דער אגודה איז גארנישט מער ווי געלט פאר ישיבות אין חינוך עצמאי
רוב אידען שומרי תורה ומצוות אין ארץ ישראל האט מען געראטעוועט פאר אידישקייט דורך אט די 'געלט'!
and by the way דאס זעלבע אויך טהרת המשפחה איז נאר דורך די געלט!!
אפשר ווילסטו א חשבון וויפוהל מקואות די מדינה האט שוין געבויעט?? דו מיינסט אפשר אז דאס געלט האט די מדינה געגעבען ווייל זיי האלטן פון ווארימע בעידער?
ניין ווייל אמאהל דארף דער ממשלה די שטיצע פון די בעלי 'הבענקעלעך'!!
יא יא יא נאכאמאהל יא אלס איז געלט!
איך האב זייער נישט ליעב צו טענה'ן זיך דא איבער די שיטה ווייל מיר אין דער אגודה האבען א כלל גדול (פון מורינו ר' יעקב ראזענהיים) אז אויף 'רעכטס' האבען מיר נישט קיין טענות
תוקן על ידי - yohcee718 - 12/08/2005 2:20:50
יוחי.
מיר בלייבן ווייטער גוטע פריינט.
פאר אלע אנדערע זאכן קענען מיר גיין ווייטער אין אישי אויב דו ווילסט.
כאטש רוב פון די אגודי'סטן האבן עפעס נישט אזוי מורא צו ארונטעררייסן 'רעכטס'...
יוחי
איך זעה נישט אין דער תשובה וואו ס'ווערט דערמאנט אפיקורסים אדער מחללי שבת
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
די רבי האט דאך געשריגען ביי די באקאנטע נשא תורה נאכן איינעמען אלט שטאט "איך רעדט נאר צו די וואס ווילן הערן. די וואס ווילן נישט הערן זאלן זיך גיין פון דא לחיים ולשלום"
די רבי ז"ל האט נישט געזיכט איבערצומאכן די וועלט. ער האט גערעדט ביי זיך אין ביהמ"ד צו זיינע אייגענע תלמידים. דעי וואס האבן עם געוואלט אויסהערן.
תוקן על ידי - yankees - 12/08/2005 3:30:34
וואסא.
קוק אריין אין שו"ת דברי יואל סי' נ"ט.
wassa
מ'רעדט דא פון א שוהל וואס עס איז אסור אריינציגיין
אבער דו ווילסט שווארץ-אויף-ווייס. דא האב איך פאר דיר נאך 2 קטעים .
____________________
(דאס וואס די האסט גערופען די מתנחלים .... כאילו זיי זענען נישט בכלל ערבות איז בכלל נישט פון וואס סאטמאר רב רעדט דא, זיי זענען דאך כשר לעדות ולמנין
COME ON
א גט פון רבנות איז פסול ביי די עדה החרדית?)
[בילד – נישט אפגעהיט]
ב
[בילד – נישט אפגעהיט]
רירענדע קליפ'ס ביים גזעגענען זיך פון די לעבעדיגע און פון די קברים תשעה באב "במלאו מובן המילה"
http://msnvideo.msn.co.il/video/default.aspx?g=c4da798a-14f4-4b3c-95f0-64d42d6c7946&cid=59תוקן על ידי - שלוםצאידען - 15/08/2005 1:20:12
ראשי ישיבות אסר'ן ישיבה בחורים ארויס גיין מפגין זיין
נגד התנתקות, וועגן פריצות
http://news.msn.co.il/news/Internal/Internal/200508/2005081417613.htmוואס האבען די לעצטע פאר תגובות מיטן שיטת "ויואל משה"?
עס איז דא א באזונדערע אשכול פאר סתם התנתקות נייעס.
טאקע ווייל עס איז די העדליין news און אלע מידיע אפעראטן איז אינטערסאנט וואס די ענטפער פאר די וועלט דארף זיין
זאלשויןזייןשלום
יוחי
פשיטא אז א מומר להכעיס איז נאך מחויב אין כל מצות שבתורה, און איך האב קיינמאל נישט געזאגט אנדערש. דאס איז אבער זיין פריוואטע חשבון מיט'ן אייבערשטער, און ער איז נאך אלץ יצא מכלל ישראל. ע"כ די ערשטע קטע.
וועגען דער צווייטען, ס'קען זיין אז ווען די מזרחיסטען בעטען אונז זיי צוצושטעלען א מקוה זיינען מיר טאקע מחויב. ווי ווייט דאס גייט אן לגבי אנדערע דיני ערבות, און ווי ווייט ווערט געזאגט הלעיטהו לרשע וימות אדער נאך זאכען איז מיר נאך נישט קלאר. איך וויל נישט מטריח זיין אויפ'ן עולם, איז אפשר קענסט דו אריינסקאנען ביידע גאנצע תשובות, נישט נאר די קטעים, ווי אויך סימן נט און מיר דאס שיקען אין אישי.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
היינט איז מיר פריש אויפגעשווימען דער טייטש פון רביה"ק זי"ע, וואס איז זיכער באקאנט פאר די סאטמארער באזוכער אין דעם פארום.
מען זאגט ביי נחם, "לבי לבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם, כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה".
האט דער רבי מסביר געווען, אז געווענליך אין א לאנד ווען א סאלדאט שטארבט אין קריג, איז ווירקליך א רחמנות אויף די ארומיגע פאמיליע מיטגלידער, אבער עס איז אויך פאראן א שטאלץ און פאטריאטישער געפיל אז דער סאלדאט איז געשטארבן פארן פאטערלאנד, וואס דאס איז פון די העכסטע אידעאלן ביי א גוי.
אבער אויף די אלע סאלדאטן וועלכע זענען געשטארבן ביי די אלע מלחמות איבער די אידישע מדינה, איז ווירקליך א שאד, ווייל מיר וועלן עס דאך במילא קריגן ווען משיח וועט קומען בקרוב בימינו.
און דערפאר איז "לבי לבי על חלליהם", וויבאלד "כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה", איז דאך יעדער חלל א שאד.
ודפח"ח.
היינט ביי נחם, זאגנדיג די ווערטער, איז מיר אויפגעקומען דער טייטש, און איך האב זיך דערמאנט פון די התנתקות.
וויפיל טאטעס און מאמעס באוויינען זייערע קינדער וועלכע זענען אומגעקומען אין דעם קריג ביים אייננעמען די שטחים ???
וויפיל משפחות זענען דורך די יארן פאראומגליקליכט געווארן דורך די טעראריסטישע אקציעס (גענוג צו דערמאנען די שוידערליכע טראגעדיע פון משפחת חטואל, הי"ד) ???
איז דאס נישט אלעס געווען [לכל הפחות] א שאד, אומזינסט און איבריג ???
תוקן על ידי - זאליweaky - 15/08/2005 6:45:26
הערט און שטאונט וואו שרון סימפאטיזירט מיט פאלעסטינער אז זיי האבען נישט נארמאלע לעבען'ס ער רעדט איבער די פארמערינג פון די אראבער א זיי (אראבערס פון עזה ) האבען נישט געהריג אווי צו ווינען
האט שרון (לבדיל) אנגעהויבן לערנען ויאל משה?
זאלשויןזייןשלום
ס'איז אינטערעסאנט ווי שרון דערמאנט עטליכע מאל אינמיטען זיין רעדע. אז בעזרת השם וועט זיין שלום. בעזרת השם וועט זיין גיט.
איך ווייס נישט צו ער גלייבט אבער אז ער דערמאנט די שם השם איז שוין א שיינע זאך.
YANKEES
אויף בעגין ימ"ש פלעג מען זאגען ער האט שוין עובר געווען אלע אנדערע איסורים, ס'האט עם נאר אויסגעפעלט דער ולרשע אמר ה' מה לך לספר חוקי, זאגט ער בעז"ה.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
בעגין איז נישט געוועהן קיין צדיק אבער 'ימ"ש'?
"אנדערע איסורים"?
ווי ס'איז מיר באקאנט האט ער זיך געהיטן פון עסען טריפה'ס אין נישט מחלל שבת זיין בפרהסיה.
ער האט קיינמאהל נישט גערודפט פרומע אפילו נישט קיין קנאים
איך ווייס נישט ווי דו נעמנט דיין היסטוריה
אוי! איך האב פארגעסען!!
ער איז געוועהן א ציוני ...
איז לאמיר זינגען
וכל המינים כרגע יאבדו .. ציוניסט מזרחיסטן אגודיסטן צו פארניכ....
ווער קען ר' נפתלי אינדיק'ס הימנון?
יוחי
אז ער איז געווען א מסית ומדיח איז נישט גענוג פאר דיר? וויפיהל פרומע בחורים האט ער פארפיהרט?
וכל המחטיא את הרבים אין מספיקין בידו לעשות תשובה.
יא, ס'טאקע א שיינע ניגון. לאממיר זינגען צוזאמען.
ציוניסטען אגודיסטען מזרחיסטען צו פארניכטען ימח שמם וזכרם
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
התנתקות בילדער אין נוה דקלים היינט פון ערוץ שבע
http://a7.org/news.php?id=121328יוחי.
כ'פארשטיי דיר אינגאנצן נישט.
דו ווילסט איך זאל דיר אנפאנגען אויסרעכענען אלעס וואס די אגודי'סטישע רבי'ס האבן זיך אויסגעדריקט אויף די ציונים ???
בעגין איז נישט געגאנגען קעמפן פון אינעווייניג...
wassa_dif
פון וואו נעמסטו אז מען מעג זאגען ימ"ש אויף יעדען איד וואס גליסט זיך?
האסטו דען געהערט איינמאל דעם הייליגע בעל ויאל משה זצק"ל רופען א איד ימ"ש אפילו אויף א ציוני דאך זאך אז ער האט נישט אזוי געזאגט
נישט אז איך קום דא מצדיק זיין אדער מיליץ יושר זיין אוף ציונים און אויף מינים. נאר דאכט זיך מיר אז דער בעל ויואל משה האט געווייטוגט באמת צער השכינה און די מצב פון כלל ישראל און ער האט אויף גוויזען דעם אמת על דרך התורה .. אויב פרעגסטו מענטשען וואס זענען דארט געווהען און געהאט די זכיה אים צו הערן. איך גלייב נישט אז דאס איז וואס זיי האבען ארויסגנומען(ימ"ש) פון די גאנצע ויאל משה
זאלשויןזייןשלום
איך האב נישט געליינט אלע תגובות אין אשכול, אבער איך וויל שרייבן ערשט מיין מיינונג ווי אזוי דארף מען קוקן ארויס אויף אלע געשענישן.
ברור שלדעת התורה הק' ענין הממשלה קודם ביאת המשיח הוא עוון פלילי, ובפרט שכל המטרה היא להעביר את ישראל מעל אמונתם.
היישוב בתחומים שמעבר ל"קו הירוק" הינה התגרות באומות באופן נורא שהמיט עלינו כבר אסונות גדולים ונוראים.
מסירת שטח בארץ ישראל המיושב ע"י יהודים ליאנם יהודים הוא איסור דאורייתא של "לא תחנם" שלפי רוב דעות נוהג גם בזה"ז.
ברוב השטחים המיועדים לפינוי גרים שומרי תומ"צ, וחלקם הגדול אף שומרים שמיטה כדת ללא מכירה.
ומכאן הקונפליקט הגדול ביחסנו לכל המתרחש, כשמחד גיסא זהו חורבן ממשלת המרידה בה', והפסקת המרידה באומות. אך מצד שני זהו גם איסור דאורייתא, וחורבן של אלפי אנשים מאחינו ובשרינו אף אם טועים הם בענייני דעות החמורים.
לכן לדעתי, צריך להיות עצובים וכואבים את כאב היושבים שם, שזה כאב אמיתי על יהודים תמימים שנעשה להם עולה גדולה, ומצד שני לא להביע התנגדות למהלך, אלא ישב בדד וידום.
וכך אכן נוהגים באר"י רוב ההיימישע אידן.
שלוםצואידן
ס'ריכטיג אז דער רבי אליין האט דאס כמעט קיינמאל נישט געזאגט. איך האב געהערט פון ר' מנשה פיליפ אז אויף קוק ימ"ש האט ער עס יא געזאגט. אבער ער האט אויך קיינמאל נישט געזאגט אז מ'טאר עס נישט זאגען.
די מנחת אלעזר פלעג זאגען ציוניסטען אגודיסטען מזרחיסטען ימ"ש.
א סאך אנדערע רבנים האבען זיך יא אזוי אויסגעדרוקט.
אויף שבתאי צבי זאגסט דו ימ"ש? אויף יאשקע מעג מען זאגען ימ"ש?
SIM
לא תחנם איז אדער לא תתן להם מתנת חנם אדער לא תתן להם חנייה בקרקע.
מתנת חנם איז נאר ביי א גוי שאינו מכירו און פאר די קלענסטע טובת הנאה מעג מען שוין מכש"כ דא.
לא תתן להם חנייה בקרקע גייט פונקט אזוי אויף די ציונים ווייל דער סיבה דערפון איז פן יחטיאך. און אזוי ווי ס'נישט דא קיין איסור איבערפיהרען פון איין גוי צו'ם צווייטען איז נישט דא קיין איסור איבערגעבען פון א ציוניסט צו א גוי, בפרט אז א מין איז ערגער פון אן עע"ז.
בכלל, איז נישט דא קיין ספק אז וואוינען דארטען איז פיקוח נפש און מ'מעג פארלאזען א שטוב פאר א גוי במקום פיקו"נ.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
א"כ לשיטתך אין איסור בהיתר מכירה של הרה"ר בשמיטה.
והחזו"א זיע"א אחז שיש בזה לא תחנם.
SIM
ערשטענס, די גאנצע מכירה איז הערמה גלויה.
צווייטענס, ביי אידען שותו"מ איז אודאי דא לא תחנם, ביי אפיקורסים נישט. די שאלה פון היתר מכירה איז נישט געווען נאר די פעלדער פון אפיקורסים.
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
אנאלאזירער, סליחה.
זה רק דרבנן. ואשר על כן?