היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » התנתקות לשיטת בעל ויאל משה זצק"ל

התנתקות לשיטת בעל ויאל משה זצק"ל

57 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 60 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1513976
בלאט: 1 2

yohcee718 » 16/8/2005 21:15

אנאנאליזער

אין ויואל משה מאמר ב' אות ח' ט' האלט ער

אז עס איז דא אין דעם א גרויסע פלוגתא און ער האלט אז לא תחנם ולא ישבו בזה"ז איז לכל הדעות חמור יותר ממצות ישוב אר"י

תוקן על ידי - yohcee718 - 16/08/2005 21:15:29

wassa_dif » 16/8/2005 21:26

און בכלל, אויף א שטח שיפוט איז נישט דא קיין דין לא תחנם, ס'גייט נאר ארויף אויף א פלאץ וואו ס'וואוינען מענטשען. איז אין די רגע וואס די ציונים ימ"ש האבען איבערגעגעבען די הערשאפט פאר די אמת'ע בעלים, אויב זיי פאדערען אז מ'זאל פארלאזען דאס פלאץ איז פשיטא אז מ'דארף מקיים זיין די גזירת גלות, און ס'נישט גילטיג קיין לא תחנם.

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.

yohcee718 » 16/8/2005 22:06

אנאנאליזער

אבער לפי דעם בעל ויואל משה הנ"ל איז אפילו אויב מ'זאגט אז איז נאר א דרבנן איז עס אזוי חמור אז עס איז דוחה אפילו דעם מצוה עשה של ישוב אר"י עיין שם (לע"ד)

WASSA

איין מאהל האלט איך מיט דיר מיט איין נקודה!

עס איז א שקר מוחלט צו טענה'ן "לא תחנם" איבער שטחים
די ציונים-מתנחלים טענה'ן אז 'ריבונות' פון מדינת ישראל מיינט אז דער באדן\לאנד איז אונטער יד ישראל.

אבער ווען עס קומט צו שמיטה פון א פעלד וואס אן אראבער האט נעבען צפת וכדומה זאגען זיי אז עס איז גערעכנט פאר 'ביד גוי' ממה נפשך! אויב 'ריבונות' איז 'ביד ישראל' ווי אזוי קען דאס הייסען ביד גוי?

דער אמת איז אז אלע פוסקים (שו"ת מנחת יצחק) האלטן אז נישט נאר לאנד אונטער מדינת ישראל איז נישט 'ביד ישראל' נאר אפילו די אקופירטע שטחים זענען נישט גערעכנט פאר ביד ישראל פאר דעם האלט מען נישט קיין שמיטה אויף אראבישע פירות.

אין דער תורה איז בכלל נישט דא אזא מושג פון 'ריבונות' ווייל 'ביד ישראל' מיינט אז א איד איז דער בעל הבית פון דעם לאנד ממש!

זיי די מתנחלים טאנצען אויף 2 חתנות ווי אזוי זיי ווילען ווי אזוי ס'שמעקט זיי אויפען מאמענט.



תוקן על ידי - yohcee718 - 16/08/2005 22:08:11

tzvibp28 » 16/8/2005 23:06

wassa
מנשה פיליפ איז דיין מקור?
איז שוין אלץ פארשטאנדיג!

wassa_dif » 17/8/2005 01:22

צבי
וואס מיינט פארשטאנדיג אויף יידיש?

"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.

שלוםצאידען » 17/8/2005 02:48

וואס איז דער דין לגבי מפנה זיין קברים פון גוש קטיף ?

גייט דאס אריין אין גדר פון חטיטי שכבה ?

עפשטיין » 17/8/2005 02:49

ניין בשעת מלחמה מעג מען מפנה זיין קברים.
בלאט: 1 2