"יארמור רב"... ... זאגט:
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1488383
דא ווער געגעבן די געלעגענהייט פאר אלע שרייבערלאך וואס פאסקמאטעווען זיך מיטן שרייבן, זיי קענען נעבעך נישט אליין בדחנ'ן צי נפחא'נן צי סתם זענען פוילע יונגאטשעס... אדער פוסטע בעלי גאה, וואס עס פאסט נישט פאר זיי צו מאכן תגובות... ... ...
דעריבער האט איך געזעהן פאר וויכטיג צו עפענען אן אשכול ווי יעדער זאל קענען שרייבן קיינער זאל זיך נישט פיהלן בא'עוול'ט, אדער זיך דארפן שעמען מיט זיין נישט געלונגענע וויצלאך, דא קען מען אלע וויצלאך אנלייגן אויף אונזער אלעמען באקאנטן רב ראש וראשון לכל דבר של קדישה...הרב הגעון מאור הגולה המאור הגדול (יא, ביי די ספרדישע תמימים ווערט ער באטיטלט המאור הגדול..! אוי לאותה בושה...] מורה מורינו הרב רבי ר' יענקל מילער-שליטא....
ביטע נאר שרייבן אמת'ע זאכן וואס ער האט (קיינמאל...) נישט געזאגט....
עס שיינט מיר, ווי קיינער דא האט נאכנישט געהערט פון דעם גרויסן רב....
כדי נישט צו בלייבן חוזק .. מיט מיין זיסע אשכול'עלע וועל איך מיר מוזן אליין נעבעך מגיב זיין.... איך בעט ענק לאזט מיך נישט אויפן וואסער דא...!! העלפטס מיר ארויס אין מיין הייליגע ארבייט פון ברענגען די גאולה...יא איר קענט לאכן... האומר דבר בשם אומרו.... מביא גאולה לעולם...!!
גישמאקער שלום..
המתחיל במצווה אומרים לו גמור.
מ'בעט אייך נישט הענדיגן... האבער לפחות האנהייבן...!!!
הע..איך גלויב האס נישט !!!
וויסטע דען מיר זאגן אז יארמער רב ווייסט נישט א מפורש'ע הלכה...
היתכן ???
תוקן על ידי - גם_זו - 29/07/2005 5:02:34
געשמאקער;
איך האב דא אויסגעמעקט דיין נארישע תגובה, איך צייל ביז דריי, דאס איז די ערשטע זאך וואס איך האב געמעקט, אויב איך קום אן ביז דריי, ווערסטו גע'אסר'ט דריסת הרגל אין דעם שוהל!
אין עונשין אלא אם כן מזהירין!
איך וועל קענען דאן אריינשיקן איינעם אנשטאט מיר?..
מוזט מיר מוחל זיין יעצט, איך האב עס געטון פאר יאוש..
אין מארץ 3 האב איך באקומען א פארקינג טיקעט פארן פארקן אויף א סיידוואלק, אזאך וואס איך קיינמאל נישט געטון נאר איך בין געווען אויף א דרייוו וועי און אזוי ווי מיין קאר האט א לאנגע נאז.. האט סעך עס אריינגעשטעקט.. אין די סייד.. וואלק,
שוין גאנצע פיר יא ... פיהר! חדשים וואס איך בין ביזי דארמיט עס פייטן... היינט ערהאלטן דעם בריוו גילטי וויט רעדוקציע..... א מין ליצנות... די צען דאלאר פענעלטי איז אראפ און בין "שולדיג" בלויז.... $115 ... ווי צו זאגן כאילו... כאילו.... כאילו כ'אב עפעס איינעם געטון!..
יא דער קאמפלעינענט הייסט , א רגע לאמיר נאכקוקן....
יא ער הייסט. דעפפי סאראווענט... קענסט אים אפשר?
וואס האלטסו מען קען טון צו די פארקינג טיקעטס?
איך האלט מען זאל אנפרעגן יארמער רוב אזוי וועל איך כאטש האבן וואס צו שרייבן אין דעם אשכול...
יא, דאס איז מעיאר בלומבערג.
פרעג קרעמער וואס ער זאגט דערצו, איך מיין אז עס איז שוין העכסט צייט מיר זאלן אנהויבן דעבאטירן פאר וועמען צו שטימן אין די מאיאר וואלן.
איינער איז אמאל אריין צום רב אל הקודש פנימה, בעטנדיג א ברכה פאר פרנסה, האט ער גע'עצה'ט עך זאל ווערן א בדחן, איך? בדחן? איך קע...קעקע....קעקעץ דאך??
נו איז וואס? וועט מען דיר צאלן צוויי מאל פארן צוויי מאל הערן!....
אבער איך קען נישט קיין זשאויקס?
גוט. כ'על דיר זאגן אפאר.
מענטשן פרעגן מיר יענקל וואס נעמסטו אזוי טייער צו בדחן'ען ביי חתונות? 3000 דולר?! אזוי סך?!
נאר, מיין ארבייט הייבט זיך אן נאך פון סך פריער, קודם ווער איך געוואור צי דער חתן קען לערנען, אזוי ווייס איך וואסערע מין זשאוקס צו מאכן דברי תורה אדער היימישע שטותים. נישט לאנג צוריק רוף איך אן א עלטערע ראש ישיבה אין א"י , האלאו! דא רעדט יארמור רב!.
איך הער ניט אזעי גוד, וואס זאגט איר?
יארמער רב!!
און וואס ווילט איר?
איך וויל פרעגן צי דער בחור קען לערנען?!
וועם ווילט איר דערצערענען?
ניין! צי ער קען לערנען?!
לויט ווי איך הער קען ער לערנען.
כ'האב אמאל געהערט, מיפעי קאדשוי פונעם יארמער ראוו שעליטע א טייער ווארט, וואס אויב מ'זאל אננעמען אז ער איז גערעכט, קען מען מיט דעם ווארט פארענטפערן זייער אסאך קאשעס.
דער ראוו האט געטייטשט:
מ'זאגט ביי א ברית, "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים". האט דער ראוו געפרעגט, לכאורה, וויאזוי קען מען וואונטשן פארן קינד כ"שם" שנכנס לברית = אזוי ווי "שם" (בן נח) איז אריין צום ברית בשעטומ"צ און איז אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק שם, אזוי אויך כן יכנס לתורה וכו' = זאל דאס קינד אויך אזוי אויפוואקסן, לכאורה מיר ווייסן דאך בשם המדרש אז שם נולד מהול, טא אויב אזוי איז דאך שם קיינמאל נישט געווען נכנס לברית?. האט דער ראוו שיין פארענטפערט - צוגעבנדיג פון פארדעם אז דאס איז נאר בדרך אפשר - אז היות ע' פנים לתורה, קען אפשר זיין דער פשט, אז דאס ווארט כ"שם" איז נישט דער פשט אזוי ווי "שם" איז אריין צום ברית וכו', נאר דער "כשם" קען צומאל אויך טייטש זיין, אין חז"ל, "אזוי-ווי", ווי למשל מ'געפון מיר אין חז"ל כשם שמצוה לומר דבר הנשמע וכו' און אזוי אויך אין נאך אסאך ערטער, במילא לויט דעם קען זיין דער פשט אזוי: אז מען וואונטשט דעס קינד, "כשם" שנכנס לברית אזוי-ווי ער איז בשעטומ"צ אריין צום ברית כן יכנס לתורה וכו'. דער ראוו האט דאן אויסגעפירט אז ער האט פארגעלייגט זיין פעשאט פאר רוב רבנים, און אלע האבן קילוי קעפע עחאד מאסקים געווען צי זיין פעשאט און האבן געזאגט אז ס'קוקט אויס צו זיין קארעוו לע-עמעס.
***
אויב מ'זאל מער אננעמען דעם פשט, ווערט מיר פארענטפערט זייער אסאך קשיות ווי למשל איינס:
(ביטע האט געדולד, לייענט דארעך די קאשעס מיט דע טיריצעם, אפילע איר האט א געמארע קאפ אין איר כאפט שוין אליין דעם טערעץ, ווייל צו געבן א שמייכל אין מעישעך פון ליינען דעם גאנצן פילפעל לוינט זיך נאך אלס...)
חזל זאגן במקום שאין איש וכו', האב איך געזען א פשט אין הייד פארק אז ס'מיינט, במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש, (כאכעם איינער איך ווייס שוין דע קאשע מיטן טערעץ..., האלט האלט, האלט מיט דעם גאנצן דריש). לכאורה ברויך מען דא צו פארשטיין עטליכע זאכן, פשטות פשט איז דאך אז אויף א פלאץ ווי ס'נישט דא קיין מענשט איז הערינג אויך פיש.
א) קוידעם קאל איז שווער פאשעט, האט דען איינער אמאל אריין געווארפן א סאפעק אין העירינג צו דאס איז פיש צו נישט, וואס דען איז דאס אויב נישט א מין פיש?
ב) נאכדעם איז שווער וואס איז דער "אויך", ער וואלט געקענט זאגן במקום שאין איש איז העירינג פיש?
ג) אין בעאיקער וואס ס'איז מיר שווער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווייל עס איז א ליידיג אין עס איז נישט דא קיין מענטש איז הערינג אויך פיש?, און וויאזוי וועט זיין למשל אויף א פלאץ ווי ס'איז יא דא מענטשן איז דען דארט הערינג נישט פיש, (הא אבער נאך ווי, אדרבה הערשט דעמאלט, גלייך ביי קוה, נאך פאר אנעים זמירות, ווי נאר מ'ברענגט אריין דעם הערינג, כאפט זיך יעדע איש צו צי דעם פיש, און מע'באלעקט זיך דערמיט אזש אז ס'גייט א רויעך עד לעוו האשאמאים)
מתחלה האב איך געטראכט צו פארענטפערן די קאשעס, אז ער וויל בעיקר דער גראם זאל שטימען, דהיינו, עס לייגט זייער גוט אין גראם:
במקום שאין איש,
איז העירינג אויך פיש,
אבער אויף דעם איז אויך זייער שווער, ווייל וואס עפעס כאפט ער פונקט אן הערינג וואס איז ממין הפיש? עס וואלט דאך פונקט אזוי גע'גראמ'ט ווען ער זאגט למשל:
במקום שאין איש,
איז לאקס אויך פיש,
(דאס פארוואס ער כאפט נישט אן טאנא-פיש איז עפשער נישט קיין קאשע, ווייל לויט טייל פאסקעם איז די טאנא'ס וואס מ'פארקויפט קיינמאל נישט געשטאנען לעבן פיש).
אויב אבער כ'על אננענמען דעם יארמער ראוו'ס מהלך, קען מען בעדעירעך עפשער אויך פארענטפערן אונזערע קאשעס, אז באמת שטייט "במקום שאין איש ישתדל להיות איש", במילא איז שוין נישט שווער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווייל ס'האט זייער א גוטן שייכות, (אפילו דער גראם שטימט אפשר נישט אזוי שטארק, אבער בדויכעק קען מען זאגן אז די צוויי "איש" = במקום שאין איש מיט דעם ישתדל להיות איש, רעדט פון צוויי אנדערע מענטשן, ואכמ"ל).
איי לכאורה וואס דען זאגט מען אין הייד פארק במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש? און נאך מער די ערשטע צוויי קאשעס זענען נאך אלס נישט פארענטפערט?
שכוייח ר' זרח
די תירוץ איז תיקו תיקו...
אז מען רעדט שוין פון קאשעס מיט טעריצעם, וועל איך פארציילן וואס איך האב אמאל געהאט מיט ר' יונתן אייבשיץ. ער איז אמאל אלס קינד אהיימגעקומן פון חדר, און געגעסן אביסל קאשע , זיין טאטע ווי באקאנט האט זיך זייער משתעשע געווען מיט אים, פרעגט ער אים יונתן טיייערער: דא איז די קאשע און וואס איז דער תירוץ?...
טאטע, אין משיחין בסעודה, נאכן עסן ע'מיר רעדן.
נאכן עסן פרעגט אים דער טאטע נו?
רופט זיך אן דאס קינד: יעצט איז שוין נישטא קיין קאשע מער....
יעצט, צוריק צום אשכול. איינער האט עפעס א עובדא מימרא פון די ר' יענקלען מיללער'ן?
וואס לאכט מען איך האב גארנישט געזאגט
מהיכי תיתי דו ביסט גוט דו דעזערווסט א
....כ'אף דער עולם האלט מיט....
כ'האב געזען אין א אנדער פארעם דא אויף הייד פארק בשם יארמער רב:
מ'דארף מהיום והלאה ארויף קלעבן ביי א יעדע חופה א טאוועל:
יהודי אינו מגרש יהודית
זרח'ל איך ווייס נישט וואו איר דרייט זיך, אבער דער ווארט פון "יהודי אינו מגרש יהודית" האב איך ערצייגט, און דאס איז "קאפירייט".
אדרבה, צייג מיר אן וואו איר האט דאס געזען אויב נישט אין היימישע שטותים.
כ'אב עס געזען אין "בחדרי חרדים"
דו האסט עס שוין געשריבן דא ביי אונז אין קרעמעל ערגעץ?
(אפשר אין בח"ח אויף א אנדערן ניק...?)
ניתי ספר ונחזי. לאמיר זעהן ווער עס האט עס פריער געשריבן. איין מינוט. לאמיר עס אויפזוכן.
רבותי העלפט מיר אויפזוכן מיין ווארט פון "יהודי לא מגרש יהודית". GOOGLE וויל מיר נישט העלפן.
וואס זוכסטו עס אויף גאגעל?
צייכן אן וואו דו האסט עס געשריבן?
אזוי צו אזוי, לאז זיין אז ס'איז דיין כידעש, ס'יז א גוטס און לאמעך דיר געבן איינס
צופרידן?
איין מינוט. שטער מיר נישט. איך האב שוין אדורכגעזוכט זיבעציג אשכולות און איך געפין עס נישט. געוואלד...
כ'אב עס געזען בשם דער יארמער רב אין בחדרי חרדים מיט א איבער א וואך צוריק
האלאו קרעמער, סא-געשעפט ווי ס'שטייט, זאל שוין זיין אז ס'איז דיין ווארט נו שוין נו שוין, ס'איז אפילו נישט 'אזא' גוט ווארט אז דו זאלסט דערפאר אזוי פייטן.......
איך האב עס אויך געשריבן א שטיק צייט צוריק. איך קען עס ליידער נישט יעצט געפונען.
געכאפט דעם גנב:
דא האט איר וואס איך האב געשריבן, קוקט דעם דאטום.
דאן גייט צוריק צו 'בחדרי חרדים' און קוקט ווער עס האט פריער געשריבן!
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1526898דא האט איר עס ככתבו וכלשונו, יעצט לאמיר זעהן מי הקדימני...
22:19 נשלח ב 24/8/2005 קרעמער
בדרך אפשר קען מען זאגען, בהקדם ווי די גמרא זאגט (סוף גיטין) אז ווען א יוד גט זיך ל"ע וויינט די מזבח, און עס איז א טראגעדיע רח"ל, קען מען אפשר טייטשן פשט אין דעם מאמר הבל: יהודי לא מגרש יהודית!
יהעעעעי!!!!!!!!, אזוי!.... לעבן זאל היימישע שטותים!!!!!!! און לעבן זאל קרעמער!!!!!!!
זרח'ל איך האב שווער געהארעוועט צו געפונען דעם אבידה... ביטע צייכן מיר אן די אשכול אין חדרי חרדים, איך וויל באמת וויסן אויב זיי האבן דאס נישט גע'לקח'נט פון אונז.
איך פארגין דיר אויך צו לעבן - יענטאאש'ל טייערער - אבער ווען דו וואלסט געווען אין מיינע שיך וואלסטו אויך געווען נייגעריג צו וויסן אויב 'חדרי חרדים' האט גע'לקח'נט פון דיר א שטיקל אדער נישט.
אלזא, רבותי, איך האב דאס געשריבן א גוטע "צען טאג" צוריק. ווען איז דאס געשטאנען אויף בחדרי חרדים.
און וואס איז די נעקסטע זאך וואס זיי גייען לקח'נען פון אונז???
סאיז געווען לערך אנדערט האלבן וואך צוריק, נא גיי זיך אין בח"ח א אשכול פון 1 און 1/2 וואך צוריק...
יא הלואי וואלט מען אין היימישע שטותים אויך ווען נישט געהאט די מעגליכקייט צו האבן די מוט צו גיין זוכן א אלטן אשכול...
עניוועי דארט איז עס געשטאנען בשם יארמער רב
און כא'דער שוין געזאגט פריער כ'בין מסכים ס'זאל זיין דיינס, און נאדער אויב אזוי נאך איינס
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 05/09/2005 2:38:04
יא קרעמער, איך פארגין דיר אויך דאס לעבן, און אפילו א גוט לעבן, אפילו א מחיה'דיגע לעבן, איך פארגין דיר אלעס!, אפילו די טשולענט, די נאכווייען, אלעס אלעס!....
a guy finds 500 dollars on the street. he goes to the Ruv and asks what to do with it. the ruv, after confirming that it wasn't found in a yidishe street, tells the poor fellow that he could keep the money but he should give "maaser" 50 dollars.
to whom should i give the 50 dollars? he asks the ruv, and the ruv replied, to the first person you see on the street.
he walks out the door and the first person he meets is a... zonah! he gives her the 50 dollars. well sir - my price is 100 dollars she insist. "the ruv told me to give only 50" he said. "well, for the ruv i always give a better price!.
כ'אב עס געטראפן. ביסט גערעכט!!! נאדער נאכאיינס
באגב דארט שטייט דער נוסח אביסל אנדערש וז"ל:
האדמו"ר מיארמא ה"ה רבי יענקל מילר שליט"א הציע רעיון,
שעל כל חופה וחופה שנערכת בישראל, יתלו סרט כתום,
ויכתבו עליו 'יהודי לא מגרש יהודיה'..
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1546189תוקן על ידי - זארעכפעפער - 05/09/2005 3:10:45
א באנדע חברה!
וואס האט עטץ געטון מיט מיין אשכול...??!!
כ'אב ענק געבעטן נאר שרייבן זאכן בשם יארמור רב, און יעצט איז עס אנגעפירקלט מיט יעדן'ס גרעבצן.
אך..... [מיט א פתח] ...אךך .... [מיט א קמץ]...
דעם שבת ביים פרק פארלערנען פון אונזער רב זאל זיין געזונד, האט ער נאכגעברענגט א גמרא.
אינמיטן רופט זיך אן איינער פון די עמך אידען אז די גמרא שטייט נישט ווי דער רב זאגט, נאר עס שטייט גאר ערגעץ אנדערש, ער האט עס פאריגע וואך געלערענט אין דף היומי.
האט דער רב געזאגט אז ער האט געהערט פון יארמע רב.
לעצטענס איז געווארען זייער איינגעריסען (צו אויפגעכאפט) דער דף, אז אפילו פרויען לערנען דעם דף.
זאגט דער יארמע רב אז זיין רעבעצין האט זיך אויך גענומען איבער דעם דף. יעדען טאג זאגט זי דף דף (איך דארף)
תוקן על ידי - נאטורליך - 13/09/2005 21:01:32
נח האט ארויסגעשיקט דעם יונה פונעם תיבה ער זאל גיין ברענגען א איד,
דער פייגל האט נישט געטראפן א איד האט ער געברענגט א בלאט
- דא לאכט מען!
(אויב דער לוצע איז פורץ די גדרי הקרעטשמע, בעט איך איבער די מנהלים אין פליז מעקט עס אויס)
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב היינט געהערט א ווערטל, נישט פון יארמע רב, אבער פון א געשמאקן איד אין וויליאמסבורג, איך קווענקל אויב איך זאל זאגען זיין נאמען... אבער אן די נאמען איז די גאנצע ווערטל נישט אינטערסאנט. וועל איך עס שרייבן ברמז: ר' אלקנה ר. ני"ו.
האט ער געזאגט כהאי לישנא: עס מוז זיין אז איך האב א ספעציעלע סייעתא דשמיא... ווייל איך דריי זיך שוין ארום אויף די גאסען זעכצען יאר! און איך בין נאכנישט משוגע געווארן!
ראויים הדברים למי שאומרן. (גראדע האב איך נאך פערל ווערטער פון דעם אויבנדערמאנטן איד אין מיין באזיס פאר די נייגעריגע צווישן ענק).
לייג אריין.
ווען האסטו צייט זיך צו דרייען תחת צילו?
קרעמער ני פארוואס אינז לאזן ווארטן,
פאק אויס דיינע טאשן,
מיט גיטע זאכן,
ר' אלקנה:
ס'קומט זיך מיר א מזל טוב,
איך בין געווארן א חתן,
מזל טוב!
דינסטאג איז די חתונה,
מיטוואך די גט,
דארנעשטאג שפרינג איך אראפ פון וומ"ס בריק,
פרייטאג די לוי'
דער איד הייסט ר' שמואל אלקנה!
תוקן על ידי - kraitchmer - 22/11/2005 21:10:13
קרעמער, איר ווייסט דאך אז איך בין אסאך אינטער וועגען'ס.. נו, פארוואס פארט א יוד אויב נישט אז ער זאל קענען עפעס אריבער שווערצען די גרעניץ..
א קיצער, היינטיגע צייטען קען מען שוין שווערצען אויך מיטען שיף, עס קומט אן אזוי סאך סחורה אז די חברה האבען נישט קיין צייט צו בודק זיין, אבער פארט מזל מוז מען האבען.
אנקומענדיג אין חיפה ביים פארט אפצונעמען מיין סחורה באמערק איך אז מיין סחורה ליגט אין זייט, איך ווינדער זיך וואס קען שוין זיין מיט אביסעל קאווע וואס איך ברענג אריין אז פונקט דאס זאלען זיי בודק זיין.
העי מיסטער, וואס איז דאס? פרעגט מיר די אנפירער.
איך דערמאן זיך אז לעצטנס זענען זיי שטרענג מיט קאווע.
זאג איך, עס איז עסען פאר פייגלעך.
יענער פרעגט מיר שוין פארוואונדערט, זייט ווען עסען פייגלעך קאווע?.
זאג איך אים: אויב וועלען זיי ווילען, וועלען זיי דאס עסען און אויב נישט איז נישט.
כורמיזא;
קודם כל שלום עליכם! איר קומט דאך פון א ווייטע וועג, וכמה הרפתקי דעדו עלי...
שנית, איך האב נישט געוואוסט אז איר זענט אסאך אונטערוועגנס...
שלישית, אז איר זענט טאקע יא אסאך אונטערוועגנס, עצה טובה קמ"ל: קומט אריין אין קרעטשמע, דערכאפט אייך דאס הארץ, ווארעמט אייך אן פון די פראסטיגע קעלט וואס הערשט אויף די וועגן.
נעכטן געהערט א ווארט פון יארמער רב
אוואו איז מרומז די שמאגערסבארד (איך האף עס איז גוט געספעלט) וועניסטעיבעל ביים דאווענען?
וכל המינים כרגע יאבדו
וויאזוי זאגט מען עצירות/קאנסטיפעישאן און לשה"ק אויף א איידעלערע אופן?
שב ואל תעשה!
וויאזוי רופט מען אן אין לשון הקודש די "ליעדער דייעט" וואס דר. לידער האט אימפארטירט פון ארץ ישראל?
ואבדתם מהרה מעל הארץ הטובה
פארלירט שנעל... פון ארץ ישראל!
קרעמער גיט געזאגט.
זאג נאר דעיס איז געווען אייגענס
אויב יא נא דיר
פארברענגן;
דו האסט מיר שוין אמאל געהערט נאכזאגען פון יענעם (נישט בשם אומרו)?
קרעמער,
זאגסט 'לאורך כל הדרך' פארשטייט זיך איך בין אינטערוועגעןס..
[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט כאפ איך.
עניוועי, עס איז א פלעזשער אייך צו האבן ביי אונז.
באקענט אייך מיט אונזערע מיטגלידער, זיי זענען מלא וגדוש... (מיט יי"ש ושאר דברים המשכרים).
i have agood joke but i cant type on yidish i dont knoe why
ha ha ha , what a joke