"יארמור רב"... ... זאגט:
פארוואס הייסט פרשת נח נח
אין פרשת תולדות הייסט תולדות אין נישט יצחק?
ביידע הייבן זיך אהן מיט אלה תולדות...
דער תירוץ איז זייער פשוט
שטעלט זיך פאר א איד לאדענט איין אויף א חתונה אויף דינסטאג פ' יצחק
וואלט מען נישט געוויסט ווען צו גיין צי די חתונה. וואס איז דאס פ' יצחק? פ' תולדות האט מען גיהערט אבער פ' יצחק????
תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 24/11/2005 22:01:46
ווייל אויב איר וועט גיין אין א ZOO און איר וועט גוט באטראכטן דעם דשיראף וועט איר באמערקן אז דער נאטור פון א דשיראף איז אז דער קאפ איז זייער ווייט אפגעשיידט פונעם גוף, ממילא כדי צו באהעפטן דעם קאפ מיטן גוף האט עס אן עקסטרע לאנגע האלדז,
תוקן על ידי - קושקע - 25/11/2005 19:21:56
שוב יום אחד לפני מיתתך, איין טאג איידער דו באקריגסט דיין "מיסיס"...
נאר וואס דען, אז עס שטייט "בא" קענען מיר האבן שובבי"ם, אז ס'שטייט ווען "לך" וואלט געווען שולבי"ם, וואספארא פנים טראגט דאס?...
נאך א תירוץ, אויב עס שטייט "לך" וואלט דער ספר תורה געווען פסול.....
ווייל אויב מ'וואל עס געזאגט פארדעים וואלט די עולם גלייך אהיים געגאנגען נאך עלינו נישט אויסווארטנדיג אויף אין כאלקינו.
וואס זאל איך אייך זאגען, גערעכט איז ער, היינט האב איך געדאווענט ביי א ליטווישע מנין און מ'האט געזאגט עלינו נאך קדיש תתקבל פון אשרי, און די עולם האט זיך טאקע גלייך נאך עלינו (אדער אינמיטען) אפגעטראגען.
אמאליגע צייטן, און די פריערדיגע דורות, ווען וועלט איז געווען וועלט, אז א איד האט געוואלט פארברענגען דעם לאנגן שבת נאכמיטאג, האט ער זיך מיטגענומען א איד און מיט דעם פארברענגט...
שפעטערע צייטן, ווען ס'געווארן אכשיר דרא, האט מען זיך שוין נישט באגעניגט צו פארברענגען מיט א איד אליין, מ'האט שוין מיטגענומען א גאנצע משפחה...
און די לעצטערע צייטן איז ב"ה אזא אכשיר דרא אז מ'פארברענגט שוין מיט די גאנצע וועלט = כל העולם כולו...
איך האב עס נאכגעזאגט אינדערהיים, און פרעג בעסער נישט וואס האט פאסירט נאכדעם.
איך האב עס אויך נאכגעזאגט אין שטוב, אבער איך האב איר מסביר געווען אז עס איז נאר א joke.
לעצטענס געהערט,
'פארוואס "לכתחילה" אנטהאלט צוויי למד'ס, און "בדעבד" פארמאגט נישט קיין איינס?
' לכתחילה; ברויך עס האבן צוויי למד'ס, נאר בדעבד איז גוט אן א למד אויך!
ודו"ק[בילד – נישט אפגעהיט]
READERS DIGEST DEC. 2005
HAS A VERY FUNNY PAINTING ON THE BACK COVER
I DONT HAVE A SCANNER
CAN SOMEONE POSSIBLY POST
ALSO
THEY ONCE HAD A BACK COVER PAINTING
OF A DATE
THE BOY & GIRL SIT IN A RESTAURANT
&
EACH ONE OF THEM IS TURNED AWAY
&
TALKS HAPPILY ON THE CELL
WHILE THE WAITER WAITS WITH A SMIRK ON HIS FACE
TO TAKE THE ORDER
I'LL
CHECK WHICH MONTH
IY"H
ער רופט עס א הארדווער סטאר
וועם ס'פעלט א שראפל גייט אהין אריין [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
אין (א ליטווישע) ישיבה איז געוועהן א בחור "שמחה" וואס פלעגט שטינקען געפערליך.
פלעגט מען זאגן, משנכנס שמחה מרבה ב- odor (בלע"ז)
איף יו דאנט אנדערסטענד, פרעג די מיסיס [בילד – נישט אפגעהיט]
HAPPY PURIM
Milsa Bedichese
A Litvishe Yingerman without a beard moves with his family from Denver to Boro-Park and wants to join a Chasidishe Kollel. The Yingerman goes to see the Rosh HaKollel, who asks him some questions in learning and about his previous Kollel experiences. The Yingerman knows his stuff and impresses the Rosh HaKollel, to which the Rosh HaKollel replies, "You are accepted, it will be our pleasure to have you here in our Kollel learning with us. Just make sure to be here by noon every day." "By noon?", the clean-shaven Yingerman asks. "What time does Kollel begin?" The Rosh HaKollel answers him with an ernest look on his face, "Oh, Kollel starts at ten o'clock, but the first two hours everyone just sits around pulling their beard."
קרעדיט: כאפצעם בלאג
פארוואס טוט מען אן פאר א בר מינן רח"ל א ווייסע קיטל?
-אים צו דערמאנען פונעם יום החופה! (נישט מער געדאכט)
ער איז אמאל געזעצן אין פאבליק ביה"כ, און געהערט ווי זיין שכן אין ביה"כ רעדט הויך און פלוידערט אויפן סעלפאן. האט ער אריינגעקלאפט: "נו, אמור מעט ועשה הרבה!"
דעם קומענדיגן טאג האט ער געהערט אן עלטערן איד זאגן אשר יצר הויך אין בית הכסא. ארויסקומענדיג, פרעגט ער אים: ר' ירוחם, וואס עפעס זאגט איר אשר יצר אינווייניג אין ביהכ"ס? פארענטפערט זיך ר' ירוחם, קוק אהער, דא אויפן טאוול שטייט אז עס איז א סגולה לאריכות ימים צו זאגן ברכת אשר יצר אינווייניג!...
רבותי, צי מעג מען דא אויך אראפברענגען הלצות פון הבדחן ר' שלום אליעזר דים שליט"א? איך האב פלענטי... אפשר זאל מען מאכן א באזונדערע אשכול דערפאר?
די גמ' זאגט און מס' קידושין, קידשה בתמרה הרי זו ספק מקודשת, חיישי' שמא שוה פרוטה במדי.
ווידעראום אויף אן אנדערן פלאץ זאגט די גמ', נתנה היא ואמרה היא מקודשת האדם חשוב, פארוואס זאג איך נישט אז יעדערע זאל זיין מקודשת מספק חשש שמה הוא אדם חשוב במדי?
נא, ווער ס'האט געקאפטשאט זאל אויפהייבן די האנט!
[בילד – נישט אפגעהיט]
איינס האב איך געהערט פון אים פאריגע וואך - איין מינוט - נישט פאריגע וואך - אייגענטליך 14 יאר צוריק (אויכעט מפה קדשו).
ער איז אמאל געזעצן מיט עטליכע אידן פרייטיג צונאכטס, און פארציילט ווערטלעך כמנהגו בקודש, לקיים מה שנאמר: וקראת לשבת עונג. זעלבטפארשטענדליך אז דער עולם האט זיך געקאטשעט, לקיים מה שנאמר: כולם ישבעו ויתענגו מטובך.
גייט אדורך אן עלטערער אנגעבלאזענער איד, און האלט אים פאר: היתכן, ר' יאנקל? ווי שעמסטו זיך נישט צו זיצן פרייטיג צו נאכטס, אזא געהויבענע צייט, און שיסן דזשאוקס און מאכן ליצנות? וואו איז דיין ערנסטקייט? איז דען דאס אויסגעהאלטן??
זאגט ר' יאנקל: פארוואס דען נישט? נישט נאר פרייטיג צו נאכטס, נאר אפילו אום יום כיפור, בעיצומו של יום, מעג מען אויך מאכן ווערטלעך!
וואס רעדסטו? - שרייט דער אלטער באגאבונד - פון וואנעט נעמסטו אזעלכע דברי בלע?
וואס הייסט, זאגט ר' יאנקל, ס'איז א בפירוש'ע גמרא!!
דהיינו? - פרעגט דער אלטער, און אלע ארומיגע שפיצן זיך אן די אויערן זיכער מאכן נישט צו פארפעלן קיין ווארט פון דעם אינהאלטסרייכן שמועס.
אט האט איר: די גמרא זאגט אין בבא מציעא, און עס ווערט אראפגעברענגט להלכה אין רמב"ם (ספר משפטים הלכות טוען ונטען פרק ו'): אמר לו בפני עדים, מנה לי בידך, אמר לו הין, למחר תבעו בדין והביא עדים, וטען ואמר משטה הייתי בך, ואין לך בידי כלום וכו' פטור.
ד.ה. למשל אז ראובן זאגט פאר שמעון: שמעון, הערסט? דו קומסט מיר א מנה! און שמעון איז זיך מודה, יא, גערעכט איך קום דיר טאקע! צומארגנס שלעפט ראובן דעם שמעון צום בית דין, און טענה'עט אז ער איז אים שולדיג א מנה, און ער ברענגט אפילו עדים אז ער האט זיך נעכטן מודה געווען. קען זיך שמעון ארויסדרייען און זאגן "משטה הייתי בך"! איך האב סתם געמאכט חוזק פון דיר, איך האב עס נישט געמיינט ערנסט, איך האב נאר געמאכט א ווערטל, א וויץ! איז די הלכה אז מ'קען נישט מחייב זיין שמעון אויף דעם באזיס און אויף די עדות, ווייל מ'נעמט אן אז ס'איז טאקע בלויז בלויז געווען א וויץ, און ראובן מוז זיך אפירקראצן בעסערע באווייזן, ווי מ'פסק'נט "המוציא מחבירו עליו הראיה".
איצט איז אזוי - דרייט דער יארמער רב שליט"א מיטן פינגער - אלמלא ווען מען טאר נישט מאכן וויצן אום יום כיפור, העט ווען די גמרא געדארפט זאגן, במה דברים אמורים, ווען זאג איך אז מ'נעמט אן דעם תירוץ פון "משטה הייתי בך" אז איך האב בלויז געמאכט ליצנות פון דיר - בכל ימות השנה; אבל ביום הכיפורים לא, יום כיפור נעם איך נישט אן דעם אויסרייד, וויבאלד מען טאר נישט מאכן א ווערטל אום יום כיפור!
אלא מאי אז די גמרא זאגט נישט דאס, איז געדרינגען פון דאנעט - פירט אויס דער יארמער רב מייט א זיגרייכן שמייכל אויף זיינע לעפצן - אז מען מעג מאכן א וויץ אפילו אום יום כיפור, און אודאי פרייטאג צו נאכטס!
לסיומא דמילתא, פארציילט דער יארמער רב, כדי צו האבן א הסכמה דערויף, בין איך געגאנגען צו מיין רבי'ן (דער וויזניצער רבי איז זיין רבי), און אים פארגעלייגט דעם פשט, און... ער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ!! (פון לינקס אויף רעכטס, באטאנט יארמער רב, נישט פון אויבן אראפ...) ודפח"ח...
זאגט דער איד: אנשולדיגט, איך קען אייך נישט טוישן דעם טשעק, איך ווייס ניטאמאל ווער איר זענט...
פרעגט ר' יענקל: אין אמעריקא וויל מען מיר נישט טוישן קיין טשעק ווייל מען קען מיך יא! און דו ווילסט נישט ווייל דו קענסט מיך נישט?
מ'האט אויסגערופן א איד עולה צו זיין לתורה שביעי. דער איד, שמועסנדיג א גאנצן לייענען, האט נישט געהאט קיין השגה וואו מ'האלט. ער האט אפילו נישט געכאפט אז מען האט אים אויסגערופן ביז עטליכע שכנים האבן אים געווינקען, נו, נו...אויפן וועג צום באלעמער איז דער איד אדורכגעגאנגען יארמער רב שליט"א, האט זיך דער רב אנגערופן צו דעם איד, גיב אכטונג, עס איז א שווערער ספר!
האט שוין דער איד פארשטאנען אז מ'רופט אים אויס צו הגבה... אנקומענדיג צום באלעמער, ווארט דארט דער עולם ער זאל זאגן ברכו, און דערווייל נעמט דער איד דעם ספר תורה און הייבט דאס אויף הויך...
וואס טוסטו? האבן אלע געשריגן, מ'האלט נאך ביי שביעי?! ופני ה'איד' חפו...
אזוי לערנט אויס דער רב פאר אידישע קינדער נישט צו שמועסן ביי קריאת התורה...
"ווי אזוי האט איר דאס באוויזן, רבי"? - פרעגן עטליכע אידן.
"אה, איך האב אים אונטערגעשמירט מיט א הונדערטער אונטערן טיש, האט ער זיך געלאזט איבעררעדן און מיר געגעבן פאר דעם פרייז"!...
ראית רופא לאחרונה?