בפורום אחר, כתב ניק בשם *זאב58*, משהו מעניין בעניין המחלוקת. אני מצצט את זה כאן.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=1484199 מחלוקת איז אונזער שולד, נישט די שולד פון די רבי'ס. אז מיר וואלטען זיי איגנארירט וואלטען זיי נישט געהאט קיין שום כח.
דער בעש"ט האט איינגעפירט חסידות, אז א רבי איז א מורה דרך אין עבודת השם, היינט האלט מען שוין נישט ביי דעם איז דער רבי דער ראש פון די קהילה, אבער דעטס איט, דער חסיד דארף נישט זארגען אויפן רבינ'ס אויסערן פוליטיק, צו שטודירן ווי דער רבי שטייט אויף די ארענע.
עס איז היינט איינגעפירט אז מען זיצט און כולל, ליידער רעט מען אין די כוללים אדורך אלע חסידישע פוליטיקס גאנצע שעהן, איז דאס דען ריכטיג? פאר דעם דארפען די ווייבער לויפן און די ארבעט אז דער מאן זאל זיצען און מסביר זיין זיינע פוליטישע מיינונגען וועגן סאטמאר, באבוב, ווישניץ, בעלזא, עדה וכו'?
אז מען מאכט א שמחה זאל מען נישט רופן קיינע רבנים און שיינע אידן נאר פון די אייגענע קהילה אדער קרובים, מיט דעם וואס מען רופט די אלע שיינע אידן, און מען גיט זיי נאך א מתנה הגונה, מאכט מען אן אינדאסטרי פון שיינע אידן וואס זיי זיינען די טרעגער פון די אלע פאליטיקס. the carriers of this desease.
אויך האלט איך אז מען דארף אויפהערען צו ליינען די 3 ווילי צייטונגען, ווייל זיי רייסען ארויס די תמימות ביי אידן.
און היות חסידישע מחלוקת איז למעשה SPORTS זאלען עס עלטערען אזוי הענדלען, דהיינו נישט רעדען פון דעם ווען די קינדער הערען, און אויסלערנען קינדער אז דאס איז אסור ווי די ערגסטע עבירה.
עס איז אונזער שולד וואס מען פארסמאקעט זיך אין די מחלוקתן מען איז זייער נייגעריג, עס דארף זיין א "הבדלו" רוף פאר אלע בחורים און יונגעלייט פון חסידישע פאליטיק מען זאל נישט רעדען פון דעם.
וואס צונט דעם פייער? די נייגעריגע וואס לויפן פון 48 צו 45 הלוך וחזור, און מען האלט אין איין דורך רעדען ווער עס האט א גרעסערער עולם, ווען ר' ב"צ מענטשען וואלטן געבליבן זיצן און 48 און מ"ד און 45 וואלט נישט געווען אזוי פיל טומעל. אז די האלסט אז דיי רבי איז אקעי דאן זיץ איין, ווען די גייסט צום אנדערען גייסטו דאך נאר צו האבען סחורה פארן נעקסטען פאליטישען שמוס...
איך האב א מאל געפרעגט אן אהרוני, היות ביידע רבי'ס זיינען קינדער פונעם הייליגען רבין ר' משה וואס איז דיר א חילוק ווער עס איז רבי, אז די האסט ליב ר' אהרן זיי זיין חסיד און פערטיג? זאגט ער מיר אז עס האנדעלט זיך פון בנינים ווער 100 מיליאן דאלאר, זאג איך אים און די מיינסט אז ר' אהרן וועט באקומען די בנינים וועט ער דיר געבען א חלק?
די חסידישע מחלוקתן זיינען פריוואטע אינטערעסן פון א פאר מענטשען און זיי שלעפען אין דעם אריין דעם גאנצען עולם.
מען דארף אריינברענגען ערענסטקייט און די קינדער, און אין די בחורים, די פאליטישע שמוסן רייסען ארויס די ערענסטקייט און ווארעמקייט און תמימות, קוקט אויף די סטאלענער, אמונת ישראל, דוק ותמצא.