שלום בעלז מיט די עדה החרדית ???
60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1402124
עס דרייען זיך ארום ערנסטע קלאנגען אז מען האלט שוין אט אט פאר א שלום.
היינט איז געווען א זיצונג ביי הרב וואזנער פון ר' משה האלבערשטאם מיט איינער פון די שטוב מענטשן ביים בעלזער.
אפילו דער הולך בערכאות דוד עקשטיין איז געזעצען ביים בעלזער די וואך(מכלומרשט איז ער געפארעןקיין מירון) צוויי שעה איז לא יעלה כלום
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1401874&whichpage=2ויותר לא אכתוב לעת עתה
תוקן על ידי - ekstein - 01/06/2005 8:08:17
אז דו האסט יא געזען יענעם אשכול, וואס עפעס האסטו פארזען דעם ערשטן עמוד...???
----------------
וואו און וואס ר' דוד עקשטיין האט געטון ווייס איך נישט.
אבער איך ווייס יא, אז ר' אברהמי לעפקאוויטש האט שוין מיט פיר יאר צוריק געגעבן די טשילאר'ס אין בעלז פאר קאסט פרייז ($45,000), און איינ'ס האט ער מנדב געווען...
און א האלב יאר דערויף האט זיך אביגדור אראפגעזעצט מיט א גרויסן בעלזער שישקע, איבער די מעגליכקייט פון מאכן שלום (דאס איז געווען אין דער צייט ווען די זאלי'ס האבן זיך פרובירט אהערצושטעלן אלס אנשי השלום...).
שטוה!
ר' אביגדור יאקאבאוויטש וועט זיך קיינמאל נישט אראפזעצן צו פארהאנדלען א שלום מיט בעלז!
ובכן.
בעקבות החשיפה הנועזת והסקופ הענקי של תחנת השידור החרדי "קול החרדי" על מו"מ מתקדם על הסכם שלום בין העדה החרדית לחסידות בעלזא, ולאור מסע הדילוגים של ראשי חסידות בעלזא ונכדיו של הגר"ש וואזנער שליט"א לביתם של כל ראשי ואדמור"י ומנהיגי קהילות הקודש של העדה החרדית, התהווה סערה אדירה מאין כמותה בתוככי העדה החרדית ובתוך כל קהילותיה.
הדיווחים הדרמטיים הגיעו עד ליו"ר המיתולוגי של העדה החרדית הרב גרשון שטעמער אשר לאחרונה לא מתפקד כימי קדם מפאת חוליו.
הרב שטמר, השכים קום בשעה 6:00 בבוקר, והתקשר לכל חברי הנהלת העדה החרדית בטלפון, ואחד אחד קרא (לא באמצעות מזכירו האישי כמו כל השנים) לאסיפה דחופה בנושא הסכם השלום.
במשך כל היום התקיימו פגישות רבות בין כל הנהלה העדה החרדית לבין מנהיגי הקהילות, כל אחד גיבש לעצמו דעה לקראת האסיפה הדחופה.
ראשי ומנהיגי קהילות סאטמאר בארץ קבלו הוראה חד משמעית, חד וברורה, מהנהגת הקהלה בארה"ב, בשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ובשם הביד"צ דקהילת סאטמאר בראשות הגאון הצדיק רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א הראב"ד לטרפד את המהלך בכל מחיר.
במשך היום ניסו ראשי חסידי בעלזא למנוע את קיום האסיפה, אבל המהלך כבר יצאה לדרך, והחשיפה המוקדמת ב"קול החרדי" עשתה את שלה, והאסיפה יצאה לדרך.
ובשעה 8:30 התחילה האסיפה בבניני זופניק של העדה החרדית, באסיפה השתתפו כל "מועצת הכ"ג" המורכבת כהיום מ-31 נציגים.
באסיפה השתתפו 30 נציגים, המורכבים מכל הקהילות המרכיבות את העדה החרדית, דושינסקיא, תולדות אהרן, סאטמאר, תולדות אברהם יצחק, ברסלב, פרושים, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, תפארת ירושלים, אנשי ירושלים, נציגים ירושלמים אחרים.
היו"ר ר' גרשון שטעמער פתח את הישיבה בחרדת קודש, והביע את דעתו בנחרצות נגד ההסכם, והודיע שהיום שוחח ארוכות עם כ"ק הגאב"ד שליט"א אשר הביע בפניו התנגדות לכל המהלך.
אחריו התבטאו כל הנציגים וסיקרו את מצב המו"מ אשר התקיים עד כה.
באמצע האסיפה התקשר הגה"צ רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א אבדק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, ומסר את חוות דעתו של כ"ק מר אביו הגה"ק מסאטמאר שליט"א נגד קיום מו"מ ונגד הסכם השלום, דבריו נמסרו ע"י יו"ר הזמני הרב דוד אייכלר
אחרי דיון ארוך, הוחלט פה אחד על דעת כל החברים, לנסח החלטה בפרוטוקול כדלהלן:
ע"ד השמועות הפורחות באוויר על הסכם שלום בין העדה החרדית ורבניה עם קהל מחזיקי הדת בעלז ורבניה, אשר נאסרה ע"י רבותינו הגאוה"ק הביד"צ נבג"מ, הוחלט כדלהלן שאין שום מקום לזה כלל וכלל.
לא תתקיים מטעם הנהלת העדה החרדית כל משא ומתן על הסכם שלום עד אשר קהל מחזיקי הדת בעלז תסגור את מערכת השחיטה והביד"צ והכשרות שלה, ותפייס את כל גדולי עולם נ"ע אשר נגדם דיברו סרה, וכללם מרן החתם סופר, ומרן רביה"ק מסאטמאר, ומרן הגאב"ד בעל מנחת יצחק (אשר את חייו מיררו קשות), ותפסיק ללמד שפות זרות בתוך בית חינוך לבנות כפי חרם של גאוני קמאי ירושלים זי"ע, ותפסיק לקבל תמיכה תקציבית ממשרד החינך כפי אשר היה נהוג אצלם מאז ומקדם.
אחרי שקהל מחזיקי הדת תבצע את כל הדברים האמורים לעיל, תתכנס שוב העדה החרדית ותחליט על קיום מו"מ.
יוסף:
האסט פארגעסן צו מאכן רויט די ווערטער פון זלמן...
ווייזט אויס אז אין דעם פארום קענסטו זיך ווייניגער צונאר לייגן.
פאר יענע אידן קענסטו איינרעדן דאס וואס סקאט מאלען פרובירט איינצורעדן פאר באראש, אז דער רבי איז געהעריג געזונט ווייל ער ליינט נאך די מגילה...
במבחן התוצאה אהרן תמך בהסכם שלום עם בעלז
והגה"צ אבדק"ק שליט"א התנגד, והעדה החרדית תמך בעמדתו
וזה נצחון מוחץ לסאטמאר ולכ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א
יוסף די קענסט נעבעך נישט שלאפן קומסטו דרייען א קאפ מיט דיינע לגיונות.
לייג זיך שלאפן וועסטו נישט חלומען ביים קאמפיוטער.
דיין בעט ווארט שוין אויף דיר.
איילילאלי אייליאלי שלאף מיין קינד אוי מיין נשמה מאך די אויגן צו ווייל עס ווארט אויף דיר......
פאקט בלייבט פאקט
די אסיפת העדה החרדית האט אפגעוועארפן דעם פארשלאג איבערהויפט וועגן סאטמאר'ס מיינונג.
יאסעלע פליט
ענדיג דעם חלום יוסעלע, און אהרן איז געקומען צו פליען מיט א קאנקארד און ער האט געזאגט אז ............. און נאכדעם האט זיך יוסעלע אויפגעוועקט. ויהי חלום וישן ויחלום שנית.....
אויב די עדה החרדית האט אפגעווארפן דעם שלום, האבן זיי דערמיט געגעבן א שאס אין די ציין פאר אהרלע וועלכער חלש'ט שוין פאר א שלום מיט זיין שוואגער, נישט פלעין שעיקען די הענט, און אהרן האט געשיקט אפיציעל א שליח פאריגע וואך, דוד עקשטיין פון קרית יואל, צום בעלזער.
גאסט
די רעדסט ווי איינער וואס לערענט און כיתה א
צו אזא קינד ווי דיר רעדט מען קינדער שפראך.
דיינע חלומות מיט דמיונות האבן נישט קיין שיעור, רעדסט אזעלעכע פערדישקייט אז מען קען מיינען אז ויפתח ה' את פי האתון מיינט דיך
זענען באמת די הנהלת העדה החרדית די בעליבתים אין עדה החרדית אלעמאל? האבען די רבנים חברי הבד"ץ אויך אריינצורעדן?
איז ר' זלמן לייב נאר שטערקער פון ר' אהרן בי די בעליבתים פון די הנהלת העדה החרדית? וואס טוט זיך ביי די רבני העדה? ווער האט מער כח ביי זיי? ר' אהרן אדער ר' זלמן לייב?
איך האב געהערט פון ר יוסף בנימין וואזנער
אז דער גרעסטע שטופ צום רעיון האט געגעבן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
און ער האט אישית געבעטן פון אלע זיינע חברי הנהלת העדה החרדית אז ביי די אפשטימונג למען השלום מיט בעלזא
זאלן זיי שטימען פארן שלום
וואס זאל מען טוהן אז מען האט דא צו טוהן מיט טאליבאנער
מיט אייגענע אינטרעסן
דער פארלירער פון די גאנצע עסק, איז נישט דער בעלזער, ער איז היינט ריזיג גרויס אין זיין עולם, ער דארף לעולם נישט די שטיץ פון אפאר בעלי מחלוקת.
הגם ער האט געזוכט דאס שלום, דאס איז נאר ווייל ער וויל ענדיגן ווי אשיינע איד, און נישט ווי אגראביאן.
דער ריכטיגע פאלירער איז די עדה החרדית, וואס היינט צו טאג ווערט געפירט דורך אפאר קרייזן וואס זענען געקריגט צוישן זיך.
אינטערסאנט. אויב דער בעלזער מאכט שלום מיט די בעלי מחלוקת איז ער א שיינער איד,אויב נישט איז ער א ....
הער דיך איין, דער בעלזער איז היינט דער מנהיג הדור, דאס הייסט אז מיר לעבען אין שווערע צייטן מיט נייע פראבלעמען אין אונזערע גדולים פון אלע קרייזען ווייסען זיך נישט קיין עצה צו געבען, דער בעלזער איז דער איינציגסטער וואס פארשטייט און איז ב"ה מצליח, און זייער א סאך קומען זיך שואל עצה זיין מיט אים און ער גיט אוועק א סאך צייט פאר דעם, אפילו די וואס קומען נישט צו אים קוקען אבער אויף זיין הנהגה און מאכען דאס נאך.
די וואס האסען עם נאך אלץ איז סתם ווייל דאס זיינען זיי, זיי זיינען נישט מודה על האמת.
אגב דאס וואס ער האט געטוען מיט סאטמאר איז געווען א טובה פאר די אידישע וועלט, אין אלע געניסען היינט פון דעם.
לדעתי איז דער דער בעלזער רבי שליט"א א מנהיג כמעט א מושלם.
ער האט איין שוואכקייט!
ער וויל נאך געפעלן פאר סאטמאר.
איך קען די דאזיקע קרענק, איך האב אמאהל געליטן אויף דעהם שטארק.
דאס קומט פון לערנען אין סאקמארער חדר.
קיין רפואה אויף דעהם איז נישטא, מען קען עס אבער קאנטראלירן דורך טעראפי,
די פארשריבענע טעראפי'ס זענען
1) וואינען אין וויליאמסבורג - טייערע רפואה נישט געאייגנט פאר יעדן
2) הערען הרה"ג ר' מנשה פיליפ'ס טעיפס - בדוק ומנוסה
3) ליינען דעם איד רעגלמעסיג, לכה"פ ווען מקריגט איין אטאק
4) גליטשען אויף חדשות אנ"ש אדער חדשות אפסטעיט
איך וואלט רעקאמעדירט פאר די בעלזער חסידים זיי זאלן טרעפן אוועג צו טעראפיזירען(!) דעם רב שליט"א.
ער האט יעצט א שווערע אטאקע ל"ע. למען השם פארלאזט דאס נישט.
באטשי
ליידער לעבען מיר אין א וועלט ווי רוב אידן וואס גייען שטריימלעך (נישט ספאדיקעס) ליינען די דריי אנטיסמיטישע צייטונגען ר"ת "אבן".
דער בעלזער איז זייער געטריי זיין עולם, ער טוט וואס עס איז אין זיינע כוחות אז דער עולם זאל האבען א גוט לעבען. אלע מיני שירותי ציבור פרנסה געזונט שלום בית וכו' וכו', ער וויל נישט געפעלען פאר סאטמאר בשום אופן, ער וויל נאר אז זיין עולם זאל נישט האבען קיין פראבלעמען אין די גאס און זיי זאלען זיין ארויפגעקוקט ווי מער. ודי לחכימא.
תוקן על ידי - זאב58 - 02/06/2005 19:31:14
און איך זעה אז דער פארלירער איז אהרן, ער קען פשוט נישט אויספירן וואס ער וויל ביי אים אין סאטמער, קומט ער קיין בעלז מיינענדיג אז ער שטייט נאך עט ליעסט דארטן, אין די הויכע אטמאספערן, אבער לא מיני' ולא מקצתי' ער איז שוין א פארפאלענער ואין לו תקומה,,
מתחילה בין איך געווען אן אהרוני אין דעם פורום, אבער אזויווי די זאליס האבן דאך נעכטן געוואונען אן אהרונישן סטייל געוואונס, האב איך געטוישט פארטיי...איך וויל בלייבן מיט די געוואונערס....
זאב און פארשטייט זעך נאך איינס פאר ידידנו ר' סים, פארן ארויסברענגען גאר א וויכטיגע נקודה, וואס לפי די תגובות פון די סאטמארע חברי הפורום, זעהט נישט אויס אז זיי זענען מסוגל קולט צו זיין.
די איינציגע פארלירער פון די דורכפאל אין די שלום שפיל צוווישען די עדה אין בעלז, איז די שיטה פון רבי'ן (ביי וועם דאס איז הייליג), און אודאי ביים היימישען ציבור (אלעס אויסער סאטמאר וומס"ב), ברענגט דאס נישט קיין גרויסע הערצה פארען עדה.
דורך אזעלכע מעשים טובים, ווערט נאר מער און מער געשטארקט די תחושות פין די היימישע נישט אומאפהענגיקע ציבור, אזויווי עס ווערט גוט ארויסגעברענגט מיט די פערל ווערטער וואס האט געלאזט הערען הרה"ג קארלסבורגער רב (קנאי "לשעבר"), קעגען הלל וויינבערגער'ס דברי חוצפה ועזות:
די קנאים זענען א סכנה פאר כלל ישראל
לאמיר נאר צולייגן אז ר' יחזקאל ראטה'ס ווערטער אויף ר' הלל וויינבערגער "הלל רשע על תאוות נפשו" דערמאנט מיר זיחיער אהרן ט"ב דרשה אויף קאשוי'ער רב זצ"ל "עפרא לפומי'ה".
לאמיר געדענקן וואס נאך ר' יחזקא' האט געזאגט:
איך ווייס נישט אויב עס קומט פון עבירות אבער פון תאוות קומט עס זיכער, כי הלל רשע על תאות נפשו, ע"כ.
יעצט שטעלט אייך פאר ווען עס שטייט ווען אין פסוק כי הלל רשע על עבירות נפשו, וואלט עס זיכער יא געקומען פון עבירות, נו דער פסוק מוז דאך שטימען...
ביי די וועי: מען קען גוט זען ר' יחזקא' מיט זיין גאנצן מהות אין אסך בילדער אין דער פלאס פון דעם חודש....
לויפטס און קויפטס וכל הקודם זכה....
עס איז כדאי ארויפצולייגן די בריוו וואס איז געשיקט געווארן צו ר' יזקא' בנוגע דעם ענין, כ'אב עס אריינגעסקענט איך ווייס נאר נישט וויאזוי מ'לייגט עס אריין אין תגובה.
קען מיר איינער זאגן וויאזוי? הא באטשי טייערער?!
גיפערליך
עס איז אסך בעסער אז דו ווייסט נישט! בעסער אזוי...
גאנץ אינטערסאנט צו זען ווי געפערליך שמועסט זיך מיט געשמאק.
זעט אויס אז ער וויל שמועסן מיט א קלוגער איד.
געשמאקער
נישט געפערליך, אז די ווערסט א זאלי וועלען נאך אלץ די אהרונים געווינען געפערליך...................
זאב
דעם בעלזער עולם וואס איך קען, איז נישט אינטערסירט אין די גאנצע פרשה, אדרבה ס'פארדריסט נאך ווי דער רב לויפט זיי נאך.
קו דעם מדרש אויף פרשת וישלח אויך דעם פסוק " עובר מחזיק באזני כלב מתעבר על ריב לו לא"
ביי די וועי.
דער סאטמארער רב אליין האט א סאך מאל געזאגט אז די עקסטרעמע זיינען די גרעסטע סכנה.
ווער געדענקט די שפיגעל ברעכער. די שווארצע. היסטאריע.
ווען געפערליך אין געשמאקער זענען צוויי מענטשען וואלט איך געזאגט,
עס איז געפעהליך יא ארויף צו לייגען די בריוו, און געשמאקער נישט ארויף צו לייגען,
יעצט אבער, אז עס די זעלבע,
מוז מען זאגען,
מחציו ולמעלה געפערליך,
מחציו ולמטה געשמאק.
באראפארקער
זאב.
דו האסט געהערט די שטייענדיגע תורה דאס יאר ???
עס קוקט נישט אויס.
(און אפשר אפילו מער ווי בעטן...).
זיי מפרש וואס די מיינסט.
איך בין אין מיין לעבען נישט געווען ביי קיין שטייענדיקע תורה, און איך בין קיינמאל נישט געווען אין דעם גרויסען בעלזער בית המדרש אין ירושלים. איך בין א סאטמארער תלמיד.
דאן קום נישט פארקויפן קיין לאקשן אז דער בעלזער סיסטעם האט געראטעוועט מער יונגעלייט.
אין בעלז - פונקט ווי איבעראל - ליידט מען צרות צרורות פון די אינטערנעט עפאכע, אקעגן וועמען די איינציגסטע לעזונג איז ביאת המשיח.
די איינציגע זאך וואס איז מער צוגעשטעלט אין בעלז איז סיסטעם, און פראפאגאנדע.
זיי זאגן אזויפיל מאל פאר זייער עולם אז "דא" איז בעסער, ביז ווען מען הייבט שוין אן צו גלייבן.
איך האב שוין געזען גענוג בילדער פון זייערע מסיבות, און באקומען גענוג באריכטן.
דארט איז בכלל נישט בעסער ווי ערגעץ אנדערש אין קיין שום אידישקייט נושא.
קלאר אז בעלז האט היינט פון די שענסטע אינגעלייט אופן גאס.
ליידער ליידער די מערסטע צרות וואס זעט זיך און אויפן גאס זענען פירות פון סאטמאר אין ליובאוויטש, דער הסבר איז אז זיי זענען צו גרויס.
זאל דער אייבישטער שומר און מציל זיין אלע אידישע קינדער מרדת שחת
בלא בלא בלא.
וואס הייסט די שענסטע ???
זייערע הוטן ? פנימ'ער ? זאקן ?
מיט דעם ביזטו גערעכט, אז זייער אסאך ארויסגעפאלענע פירות וואס מען זעט קומען פון סאטמאר, אבער פונקט אזוי זעט מען זייער אסאך פון די שענסטע פירות אין סאטמאר !
די סיבה איז פשוט, סאטמאר איז די גרעסטע קהלה, במילא האבן זיי די מערסטע פון יעדע זאך.
דער חילוק איז נאר, אז "איסטרא בלגינא קיש קיש קריא".
און וואס מער "איסטרא'ס" אלס מער איז "קיש קיש קריא".
אהרן מרדכי האט פאריאר ביים באזוך ביים רב געזאגט (געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען), אז בעלז פארלירט מען שוין היינט קאנטראל, ווייל עס איז געווארן צו גרויס - ווי גרויס ?! "טויזנט משפחות" !
ער ווייסט נישט אז אין סאטמאר איז טויזנט משפחות א געלעכטער ???
דאס הייסט גרויס ? און שוין פארלירט ער קאנטראל ?
אין סאטמאר האט מען ב"ה נאכנישט פארלוירן קאנטראל, עס וועלן אבער אלעמאל זיין פירות וועלכע וועלן זיין אוממעגליך צו קאנטראלירן.
און דאס איז שוין דער דרך העולם 5,765 יאר, און וועט אנהאלטן ביז משיח'ס טאג !!!
זאלי
בייזער זיך נישט, איך באשולדיג נישט דיך.
איך רעד פון א מצב ליידער אין סאטמאר, וואס אפשר דעם פילוג קען עס אביסל ראטעווען.
אויב אין בעלז פארלירט מען שוין היינט קאנטראל שפארען זיי איין זייער בחורים אין אינגעלייט וואס זענען פארדארבען.
וויל די וואס דרייען זיך אויפן גאס ווי סוחרים געבן זייער א גוטער נאמען פאר בעלז.
עס דערמאנט מיך פון אן אלטע קל וחומר.
מה דאך איך וואס איך עס היימישע מאכלים, גיי א וואלענעם טלית קטן, געקראזעלטע פיאות, און איך גיי אין מקוה יעדען טאג (?) רעד אידיש מיין ווייב גייט געהריג מיט סיעמס און איך וויין אונטער די חופה וכו' וכו' ווייס איך ווי איך שטיי אין יראת שמים.
כל שכן וק"ו בן בנו של ק"ו דער מאדערנער איד וואס גייט אן א בארד עסט או יאו פלייש זיין ווייב גייט אן אפען שייטל מיט ביי האר מוז דאך א ודאי זיין אז ער טוט אפ כל עבירות שבתורה.
תוקן על ידי - זאב58 - 02/06/2005 23:24:19
איך ווייס נישט אויף וועלכע גאס דו דרייסט זיך, אין מיין גאס זענען די פאקטן וויאזוי איך האב זיי געשריבן.
הנחות און פאקטן קען יעדער שרייבן וויאזוי אים שמעקט, און מען קען קיינעם נישט גלייבן ווילאנג ער ברענגט 'פרוף'.
איך וואלט דיר געראטן צו גיין זיך נאכפרעגן פונקטליך וואס אהרן מרדכי האט גערעדט מיט זיין פעטער, און גיין אויסהערן די דרשה וועלכע איך האב דערמאנט.
דערנאך קום צוריק און ווייז מיר אויף מיט וואס כ'האב געגרייזט.
נאכאמאל, כ'זאג נישט אז עס זענען נישטא קיין פראבלעמען אין סאטמאר.
אבער עס זענען אויך דא אין בעלז.
פונקט ווי עס זענען דא פיינע אינגעלייט ביי ביידע.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 03/06/2005 2:27:37
ווי דו האסט שוין זיכער באמערקט, פיר איך זיך נישט צו ענטפערן אויף קיין דעמאגאגיע, ספעציעל ווען עס האט נישט קיין משהו דעקונג.
די צרה איז נישט סאטמאר גרויס אדער קליין.
די צרה איז די ליבעראלקייט וואס ר' אהרן האט געברענגט אין די יונגענט, פון דעם לייד היינט ליידער גאנץ סאטמאר.
קוק אן סאטמארער ישיבה אין וויליאמסבורג האט בערך זעקס הונדערט בחורים, א גרויסע ישיבה לכל הדעות, און מען זעט נישט פון דארט די פירות באושים ווי מען זעט אלע יארעןפון מאנרו.
איך קען פערזענליך
בעלזע
סאטמארע
גערע
וויזניצע בני ברק
וויזניצע מאנסיע
באבובער
סלאנימער ווייסע און שווארצע
סטאלינע
עס איז דא איבעראל פון אלע סארט עס איז איבעראל דא א פיל פארביגער עולם קיינער דארף זיך נישט צו בארגען קיינע שקצים פון קיינעם אין ב"ה נישט קיין מוצי"ם אויך נישט
איינער לעבט מער אין "DENIAL" ווי דער צווייטער
צו זאגען אז ביי אונז איז דאס נישט פארהאנען דארף מען זיין א שוטה גמור לכל דבריהם.
דארט ווי עס איז דא מער מענטשען איז דא מער פון אלעם.
תוקן על ידי - verbeenich - 02/06/2005 23:35:59
יוסף מאיר:
דיר האב איך נישט געמיינט.
אויף דעם פלאנעט וואו מענדל שווימער איז מעיאר, און דער רבי איז בעה"ב אין סאטמאר, און יעקב יואל באנדא איז א אהרוני, איז טאקע אויך נישטא קיין אינטערנעט, און בכלל איז נישטא דארט קיין אוועקגעפאלענע.
איך רעד פון מיין פלאנעט (וואו עס זענען גראדע יא אריינגעפאלן לעצטנ'ס אפאר קווינס בחורים, וועלכע זענען געקומען שטימען...).
און דארט איז דא אייניגע רעכטן.
יעדער האט פון אלעם.
אריינגערעכנט די קווינס ישיבה.
און אויב וואלסטו געוואלט אז איך זאל האלטן אנדערש, האסטו נישט געדארפט טראגן דעם רבי'ן אויף קווינס קעמפ, וואו איך זאל קומען יעדע וואך ביי שלש סעודות, אדורכוואקן די דארמיטארי'ס (איך גיי נישט מיטן דרך המלך), און זען און הערן פונקטליך וואס דארט טוט זיך.
אהרן וועקי
פארציילסט שיינע מעשיות ברמיזה כדרכך א גאנצע צייט, מעשיות וואס נאר דו קענסט, און דו לייגסט נאך צו איך ווייס קלאר.
באמת האסטו אזא גוטער רעקארד דא, אז די דערמאנסט מיך פון שש"ט.
קאקט איז אז אין וויליאמסבורגער ישיבה איז נישט דא קיין איין בחור וואס שנייד זיין בארד.
מען דארף נישט מאכען קיין תקנה אז בחורים וואס שטיצען זייער בארד קענען נישט באקומען קיין עליה אין ישיבה וד"ל.
זיי מוחל קוק איבער מיין פריערדיגע תגובה פון 23:17.
בקיצור, חברה, געטס א קוק.
די נושא פינעם אשכול איז "שלום בעלז מיט די עדה החרדית", און דער משוגעים האבען געטראפען א וועג מסביר צו זיין אז ר' אהרון איז שולדיג א בחורים פארען אראפ פון אידישען וועג, מענדעל שווימער איז מעיאר, ........
[\-/]
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 03/06/2005 3:38:49
...באמערק ווי צווישן די אהרונים אליין שלאגט מען זיך צווישן זיך....
א האלבע שעה נאכדעם וואס ר' זלמן לייב האט גערעדט ביי די אסיפת העדה, האט אהרן גערופן זאגן מ'זאל טאקע נישט מאכן קיין שלום צוליבן כבוד פון פעטער...קאמענטארן זענען איבריג.
ועוד זאת, די אשכול ליינט זיך:
"שלום בעלז מיט עדה החרדית???"
א גרויסע קשיא און א גרויסע תירוץ: ניין!
איי פארוואס? ווייל ר' זלמןלייב האט גערופן און געזאגט וואס ער האט געזאגט והוחלט כפי שבדעתו [דערמאנט אין יוסף 90 בריוו ערשטן דף]
דאס איז ביז דערווייל די רעזולטאטן פוןדעם שלום פראצעדור,
קען זיין עס וועט זיך טוישן אבער נישט ווען ר' אהרן וועט עס זאגן....
והוא רחום יכפר.
געפערליך
ר' אהרן שמועסט נישט מיט די הנהלת העדה החרדית, ווען ער האט עפעס צוזאגן זאגט ער זיין דעת קדשו, פאר די רבנים חברי הבד"ץ העומדים על העדה.