היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שלום בעלז מיט די עדה החרדית ???

שלום בעלז מיט די עדה החרדית ???

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1402124
בלאט: 1 2

allnewspic » 5/6/2005 20:36

באטרא שרייבט

סאטמאר ירושלימ'ער רב קעגן שלום מיט בעלז


20:34 5/6/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
נעכטן ביי סעודה שלישית האט הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר ירושלים, געלאזט הערן זייער א שארפע דרשה קעגן שלום מאכן מיט בעלז.

ווער עס וויסט מער איינצעלהייטן זאל מעלדן.



תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 05/06/2005 20:39:27

guar » 5/6/2005 21:21

וועם אינטערסירט עס וואס ער האט צי זאגן.

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 05/06/2005 21:57:18

יישר_כח » 18/7/2005 20:25

בשבוע שעבר היה אסיפה אצל חברי בית דין צדק של העדה החרדית בירושלים בנוגע השלום, בין העסקנים המשתתפים הנגיד המפורסם ר' אהרן נאה ני״ו מניו יארק מגדולי תומכי מוסדות סטמר וכל קהילות הקודש.
האורח הנ'ל השתתף בשבת קודש בסעודת רעוא דרעוין אצל כק מרן אדמו'ר מבלז שליט'א (שבת שבע ברכות של נכד הרב װינד שליט'א, משב'ק) וישב בראש השלחן ליד האדמו'ר שליט'א בכבוד הראוי לו

יוסף90 » 18/7/2005 20:50

לא יקום ולאנ יהי'

א שאד אויף אלע גערעדעכצער.

צו הייסט אהרן נאה
צו חיים לאקס
צו חיים יהושע באב"ד
צו אן אנדערער
קיין שלום מיט בעלז וועט נישט זיין

עס איז נישט געווען די פארגאנגענע וואך אן אסיפה, עס איז שקר די גאנצע נייעס.

יישר_כח » 18/7/2005 21:10

לא שמעתי אינו ראיה.

דברתי עם אנשי ביתו של הגאון ר' מאיר ברנסדורפר שליט'א וגם עם ידיד של הגאון ר' משה הלברשטם שליט'א וזה מה ששמעתי מהם.
ונזכה ונחיה ונראה

יוסף90 » 18/7/2005 21:31

א שאד אויף צו איבער'חזר'ן אויף אלע שקרים.

די פארשלאג איז אראפ פון טיש.

עס איז נישט על הפרק

ביי

זאליweaky » 18/7/2005 21:39

יוסף:

א זייטיגע נקודה.

דו געדענקסט אפשר וואו דער ר' אהרן נאה האט לעצטנ'ס געגעבן הונדערט טויזנט דאלאר ???

דו געדענקסט אפשר ווער עס האט ערלעדיגט אז די באנק זאל ברעכן דעם קאנטראקט מיט טשעיס, איבער דעם מארטגעדזש פונעם נייעם שוהל (וואס אגב, לויט די דעמאלטדיגע חשבונות אין "דער איד", שטייט שוין יעצט במלוא הודו והדרו...) ???

זיי זענען שלוחים פון ר' אהרן טייטלבוים ???

באטרא » 18/7/2005 22:05

איז וואס איז.

אז איינער וויל העלפן פאר סאטמאר זייער פיין

אבער חרוב מאכן דאס נישט.

און איצט זעט מען טאקע אז דאס געלט האט נישט קיין השפעה.

דער רב שליט"א האט אריינגעקאלט עדה החרדית ביים מיטונג זיך קעגן שטעלן צום שלום.

זאב58 » 18/7/2005 22:36

רבותי ! מען דארף האלטען קאפ ווייל די חברה זיינער פראפעשינאל קאפ פארדרייערס.

לאמיר נאך א מאל אנהייבן די מעשה פון אנהייב. די עדה האט געאסרט די בעלזער מוסדות, האט בעלזא געמאכט א ב"ד, סאטמאר אמעריקא האט זיך אריינגעמישט, בעלזא האט געמאכט שלום מיט רב ווייס, סאטמאר אמעריקע צושטערט, געשאסאן דעם אטאם: נעלאגען, קול קורא וכו', בעלזא האט זיך נישט אפגעשראקען און בעלזא האט אנגעהויבן צו וואקסען בכמות ובאיכות, געשטעלט א אויסגעהאלטענעם וועג אין חינוך, אין דיעות, א צייטונג, א ב"ד, בנינים על גבי בנינים, א בענקעל אין כנסת, געווארען פון די גערסטע ווארט זאגערס אין יהדות החרדית מיט אן ערענסטקייט נישט לקנתר, סיי פאר היימישע אשכנזים סיי פאר די מאדערנערע סיי פאר ספרדים סיי פאר אמעריקאנער אידן, בעלזא האט נישט קיינע שונאים דאס הייסט אז א בעלזער בחור איז נישט פארנומען מיט קיינע נעגעטיווע זאכען, די מחלוקת איז נאר פון די זייט פון די קנאים, אין מחנה החרדי איז מען נישט פארנומען מיט הסברים פארוואס די קנאים טויגען נישט.

ווייטער נעמען געלט פון די מדינה, וואס ביי דעם האט זיך אלעס אנגעהויבן, איז דען דא איין רב וואס האט א שייכות קיין בעלזא וואס האלט אז מען טאר נישט נעמען קיין געלט?

יעצט די פאבליק סקול איז געאסערט פון א סאך פון די סאטמארער רבנים, און עס גייט אן בריש גלי און קיינער איז נישט ארויס מיט קיין איסור אויף די מאנראו מוסדות? היתכן?

דער תירוץ איז ........

די אונטערשטע שורה:

פאר דעם בעלזער איד, בחור , קינד , אידענע איז בכלל נישט נוגע צו עס איז דא שלום צו נישט. די אנדערע זייט וואס קענען נישט אנגיין אן פיינד האבען ווינטש איך זיי א גוטן אפעטיט.

מענדלדרעי » 18/7/2005 22:40

זאב

זלמן לייב האט געווינען.

ער האט די הנהלת העדה החרדית אין טאש.

אויסער די פאר ליידיגייערס אין ירושלים אינטערסירט נישט קיינעם יא שלום צו נישט שלום ,

WHO CARES.

די גאנצע שלום געשפרעכן איז נישט אינטערסאנט, זעט אויס אז די בעלזער ווילן געבען ארבעט פאר די ליידיגערס אין די געסלעך.
בלאט: 1 2