היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מעכטיגע טאטאלע זיג פאר קרית יואל

מעכטיגע טאטאלע זיג פאר קרית יואל

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1394009

ארגינעלער » 25/5/2005 20:17

היינט אינדערפרי האט די ווילידזש אוו קרית יואל אפגעהאלטן א מעכטיגע טאטאלע זיג.

ווען דער ריכטער האט ארויסגעגעבן זיין ענדגילטיגן אורטייל און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מוסרים האבן מיאוס פארלוירן.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט קלאר אז אין חוטא נשכר!

ארגינעלער » 25/5/2005 20:26

דער ריכטער האט דערקלערט קאטעגאריש אז די אלייענס קען נישט האבן קיין איין איינציגן אינספעקטאר (די "קוראזשפולע פרויען" וואס זיי האבן געוואלט ברענגען), אנדערש ווי ביי די וואלן פון פאראיאר ווען מען האט זיי געגעבן איין אינספעקטאר ביי יעדן טיש.

פאר זיי זענען געגאנגען אין קאורט האט מען געווארנט די אלייענס אז אויב גייען זיי אין קארט וועלן זיי נישט באקומען אפילו דאס וואס זיי האבן געהאט פאריגע יאר, און וויבאלד זיי האבן נישט געפאלגט און דאך געגאנגען האבן זיי יעצט באקומען זייער פארדינטן שטראף.

די איינציגסטע זאך וואס די אלייענס גייט האבן איז 14 ראציגע פאול וואטשערס (איינס ביי יעדע טיש און איינס ביי די אינספעקטאר טיש) און נאך 4 מענעדזשערס (וואס מען רופט פלאטערס אין געריכט שפראך) 2 פער יעדע רום (עס איז דא צוויי רומס), וואס וועלן זיין אן טאפ פון די 14 פאול וואטשערס.

זיי וועלן אויך האבן דריי לאיערס (פונקט ווי פאראיאר) אבער דער דזשאדזש האט געזאגט אז זיי קענען נישט האבן קיין לאיער וואס האט נישט קיין לייסענס פון די אמעריקען באר אסאסיעשאן.

דאס מיינט אז דער אלייענס "לאיער" מעני מענגיועל (וואס האט קיינמאל קיין לאיער לייסענס נישט געהאט) וועט נישט טארן אריינטרעטן אין זאל.

אויך האט די אלייענס זיך געמוזט אונטערנעמען נישט צו ברענגען קיין היצקעפ לאיערס ווי מייקל סאסמאן אדער דזשאשוע ערליך.

קריתיואלער » 25/5/2005 20:53

מער פרטים וואס אריגינאלער האט נישט איבערגעגעבן:

פאר מען איז אריין אין קארט זענען געזיצן די לאיערס פון ביידע זייטן און מען האט פארהאנדלט. די לאיערס פון די אלייענס האט זיך געבעטן אז מען זאל זיי כאטש לאזן מיט די זעלבע וואס זיי האבן געהאט פאריגע יאר (13 אינספעקטארס, 13 פאול וואטשערס און 3 לאיערס. בסך הכל 29 אלייענס מענטשן אין זאל).

אבער די לאיערס פון ווילידזש האבן באקומען א שטרענגען באפעל נישט נאכצוגעבן קיין שום זאך פאר די אלייענס, ווייל מען מוז זיי איינמאל פאר אלעמאל געבן א לעסאן אז מען גייט נישט אין קאורט אריין.

ווי שוין געווען געשריבן אויף היידפארק האט מען פאריגע יאר געגעבן פאר די אלייענס אן אינספעקטאר ביי יעדן טיש, מיט די תנאי אז זיי גייען נישט אין קאורט, אבער נאכ'ן אונטערשרייבן דעם אפמאך האבן זיי זיך אויסגעלאכט און יא געגאנגען אין קאורט. היי יאר האבן זיי באצאלט א פרייז דערפאר און מען האט זיי געלערנט א לעסאן אז אידן גייען נישט אין קאורט ווען מען דארף נישט גיין אין קאורט, און מען קען פארהאנדלען אינדרויסן פון קאורט!

היי יאר וועלן זיי האבן 18 פאול וואטשערס (אריינגערעכנט די פיר העכערע) 0 אינספעקטארס און 3 לאיערס א סך הכל פון 21

לעומת זה וועט די ווילידזש האבן 52 אינספעקטארס (אנשטאט נאר 39 פאראיאר), 18 פאול וואטשערס, פיר ווילידזש אפישעלס ביי די אינפארמעשאן טיש און 4 ווילידזש אפישעלס ביי די טשאלענדזש טיש און 3 לאיערס.

א סך הכל פון 81 ווילידזש מענטשן אין זאל

און דאס איז חוץ די פובליק סעיפטי אגענטן!

איך האף אז יעצט וועט די אלייענס ענדליך לערנען א לעסאן אז
!You can't fight city hall

תוקן על ידי - קריתיואלער - 25/05/2005 21:30:48

rabbi88 » 25/5/2005 20:53

Manny Manguel doesn't need a license. Remember what he did last year he came in with a home-made badge that said Liason to the Sheriff. And the alert Kiryas Joel Public Safety kicked him out.

Congratulations KJ Alliance on this Victory. I don't know how, but some how you always WIN!

davka » 25/5/2005 21:03

user3user3 האט געשריבן:

Victory in court - KJA today

the court forced the viilage to give 20 poll watcher and give in to the KJA for 19 poll watchers

2. the county will take the books after the elections and not the village

more updates soon


תוקן על ידי - davka - 25/05/2005 21:07:56

זשוליאני08 » 25/5/2005 21:10

יוזער,

זאלן זיי נאר ברענגען 20 פאול וואטשערס.

די פובליק סעיפטי וועט זיי ארויסווארפן...

יא, נאך א זאך וואס דער ריכטער האט געפסקנט קלאר און דייטליך, די טריפה'נע פובליק סעיפטי וועט זיין אין קאנטראל פון די סעקיוריטי במשכ'ן טאג!

rabbi88 » 25/5/2005 21:20

I already congratulated you on your party's great victory but can you please make up your mind did the judge force Kiryas Joel to give you guys 19 or 20 Poll Watchers?

I know you're very excited with your great victory but try hard to make sense.

davka » 25/5/2005 22:33

RABBI שרייבט:

Rather than argue with user3 about who won in court today I'll just bring this site to everyones attention.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1373354

This way everyone can read for themselves what the ALLIANCE asked for and what they got.

We know that the Alliance won, that, goes without saying. The question is only what, SEE FOR YOUSELF.

ON THIS GREAT VICTORY, CONGRATULATIONS KJ ALLIANCE


תוקן על ידי - davka - 26/05/2005 2:18:16

rabbi88 » 25/5/2005 23:41

So, user3, what is it 19 or 20 poll watchers?

HirshHater » 26/5/2005 00:35

HEY RABBI88
WE WITH THE ALLIANCE ARE VERY HAPPY WITH THE COURT TODAY SO STOP PROPOGANDERING ONE SIDE AS LONG AS THE BOOKS CAN BE REVIEWED AFTER THE ELECTIONS BY THE BOARD OF ELECTION TO CATCH YOUR GUYS FRAUD THATS ENOUGH FOR US OF COURSE A LOT MORE WAS ASK BUT WE WERE READY TO ACCEPT WHATS MOST IMPORTANT
I ASK EVERYBODY TO STOP USING THIS WEBSITE AS RABBI88 PUTS ON WAHTEVER HE LIKES AND IF HE DOES NOT HAVE AN ANSWER HE REMOVES IT FROM THE SITE AS RABBI88 CONTROLS THAT

תוקן על ידי - davka - 26/05/2005 2:20:12

rabbi88 » 26/5/2005 00:50

So you won? OK you'll get no argument from me. I'll just wish you to keep on winning this way. Now, about the books, this was the case last year and four years ago. And the county cannot release the books without the express from a judge.

You want to convince me that you're happy because last year your team had inspectors and this year you don't? NO PROBLEM! I'll accept that too.

Just one problem when you loose this year who are you going to blame? Remember, the County will have the books and you wouldn't be able to say that dead people voted?

Guess you were too busy trying to figure out who I was to think so far ahead.
By the way, thanks for the complement. You mean to say that my English is as good as ------ that's really nice of you. But tell me, you really mean it?


תוקן על ידי - davka - 26/05/2005 2:22:52

getme » 26/5/2005 02:04

וואס איז די חילוק צווישן פאול וואטשערס אין אינספעקטערס??

ביידע טיען לכאורה די זעלבע ארבעט??
ביידע קיקן אז עס זאל נישט זיין קיין שווינדלערייען.האט איינער פין זיי מער מאכט ווי דער צווייטער??

איז דער גאנצער פארלירן פין די זאליס נאר אז זיי האבן אכט מענטשן ווייניגער??

ווער עס ווייסט ביטע ענטפערן

זאליweaky » 26/5/2005 02:37

א פאול וואטשער איז נאר דארט צו פארזיכערן אז עס כאפן זיך נישט אריין קיין פאלשע וואוטער'ס.

א אינספעקטאר האט פאקטישע רעכטן צו באשטימען אין געוויסע אנגעלעגנהייטן.

צב"ש, אויב א פאול וואטשער (אדער סיי ווער) האט געטשעלענזשט א וואוטער, דארפן די אינספעקטאר'ס צווישן זיך אפמאכן אויב מען זאל יענעם הייסן שטימען אויף א בעלאט, אדער אונטערשרייבן אונטער א AFFIRMATION (להבדיל ווי א שבועה), וכדו'.

עס איז נישט סתם דער ציפער, נאר פאריאר האבן זיי געקענט עטוואס מאכן פראבלעמען, אויב זייער אינספעקטאר וואלט נישט געוואלט לאזן דעם וואוטער אריינגיין אין די בודקע.

KJAlliance » 26/5/2005 03:11

געט מי

די נומער וואס די אלייענס האט געוואלט איז נישט 28

נאר וואזשע דען

3 פאול וואטשער פער טיש, פאר יעדע פארטיי, זיי האבן צוויי פארטייען, קומט אויס 3 מאל 14 -אזויפיל טישן איז דא - האלט מען שוין ביי 42 מאל 2 פאר צוויי פארטייען האלט מען שוין ביי 84

יעצט האבן זיי געוואלט, האלב אינספעקטארס, עס זענען דא צוויי אינספעקטארס ביי יעדע טיש, איז נאך 14, ווייל 14 טישן מאל 2 איז 28 האלב דערפון איז 14

יעצט האבן זיי אויך געבעטן איין 'אינוועסטיגעיטאר' ביי יעדע טיש איז נאך 14

איז 84 + 14 + 14 קומט אויס 112, און פון דעם גייען זיי בלייבן מיט בערך 100 ווייניגער

און וואסערע קאפ ווייטאג, זיי האבן געוואלט מאכן מיט די 100 חברה וואס בלייבן אינדערהיים - קוראזשפולע פרויען איז דאס גערופן געווארן אין 'עיר הצדק' - קען יעדער אליין טראכטן

דער עיקר איז, אז זיי האבן נישט געוואלט מער

טקסטשלךכאן » 26/5/2005 03:22

אלייענס האט גוט מסביר געווען וואס זיי האבן געבעטען אין נישט באקומען, אבער כדי מסביר צו זיין וואסערע שרעקליכע דורכפאל זיי האבען געהאט, מיטן נישט באקומען קיין אינספעקטערס, וועלן מיר זיך ווענדען צו אונזער חשובע טראסטי קאנדידאט, ר' אברהם יושע פריינד.

דאנלאד די קליפ, וועסטו הערען וויאזוי די פה מפיק מרגליות, חכם מחוכם, איז מסביר מיט גרויס פראפעשאנאליזעם די געוואלדיגע זיג וואס די אלייענס האט געהאט מיטן באקומען איין אינספעקטער ביי יעדן טיש, ביי די פאריגע יאר וואלען.

http://rapidshare.de/files/1983351/Inspector_Flop.mp3.html

getme » 26/5/2005 03:28

אלייענסkj גערעכט

טקסשלך

רבותי. הערטס דעם קליפ וואס טקסשלךכאן האט ארויף געלייגט

תוקן על ידי - getme - 26/05/2005 3:36:25

זשוליאני08 » 26/5/2005 06:28

עס איז זייער אינטערסאנט וויאזוי פנחס יאקאבאוויטש האלט די אלייענס מעמבערס פאר אזעלכע פערדן, אז ער רעדט זיי איין אזעלכע אפענע ליגנטס און האט גארנישט מורא אז זיי וועלן כאפן וואספארא שקרן וכזבן ער איז.

נאכ'ן ליידן א שרעקליכן דורכפאל היינט אין קאורט האט ער תיכף געמאלדן פאר די אלייענס קעלבער, אז זיי האבן אפגעהאלטן א מוראדיגן זיג. איי מען האט מיאוס פארלוירן מיט יעדע איינציגע זאך? אבער נישט געזארגט, יאקאבאוויטש האט שוין געטראפן פון אונטער דער ערד וואו צו פייערן זיג, דהיינו: אז די שעריף גייט אוועקנעמען די בוקס וואו יעדער וואוטער סיינט אריין די נאמען נאך די וואלן.

צום מזל פון פינקוס זענען די אלייענס מענטשן אזעלכע נאראנים, אז עס פאלט פאר קיינעם פון זיי נישט איין אים צו זאגן אין פנים אריין:

1. אז די זעלבע זאך איז געווען ביי אלע עלעקשאנס ביז יעצט, אז די עלעקשאן בוקס זענען אוועקגעטראגן געווארן תיכף נאך די וואלן, כדי די באורד אוו עלעקשאנס אין גאושען זאל קענען פארגלייכן די צאל שטימען מיט די אונטערגעשריבענע נעמען, כדי זיכער צו מאכן אז עס איז נישט געווען מער שטימען ווי אונטערגעשריבענע נעמען.

2. אז די עלעקשאן בוקס זענען נישט ווערד מער ווי אשר יצר פאפיר, נאכדעם וואס די וואלן זענען שוין פערטיג.

3. אז די ווילידזש בלייבט דאך עניוועי מיט די וואל מאשינען און ציילט אליינס אפ די שטימען, סא וואס איז די גרויסע גדולה אז די שעריף נעמט אוועק די בוקס, מיט גרויסע דיקע אשר יצר פאפיר.

אנשטאט קומען די אלייענס שוטים ארויף דא אויף היידפארק און קייען איבער די זעלבע שטרוי וואס יאקאבאוויטש האט זיי אריינגעהאקט אין קאפ.

זשוליאני08 » 26/5/2005 07:19

מילתא דעבידא לגלויי!

דאס איז א קאפי פון א קארט דאקומענט וואס איך האב שוין איינמאל ארויפגעלייגט אויף היידפארק.

מען זעט אין דעם דאקומענט וויאזוי שעריף דובאיס זאגט, אז ער וויל בשום אופן נישט אוועקטראגן די מאשינען נאך די וואלן, (ווי די אלייענס האט פארלאנגט) ווייל ער האט נאך אזא זאך קיינמאל נישט געטאן.

אבער ער איז יא מסכים אוועקצוטראגן די עלעקשאן בוקס, ווייל דאס איז א זאך וואס ער טוט אייביג, ביי אלע עלעקשאנס.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זאליweaky » 26/5/2005 07:21

דו מאכסט א טעות.

די אלייענס מעמבער'ס קומען נישט דא איבערזאגן אלעס וואס פנחס האקט זיי אין קאפ.

---- קומט דא האקן פאר די אלייענ'ס מעמבער'ס אין קאפ (אזוי איז דאך געשטאנען אויף היידפארק !!!...).

תוקן על ידי - davka - 26/05/2005 21:10:35

אטוען » 26/5/2005 20:48

אידען ס'איז שוין הויך צייט אז מיר זאלען דן זיין די אלייענס לכף זכות. מ'קען נישט
זאגין אז זיי זענין סתם שקרנים, נאר וואס דען? דאס ווארט "געווינען" האט ביי זיי
אן אנדערן באדייט ווי ביי דעם סתם המון עם!

טראכטס נאר א רגע, האבין זיי דען שוין אמאעל פארלוירין?

גענוי וואס דער באדייט פון "געווינען" איז ביי זיי בין איך דערווייל נישט דערגאנגען
אבער, 'עוד חזון למועד' מיט די צייט וועל איך אי"ה דאס אויך געוואר ווערין.
אבער דערווייל בעט איך אייך נישט צי פארגעסין אז זיי האבען געווינען!