היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מעכטיגע נידערלאגע פאר אלייענס אין קאורט!

מעכטיגע נידערלאגע פאר אלייענס אין קאורט!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1373354

קריתיואלער » 10/5/2005 20:22

די אלייענס האט היינט דינסטאג געליטן א מעכטיגע נידערלאגע אין קאורט, ווען דזשאדזש מעגירק האט געזאגט אז די ווילידזש האט נאכגעגעבן צופיל זאכן פאר די אלייענס ביי די פאריגע עלעקשאנס, און ביי די יעצטיגע עלעקשאנס איז די ווילידזש מער נישט מחויב זיי עס נאכצוגעבן.

מעגירק האט געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס די ווילידזש האט געגעבן די רעכט פאר די אלייענס צו האבן וואל אינספעקטארס ביי די פאריגע וואלן. ער האט געזאגט אז די ווילידזש איז אן עלעקטעד גאווערמענט און נאר זיי דארפן האבן וואל אינספעקטארס, אבער די אלייענס האט נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגען וואל אינספעקטארס.

מעגירק האט געאורטיילט אז מען דארף לעגאל געבן פאר די אלייענס נאר די 16 נארישע פאול וואטשערס, אבער נישט מער.

אויך האט מעגירק געאורטיילט אז די סעקיוריטי ביי די עלעקשאנס זאל צוגעשטעלט ווערן דורך די קרית יואל פאליציי בראשות ר' משה לייב וויטריאל נ"י!

ווען די אלייענס וואלט ווען נישט געגאנגען אין קאורט וואלטן זיי געהאט וואל אינספעקטארס, יעצט וועלן זיי זיך מוזן באגעניגען מיט וואס דער דזשאדזש וועט זיי געבן.

דער גוי מיט'ן שווארצן כאלאטל וועט זיי איינטיילן וואס צו טון

קריתיואלער » 10/5/2005 20:52

אפדעיט: די אלייענס לאיערס און די ווילידזש לאיערס זענען אריינגעגאנגען אויף א מיטינג אין אפיס פון ריכטער.

די אלייענס לאיערס האבן פארפירט און איבערגעדרייט א וועלט אז די ווילידזש האט דיסקרימינירט קעגן זיי ביי די פאריגע עלעקשאנס, זיי האבן זיך געבעטן אז אויב געט מען זיי נישט נאך זייערע פארלאנגען, זאל מען זיי כאטש נישט צונעמען וואס זיי האבן שוין געהאט ביי די פאריגע עלעקשאנס.

דער דזשאדזש האט דעמאלטס זיך אנגערופן אז מען זאל צוריקקומען מעי 19 אין קאורט, און דעמאלטס וועט ער געבן א פרישן טשענס פאר די אלייענס צו ברענגען נארמאלע טענות פארוואס מען זאל זיי דארפן געבן אינספעקטארס.

אבער ער האט אויך געזאגט אז זיין פריערדיגע פסק, אז ר' משה לייב וויטריאל און די פובליק סעיפטי זאל זיין אין טשארדזש פון די סעקיוריטי ביי די עלעקשאנס, בלייבט ווייטער אין קראפט, על אפם וחמתם פון די אלייענס לוזערס.

זשוליאני08 » 14/5/2005 02:30

דאס זענען די ערשטע מעכטיגע דורכפאלן וואס די אלייענס האט געליטן אין קאורט פאריגן דינסטאג:

בעריקעידס
דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די פארלאנג פון די אלייענס אז עס זאל זיין בעריקעידס אין זאל, אין פראנט פון יעדן מאשין

דיסטריקטס
דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די פארלאנג פון די אלייענס אז עס זאל זיין 13 עקסטערע דיסטריקטס - אנשטאט נאר איין דיסטריקט - וואס אזוי וואלטן זיי געקענט האבן מער אינספעקטארס

פובליק סעיפטי
דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די פארלאנג פון די אלייענס אז די שעריף זאל אנפירן מיט די סעקיוריטי ביי די וואלן, און ער האט געזאגט אז משה לייב וויטריאל פון קרית יואל פאבליק סעיפטי זאל עס אנפירן.

קאנפיסקירן מאשינען
דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די פארלאנג פון די אלייענס אז די שעריף זאל קאנפיסקירן די מאשינען נאך די וואלן, נאך פאר מען ציילט עס, און עס אוועקטראגן, אז די ווילידזש עלעקשאן אפישעלס זאלן עס נישט קענען ציילן.

עבסענטי בעלאטס
דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די פארלאנג פון די אלייענס אז די עבסענטי בעלאטס זאלן געציילט ווערן דורך די קאונטי.

אינוועסטיגעיטארס
דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די פארלאנג פון די אלייענס אז אינוועסטיגעיטארס פון די סטעיט באורד אף עלעקשאנס זאלן אראפקומען צו וואטשן ביי די וואלן

***


איבער אינספעקטארס האט דער ריכטער דערקלערט אז נאר די ווילידזש מעג צושטעלן אינספעקטארס, אבער נאך דעם וואס די אלייענס האט געפערליך פארפירט, אז מען קען זיי נישט שוואכער מאכן ווי ביז יעצט, האט ריכטער מעקגוירק געזאגט אז מען זאל צוריקקומען אין קאורט קומענדיגן דאנערשטאג מעי 19, און ער וועט דעמאלטס פסק'ענען וועגן דעם.

אבער אפילו אויב געט ער זיי יא נאך די אינספעקטארס, איז עס אויך נאר א זאך וואס זיי האבן עניוועי געהאט ביי די פארגאנגענע צוויי ווילידזש וואלן.

דער ריכטער האט זיי גארנישט נאכגעגעבן קיין איין פרישע זאכן וואס זיי האבן פארלאנגט.



תוקן על ידי - זשוליאני08 - 14/05/2005 2:38:13

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:08

איך פאנג אן ארויפצולייגן די צעטלעך פון די מסירה פון די אלייענס קעגן קרית יואל, און קעגן גדלי' סעגעדין (א איד) און די שרעקליכע התגרות באומות מסירה קעגן שעריף דובאיס און די באורד אף עלעקשאנס.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:18

דא זעט מען וויאזוי זיי בעטן דעם ריכטער ער זאל באפעלן אז ס'זאלן זיין עקסטערע דיסטריקטס ביי די וואלן (כדי זיי זאלן קענען באקומען מער פאול וואטשערס)

אויך זעט מען וויאזוי זיי פארלאנגען אז עס זאל זיין בעריקעדס אין פראנט פון יעדע וואל מאשין

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 15/05/2005 11:22:02
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:20

דא זעט מען וויאזוי זיי פארלאנגען דריי פאול וואטשערס פאר יעדע פארטיי ביי יעדע טיש

אויך זעט מען וויאזוי זיי פארלאנגען אז יעדער נייער וואוטער זאל מוזן ווייזן א פיקטשער איי די (יעדער פארשטייט די רשעות דערפון, ווייל זיי ווייסן אז בחורים האבן נישט קיין פיקטשער איי דיס.)
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:24

זיי פארלאנגען אז די אינספעקטארס (וואס זענען פרויען) זאלן אויסשרייען הויך די נעמען פון יעדן איינעם וואס קומט וואוטן (די הייליגע אלייענס פארלאנגט נישט מער און נישט ווייניגער אז פרויען זאלן אויסשרייען די נעמען פון חסידישע יונגעלייט און בחורים. קענט איר דאס גלייבן?)

אויך פארלאנגען זיי אז יעדן וואס מען טשאלענדזשט זאל געטראגן ווערן צו די ספעציעלע טשאלענדזש טיש, פונקט וויאזוי "ס'איז איינגעפירט אין קרית יואל". איינגעפירט? ווער האט דאס איינגעפירט אויב נישט די אלייענס? אין קיין איין פלאץ אין גאנץ ניו יארק סטעיט טשאלענדזש מען נישט קיין וואוטערס, נאר אין קרית יואל!
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:28

זיי פארלאנגען אז גדלי' סעגעדין זאל נישט טארן באשטעטיגן די זיגערס פון די וואלן ביז נאכדעם וואס אלע זייערע לעגאלע שטיקלעך וואס זיי שטעלן אונטער זענען נישט פארטיג (איי, פארוואס פייטן אין קאורט ווען זיי ווייסן שוין פון ערפארונג אז זיי וועלן נישט געווינען?)

זיי פארלאנגען אז די שעריף זאל צונעמען אלע מאשינען תיכף נאך די וואלן און עס טראגן צו די קאונטי באורד אף עלעקשאנס.

זיי פארלאנגען אז די שעריף זאל צושטעלן סעקיוריטי ביי די וואלן
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:34

מען זעט דעם סוף פונעם פארלאנג אז די שעריף זאל צושטעלן סעקיוריטי

נאכדעם זעט מען דעם פארלאנג אז די ארענדזש קאונטי באורד אף עלעקשאנס זאל ציילן די שטימען

נאכדעם קומט די פארלאנג אז יעדע פארטיי זאל האבן די זעלבע צאל מענטשן (אין אנדערע ווערטער: זיי זאלן האבן מער מענטשן ווי קהל'ס קאנדידאטן, ווייל זיי לויפן דאך אויף צוויי פארטייען.)

שפעטער זעט מען וויאזוי פארלאנגען אז ספעציעלע אינוועסטיגעיטארס פון די סטעיט זאלן מאניטארן די וואלן

און יעצט קומט די געשמאקסטע חלק: צום סוף פון זייערע אלע פארלאנגען האבן זיי פארגעשריבן דעם פסק פאר'ן ריכטער, אזוי אז ער זאל נישט דארפן מער ווי אונטערשרייבן זיין נאמען.

דער דזשאדזש איז געגאנגען און געמאכט א ריזיגע עקס אויף אלע זייערע פארלאנגען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:36

דעם דזשאדזש'ס האנטשריפט: א ריזיגער עקס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:38

ווידער עקס און ווייטער עקס

אוי, סארי. עפעס האט ער זיי יא נאכגעגעבן, אז דער פסק זאל געשיקט ווערן פאר די אלע אנגעקלאגטע

ער איז דאך נישט אזא שלעכטער ריכטער ווי איך האב געמיינט...
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:45

די אלייענס האט צוזאמען מיט די מסירה, אריינגעגעבן א גאנצן פּאק מיט מכלומרשטע באווייזן אז די פאריגע וואלן אין קרית יואל זענען געווען געפעלשט.

אויף דעם האט דער שעריף דובאיס צוזאמען מיט די קאונטי באורד אוו עלעקשאנס אריינגעגעבן די קומענדיגע צעטלעך צום דזשאדזש וואו זיי לייקענען (deny) אלע באשולדיגינגען פון די אלייענס און זאגן אז ס'איז שקר וכזב
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:49

Deny Deny Deny Deny Deny

שעריף דובאיס (איך האב געמיינט אז ער איז א פריינט מיט די אלייענס... דאנט ווארי, איך האב קיינמאל נישט אזוי געמיינט) צוזאמען מיט די באורד אוו עלעקשאנס לייקענען אפ שארף אלע ליגנטס פון די אלייענס און זאגן אז ס'איז נישט געווען קיין שום פעלשערייען
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:50

Deny Deny Deny Deny Deny

ווערן די אלייענס נישט אמאל מיד פון זאגן אזויפיל ליגנט?

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 15/05/2005 11:52:12
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:53

Deny Deny Deny Deny Deny

ס'קוקט אויס ווי דער טייפער האט געדרוקט עפעס א קנעפל און ס'זענען ארויסגעוואקסן צענדליגער דינייס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 11:57

יעצט קומען שעריף דובאיס און די באורד אף עלעקשאנס צו א סך הכל און זאגן קלאר ארויס אז:

1. די באורד אוו עלעקשאנס האלט נישט ביים אנפירן די וואלן אין קרית יואל.

2. לויט'ן געזעץ דארף די ווילידזש אוו קרית יואל אליינס אנפירן זייערע וואלן.

3. די קאונטי באורד אוו עלעקשאנס האלט נישט ביים מאכן עקסטערע דיסטריקטס אין קרית יואל (בכדי אז די אלייענס זאל קענען באקומען מער אינספעקטארס).

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 15/05/2005 11:59:39
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 12:03

שעריף דובאיס און די באורד אף עלעקשאן גיסן צו זאלץ צו די וואונדן און בעטן דעם דזשאזש ארויסצואווארפן די אנקלאגע פון די אלייענס

אונטערגעשריבן איז דער לאיער פון דובאיס און די באורד אוו עלעקשאנס.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 15/05/2005 12:17:49
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 12:11

דאס איז די פאפירן וואס שעריף דובאיס האט אריינגעגעבן עקסטער אין קאורט, אין וואס ער זאגט זיך אפ אויסצופאלגן די פארלאנגען פון די אלייענס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 12:15

שעריף דובאיס זאגט זיך אפ צו וואטשן אויף די וואטינג מאשינען

ער מאכט חוזק פון די אלייענס, און זאגט אז די מאשינען זענען סייווי געסיעלט ביז צו די וואלן און וועגן דעם קען מען נישט וואטן פאר די מאשינען עפענען זיך.

שעריף דובאיס זאגט זיך אפ צו אוועקטראגן די מאשינען תיכף נאך די וואלן, אז די ווילידזש זאל עס נישט קענען ציילן.

ער איז נאר מסכים צוריקצוטראגן די מאשינען און עלעקשאן בוקס צו די באורד אוו עלעקשאנס נאכדעם וואס מען ענדיגט צו ציילן די וואוטס, ווייל דאס פלעגט די שעריף אלעמאל סייווי טון.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 12:16

די אונטערשריפט פון הויכגעשעצטן שעריף דובאיס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 12:24

די קאמישאנערס פון די באורד אוו עלעקשאנס (אריינגערעכנט אויך די דעמאקראטישע סוזען בעהראן, אוי דאס טוט וויי...) געבן אריין באזונדער פאפירן אפצולייקענען די אנקלאגע פון די אלייענס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 15/5/2005 12:27

די קאמישאנערס דערקלערן אז קרית יואל קען אליינס אנפירן זייערע וואלן, און די באורד אוו עלעקשאנס איז נישט אינטערסירט דאס צו טון.
[בילד – נישט אפגעהיט]

getme » 15/5/2005 21:54

דא האט איר א קאפי פין דעם נער "באנדא" ווי ער מאכט חוזק פין די "ארונים" אז מען קען זיי איינרעדען וואס מען וויל, אין ווי "משוגע" די "ארונים" זענענן אז זיי גלייבען אלעס בנוגע "דעם" קארט

זשואליאני! פליז טעיק איט איזי!!
אויב איז עס טאקע אזוי ווי דו זאגסט קומט מיר אויס לויט דעם א געוואלדיגע קשיא!
פארוואס האבן דע מעכטיגע קליגע אהרונים געשיקט א מעסעדש מיט דעם פלאכ'ן סעגעדין ???????????? אז מ'איז גרייט נאכצוגעבן !!!! אבי דשאדש מעקגירק זאל נישט ראלן
אדרבה !! שלינג מיט דורשט יעדע ווארט וואס מ'פארקויפט דיר נאר
נאכדעם וועט עטס קענען שיקן הארצרייסענדע בריוון אויף פאסט!!!!!!!!
פארפאלן !דאס איז עס !! פארשפילט איז פארשפילט
באנדא


באנדא,ביזסט העפליך געלאנדעט זיך צי קימען פארענטפערן!!

דא איז די לינק פין די פעריל ווערטער
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1375736

תוקן על ידי - getme - 15/05/2005 21:59:05