היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אנקעטע: וויפיל תושבי הקרי' וועלן שטימען!

אנקעטע: וויפיל תושבי הקרי' וועלן שטימען!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1393269

צאנז_קאורט » 25/5/2005 08:16

לאמיר שאצן וויפיל איינוואוינער פון קרית יואל וועלן שטימען ביי די היי-יעריגע וואלן.

אינעם לעצטן עיר הצדק איז זייער אינטרעסאנט ארויסגעברענגט געווארן דער מספר פון די פאריגע מעיאר וואלן, ווען מ'האט פארוואנדלט די ווילידזש און סוער אישוס אין א רבנות אישו, מ'האט קאמפיינט אז מען מוז ארויסגיין ראטעווען דעם רבנות פאר יעדן פרייז.

און צום סוף איז געווען דער סך הכל, אז נאנט צו 2000 שטימען זענען געווען קעגן דעם רבנות, לערך 1000 שטימען זענען בכלל נישט געגעבן געווארן ווייל ס'איז זיי בכלל נישט אנגעגאנגען פאר וויכטיג צו ראטעווען דעם רבנות און 2600 שטימען זענען "אפיציעל" יא געווען פארן רבנות (די נומערן שרייב איך נאר פון זכרון).

לאמיר טראכטן וואס וועט זיין ביי די איצטיגע וואלן. ווער קען דא ציטירן פונקטליך דעם אקוראטן ליסטע, פון וויפיל שטים-בארעכטיגע קרית יואל האט היינט צו טאג. און מיר וועלן פרובירן מאכן אן אנקעטע וויפיל שטימען יעדע זייט וועט אנציען.

רבותי, רופט אייך אן!

זאליweaky » 25/5/2005 15:26

קוקט אויף די צווייטע תגובה דא:

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1389171

-----------------

מיין שאצונג.

עס וועט זיין 2000 - 2900, נאך אלעם.

ארגינעלער » 25/5/2005 16:44

אומגלויבליך אבער א פאקט:

איינער וואס איז געבליבן אינדערהיים און נישט ארויסגעקומען וואוטן ביי די "פאריגע" עלעקשאנס האט געוואוט קעגן דעם רב.

אבער איינער וואס גייט בלייבן אינדערהיים און נישט ארויסקומען וואוטן ביי די "קומענדיגע" עלעקשאנס שטימט פאר'ן רב.

וויאזוי האט נאר איינער אמאל געשריבן דא אויף היידפארק:

מיט אזעלכע נארמאלע ווער דארף נאך משוגעים...

קודם ליינט דעם עיר הצדק איבער די "פאריגע" עלעקשאנס:
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 25/5/2005 16:46

און יעצט די "קומענדיגע" עלעקשאנס
[בילד – נישט אפגעהיט]

בדעבד » 25/5/2005 18:57

צום ערשט, וואס זענען די ציפערן?

ווייסט איינער פון וויפל די וואוטערס ליסטע באשטייט היי יאר?

איך פארשטיי אז די אלייענס האט היבש פארשמעלערט די ליסטע, זיי האבן געשניטן רעכטס און לינקס.

איך בין זיכער אז די אלס-ווייסערס דא אויף היידפארק ווייסן וואו מ'קען לייגן א האנט אויף די נייע ליסטע, עס איז פונליק רעקארדס.

rabbi88 » 25/5/2005 21:46

In this year's election it can be said that who ever didn't come out to vote, did cast his vote against Zionism!