היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » שומו שמים מעיאר קאנדידאט פון ק"י א ציוני

שומו שמים מעיאר קאנדידאט פון ק"י א ציוני

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1393249
בלאט: 1 2

זשוליאני08 » 29/5/2005 23:33

ס'איז טאקע א בושה און א חרפה, אז די ציוניסטישע אהרונים זענען די וואס פארפירן קעגן באנדא, און די סאטמארע אלייענס זענען די וואס נעמען זיך אן פאר אים...

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 29/05/2005 23:35:35

davka » 29/5/2005 23:47

אטוען שרייבט:

מר באנדא איז דער קאנדידאט פון די אלייענס, און ווי מיר ווייסען אלע, שטייען זיי דאך אוועק ממש "כמטחוי קשת" פון דעם הארבען איסר פון התגרות באומות!

לאמער זיך דערמאנען וויפיל גדרים וסייגים זיי האבען געמאכט כדי חלילה נישט נכשל צו ווערען. ווען ס'האט זיך געטוען מיט דעם "פייפליין" האט די אלייענס געציטערט פאר דעם התגרות באומות "עד כדי כך" אז זיי האבען בעצאלט טייער אידיש געלט מודיע צו זיין פאר די גוים אז קרית יואל איז זיך מתגרה מיט זיי.

איינער האט זיי גראדע געפרעגט פארוואס דארף מען שוין אויסגעבען אזוי פיל געלט מ'קען דאך ווארטען ביז די גוים וועלען אליין געוואר ווערען, האבען זיי גיענטפערט מיט שטארק התלהבות ד'קדושה, חס ושלום! דער איסר איז אזוי הארב אז וועגען די מצוה פון "והייתם נקים" טאר מען נישט ווארטען קיין איין רגע!

רבותי, די מעשה ווייסט ווי שטארק די אלייענס איז נזהר פון התגרות באומות. חאטש מיר ווייסען אלע אז די גאנצע מעשה מיט דעם "פייפליין" איז, ווי די ריכטיגע תלמידי רבינו ריפען דאס, "התגרות באומות החדש" וואס דער אלייענס האט אליין אויסגעטראכט.

דארף מען פארשטיין וויאזוי שטייט די אלייענס מיט, מיט איינעם וואס האט "בשאט נפש" עובר געווען אויף דעם ריכטיכען און אמת'ן התגרות באומות דארך ריפען אידען שומרי תורה ומצות אנטיילנעמען אין א ראעלי פאר די ציוניסטישע מדינה?

כדי צו ווייזען פאר'ן עולם אז זייער ציל מיט ייגען "עדס" אין די גוישע צייטאנגען איז
נישט געווען סתם "התגרות בישראל" איז די אלייענס מחיוב מוחה צו זיין אויף דעם ביטערין חילול השם וואס זייער קאנדידאט האט גורם געווען מיט זיין התחברות
מיט די ציוניסטישע מדינה!!

פענטער » 30/5/2005 08:51

די נייעס איבער די ציוניסטישע מודעה פון באנדא איז געשטאנען אין דער בלאט.

ביז היינט איז נישט אויפגעקומען קיינער עס אפצולייקענען.

עס איז אינטערסאנט אז דעמאלטס האט דער בלאט רחמנות געהאט אויף אים און באשלאסן נישט ארויסצושרייבן זיין נאמען.

תוקן על ידי - פענטער - 30/05/2005 8:54:11
[בילד – נישט אפגעהיט]

פענטער » 30/5/2005 08:53

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

Lumber » 30/5/2005 17:20

Ekstein:
Where are you?

getme » 30/5/2005 19:03

Lumber

די פרעגסט ווי עקשטיין איז,

אין איך פרעג ווי איז מר.התגרות באמות.לייטנער.מארגענשטערן.שטויבער.פריעד.טענענבוים.וכת דילי קויפמאן.רבי זיע????????????????

rabbi88 » 30/5/2005 19:19

Hello again User3, Tzikucht and Ekstein

Just got back from Lag BoOmer and I can't wait to hear what you guys have to say now about your man Banda!

Should he resign or should he continue to run?

A word of caution to all three of you; that Mr. Banda signed that letter is no longer a question. Remember that your words will remain on the internet for a long time so whatever you say make sure it makes sense.

CAN'T WAIT TO HEAR YOUR ANSWERS

tzikucht » 31/5/2005 04:55

Hey 88

you were away in Israel? where you pravening Lag Bomer?

You can't wait to hear an answer, but I can't seem to find what you want an answer on. Seems that all you have to do to find your answer [if you are interested in one] is to re-read YOUR Blat. Where it's clear that the President didn't know, before he was informed from the hiemishe members, about this scenario! I.E. he never knew of it because he never signed such a document!!!!

.

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהחיים » 31/5/2005 05:01

זיי מוחל טרייב נישט קיין ליצנות פון קיין מענטשן, דוקא

תוקן על ידי - davka - 31/05/2005 6:11:20

tzikucht » 31/5/2005 05:01

nadir a tziyuni, who ceased and stopped the yearly Israeli Independence Day



[בילד – נישט אפגעהיט]

שדים_טאנץ » 31/5/2005 06:23

ער האט נישט געוואוסט פון די צעטל צו זאגן, פונקט אזוי ווי ער האט מבטל געווען ה' אייר אין דעם דיימאנד קלאב.

ווען ער איז געווארן פרעזידענט פון דיימאנד קלאב האט ער זיך געשוואוירן פאר זיינע סאטמארע חברים, און פאר אייזיק שניצלער, דער שרייבער פון דער בלאט, אז ער גייט ענדיגן ציוניזם אין דיימאנד קלאב, אבער ער האט מיאוס אנטוישט די סאטמארע חסידים, ווען נאך א שטיק צייט האט זיך ארויסגעשטעלט אז פון זיינע אלע צוגעזאגעכצער האט זיך אויסגעלאזט א הויקער, און באנדא האט נישט נאר גארנישט געטאן צו ברענגען אן ענדע צו די ציוניסטישע פייערונגען, נאר אדרבא, ער האט גאר שטארק מקרב געווען די גרויסע ציוניסטישע שישקעס אין דעם קלאב, און געפראוועט יעדעס יאר די ה אייר צערעמאניעס מיט גרויס פרייד.

צוקאכט, האט שוין איינער אמאל געסיינט אן רשות דיין נאמען אויף א צעטל?

כל שכן וכל שכן, אז קיינער סיינט נישט דעם נאמען פונעם פרעזידענט פון דיימאנד קלאב אן זיין רשות, נאכדערצו אז עס הענגט פראמינענט אויפ'ן בולעטין באורד.

שדים_טאנץ » 31/5/2005 06:31

קוקטס וואס דער בלאט שרייבט:

"א גאנצן דאנערשטאג האט אנגעהאלטן דער שטורעם אינעם דיימאנד קלאב."

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס באנדא האט נישט תיכף ומיד געזאגט אז נישט ער האט עס אונטערגעשריבן און שלום על ישראל?

פארוואס האט געדויערט ביז ערשט פרייטאג צופרי אז די צעטלעך זאלן אראפגענומען ווערן?

און קוקטס דעם אויספיר פון דער בלאט וויאזוי די "סאטמארע יונגעלייט" האבן געשטערט דעם חילול השם אז א סאטמארער איד זאל האבן א חלק אין א ציוניסטישן פראטעסט.

נישט באנדא האט עס אפגעשטעלט, נאר די סאטמארע יונגעלייט האבן "אים" אפגעשטעלט
[בילד – נישט אפגעהיט]

אטוען » 31/5/2005 23:15

אינטערעסאנט!

די פשטליך צו פארענפערן באנדא זענען "גג על גג"

איי ס'האט זיין חתימה?
ער האט נישט גיעוויסט!

איי ס'איז געהאנגען א גאנצען טאג?
ער האט אבער סוף כל סוף עס ארפגענומען!

די שאלה איז נאר פארוואס קענט עטץ מלמד זכות
זיין אויף באנדא'ס אלע ציוניסטישע מעשים אבער
אויף דעם ווילעדש קענט עטץ נישט טרעפען קיין
שום לימוד זכות?
בלאט: 1 2