כולל חבת ירושלים דריי נייע נשיאים היינט
116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1384900
הנהלת כולל חבת ירושלים טוט היינט נאכט קרוינען דריי נשיאים וואס זאלן פירן די כולל ה"ה
כ"ק מרן אדמו"ר מקלויזענבורג שליט"א (כמדומה לי מארצה"ב)
כ"ק מרן אדמו"ר מבלאזשוב שליט"א
כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א
מארגן וועט מן הסתם זיין א לענגערע באריכט אין די צייטונגען
ווער עס האט די עיקול וואס ר' מרדכי דוד האט ארויסגעגעבן קעגן כולל חבת ירושלים זאל ביטע פאוסטען
סליחה, די מופת ס'איז בטעות אריין פארדרייט, דא האט איר עס גראד.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אוח אוח, די מופת האלט נישט אהן לאנג....
[בילד – נישט אפגעהיט]
פארפאלען,
מ'קען נישט גיין מיט'ן קאפ אין וואנט....
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז מיר א ווינדער אז חיבת ירושלים ווייסט נישט אז ר' יודל גרובער איז סתם מיסטער הסרת עיקול, אין נעמט אראפ יעדער עיקול וואס א בית דין לייגט אמאל.
דער ספרא דדיינא איז זיין איידעם, א אינשורענס אדער מארגעטש בראקער, וואס ווערט א ספרא דדינא ווען איינער דארף א הסרת עיקול.
א פלא זיי זענען נישט געגאנגען צו ערכאות פאר אן עיקול. אן עיקול מעג מען דאך!
לגבי דעם נשיאות וואס איז א"שררה", וואס מיר פסקנן אז ס'איז דא ירושה, ס'איז לכאורה קלאר אז די איידעמערס זענען די יורשים און נישט די ברודער. ס'האט נשט צו טוהן צו די רבנות ס'איז אטיטל פאר זיך.
און הא ראי' אז און גאליציע איז דאס אריבער בירושה צו די זוהן און אייניקל פונם דראביטשער רב זצ"ל בעל "סופר מהיר" וואס זענען נישט געזיצן אויף זיין רבנות.
און ביי די אלע שררות ווען ס'איז נישטא קיין זוהן איז די איידעם איורש.
ס'איז אגרויסע עולה פון גבאי הכולל.
און טאמער זיי האבן גיהאלטען אז ס'פאסט צו לייגן אויפן נאמען באבוב, זאלן זיי ווארטן ביז די הכרעה. מען גייט דאך צו דין תורה, ניין?
איך פארשטיי נישט.
ס'איז דא אזא מושג אז איין בי"ד זאל מבטל זיין אעיקול פון אצוייטן בי"ד אן בוררות? סאיז אמאל געהערט געווארן אזאנץ?
סים,
דו זעהסט נישט? נישט מער און נישט ווייניגר דער טוען פון צד רב"צ ער איז דאס דער בי"ד וואס האט אראפ גענומען דעם עיקול.
איז דאס דער בי"ד פון ר' יודל גרויבער? אויב אזוי ער איז סתם אח.... און אגאליציאנער ג..
תוקן על ידי - sim89 - 19/05/2005 18:51:26
יא, ס'איז זיין בי"ד.
ר' יודל גרובער האט נישט קיין בית דין, ער איז בעקרון א טוען, אבער אויף הסרת עיקולים האט ער א קעפל בית דין.
חוץ פון אעים איז נישט דא נאך א בית דין וואס נעמט אראף עיקולים וואס א צווייטער האט געלייגט.
תמונה של הנהלת חיבת ירושלים בהזמנת האדמו"ר מקלוזנבערג להדינר בשנת תשס"ד
[בילד – נישט אפגעהיט]
אין טלפון בוך שטייט דער זעלבער טלפון נומער פאר ר' יודל גרובר, און פאר דעם בי"ד.......
רבותי!
זהו שערוריה עולמית!
נפל דבר בישראל!
ס'איז אגעפערליכע זאך וואס ר' יודל גראביאן האט דא געטוהן. אין דין ואין דיין.
נישט קיין שום שערוריה עולמי
כסדר קענסטו זען הוסר העיקול אויף עיקולים וואס ער נעמט אראפ וואס עדה החרדית און התאחדות האבען געלייגט, דא האט ער עס כאטש געמאכט פאר א קליינער בית דין.
דער בריוו לעבן דעם מיט די נימוקים האט ער נישט געשריבען, ווער עס קען זיין שפראך ווייסט אז ער שרייבט א צוקראצטער לשון קודש,
עס איז מיר נאר א ווינדער ווי די גאליציאנער כולל האט נישט געוויסט דאס, זיי האבען לכאורה געמיינט אז ער איז א שיינער איד.
אזוי גייען דיני תורות, כל דאלים גבר, ווער עס קען בעסער די שטיק דער געווינט.
איך חידוש מיך פארוואס מען שרייט מען זאל גיין צו די דין תורה, מען מעג זיין גערעכט, אבער ביי די היינטיגע דיני תורות מיינט דאס גארנישט.
די גאנצע קריגעריי איז מבזה ביידע זייטן, עס איז מבזה די רבי'ס מיט די רבנים, עס איז מבזה דין בתי דינים, און איז מבזה חסידות און די תורה.
עס איז דא ווארט אויף סנהדרין ק"ב ע"א אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר ירבעם חזור בך ואני ואתה ובן ישי נטייל בגן עדן, האט ירבעם געפרעגט מי בראש? האט דער אייבערשטער געענפערט בן ישי בראש, האט ירבעם געזאגט אי הכי לא בעינא, פרעגט זיך א קשיא און אז ער איר קען שפאצירן מיטן רבש"ע און גן עדן איז ער מוותר אויף דעם ווייל בן ישי איז בראש? דער תירוץ איז "לא בעינא" מיינט נישט איך וויל נישט "לא בעינא" מיינט איך קען נישט. ודפח"ח
נישטא אזא מושג און דין תורה אנארישע זאך, און מברר זיין צו מקען אראפ נעמען אעיקול מאכט מען אויך אין אבי"ד בהסכמה נישט מיט אהחלטה פון אאנדערע בי"ד וואס האט נישט קיין סמכות.
ס'קען טאקע זיין אז רמ"ד איז נישט געווען רעכט צו גיין און ערכאות, אבער ס'איז אבאקאנטע זאך אז אעיקול פון געריכט הייס נישט ערכאות.
אבער איך וויל נישט אריין גיין אין דעם, ווייל איך מיין אז טאמער דער ר' גרויבער מאכט דאס בשיטה אזוי ווי איינער האט דא געשריבן, איז ער אפשוטער מחוצף.
sim89
די קענסט נישט זיין צופרידען ווען די שטיק שפילן דיר גוט, און שרייען ווען עס שפילט קעגען דיר.
זאב
איך מיין אז די מאכסט א שטיקל טשולענט צווישען הלכה מיט שטיק.
וואס מען מעג, מעג מען, וואס מען טאר נישט, טאר נישט נישט.
נאר די צרה איז אז די וואס אסרן דעם עירוב מאכען דעם זעלבער טשולענט ווי דו, און פארלאזען זיך אויף די עמהארצים אז זיי פארשטייען נישט קיין חילוק, און אזוי מאכען ר' ידול גרובער'ס מיט ר' הלל וויינבערגער'ס א לעבן.
ר' יודל
איר קענט איינער וואס איז א דורך א הלכה'דיגען דין תורה? איך קען מער פון איינעם, ווען איר וואלט מיט געלעבט וואס בוררים\טוענים טוהן היינט וואלט איר אנדערש גערעט.
זאב
פון מיינע תגובות דא, און חדשות נו יארק ביי די סאטמארער קעיס וואלסטו געדארפט פארשטיין אז יא איך לעב מיט זיי.
הבנת?
sim89
ווי איז באנקאט אז א עיקול הייסט נישט ערכאות??
צייג אן!!
אין די תורה שטייט אז מען דארף גיין צי דין תורה
א עיקול איז מותר ""נאר""ברשות בי"ד אין רמ"ד האט דאס נישט ווייל זיין ערשטע טריט איז געווען קארט
לענ"ד איז עס א גרויסע בושה
אפילו ר'משה פיינשטיין אין זיין תשובה וואס אויף דעם באציען זיי זיך שרייבט אויך נאר אז אויב מען איז געגאנגען אין קארט נאר פאר א עיקול פאלירט מען נישט די רעכט פין דין תורה אין בי"ד איז נאך אלץ נזקקין לו,
אבער ער איז נישט מתיר וואס די תורה אסר'ט אז מען מעג גיין אין קארט
אין די תירה שטייט אז א אידיש קינד גייט צי דין תורה!!! אין בי"ד קען געבן רשות צי גיין אין קארט מאכן א עיקול
sim
א באבובער האט מיר געזאגט אז זיי האבען היתר ביי ווינער רב אין לעדל.
נישט אויף ערכאות וואס דאס איז אסור לכולי עלמה אפילו מיט א היתר פון ווינער רב'ס לעדל, נאר אויף א עיקול ווי מען מעג גיין נעמען און א היתר בית דין.
GETME
קשוט עצמך תחילה,
על שלשה דברים העולם עומד:
על געלט
על כסף
ועל ממון
די פרייז פאר נשיאות כולל חיבת ירושלים וואס די באבובער קהילה (48) האט געצאלט איז:
000,000,?
(המספר שמור במערכת)
יתכן אז אין א יאר ארום ווען עס וועט זיך ארויסשטעלן פאר די הנהלת הכולל אז עס קומט אריין ווייניגער ווי געווענליך פון די פושקעס, וועלן זיי זיך איבערקלערן און אויפנעמען אויך רמ"ד פאר נשיא.
(עיין שומרי החומות ודו"ק)
תפסת מרובה לא תפסת!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איזה רוח יש לכולל חיבת ירושלים להיכנס למחלוקת?????
זה היה מקום נקי
מעל כולם ומעל כל מחלוקת, אני משער שזה תחילת ספו של כולל חיבת ירושלים
אולי השנה הם יעשו קצת כסף אבל עכשו יש ליוצאי גליציא שמטבעם אינם בזבזנים (לשון מעט), סיבה לא לנדוב יותר ,
ולחסידי ר' בן ציון שליט"א מה היה הרעש לרוץ לנשיאות
איזה טעם יש לנשיא עם עיקול אפילו שכבר ירד,
זה מלמד שרוח לשעה הוא הפסד לדורות!!!!!!!.
לדעתי הנהלת הכולל מעלה בשלחותה
לפני הידיעה שמינו את ר' בן ציון שליט"א כתבתי, כדלהלן
13/5/2005
כחסיד של ר' כ"ק אדמו"ר רמ"ד מבאבוב שליט"א אני בדעה שהנשיאות מגיעה לו בלבד,
אבל מכיון שכאן מדובר בתמיכה כלכלית של אנשי אר"י הרי כל בר דעת יבין שבמצב של היום הם יכתירו רק אדמו"ר אחד לנשיא הרי חסידי האדמו"ר השני יפסקו התמיכה בכולל, כיון שכך איני רואה ברירה אלא או להכתיר את שניהם, או לא להכתיר אף אחד,
בכל אופן במציאות העכשיות מהכתרה של אחד יפסדו עניי אר"י
אלקא דמאיר ענני,
15/5/2005
מכתב פתוח למנהל הכולל
ר' בעריש רובין שליט"א מנהל הכולל,
זכור האחריות שעל כתפך היא לא מי יהיה הנשיא, אלא איך הנשיא יגביר ההכנסות, ידידי אוהבי על תעשה שום צעד שיקלקל את זה.
ידידך אוהבך, הרואה איזה כוח אתה מכניס במוסד
הגל
16/5/2005
אמא שלי היתה אומרת
אל תשמע בקולי,
ואז תגלה שיעצת לך טוב,
חסיד של ר' בן ציון שליט"א אף אחד לא יעשה ע"י שיעשה נשיא גם יותר כסף לא יגיסו, מעובדת היותו נשיא,
עכשו אם ר' בן ציון לבדו יעשה נשיא הרי ברור שהנהלת הכולל לקחה צד בבמחלוקת ופגעו ברבנו, ואומרים לנו אין לכם יותר חלק ונחלה בכולל חיבת ירושלים,
וגם רבינו לא יכול למחול ע"כ כי מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול,
לדעתי או שני נשיאים או אף אחד
עבשו שכבר הכתירו, מה הלאה?????????????????????
נחיה ונראה
.גל עיני
לויט ווי איך בין זיך משער גייט די כולל אין א שטיק צייט ארום אויפנעמען רמ"ד אויך פאר נשיא אין יעדער וועט זיך איבערבעטן פשוט ווייל מענטשן פארגעסן אין מענטשן ווילן געבן פאר שומרי החומות
נאר רמ"ד האט געכאפט א געזינטן פראסק ווייל עס ווייזט אז די גאס האלט מיט רב"צ אין עס מאכט אים שטערקער אין זיין פאזציע
געטמי, דאכט זיך מיר אז הנהלת חיבת ירושלים די באבובר חסידים צווישן זיי, זענען אנשי רב"צ וממילא איז נישט דא קיין שום הוכחה פון דעם צי וואס די גאס זאגט, ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז תאוות הנצחון האט פארנומען דעם פלאץ פון טראכטן טובת הכולל.
GETME
די גאס האלט מיט רב"צ?
און וועלעכע גאס וואוינסטו?
שעפסל
גראדע האב איך געהערט פארקערט אז רוב חברי הנהלת הכולל פון באבוב זענען ביי רמ"ד און וועגען דעם האט ער נישט באקומען קיין קאנסוס.
תוקן על ידי - עפשטיין - 20/05/2005 3:03:09
לפי מה שידוע לי
בשבוע הבא נותנים
לאדמו"ר מקלוזנבורג שליט"א (ארה"ב) ולאדמו"ר מבלוזאוב שליט"א כתב מינוי חתום ע"י חברי הנהלת הכולל.
אצל ר' בן ציון שליט"א אף אחד לא חתם, כי הפרעזידענט וחברי ההנהלה מטעם באבוב כולם נמצאים אצל באבוב 45, כך שבמקום כתב מינוי נתנו לו מתנה כלי כסף.
אצל הקבלת פנים היו כמעט מאה איש כולם ממשפחת וידידי ר' בן ציון, {אחד מההנהלה שהיה שם אמר לי שהאנשים האלה לא רואים אפילו אצל הדינר של הכולל}ומהנהלת הכולל היו ממש מתי מעט,פחות ממנין, ואף אחד מחסידי באבוב לא השתתף. וגם לא היושב ראש וגם לא הפרעזידענט.
יצוין שגם הביקור הזה היה בצל משטרת נו יורק שר' בן ציון הזמין לביתו.
כמובן שהסרת העיקול הוא סתם לעג ולקלס בעיני הבריות, בפרט שכולם יודעים שר' לייביש לייזיר מפשווערסק שלי"א נתן ווטו נגד המינוי ומנהל ציפצף עליו.
כך שהמילה האחרונה עוד לא נאמרה.
GETME
אני מקוה שגם אם יבקשו היום סליחה, ויבקשו להכתיר את רבינו מבאבוב שליט"א לנשיא שלא יקבל זאת,
אחרי שהנהלת כולל חבת ירושלים עשתה עול גדול כזה
א, הכניסה את עצמה למחלוקת, שלא לצורך
ב, בגדה (BETRAYED) ברוב חברי ההנהלה, וברבינו מפשווערסק שליט"א נשיא הכולל שלא הסכימו לנשיאות ר' בן ציון שליט"א בזמן המחלוקת,
ג, בגדה (BETRAYED) במשפחות חסידי רבינו מבאבוב שליט"א שמחזקים קופות רמבה"נ חיבת ירושלים בביתם, או בבית מדרשם ועוד רבים שלא רצו להתערב במחלוקת,
אני אישית ביקשתי מידידי לכל הפחות כמה עשרות מהם שיפסקו להשתמש בקופת הצדקה של רמבה"נ חיבת ירושלים, בביתם או בבהימ"ד,
קורא יקר אם קופת רמעבה"נ חיבת ירושלים ברשותך דע שנתינת צדקה בה, כמוה כלקיחת חלק באש המחלוקת, ואדרבה אם נוכיח שכולל חיבת ירושלים תקבל מכה בגלל שלקחו חלק במחלוקת לא להם לעתיד יתחשבו בדעת המועט,
תוקן על ידי - גל_עיני - 20/05/2005 20:11:39
אפשר קען איינער מיר מסביר זיין וואס דער טיטול מיינט?
ווי ווייט איך ווייס איז חבת ירושלים אין ארץ ישראל א אפיס וואס טיילט געלט פאר ת"ח יוצאי גאליציה.
אין אמעריקע איז עס א גוטער שנאר אפיס
פון וואס זענען די אויבן דערמאנטע צדיקים "געקרוינט" נשיאים?
פון די שנארערס?
פון די טיילערס?
פון די מקבלים?
וואס איז די פונקטליכע פוקציע פון דעם "נשיא"
העלפן שנארען?
העלפן טיילען?
העלפן נעמען?
וואס זענען די קוואליפיקאציע פון דעם "נשיא"
גוטער שנארער?
גוטער טיילער?
גוטער נעמער?
זעהט אויס פאר דעהם איז א מאהל גענוג געוועהן איין נשיא פאר אלע דריי תפקידים.
היינט דארף מען דריי?
יעדער ספעציאליזיט זיך אויף איין אנדערן געביט.
א געים פאר די קינדער אויף שבת.
ביטע מעטשט דעם תפקיד צו דעם נאמען
א) באבאב
ב) קלויזנבורג
ב) בלאשזוב
A) שנארן
B) טיילען
C) נעמען
שיקט אריין (נאך שבת) צו מערכת חדשות אנ"ש
דער גליקליכער געוואונער גייט אריין אין א גורל צו געוואונען א נייע ר' מאיר בעל הנס פושקע - וואס גיט טשענזש.
הגורל יתקיים אי"ה בהאפיס של כולל חבת ירושלים לא יאוחד משנת ה' אלפים תשפ"ט.
גל עיני - אם היו בוחרים ברמ"ד שליט"א, האם גם אז היית מתבטא בחריפות כזאת???
גל עיני. זה שאתה נגד המינוי וכו' זה משהו אחד וזה זכותך !!!
אך !!! "אני אישית בקשתי מידידי לפחות כמה עשרות מהם להוציא את הקופה וכו' ולהפסיק לתת וכו'.
מי אתה בכלל !!. אתה??? אתה תגיד להוציא קופה שיסדוה קדושי עליון??? איך לא רעדו ידיך לכתוב את זה ??? . איך לא נפלו שינייך כשביקשת מאנשים דבר כזה ???
הזהר !!! אתה משחק באש !!!
של נהליך מעל רגליך לפני שאתה פוער את פיך לעבר דבר קדוש זה !!!
ואין לזה שום קשר למחלוקת זו או אחרת !!!
תוקן על ידי - קעכער - 22/05/2005 3:12:11
תוקן על ידי - allnewspic - 23/05/2005 1:51:48
אוהב ישראל
התשובה חיובית, מהרב"צ כרבי הוא עובדה ואם עובדה לא מתוכחים, אם רבינו מבאבוב שליט"א היה נעשה נשיא לבדו אנשי ר' בן ציון היו מפסקים לתמוך אסור היה לקבל נשיא אחד או אף אחד או שנים,
וקעכער
מה אתה שמאל פאנטיRADICAL LEFT, שמגן על מתאבדים, באמריקה יש כאלה שרוצים לתת עורכי דין לטרורסטים,
אם שליחי הקהל שתפקידם לשמור על ההכנסות הקופה, נתנו בעיטה לקהילה שלנו, ברצונך שננגב ונחייך, איך לא פחדו אותם מנהלי הקופה לפגוע בהכנסות של קהילה שלמה ועניי אר"י במנותם נשיא שנוי במחלוקת??????
האם חשבו שבגלל שהקופה הוקמה ע"י רבותינו זצוק"ל קדושים וטהורים, הם יכולים להיות נולים ברשות התורה
לא ולא
ווען שומרי החומות האט זיך צוגעשטעלט צו די זאליס אין גענומען זלמן לייב פאר א סגן נשיא האבען די זאליס אויך געמיינט אז זיי האבען געווינען, ביז זיי האבען עס געשפירט אין טאש ביד רמה, אין קענען נישט ביז היינט גענוג דינען די אהרונים צוריק צו זען א חלק פון וואס זיי האבען פארלוירען.
יעצט מיין איך האט די גאליציאנע כולל געטון דעם זעלבער טעות דורך נעמען א צד. די קרבנות וועלן זיין די פשוטע ארץ ישראלדיגע אידען וואס זייערע טשעקס וועלן ווערן געשניטען.
מענדלערי
הוא הנותנת, אני מסכים אם כל מילה שלך,
ולמממממממממממהההההההההה
בגלל פולטיק,
ואח"כ יש טענות למי שלא נותן שפוגע בגדולי עולם
דער משל פון כולל שומרי החומות איז אינגאנצן נישט גלייך.
כולל שומרי החומות האט דעמאלט געוואוסט אז אויב זיי נעמען נישט אויף הגה"צ אבדק"ק סאטמאר שליט"א אלס סגן נשיא הכולל, פארלירן זיי אויטאמאטיש די תמיכה פון טויזנטער סאטמארער חסידים, וועלכע וואלטן נישט געגעבן קיין געלט אויף א פלאץ וואו אהרן איז דער איינציגער סגן נשיא מטעם סאטמאר און זיי האבן דאס נישט געוואלט בשום אופן.
דעריבער האט כולל שומרי החומות געמאכט דעם קלוגסטן און געלונגסטן אויסוואהל צו האבן מיט זיך גאנץ סאטמאר. און עד היום הזה נוצן זיי דעם טאקטיק. צו א סאטמארער אדער צו פריינט פון סאטמאר נוצט מען דעם סאטמאר רב (למשל פאריגע וואך אין לאורענס). פאר אן אהרוני נוצט מען דעם ר' דקיט"ל בקר"י. בקיצור נישט געקענט זיין פאר כולל שומרי החומות בעסער.
אין אנדערע ווערטער כולל שומרי החומות האט דורך אויפנעמען הגה"צ אבד"ק סאטמאר שליט"א אלס סגן נשיא הכולל, געוויזן אז זיי זענען נייטעראל און נישט קיין אהרונים.
די מעשה פון חיבת ירושלים איז אינגאנצן אנדערש. דא האט מען נאר אויפגענומען ר' בנציון און ר' מרדכי דוד'ס מענטשן ווערן אינגאנצן נישט פארטרעטן. דאס איז שוין א שווערע דיסיזשאן געווען צו מאכן. מסתמא אויב הנהלת חיבת ירושלים האט אזוי באשלאסן, מוז זיין אז זיי האלטן עס לוינט זיך זיי.
געזעגענען
הנהלת הכולל לא יכולה להחליט שכדאי לוותר אל מאות משפחות שהחזיקו קפות רמבה"נ במקום כבוד, אין שום חשבון שיכול להביא להחלטה כזאת גם אם מישהו שלם עבור זה מליון דולר,
תאר לך שיבא היום נדיב עם שיאמר לכולל שומרי החומות או חיבת ירושלים,
אם תותרו על ההכנסות מקפות הצדקה אנדוב לכם מליון דולר הרי היתה קמה צעקה בין ואיסור גמור,
כח ר' מאיר בעה"נ הוא כוח הרבים
דער משל פון שומרי החומות איז גלייך צו חיבת ירושלים, מיט דעם פרייז וואס דער כולל איז גרייט צו באצאלען פאר די אהרונים כדי מען זאל זיי מוחל זיין אויף זייער טעות, יעדער פרייז איז דאס ווערט.
לויט ווי איך האב געהערט פון א חבר הנהלת הכולל, האבען די גאליציאנער געוויסט פון די מעשה אין סאטמאר, און טאקע וועגען דעם האבען די ראשי הכולל אין אמעריקע טאקע נישט מסכים געווען צו דעם מינוי, אין האבען באקאטירט דעם התמנות, אין זענען נאר געגאנגען אויפנעמען קלויזענבורגער רבי.
געזעגענען זאג נאר ווי האט קר"י רב אנגעפירט א שומרי החומות מסיבה???
ש"מ איינער פון די אנפירערס פון שומרי החומות האט געזאגט אז שומרי החומות האט געווארט צוויי יאר צו זען ווי די געלט געבערס זענען און דערנאך האבן זיי געמאכט א באשלוס אויפצונעמן רז"ל אלס סגן נשיא, ער טענה'ט אז דער כולל האט א געוואלט פארדינט דערפון,
על אף וואס ר' אהרן האט אליין געזאגט פאר ר' פ"וו אז ער וועט מוזן רעזעגנירן האט דער אונגארישער כולל מחליט געווען אז סוכ"ס איז רז"ל רב אין די גרעסטע אונגארישע קהלה און זיי ווילן דוקא אים יא האבן אלס סגן נשיא,
שוין ווידער די געטרייע היסטאריע פעלשער:
שומרי החומות האט געווארט צוויי יאר ???
סיון תש"ס האבן זיי אויפגענומען דעם "נועם הארץ".
און דאס נאך דעם בריוו (וואס די אהרונים האבן דערווישט) אז יונה זשופניק גייט געבן א פערטל מיליאן דאלער ביי די הכתרה (איר געדענקט נאך, א' סליחות תש"ס אין די ארמארי ???...) פון דעם נועם הארץ פאר סגן נשיא (א זאך וואס האט קיינמאל נישט פאסירט).
ווען זיי ווארטן ווען צוויי יאר, וואלט שוין זלמן קיינמאל נישט אנגעקומען צו דעם טיטל, ווייל שומרי החומות וואלט שוין דערשפירט דעם ווינט.
אגב, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די אידן פון לאורענ'ס זענען פריינט פאר סאטמאר...???
לויט די בילדער קוקט אויס ווי זיי זענען פריינט פון א ברייטן שמייכל אונטער א ברייטן הוט, און דערויף האט מען געמוזט ווארטן ביז יעצט...
מכתב מהכולל בירושלים קרתא דשופריא לכ"ק רבינו שליט"א נשיא הכולל חבת ירושלים.
קרעדיט פארען ניק "רחובמימון"
ט' אייר תשס"ה פעיה"ק ת"ו
למעלת כ"ק הגאון הצדיק עטרת תפארת ישראל פאר מקדושים מרן רבי בן ציון ארי' ליבוש הלברשטאם שליט"א האדמו"ר מבאבוב
ממרומי הר הקודש בירושלים בכבוד רב ובהערצה רבה מתכבדים אנו בשמינו ובשם הכולל רבנן ותלמידהון באנו לכבד כ"ק מרן שליט"א בברכת מזל טוב לרגל קבלת נשיאות דכוללינו.
תפלתינו ועתירתנו לפני אדון כל יתברך כי בזכות אבותיו הקדושים זי"ע ירבה הכולל ובזכות אחיו ואביו הרהגה"ק זצ"ל אשר כיהנו כנשיאי הכבוד בכוללינו במשך שנים רבות
ותמיד בכל עת ועונה תמכו וחזקו את הכולל
כך יזכה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א להמשיך את דרכם הק' ולגדל ולפאר את צדקה קדושה הלזו ולהושיע את עניי א"י עד ביאת ינון במהרה דידן אכי"ר.
בשם הנהלת כולל חבת ירושלים בהדרת קודש
משה הלברשטאם יושב ראש
יהושע העלליר
דער אינטרשטע שורה, שומרי החומות האט געצאלט א פרייז פאר נעמען א הייליגע זאך ביי אידען אין שפילען מיט דעם פאליטיק.
און פארשטייט זיך צוברעכען קען מען מיט איין מינוי, אויפבויען איז הונדערטער עד'ס אין דער בלאט ועוד.
לויט ווי איך ווייס איז כולל שומרי החומות העכסט צופרידן פון זייער שריט. אבער קען זיין אז כ'האב א טעות.
אן אנדערע פראגע: וואו לייגט שומרי החומות מער עדס?
מיר דוכט זיך אז כ'זע מער עדס אין איד ווי אין בלאט.
קען זיין אז כ'האב א טעות. זאל מען מיך אויסבעסערן.
מען דארף זיין בלינד צו זאגן אז זיי האלטן אז זיי האבן געטאן א נארישן שריט. זיי האבן נישט ארויסגעשטעלט רבי אהרן, נאר צוגעשטעלט רבי זלמן לייבן, וירא שמים יוצא ידי שניהם.
מ'קען הערן די הכתרה פון רב"צ אויף 2129906644
איך נעם נישט קיין צד אין די ... פון באבאוו און אויך נישט אין די בית-דין פון ר' יודל גרובער.
אבער איין זאך איז מיר זייער אינטערעסאנט, ווי איז דאס געהערט געווארען אז מ'מאכט אן עיקול פאר מ'הערט די אנדערע צד בכלל, ביי א נארמאלע בית-דין שיקט מען אן הזמנה צום דין-תורה און אויב מ'ערשיינט נישט מאכט מען אן עיקול, אדער נאכ'ן הערען ביידע צדדים איז מען מחליט צו ס'האט א טעם צו מאכען אן עיקול???!!!
און אזא פנים האט היינט די כח פון אן עיקול...
כורמיזא די האסט א גרויסן טעות, ס'איז דא צוויי סארטין עיקול, די עיקול וואס דו רעדסט איז למשל אז איינער האט נישט באצאלט א חוב און ממאכט א עיקול איינצימאנין דעם חוב.
די עיקול וואס ס'רעד זיך דא, איז א אפהאלט פון ווייטער גיין, למשל אז איך האלט אז דו האסט ביי מיר געגאנבט עפעס, און אז איך וועל דיך יעצט נישט אפהאלטן פון האנדלין מיט די סחורה וואס לדעתי איז געגאנבט וועט נישט בלייבן אויף וואס זיך צו דינגען, אדער די טענות ווערין נשתנה, בעט מען פון בית דין זאל דיר אסר'ן צו רירן די סחורה ביז מ'איז מברר ווער איז דער אמת'ר בעל הבית פון די סחורה, און לויט דעם נעמט מען אראפ דעם עיקול.
איך האף אז איך בין געוועהן גענוג קלאר.