א שאלה צו באבוב'ער חסידים
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1334921
אין די לעצטע טעג קערט זיך איבער ווער עס יא באבוב און ווער נישט, איינער האט דא ערגעץ געשריבן א ליסטע פון משפחות וואס האבן גארנישט קיין שייכות מיט באבוב, זיי זענען ביי די איידעמער, און מאידך איז ר' ב"צ יא באבוב,
מיר האט שטענדיג געקוועטשט איין גרויסע קשיא: דער ערשטער אין די באבוב'ער דינאסטיע איז דאך דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, פאר וועמענס פסק די אידישע וועלט האט געציטערט, און דער זעלבער באבוב'ער וואס היט שטרענג אפ אלע צאנזער מנהגים (געדרוקט דורך תלמידים, חיים רפאל, מוסדות, באבוב וכו' אשר לאו מר בר רב אשי חתים עלייהו ואכמ"ל), אפילו אז די עטרה זאל למען השם זיין פיר עקיג און נישט חס ושלום דריי עקיג (ווי די סאטמערע...),
אבער בנוגע די פסק הלכה פון הייליגן צאנזער רב איבער די שייטלען, וואס ער שרייבט אז נשתרבב מן האפיקורסים, און ער אסר'ט אפילו א שפיצל הדומה לגוון שער בשם הר"ן וריטב"א כתובות, עיין בפנים, און עפעס מיט דעם איז כמעט גאנץ באבוב געשלאגן, די שענסטע (ליידער) שייטלעך געפינען זיך אין באבוב'ער שטיבער,
וואס עס איז נוגע פאר יעצט, אז דער איינציגער וואס האט לעצטנס יא אנגעהויבן טון אין דעם ענין איז דער דיין ר' חיים יענקל, און לפי השמועה האט זיין ב"ב און טעכטער זיך אנגעטון א טיכל (אדער א שפיצל) און דער אמת איז, אז נישט אפהיטן מנהגים הייסט באבוב-צאנז, נאר אויספיהרן די פסקים פון צאנז הייסט צאנז,
פונקט ווי איינער וואס וועט עסן מאשין מצה וועט הייסן א אוכל חמץ, עכ"פ אין באבוב זיכער, צוליב דעם פסק פון דברי חיים, די זעלבע וואלט געדארפט הייסן איינער וועמענס בני בית גייט אין א שייטל הייסן אן עוברת על דת, ויוצאת מתחת בעלה, ווי דער צאנזער רב פסק'נט קלאר און דייטליך, ומה נשתנה?
הגה"ק מהרנ"ץ זצ"ל איז טאקע געווען פון די פרומע כמנהג צאנז, און לפי השמועה איז זיין רביצין טאקע געגאנגען בלויז מיט א טיכל כדעת צאנז, אבער עפעס לשון הרע'לעך האב איך געהערט מיט יארן צוריק אז די צווייטע רביצין האט געמאכט צרות וכו', כ'ווייס נישט, אפילו הגה"ק מהר"ש האט זיך געוואלט גט'ן צומארגנס פון די חתונה ווען ער האט געזעהן אז זי טוט אהן א שייטל, קען זיין אז די זענען שמועות פורחות, כ'האב עס קיינמאל נישט באשטעטיגט,
בקיצור, דער דיין ר' חיים יענקל איז לכאורה פון די איינציגע וואס זענען באמת צאנז, און לתפארת באבוב, נישט קאלירטע בעקישעס און אויסגעשפרייטע הענט מאכט באבוב שיין, נאר די תורה און הלכה, דאס מיינט נישט אז ר' בן ציון איז טאקע באבוב, אבער אז ר' חיים יענקל איז דארט מיינט עס עפעס, אפשר וועט ער פועל'ן ביים נייעם רב איבער דעם ענין, וועט זיין קידוש שם שמים,
ביי די איידעמער ווייס איך נישט דעם מצב, לכאורה דארף דער פרומערער עולם דארט זיין, על כל פנים אזוי פארקויפט די גאס, און וואס איז בנוגע דעם? טוען זיי עפעס אין דעם ענין? דער שווער איז דאך יא געווען א פרומער? וואס איז שייך פרום אויב ניטש פאלגן דעם צאנזער רב'ס פסקים?
סופו של דבר. ווער עס פיהרט זיך כדעת צאנז, דער איז צאנז, ווער נישט - נישט, דאס איז מיין דעה, האלט עמיצער אנדערש?
מלך בבל: דו שרייבסט "אז דער איינציגער וואס האט לעצטנס יא אנגעהויבן טון אין דעם ענין איז דער דיין ר' חיים יענקל, און לפי השמועה האט זיין ב"ב און טעכטער זיך אנגעטון א טיכל (אדער א שפיצל)"
ס'איז מיר שווער צו גלייבען!
צבי כ'האב דיר נישט געהייסן גלייבן כ'האב בלויז געפרעגט
וואס דער מה"מ האט געהאלטן אטבער טיכל און פארוק ווייס איך גאנץ גוט, איך בין אדורך דעם ביכל פון דובער וואלפא לקט שכחת הפאה פון דעקל ביז דעקל עס איז אומזיסט צו ענטפערן פאר א מחבר וואס שרייט אז א טויטער איז לעבעדיג ודו"ק
מלך'ל
זעהט אויס אז די ווארט ליובאוויטש צו דערמאנען איז פאר דיר ווי א רויטע טיכל פאר אן אקס
איך האב בלויז געשריבען אז ס'איז מיר שוועק צו גלייבען אז די באבאווער טעכטער און אייניקלעך גייען מיט טיכלעך, און דו האסט אויך געזאגט אז ס'איז נאר מפי השמועה, האב איך מסופק געווען אין דיין שמועה, וזהו,
יעצט גיי עס טשאלענט אין גרינ'ס רעסטאראנט!
מלך'ל לויט'ן צאנזער רב איז א שפיצל פונקט אזוי אסור ווי א שייטל, עס איז נישטא קיין שום חילוק.
יוסעלע
יוסעלע דאס האב איך געשריבן קוק איבער מיין הודעה ביטע
כ'האב פארגעסן צו שרייבן איין פרט, אז ר' חיים יענקל האט געהאלטן א דרשה פאר קרוב צו טויזנט יונגעלייט אין גרויסן באבוב'ער בית המדרש מיט עטליכע יאהר צוריק, און ברייט גערעדט איבער דעם ענין פון שייטלען, און לפי השמועה האבן באותו פרק זיין בני בית און עטליכע אדער אלע טעכטער ארויסגעווארפן די שייטלעך
יעדער באבוב'ער וועט פון דעם וויסן
וואס כ'האב געמיינט ארויס צו ברענגען איז אז צו טוישען צו שפיצעל פון א שייטעל איז קיין שום אויפטיא
מיינע ווערטער האב איך געשריבען לגבי די ווערטער (איינגערינגעלטע)
"וואס עס איז נוגע פאר יעצט, אז דער איינציגער וואס האט לעצטנס יא אנגעהויבן טון אין דעם ענין איז דער דיין ר' חיים יענקל, און לפי השמועה האט זיין ב"ב און טעכטער זיך אנגעטון א טיכל (אדער א שפיצל) און דער אמת איז, אז נישט אפהיטן מנהגים הייסט באבוב-צאנז, נאר אויספיהרן די פסקים פון צאנז הייסט צאנז"
דאס הייסט אז א סאטמארע מיט א שפיצל איז פונקט אזוי טרייף ווי א באבוב'ער מיט א שייטל, אין א שפיצל איז מותר איז א שייטל אויך , פאר די זעלבע עקרונות.
יוסעלע
קיין שום אויפטוה
אתמהה!
אלזא, אויב קען מען נישט פועל'ן אז מען זאל גיין בלויז מיט א טיכל דארף מען גיין מיט לאנגע שייטלען, וואס חוץ איסור שייטל איז כרוך מיט נאך איסורים? ליבערשט זאל מען גיין מיט א שפיצל וואס האט נישט קיין טראפ האר, און פון א שפיצל ביז א טיכל איז שוין נישט אזא שפרינג ווי פון א פאוני שייטל צי א שפיצל
נישט אזוי יאסעלע טייערער?
כ'ווייס אז די באבוב'ער וועלן קיין שפיצל נישט אנטון ווייל דאס איז א סאטמארער לבוש... בכל אופן, אויב נישט טיכל - איז שייטל, א שיינעם פשט'ל,
און נאך שרייבן קיין שום אויפטו
הפלא ופלא!
ווען פופציג פראצענט באבוב וואלט געגאנגען שפיצלעך, וואלט צוואנציג דרייסיג געגאנגען טיכלעך
אבער אז מען גייט מיט לאנגע צופלויגענע שייטלען בדרך כלל, איז דא שפיצלעך וויפיל פינגערס פון איין האנט
חוץ פון דעם, א אומגעדריוועלט שפיצל איז אויסגעהאלטן דאכט זיך אפילו לויט צאנז, עס זעהט נישט אויס ווי האר, שפיצל מוז נישט מיינען געדריוועלט
על כל פנים דאס וואס דו רעדטס איז סתם שטותים, אויב איינער איז הונגעריג און האט נישט ליב פיש און עס וועט אים אנכאפן א בולמוס וועט ער ליבערשט שטארבן ווי עסן פיש? קודם טוט מען וואס מען קען, דאס איבעריגע וועט שוין דער אויבערשטער העלפן, אבער אז מען טוט גארנישט, וואס איז דער תירוץ?
tzvibp28 שרייבט:
יעצט גיי עס טשאלענט אין גרינ'ס רעסטאראנט!
האב איך נאר געוואלט פרעגן אויב איך מעג... האט ער אפשר רשות צו עסן די טשאלענט אין Gottleibs רעסטוראנט?
ער מעג עסען טשאלענט ביי Gotlieb אויב זיין ווייב גייט מיט א פארוק.
מלך בבל
נאך א גרייז פון א גדול.
ווי איז דער ריטב"א און ר"ן, וואס עגזעסטירט נישט?
יעדער ווייסט פון דעם ר"ן און ריטב"א, עס איז נישט משנה דעם פסק פון צאנזער רב
שרייבן א גרייז פון א גדול שטאמט פון רשעות און מינות
זיי געזונט
תוקן על ידי - allnewspic - 06/04/2005 2:22:52
ווי דען וואלט איך געדארפט שרייבען, דאס צאנצער רב זצ"ל האט געזעהן ברוח קדשו דאס אזוי האלטען דאר ריטב"א און ר"ן? תורה לא בשמים היא!!!
דאס צוברעכט נישט זיין גדלות!!
תוקן על ידי - allnewspic - 06/04/2005 2:23:42
Is it not a fact that the Bobove Rebbe, Reb Shlomo ZT"L made the following statement
"VEN DER SANZER ZEIDE VOLT HAINT GELEBT, VOLT ER MATIR GEVEN A SHEITEL"
I heard from my great great aunt who was present in Montreal when the Bobover Rebetzin (Reb Shlomo's wife) came to visit her mother in Montreal for the first time after the Bobover Rebbe made the above statement. Her mother refused to talk to her because she was angry at the statement her son-in-law-had made
ר' איד, זיי אזוי גוט און שרייב קלאר,
צוערשט שרייבסטו אז עס איז נישט א פאקט,
נאכער שרייבסטו אז די שוויגער האט נישט געוואלט רעדן צום איידעם?
פארשטיי איך גוט?
איך האב שוין געהערט פון דעם "שטעיטמענט" ווי דו רופסט עס שוין צענדליגער יאהרן צוריק, כ'האב עס קיינמאל נישט באשטעטיגט, אין שלומה של מלכות נאהנט צו די פטירה איז געשטאנען אז מהר"ש זצ"ל האט גערופן עטליכע פון זיינע קינדער און אייניקלעך מען זאל זעהן צו מקיים זיין דעם זיידנ'ס פסק
אויב אזי דער סטעיטמענט אמת, ווי האט דער דיין געקענט רעדן אין בית המדרש פארקערט פונעם שווער?
און בכלל, ווער איז בכח משנה צו זיין א פסק פון צאנזער רב?
אי משום הא, זענען היינטיגע מאשין מצות כידוע פיהל מער מהודר ווי די האנט מצה, אבער דאס טוישט נישט דעם פסק!
I am sorry, I did not realize that your english is so weak.
Let me rephrase it, the fact is that the Bobover Rebbe made the statment. Also if you read what I wrote carefully, it was the daughter that the mother did not want to speak to, because of her husbands statement
By the way, for those who don't know it, the mother was known as the Tomoshover Rebetzin
דו שרייבסט
Is it not a fact that the Bobove Rebbe, Reb Shlomo ZT"L made the following statement
לויט מיין שוואכע קענטעניס אין די ענגלישע שפראך, מיינט NOT נישט, און אז דו שרייבסט אז ער האט NOT געמאכט א סטעימענט, מיינט אויף אידיש נישט געמאכט א סטעיטמענטגרוינעם:
ווער האט דיר "איינגערעדט" אז דער ריטב"א און דער ר"ן זענען געווען גדולים ???
ווייל דיין נארישער טאטע האט דיר איינגערעדט אז זיי זענען געווען גדולים ???
"איך" האלט אנדערש !
אויב שוין, דאן דארף מען גיין ביזן סוף...
מלך
Is it not a fact
מיינט
צו דען איז עס נישט א פאקט
ס'איז גאאאאר אינטערעסאנט צו אויפמערקזאם מאכען דעם חשוב'ען עולם אז די סאטמורים זענען מייסטערס אין מודיע זיין פאר אנדערע קרייזען וויזוי זיי דארפען זיך פירען, למשל:
די באבאווער (שייטלעך-דברי חיים)
די בעלזער (קנאות לציונות-מהרי"ד מבעלזא)
די ליובאוויטשער (קנאות לציונות-מהרש"ב מליובאוויטש)
ולא באתי אלא להעיר
צבי
האב איך דען נישט געשריבען דאס דער חרישער עולם איז געשלאגען דאס זיי האבען נישט קיין basic education, מיינענדיג אויך מלך בבל (א אמעריקאנער)!!
גרוינעם:
פון וואו האסטו גענומען דיין BASIC EDUCATION ???
פון דיין נארישן טאטן ???
פון דיין נארישן לערער ???
פון נארישע ביכער ???
(איך זאג נישט, זיי זענען אלע טאקע גדולים.
אבער א גדול קען נישט מאכן קיין טעות ???)
מלך בבל
קיין איינער פין די קינדער פין מהר"ש גייען נישט קיין שפיצלעך, חוץ דער מנהלת פין די מיידעל שולע.
דען דיין'ס קינדער און ווייב האבען געטוישט אויף נישט צו גיין human hair זייט די פרשה מיט די ע"ז שייטלעך.
די עיקר שאלה דיינע פארוואס מען גייט נישט קיין שפיצלעך, שטארצץ ארויס דיין מיינונג פין אסאך אידען וואס מיינען אז וואס זיי טוהען דאס איז גוט, די רעשט איז פסול. ווייל אין ירושלים גייט מען שפיצלעך מיינט אז גאנץ כלל ישראל מוז זיך אנטוהען שפיצלעך?
קומסט צוגיין מיט א ד"ח, די ד"ח אסערט אלעס, אפילו שפיצלעך, נאר טיכלעך איז ער מתיר, איז פארוואס דארף מען אנטוהען שפיצלעך דוקא?
ועל עיקר הדבר, כל מי שיש לו מוח בראשו פארשטייט אז פרויען דרייט מען נישט איבער אין איין מינוט. עס איז דארעך א שווערע קריזיס אין כלל ישראל, און די פרויען נאך די מלחמה האבען נישט געוואלט בשום אופן אנטוהען קיין שפיצלעך, קוים האבען זיי מסכים געווען אויף שייטלעך. ממילא ווער מיר נישט קיין גאנצע חכם וועגען ד"ח.
איך בין בכלל נישט צופרידען פין דיין אויסדריק וואס מאכט חוזק פין מנהגי באבוב אליבא דצאנז, כאילו ווי באבוב האט אויף געמאכט צאנזער מנהגים. דאס ווייזט אז די ווייסט סתם נישט קיין היסטאריע, און די פארמאגסט היבש חוצפה אין דיר.
און יעצט צום הלכה, ווייז מיר ווי אין ד"ח שטייט, אז טאמער רוב נשים אין די וועלט, און טאמער רוב נשים ביי כלל ישראל טראגען שייטלעך, אז עס איז אסור צו טראגען שייטלעך.
תוקן על ידי - שלוםשטוב - 06/04/2005 6:30:43
פאר אלע תירוצים בנוגע צאנז ליינט דא
http://hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1335419תוקן על ידי - כאפטסאים - 06/04/2005 6:29:55
בס"ד
יום רביעי למילואים ה'תשס"ה לפ"ק, פה עיר המלוכה בבל
שוכט"ס לכבוד הגאון האדיר מוה"ר שלום שטוב שליט"א
אחדשה"ט
תחילת דברי אדרוש בשלום מעכ"ת על מה שלא ראינו אותם זה זמן רב, עוד מימי היותנו בבית ראשון, חדשות ניו יארק, ושמחה גדולה היא לנו לחזור ולראות אותך, אף על פי שאין אנו רואים את פניך, כבר אמר הכתוב ראות פניך לא פיללתי, ויה"ר שיהא שלום בביתך.
ועל של עתה באתי, והנני בזה להשיב על חלומותיו ועל דבריו, ואשיב על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
קיין איינער פין די קינדער פין מהר"ש גייען נישט קיין שפיצלעך, חוץ דער מנהלת פין די מיידעל שולע.
כ'האב געפרעגט, און דו האסט מיר געענטפערט, איך האב אזוי געהערט שמועסן א שטיקל צייט צוריק, אז דו לייקנסט, קען איך דיר נישט אפווענדן. אבער א דרשה וועגן שייטלען האט דער חדב"ן ר' חייים יעקב שליט"א זיכער געזאגט מיט עטליכע יאר צוריק, איך האב דעם קאסעט דא נעבן מיר, איך וועל עס אפשר לייגן אויף דעם סייט וואו דער עולם לייגט לעצטנס ארויף זאכן, ועוד חזון למועד. ליתר שאת, וועל איך זיך היינט נאכפרעגן אין באבוב, כ'האב נאנטע משפחה דארט.
דען דיין'ס קינדער און ווייב האבען געטוישט אויף נישט צו גיין human hair זייט די פרשה מיט די ע"ז שייטלעך.
כאמור, רעד איך פון א זאך סאך פריער פון די אינדיאנע פרשה. אגב, דער סאטמאר רב פון מאנסי ר' חיים יהושע האלבערשטאם, א צאנזער אייניקל, האט אויך ערלעדיגט ביי זיין רביצין נאך פאר פרשת הודו זי זאל אויסטון דעם שייטל, אין דעם בין איך זיכער.
די עיקר שאלה דיינע פארוואס מען גייט נישט קיין שפיצלעך, שטארצץ ארויס דיין מיינונג פין אסאך אידען וואס מיינען אז וואס זיי טוהען דאס איז גוט, די רעשט איז פסול. ווייל אין ירושלים גייט מען שפיצלעך מיינט אז גאנץ כלל ישראל מוז זיך אנטוהען שפיצלעך?
איך האב נישט גערעדט פון קיין שפיצל, איך האב געשריבן אז ר' חיים יענקל איז דער איינציגער וואס איז לוחם קעגן שייטלען כפסק הגה"ק מצאנז זי"ע, וואס אין באבוב טוט מען זיינע מנהגים, איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל טון זיינע פסקים וואס ער אליין האט געשריבן.
קומסט צוגיין מיט א ד"ח, די ד"ח אסערט אלעס, אפילו שפיצלעך, נאר טיכלעך איז ער מתיר, איז פארוואס דארף מען אנטוהען שפיצלעך דוקא?
אנטשולדיגט מיר הגאון ר' שלום שליט"א, אבער אז דו וועסט ליינען מיין גאנצע שאלה וועסטו זעהן אז איך האב בכלל נישט געשריבן אז אין באבוב זאל מען אנטון שפיצלעך, איך האב געשריבן אז אויב טוט מען מנהגי צאנז וואלט מען געדארפט אויסטון די שייטלעך, און כלפי דעם וואס איינער האט געענטפערט אז לויט צאנז איז גארנישט קיין אויפטו א שפיצל, האב איך געשריבן אז עס איז גרינגער פון א שפיצל צו א טיכל ווי פון א צופלויגענע לאנגע שייטל צו א טיכל, ממילא איז עס א טרעפל ארויף.
און דאס פארענטפערט דיינע ווערטער וואס דו שרייבסט:
ועל עיקר הדבר, כל מי שיש לו מוח בראשו פארשטייט אז פרויען דרייט מען נישט איבער אין איין מינוט. עס איז דארעך א שווערע קריזיס אין כלל ישראל, און די פרויען נאך די מלחמה האבען נישט געוואלט בשום אופן אנטוהען קיין שפיצלעך, קוים האבען זיי מסכים געווען אויף שייטלעך. ממילא ווער מיר נישט קיין גאנצע חכם וועגען ד"ח.
קיינער זאגט נישט אנדערש. אבער די זעלבע קריזיס איז אדורך אויף נאך אנדערע טויזנטער פרויען, זיי האבן טאקע נישט אנגעטון קיין שפיצלעך, קוים א שייטל, אבער זייערע טעכטער און אייניקלעך טראגן דעם לבוש מיט שטאלץ, ווייל עס איז געווען איינער וואס האט מעורר געווען. אז די עלטער באבע איז געווען אין קריג, מיינט נישט אז א שייטל איז דער לכתחילה'דיגער קאפ צודעק, נאך בעסער פון א שפיצל, ווי א געוויסער אדמו"ר האט געהאלטן (כ'האב אים דערמאנט ברמז אין א פריערדיגע תגובה), איבערהויפט ווען מיר האלטן שוין ב"ה זעכציג יאהר נאך די ביטערע צרות.
און לאמיר דיר סתם פרעגן. כלל ישראל איז אדורך א קריזיס, גערעכט, ווער האט מחליט געווען וואס צו שניידן פון די תורה און וואס נישט? דער תירוץ איז אן אלטער תירוץ, ס'איז געווען א היטלער, נאציס, לאגערן, צוליב דעם קען מען משנה זיין א תורה? זיכער איז דא לכתחילה'ס און בדיעבד'ס, אויף דעם האבן מיר אונזערע רבנים, אבער איך זאג דיר צו אז ווען היינט זאל זיין א רב אדער דיין אין באבוב וואס זאל מעורר זיין וועגן דעם ענין, און מודיע זיין די פרויען אז צאנזער רב און צענדליגער אנדערע אסר'ן, וואלט א גרויסער חלק זיך געטוישט, אפשר נישט אינגאנצן, אבער עפעס א שינוי לטובה, וואס טוישט די שטוב און דער לבוש פון די קומענדיגע דורות. דער שייטל מיט וואס דיין באבע איז געגאנגען נוצט איר אייניקל פאר סטיל וואל צו רייניגן דעם סינק ערב פסח, עס האט נישט קיין מראה שער, אבער די נייע דורות גייען מיט שייטלען וואס נישט נאר זעהען אויס ווי האר, נאר ממש האר. און אז דער דיין רעדט דערוועגן, קומט איהם קרעדיט, ווייל ער איז מקיים צאנזער רב'ס רצון.
איך בין בכלל נישט צופרידען פין דיין אויסדריק וואס מאכט חוזק פין מנהגי באבוב אליבא דצאנז, כאילו ווי באבוב האט אויף געמאכט צאנזער מנהגים. דאס ווייזט אז די ווייסט סתם נישט קיין היסטאריע, און די פארמאגסט היבש חוצפה אין דיר.
איך נעם אהן דעם פסק. אבער לאמיר דיר פרעגן, וואו האב איך חוזק געמאכט פון צאנזער מנהגים? אז איך האלט אז דרכי חיים איז נישט אויסגעהאלטן, מיינט אז איך לאך פון צאנז? זייט ווען איז צאנז געבויט אויף מנהגים? וועמעס מנהגים האט צאנזער רב געטון? שיניאווער רב? און להודיעך, אין די באבוב'ער ספרים'לעך זענען דא אסאך נישט קראנטע זאכן, ואין כאן המקום, דו ווייסט אויך דעם אמת.
און יעצט צום הלכה, ווייז מיר ווי אין ד"ח שטייט, אז טאמער רוב נשים אין די וועלט, און טאמער רוב נשים ביי כלל ישראל טראגען שייטלעך, אז עס איז אסור צו טראגען שייטלעך.
אנטשולדיגט פאר מיין אויסדרוק, אבער הבל יפצה פיך. הלכה בלייבט הלכה אפילו אויב די גאנצע וועלט טוישט זיך, און וואס ברענגסטו מיר א נארישע ראיה פון רוב נשים אין די וועלט, פון גויטעס? איך וועל דיר ענטפערן מיט דיין זעלבן לשון:
ווייז מיר ווי אין ד"ח שטייט, אז טאמער מענער אין די וועלט, און טאמער רוב אידן ביי כלל ישראל עסן מאשין מצה, אז עס איז אסור צו עסן מאשין מצה, און זאגן אז עס איז חמץ גמור.
אויב איז א שייטל געווען אסור פאר הונדערט פופציג יאר צוריק בימי הד"ח זצ"ל, גילט דער זעלבער איסור היינט אויך, ווער עס וויל חולק זיין אויפן דברי חיים, הרשות בידו, אבער קום מיר נישט מיט צאנז און בשם צאנז.
והנני דושה"ט כו"ח ביום הנ"ל
(חי"ק)
חופ"ק בבל והמדינה
און יעצט צו צבי:
ס'איז גאאאאר אינטערעסאנט צו אויפמערקזאם מאכען דעם חשוב'ען עולם אז די ליובאוויטשער זענען מייסטערס אין מודיע זיין פאר אנדערע קרייזען וויזוי זיי דארפען זיך פירען, למשל:
די ציונים (ויתור על השטחים מסירות נפש ממש)
כלל ישראל (ר' מנחם מענדל מלך המשיח לעולם ועד)
פרייע אידן (מבצע תפילין-נטילת לולב-יפוצו)
ולא באתי אלא להעיר
מלך_בבל....
נבוכדנצאר'ל
ס'איז קיין פארגלייך
די חילוק איז אז די סאטמארע פארשטייען בעסער די שיטות פון די אלע קרייזען, כאטש זיי האבען בקבלה פון די רבי'ס און חסידים, נישט אז זיי זאגען וואס מ'דארף צו טוהן בכלל
מלך בבל.
מיט גרויס הכנעה ווי מען רעדט צו א מלך.
וואס שטייט אין ד"ח?
דהיכא דבנות ישראל משמרות מהילוך זה משום צניעות העובר והולך במלבושי הפריצות עובר על לאו דובחוקותיהם לא תלכו.
און יעצט צו די מטרה, האסט אמאל געזעהן די תשובה? די זאגסט סתם נאך וואס מען האקט דיך אין קאפ.
היינט אז "רוב" אידעשע נשים טראגען א שייטעל, איז עס "נישט" אסור לויט'ן דברי חיים.
אוודאי איז דא צניעות, און וואס מער מען צוימט איין דעם שייטעל איז בעסער. אבער עס איז נישט ווי די לייגסט אראפ.
און וועלכע קונטרס פין באבוב האסטו געזעהן וואס האט מנהגים וואס זענען נישט קראנט? (טאמער איז עס געדריקט אין די לעצטע פינעף זעקס יאר - איז די סיבה פשוט, ואכהמ"ל).
מלך בבל
דער עיקר חידוש פינעם דיין איז, אז ער איז געוועהן די "ערשטע" זיך אןיף צו שטעלען אין באבובער ביהמ"ד, און זאגען בריש גלי אז ס'איז דעתו שאין שום היתר ללבוש שייטלעך כלל, הגם אז כמה ת"ח חלקו עליו כדברי שלוםשטוב.
די סיבה פאר דאס זאגען ברבים האט דער דיין אליין מסביר געוועהן,: אפילו עס איז נישט שייך ביי רובא דרובא פרויען ווייל אויף דעם קען מען נישט ציברעכען קיין שטובער (כידוע מאדמו"ר מהר"ש הראשון- בניגוד או שלא בניגוד לדעת זקנו הד"ח), אבער דאך איז א חשובער זאך פאר א מענטש צו וויסען אז ער אי עובר אויף א איסור, 1) ער זאל נישט מרבה זיין אין דעם אליין ד.ה. אלענגערע שייטעל וכדו' 2)אולי יזכה ויוכל לקיימו.
דער איינציגער פין אלע קינדער פין מהרנ"צ און מהר"ש וואס גייען נישט קיין שייטעל איז די רעבעצין דבורה לאה פין בנות ציון. זי מיט איר עלטצטער טאכטער האבען עס אויסגעטוהן ביי די אינדיאנע שייטעל פרשה, וכל הכבוד להם. (הגם אז מיט די שפיצעל גייט זי יא).
אלע השתדלות'ען וואס די דיין מאכט למעשה קעגען די שייטלעך, איז נאר אויף איינצוצוימען דעם שייטעל אליין, משא"כ אויף די לעצטיגע תופעה פין אנטוען היטלעך אויף די שייטלך, האט די דיין נאך קיינמאל (דוכט זיך) גערעדט פין דעם ברבים, ביחידות האט ער שוין פאר עטליכע אינגעלייט געזאגט, אז ער זעהט נישט אין דעם קיין שום אויפטוה.
בהכנעה יתירא קמא מלכא
שלום זיסער
מיר דארף מען ב"ה נישט האקן קיין דברי חיים'ס אין קאפ, איך האב געלערנט דברי חיים נאך ווען עס איז געווען אין די גרויסע הויכע בענדער מיט די גרייזן, און נאך איידער באבוב האט געדרוקט מיט די הגהות (און געבליבן שטעקן ביי חלק ראשון), און פאר די נייע מהדורת וואלף איז ארויס פון דפוס (אויב ביסטו פון חסידי רב"צ טויג נישט די מהדורה ווייל הרב אונגאר האט עס מגיה געווען), איך קען גוט ביידע תשובות, און נאך אנדערע תשובות אויך, געלויבט דעם אויבערשטן, איך וועל היינט בל"נ אריינסקענען ביידע תשובות, נאכרעם וועלן מיר ווייטער שמועסן טאמער דו וועסט וועלן.
און סתם לידיעתך, שייטלען האבן זיך נישט אנגעהויבן אין די תר"ל'ס, אסאך אידענעס זענען געגאנגען שייטלען הונדערטער יאהר איידער צאנזער רב האט געשריבן די תשובה, דער שלטי הגבורים איז מפורסם, ער איז פון די מגורשי ספרד, און כזמנו איז שוין געווען אזוי, ער רעדט שוין דערפון ווי פון א דבר פשוט, און דאך האט צאנזער רב געשריבן וואס ער האט געשריבן, טראץ וואס לכאורה אין פוילן און אונגארן איז מען נישט אזוי געגאנגען, דארף מען קענען די מציאות.
בכלל מעגסטו שרייבן אביסל מער נארמאל, דיינע לשונות זענען נישט די שענסטע
כל טוב
צום ווידערזעהן
מלך, שלום איז גערעכט
די זאגסט אז 'הלכה' טוישט זיך נישט, ריכטיג!
אבער וואס זאגט דער הלכה?
איך וועל דא שרייבען נאר וואס איך ווייס פון זכרון ווי עס קומט מיר אויס דער הלכה. יעצט איז מיין צייט זייער באגרענעצט וועל איך נאר שרייבען ווי עס איז, ווער עס וויל מקורות וועל איך דאס צושטעלען שפעטער.
איך מיין אז איך האב שוין חזקה אז איך שטעל צו מקורות צו מיינע טענות.
קודם א)
עס איז ידוע אז דער סאטמאר רבי יואל האט געזאגט אין שטאט סאטמאר 2 שבת הגדול דרשות, פאר זיין חסידים און פאר סתם אשכנזים אין דעם שטאט שוהל, דארט האט ער פארלאנגט אז מ'זאל גיין מיט שייטלען, און אין זיין חסידיש בית מדרש האט ער געזאגט אז מ'זאל נישט גיין מיט שייטלען... על כל פנים אויב ער האט געהאלטן אז עס איז 'אסור' ווי אזוי האט ער דען געקענט האלטן אזעלעכע פארקערטע דרשות. מ'מוז זאגען אז ער האט געהאלטן אז מעיקר הדין איז עס נישט אסור!
וואס ברענגט מיך צו נקודה ב)
דער איסור פון 'פריעת ראש' פון אן אשה איז א קאמלפלעצירטע, דער לשון פון דער גמרא אין כתובת איז אז א פרוי פארלירט איהר רעכט צום כתובה געלט, אויב זי גייט ארויס אין גאס מיט אפענע האר, דאמולס איז זי אן 'עוברת על דת יהודית' און בימים ההם האט מען געקענט האבען א חשד אז זי איז א זונה, דורך איהר נישט זיך פירען כ'דרך בנות ישראל'. אזא פרוי מעג דער מאן גט'ן אהן דעם חיוב פון באצולען דעם כתובה.
דער שאלה איז צו א שייטל גייט אויך אריין אין דעם גדר. רוב פוסקים האלטן קלאר אז ניין. אבער דער דברי חיים האלט אז יא ...אבער ער זאגט דאך ווייל עס נישט דער דרך פון בנות ישראל צו גיין מיט א שייטל.
(דער ראיון אז דער הלכה ווענדט זיך לויט ווי דער 'דרך' פון בנות ישראל -ווייל נאר אזוי קען דער מאן טענה'ן אז ער האט א חשד! - ווערט אראפ געברענגט אין אסאך פוסקים, און אין דעם ספר פון הג' האדיר פוסק דורו שו"ת ספר יהושיע שרייבט ער: אז אויב עס וועט זיך טוישען דער מצב אויף פארקערט, אז בתולות וועלן זיך צודעקן אין נשואות אויפדעקען די האר דאמולס וועט דאס זיין דרך בנות ישראל! ער שרייבט נאך אז דער סברה איז אמת כניתן מסיני!)
אין ניין מלך בבל הג' ר' יהושיע באב"ד דער זיידע פון מנחת חינוך איז נישט געוועהן א ריפורמער אין געטוישט הלכות
איז עס א אמת'ע סברה צו גלויבען אז בזמן הזה וואס 99% נשים פון שומרי תורה ומצוות גייען מיט שייטלען וואלט דער דברי חיים קיין מאהל נישט גע'אסר'ט שייטלן בזמן הזה.
ג) בנוגע 'שפיצל' איך ווייס נישט אלע שמות הנרדפים אבער מעיקר הדין מוז זיך נישט א פרוי צודעקן אלע האר כמבואר בשו"ע [בין הצדעים-צווישען אויערן אין שטערן מעג זיך ארויס זען די האר,
נאר דער זוהר איז מחמיר אז מזאל צודעקען 100% פון די האר, האט עס טאקע נישט קיין שום ענין אז מ'זאל פאקן איין חומרה על גבי חומרה. אויב רוב שייטל איז צוגעדעקט איז מען דאך 100% אויסגעהאלטן מיטן שו"ע רמ"א ונושאי כלים כנ"ל.
האט דען דער זוהר מחמיר געוועהן אויף א שייטל אויך עס זאל זיך נישט ארויס זען איין 'סינטעטישע - פלאסטיק' האר??
COME ON
רבי איד:
דו פארקריכסט בכוונה, אדער דו פארשטייסט נישט קיין אידיש ???
קיינער רעדט נישט דא פונעם נושא פון שייטלען.
מ'רעדט פון דעם אז די תורה איז געווארן א שלום זכר.
אויב גלייך איך די זכר בונדלעך וועל איך עס נעמען, און אז נישט וועל איך נאר נעמען די ביר.
דער הייליגער דברי חיים האט קלאר גע'אסר'ט שייטלען (און ער האט אויך קלאר נישט גע'אסר'ט קיין אומגעדריוולט שפיצל).
און איינער וואס פארטרעט דעם צאנזער רב, דארף זיך פירן ווי אים אינגאנצן.
און צו די אלע וועלכע ווילן פארלייקענען שמש בצהרים, און פארטושן דעם דברי חיים'ס ווערטער:
זייט מוחל קוקט דעם אמת אין פנים !
אט זעט:
כ'זע אז עס גייט נישט ארויף וועל איך עס איבערשרייבן ווארט ביי ווארט:
ח"א יו"ד סי' ל'
ואין לומר דכיון דכן הולכות במדינת אשכנז א"כ לא נכלל בלאו דבחקותיהם, דבאמת הדין עם מעלת כ"ת דאין לנו רק מדינה ומדינה מנהגה...למי שנהג עכ"פ איסור אסור...
ואך באמת אין אנו צריכים לזה, כי ידעתי בבירור בהיותי אצל מו"ח ז"ל במעהררין שגם שם לא הלכו במלבושי פריצות כזה ח"ו ... רק איזה מנקלי העם ופחותי הערך והיו לקלס, ורק בעוה"ר מקרוב נשתרבב המנהג הזה מן האפיקורסים, ולכן ח"ו לא ע"ז נאמר שהותר גם לנשי מדינתינו לנהוג כן, והאיסור במקומו, והעובר לוקה מן התורה.
ח"ב יו"ד סי' נ"ט
שאלה: אם מותר לילך בפאה נכרית בשוק.
תשובה: כבר האריכו בזה בספר באר שבע ובכל האחרונים ורובם מסכימים לאסור ... ויותר מזה מבואר בר"ן בכתובות ובריטב"א שם, שאפילו לתת חתיכת משי וכדו' על הפדחת שיהי' דומה לשיער אסור ... ולכן בודאי אסור לצאת בפאה נכריתוהוא דת יהודית
תוקן על ידי - זאליweaky - 07/04/2005 0:31:06
מלך בבל
אדרבה, תאיר נא עלינו בידיעתך הרחבה.
לי היה ידוע עד עכשיו, שבמדינת אשכנז התחילו ללבוש שייטלעך מפני לחץ ההשכלה. ובמדינות רוסיא היה ג"כ גזירה נוראה בענין זה (שלא ללעת עם טיכעל) בשנות הד"ח. ובמדינות פולין וגאליציא מכיון שבשנים הללו שינו נשים הנכריות את לבושם סבלו מאד ובגלל זה שינו ג"כ את ענין השייטלעך.
במדינת אונגארען ורומניה לא היה שנת ישראל חזקה כ"כ ובגלל זה היה המערכה שם קלה יחסית.
לפי"ז נמצא שזה לא מנהג שנעשה רק לאחרונה וממילא קשה מאד לשנות המצב.
כ"ז כתבתי בלי שאדע מנין אני יודע כל הפרטים הללו, ואדרבה אם זה לא כך, יאיר נא המלך עינינו.
בהכנעה יתירה קמא מלכא
זאלי דו ניצט דעם ווארט 'קלאר'
איך טענה שוין לאנג אז דער ווארט איז באליבט ביי קנאים..ווער עס באקומט דער טיטל אז ער איז 'קלאר' אין דער שיטה, דער קען ווערן א שרייבער אויף א שטייגער ווי מנשה פיליפ
איך האב זייער קלאר געשריבען פארוואס איך האלט 'קלאר' אז דער דברי חיים וואלט נישט גע'אסר'ט שייטליך בזמן הזה.
אויב די האלטס אנדערש ברענג ריאות צו דיינע טענות.
כרגע בין איך זייער פארנומען און איך מוז גיין, כ'האב שוין פארשפראכן צו סקענען דעם דברי חיים, אן נאכער שמועסן. אויב איך וועל נישט פארגעסן וועל איך עס טהון בל"נ מארגן.
למעשה האט יוחי אינגאנצן פארדרייט דעם שמועס, ווי דער ניק זאלי האט שוין מעיר געווען, דער אשכול איז פאר די וועלכע עס פיהרן זיך ווי צאנז, איך האב געזאגט אין איין ווארט, אויב פיהרט זיך באבוב מנהגי צאנז, איז נישט מער ווי רעכט אז זיי זאלן אויספיהרן פסקי צאנז.
דער ויכוח איבער שייטלען קומט נישט דא אהער, דער שלטי הגבורים ואחריו הרמ"א ומגן אברהם זענען מתיר, צענדליגער אחרונים זענען אוסר, ובתוכם: הגאון יעב"ץ, חתם סופר, דברי חיים. באבוב פאררופט זיך נאך צאנז, צי קען מען זיין צאנז מיט א שייטל? אויב יא קען מען זיין צאנז און עסן מאשין מצה, טראגן מאשין ציצית, און זיין א סאדיגערער חסיד...
איך גיי נישט אריין אין דעת הרב אברהם ליפשיץ פון ירושלים וואס ער ווייזט אויף קליפ און קלאר אז דער שלטי הגבורים און דער רמ"א רעדן אינגאנצן נישט פון א שייטל ברשות הרבים, ער האט אויף דעם ראיות ברורות, עס איז א סוגיא, נישט דער ארט אויף די אינטערנעט, און כ'גיי נישט אריין צי ער איז יא אדער נישט גערעכט, אבער ער האט ראיות מוצקות, נישט סתם אבי גערעדט.
און דאס וואס מר זשיד פרעגט, וועגן די היסטאריע, אויב קיינער וועט נישט ענטפערן אינצווישנצייט, וועל איך בלי נדר ענטפערן מארגן.
צו זאגן היינטיגע צייטן אז עס וואלט סיי ווער, אפילו דער שלטי הגיבורים, מתיר געווען שייטלען, דארף מען זיין איינגעשפארט אינדערהיים, אדער בלינד. (אדער וואוינען אין קרית יואל...).
דער טרוקענער און קלארער מציאות איז, אז מען טוט געהעריג באקומען הרהורים פון "בטעות" קוקן אויף א היומען העיר שייטל.
די איינציגסטע וואס קומען נישט צו א מכשול, זענען נאר אזעלכע וואס קוקן אויף ערגערע זאכן...
און יעצט לאדן איך איין די ליצים צו קומען און חוזק מאכן פון מיינע ווערטער, איך קען עס נאר חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, קלאר און דייטליך.
די היינטיגע שייטלען האבן בלי ספק שוין מכשיל געווען צענדליגער טויזנטער מענער (יא, רוב כלל ישראל...) מיט די ערגסטע הרהורים !
תוקן על ידי - זאליweaky - 07/04/2005 0:47:27
מלך בבל די קענטס און האסט פולע רעכט חולק צו זיין מיט מיר אבער דאס וואס דו זאגסט אז איך האב פארדרייט דעם שמעוס איז פשוט נישט ריכטיג ירא הגולשים וישפוטו
איך טענה אז מ'קען היינט בזמן הזה זאגן אז יא איך פיר מיך 100% צאנז מיט א שייטל ווייל אויף די צייטען וואס רוב ירא השם פרויען גייען מיט שייטלן האט דער דברי חיים נישט גע'אסר'ט אין איך האלט אז דאס איז דער סיבה אין טעם וואס דער בעל דברי יואל האט עס נישט גע'אסר'ט בפירוש בזמן הזה.
דו קענסט האלטן אנדערש אבער דו האסט געפרעגט וואס איז די סיבה פון בובאב ..האב איך דיר געגעבען אנ ענטפער און זאג נישט אז איך פארדריי דעם שמעועס.
קענסט זאגן I DISAGREE
זאלי ווי קומט שייטלען שאלה צו הירהורים?
אויב דער איסור איז וועגן הירהור ווי מעג א בתולה גיין מיט האר?
אין נאך מער, אויב בגדי צבעונים אסור להסתכל אפילו אינם עליה ..פארוואס איז נישט אסור בכלל צי גיין מיט בגדי צבעונים?
חז"ל זאגן אז המסתכל אפילו באצבע קטנה... פארוואס מעג א פרוי גיין אהן הענטשקעס?
דער תירוץ איז אז נאר וואס חז"ל האבען גע'אסר'ט משום הירהור אחרים איז אסור ... מ'קען נישט אליין אויף מאכען איסורים, א גוטע עצה איז זיך לערנען נישט צו זיין א מסתכל.
פשוט אין גראד דו פארמישט ענינים ....
wackyזאלי
אחדשה"ט ושל הוד מלך איראק {מלפנים בבל}
אם נדייק בלשונו הטהור של הד"ח שהבאת לכאורה מבואר שבמדינה שהלבוש ההוא יהא מצוי ומקובל על רוב נשי ישראל לא היה אוסר שם.
שגם שם לא הלכו במלבושי פריצות כזה ח"ו ...
רק איזה
פי' מיעוט שבמיעוט
מנקלי העם ופחותי הערך והיו לקלס,
שאפילו בעיני בני מדינתם לא היה מקובל
ורק בעוה"ר מקרוב נשתרבב המנהג הזה מן האפיקורסים,
פי' מה שהתחילו במדינתנו ללכת כן, לא בא מחמת שזה לבוש במדינה אחרת, רק מאפיקורסים {משכילים} מִתּוֹכֵנוּ שכוונתם עוד גרועה מאותם "נקלי העם ופחותי הערך", שכל מגמתם היתה לקלקל את קדושת ישראל במדינות אלו שעוד שמרו את דרך ה'
אם אמנם צדקתי בהבנתי בדברי קדשו הרי אי אפשר לומר על כל הפאות הנהוגים שהם מלבושים שהם ללעג ולקלס או שאלו שהנהיגו כן {בשנים הראשונות אחרי החורבן} כוונות אפיקורסיות היו, לא כן, אלא שכפי המצב שהיה כאן באמעריקא לא יכלו הנשים החרדיות לפעול אצלם ללכת בלבוש הישן {אדרבה היו ללעג ולקלס} ונוצר עי"ז מציאות שלבוש הפאה נכרית הנהוג היום אינו בגדר בחוקותיהם וכו'.
דער ויכוח דא וועט זיך ציען אן קיין סוף, און איך קען נישט שטיין א גאנצן טאג און מסביר זיין פשוט'ע זאכן פאר די וועלכע ווילן דוקא נישט פארשטיין.
יעצט איינמאל וועל איך נאך ענטפערן שלא יאמרו וכו', אבער מיט דעם בין איך אי"ה פארטיג.
נאר קודם א קורצע הקדמה.
מיינע ווערטער זאלן נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי קיין אטאקע ח"ו אויף די אלע אידן וועלכע גייען מיט (סינטעטישע) שייטלען .
עס איז קלאר אז דאס איז נאר געשען אדאנק דעם ערבוביא וואס האט געהערשט נאך די ביטערע מלחמה.
אבער דאס טאר נישט פירן צו בארעכטיגן און פארענטפערן די וועלכע האבן אריינגעברענגט דעם פריצות'דיגן מלבוש, און זיכער אז דאס טאר נישט ברענגען זיך צו "קלאמערן" צו דעם מלבוש מיט די לעכערליכסטע תירוצים.
און דא אין דעם אשכול רעדט מען פון א אנדערע נושא.
אז דער וואס פאררופט זיך צו גיין אין די פיס טריט פון דעם רשכבה"ג מרן בעל הדברי חיים זי"ע, דארף וויסן אז דער נאמען איז עפעס מחייב.
און יעצט צום ענין.
דער דברי חיים שרייבט, אז ווען ער איז געווען א יונגערמאן איז דאס כמעט נישט געווען בנמצא נאר ביי די פחותי הערך.
אמת אז יעצט (ווען די תשובה ווערט געשריבן) איז עס שוין מצוי ביי רוב פרויען, אבער וויבאלד דער גאנצער מנהג קומט דורך די אפיקורסים (פונקט ווי היינט קומען די שרעקליכע מאדעס אריין דורך די קצה המחנה, וועמען דער דברי חיים וואלט זיכער (כמעט קלאר...) אנגערופן אפיקורסים !) הייסט דאס נישט קיין מנהג, און מען קען זיך דערויף נישט פארלאזן לגבי אז עס זאל נישט חל זיין דער איסור פון ובחוקותיהם לא תלכו, והעובר לוקה מן התורה.
און דאס אז נישט יעדער האט דאן געפאלגט דעם הייליגן דברי חיים, און דאס אז פאר פופציג יאר צוריק איז כמעט גאנץ כלל ישראל לכה"פ אין אמעריקע (אפילו פון די וועלכע גייען היינט שפיצלעך) נאכגעשלעפט געווארן נאך די וועלכע האבן מיט 80 יאר פריער נישט געפאלגט דעם דברי חיים, נעמט נישט אוועק דעם פסק פון דברי חיים, אז וויבאלד דער מנהג איז נשתרבב דורך די אפיקורסים הייסט דאס נישט קיין מנהג, און עס גייט נאך אלץ אן דער לאו.
(ביתר ביאור קצת.
באותו זמן (לניגוד זמנינו...) לא הי' שום גדול שיאמר שצריכין לילך בפאה.
א"כ, על אף שהיו פוסקים שהתירו את הפאה, מ"מ גם זה הי' בעיקר לפלפולא בעלמא ולא למעשה.
רק שהמנהג בא בפוילן וברוסיא ע"י הגזירות, ובגאליציען ועוד מקומות נשתרבב ע"י הני דבהפקירא ניחא להו, א"כ הרי זה מהמנהגים שדורשי רשומות אמרו שהם אותיות גהנ"ם, ושוב א"א לומר שיש להתיר כיון שכיום נצחו האפיקורסים את גדולי הדור שאסרו אותן עוד בשעה שנשתרבב, והבן).
------------
און דער גאנצער דיון איז נאר אלס דעם לאו פון ובחוקותיהם לא תלכו.
אבער אין ח"ב טענה'ט דער דברי חיים א אנדערע טענה.
אז די שייטלען זענען אסור אלס צניעות און דת יהודית.
דת יהודית איז טאקע נישט מחייב קיין מלקות, אבער עס איז יא "יוצאה בלא כתובה".
און די טענה וועט נישט בטל ווערן אפילו ווען גאנץ כלל ישראל (אדער רוב...) וועט זיך אנטון דעם מלבוש, פונקט ווי עס ווערט נישט אויסגעריסן דער איסור פון געפאסטע קליידער, אפילו רוב פאלגן נישט די רבנים ליידער.
------------
און צום שלוס.
עס איז הונדערט פראצענט קלאר אז קיינער וואלט נישט מתיר געווען די היינטיגע היומען העיר, ובפרט די טייערע קאסטום מעיד שייטלען.
די שייטלען האבן שוין מכשיל געווען אומצאליגע אידן מיט הרהורים, אן דעם וואס די אידן זאלן מאכן הסתכלות.
מסתכל איז איינער וואס איז מעיין, בכוונה ליהנות.
פאר די שייטלען צאלט מען שווערע טויזנטער דאלארן, און זיי ווערן במכוון אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז זיי זאלן ציען דעם אויג (און דאס הארץ) צו געוויסע ריכטונגען... אפילו מיט א אומשולדיגן בליק.
(ווער עס גלייבט מיר נישט קען גיין פרעגן די האליוואוד חברה, פארוואס זיי צאלן דערפאר אזויפיל געלט...)
און די אלע וועלכע זענען חכמים בעיניהם, וועלן נאך טייער באצאלן דערפאר, צו דער דברי חיים האט דאס יא אדער נישט גע'אסר'ט, און צו דער ... [שליט"א] האט דאס יא אדער נישט מתיר געווען...
א אינטערעסאנטע הערה.
דער רבי זי"ע פלעגט זאגן אז מ'דארף שטרענג אויספאלגן די געזעצן פון די רעגירונג איבער דעם ענין פון דרייוון.
דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, אז די ענינים זענען נוגע צו הל' רציחה, "און אויף רציחה איז דער גוי א מבין".
די זעלבע זאך קען מען זאגן לענינינו.
די גוי'אישע גאס איז היינט איינגעזונקען אין טינופת ביז איבער די ארבל.
די גרעסטע מומחים זיצן און טראכטן וויאזוי מ'קען ציען דעם אויג צו די אדווערטייזמענט'ס, און איינס פון די הויפט כללים איז "ווי מער שמוץ".
דער מקור פון שמוץ איז האליוואוד, אזש אפילו דער דעמאקראט גאור איז ארויסגעטרעטן אקעגן זיי, טראץ וואס האליוואוד איז פון די גרעסטע דעמאקראטישע שטיצער.
און אויב זיי געבן אויס שווערע טויזנטער דאלארן פאר די היומען העיר שייטלען, דאן מעג מען זיי גלייבן אז דאס ארבעט...
"אין הלכות תאוה איז דער גוי דער מבין..."
תוקן על ידי - זאליweaky - 07/04/2005 6:44:05
זאלי
ווי אזוי ווייסט די וואס טוט זיך אין האליוואד?
ביי דער וועי, וואס איז האליוואד?
א רחמנות אויף די סאטמערע, זיי זאגט מען שוין זייט זיי זענען ארויס פין די פעמפערס אז די ד"ח אסר'ט שייטלעך. קומט צו גיין איינער און ווייזט אויף קלאר אז די ד"ח איז "היינט" מתיר שייטלעך.
זיי פאלען ארויס פין די קישקעס, היתכן? מען האט מיר אויסגענארט?
יא יא, מען האט ענק אויסגענארט אויף א סאך מער, א סאך מער. ווען מען קומט צו די הכרה קראכט עס.
זאלי
דיינע ווערטער זענען מביא לידי גיחוך. שייטלעך, הרהור, מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
מלך בבל.
די דערמאנסט ר' אברהם ליפשיץ (איך מיין עס איז אים - ער זאגט צו צוואנציג טויזענט פאר דער וואס גיט אים א היתר אויף שייטלעך?). איך האב אים געטראפען אין ירושלים פאר א צייט צוריק אין הר צבי. איך הרב אים געפרעגט די זעלבע שאלה וואס ר' שלום שרייבט. אז די ד"ח אסר'ט נישט היינט. ער האט זיך מתחמק געווען און נישט געהאט וואס צו ענטפערען.
for the purpose of discussion it may be of interest to some the following;
Jean Sasoon, a author of many books on middle eastern womanquotes a Saudi woman a day after veiling the first time;
"I found the veil of novelty and looked back with interest as Saudi teenage boys stared at me, now a mysterious figure in black. I knew there were wishing for a bit of breeze to blow the veil away from my face so that they might catch a glimpse of my forbidden skin. For a moment, I felt myself a thing of beauty, a work of art so lovely that I must be covered to protect men from their uncontrollable desires"
די נקודה איז "לב חומד" דאס ארץ גליסט, פונקט ווי פארשטייסט אז איינער וואס פאסט צוויי טאג, עסט א טריקען שטיקעל ברויט מיט די גרעסטע אפעטיט אין פילט א בעסער טעם אין דים ווי די בעסטער פיצא, אזוי זיכט דער הארץ די בעסטע אין שענסטע וואס איז אים עוועילבל אין אז נישט עפעס אנדערש גליסט ער וואס יא
ובני ישובות יוכח
A pached a shrek!
באראפארקער
איך מיין די ביסט שוין לאנג נישט געווען אין ירושלים, לויט מיין אינפארמעישאן צאלט ער היינט א מיליאן דאלער פאר ווער עס ברענגט א היתר צו גיין מיט א שייטל.
צריך לדעת שלא מי שיש לו השיטה היותר קיצונית הוא הצדיק, אלא מי שאכן "מתנהג" בחומרות יתרות הוא הצדיק.
פאר אלע חשובער גאוני חדשות אנ"ש
הרב ליפשיץ האט (האט כנוסח WEAKY "קלאר") געבעטען איבער געבען אז דער געלט וואס ער איז גרייט צו צאלען (צוואנציג טויזענט אדער א מיליאן) איז נאר פאר איינער וואס קען "איהם" אויף ווייזען אז אין שלט"ג שטייט אז א שייטעל איז מותר ברה"ר.
אלזא, זאל זיך דער עולם אביסעל בארוהיגען, ווייל געלט פין הרב ליפשיץ וועט איר אין דעם גלגול סייווי נישט מאכען.