א שאלה צו באבוב'ער חסידים
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1334921
ליכטיג.
ווען איך האב אים געטראפען איז עס געווען פאר די אינדיאנער פרשה. דעמאלס איז עס געווען צוואנציג אלפים. נאך די אינדיאנער פרשה איז ארויף די פרייז....
איך געדענק איך האב אים געזאגט אז פאר איך ווייז אים אויף, זאל ער מיך אויף ווייזען אז ער האט צוואנציג אלפים אין די באנק.
ער האט מיר געזאגט אז איך מוז אים גלייבען.
למעשה האט ער נאר געוואלט וויסען ווי אזוי איך הייס, און וואס מיין טעלעפאן איז.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער ער האט נישט געוואלט זיך מפלפל זיין מיט מיר. ער האט מיר נאר גע'טענה'ט אז דער און יענער האבען אים געזאגט אז ער גערעכט מיט זיין שיטה אז די היתר פין שלטי גבורים איז נאר אין א חצר.
איך ווייס נישט צו ער איז גערעכט, אבער אפילו לפי דעתו קריגט ער זיך אויך רוב מנין ובנין פין די אחרונים, און ער זאגט אז עס איז נישט דא קיין לא תסור אפילו ווען אלע ראשונים און אחרונים מאכען א טעות.
אזעלכע שיטות שמעקען נישט גוט ביי מיר, ווי גערעכט ער זאל נאר זיין.
קודם די תשובות.
1.
[בילד – נישט אפגעהיט]
2.
[בילד – נישט אפגעהיט]
3.
[בילד – נישט אפגעהיט]
4.
[בילד – נישט אפגעהיט]
5.
[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט א שיניאווער מעשה
6.
[בילד – נישט אפגעהיט]
7.
[בילד – נישט אפגעהיט]
8.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איידער איך גיי ווייטער.
דער לעמבערגער רב ר' יוסף שאול האט געשריבן הערות אויף דברי חיים שמות גיטין, ציטראנענבוים האט עס געדרוקט אין כרם שלמה, און ביי די נייע מהדורה פון שמות גיטין און מקואות האבן זיי עס געדרוקט אין די זייט מיט תשובות פון האדמו"ר מהר"ש השני מבאבוב זצ"ל, גראדע זענען די תשובות זיינע גאנץ שטארקע, איבערהויפט קעגן אזא גאן הדור ווי דער לעמבערגער רב דער שואל ומשיב.
על כל פנים, אויב איז דעתו געווען אז בזמן הזה (תש"מ) איז דעת צאנז אנדערש, פארוואס האט ער נישט געשריבן קיין הערה? אין די צווייטע תשובה סימן נ"ט איז דא אן הערה זיי ווייזן אהן א בית יצחק ווי ער איז מאריך לאיסור כידוע?
איידער איך שרייב נאך עפעס וועל איך קודם ענטפערן פריערדיגע הודעות.
יוחי שרייבט:
מלך בבל די קענטס און האסט פולע רעכט חולק צו זיין מיט מיר אבער דאס וואס דו זאגסט אז איך האב פארדרייט דעם שמעוס איז פשוט נישט ריכטיג ירא הגולשים וישפוטו. איך טענה אז מ'קען היינט בזמן הזה זאגן אז יא איך פיר מיך 100% צאנז מיט א שייטל ווייל אויף די צייטען וואס רוב ירא השם פרויען גייען מיט שייטלן האט דער דברי חיים נישט גע'אסר'ט אין איך האלט אז דאס איז דער סיבה אין טעם וואס דער בעל דברי יואל האט עס נישט גע'אסר'ט בפירוש בזמן הזה. דו קענסט האלטן אנדערש אבער דו האסט געפרעגט וואס איז די סיבה פון בובאב ..האב איך דיר געגעבען אנ ענטפער און זאג נישט אז איך פארדריי דעם שמעועס. קענסט זאגן I DISAGREE
ועוד להנ"ל:
זאלי ווי קומט שייטלען שאלה צו הירהורים? אויב דער איסור איז וועגן הירהור ווי מעג א בתולה גיין מיט האר? אין נאך מער, אויב בגדי צבעונים אסור להסתכל אפילו אינם עליה ..פארוואס איז נישט אסור בכלל צי גיין מיט בגדי צבעונים? חז"ל זאגן אז המסתכל אפילו באצבע קטנה... פארוואס מעג א פרוי גיין אהן הענטשקעס? דער תירוץ איז אז נאר וואס חז"ל האבען גע'אסר'ט משום הירהור אחרים איז אסור ... מ'קען נישט אליין אויף מאכען איסורים, א גוטע עצה איז זיך לערנען נישט צו זיין א מסתכל. פשוט אין גראד דו פארמישט ענינים ....
וועל איך דיר ענטפערן:
1. ווייטער וועל איך שרייבן צי די צאנזער רב'ס דעת טוישט זיך אויב אלע אידענעס גייען מיט שייטלען.
2. דו ביסט מדמא מילתא למילתא וואס האט גארנישט קיין קשר. די הייליגע חז"ל זאגן (בכות כד) שער באשה ערוה, און די גמרא ברענגט פון א פסוק אין שה"ש שערך כעדר העזים, דאס זעלבע איז מיט קול שנאמר כי קולך ערב.
בגדי צבעונין איז נישט קיין ערוה א אשה מעג גיין אין די גאס מיט זאכן וואס איז נישט קיין ערוה, שער איז ערוה, זינגען אויף די גאס איז ערוה, להוציא מדעת ערוך השלחן וואס קיינער האט נישט אנגענומען אז בזמן הזה (...) וואס אלע פרויען גייען מיט האר איז האר נישט קיין ערוה, קומט אויס לדעתו אז אויב גייט מען אינגאנצן אהן קליידער (ניו יארק האלט נישט ווייט פון דעם, אין אנדערע מדינות איז דער מצב טויזנט מאל ערגער פאר ווער עס ווייסט וואו מען האלט) וועט דאס אויך נישט קיין ערוה, קיינער האט נישט אנגענומען זיין מיינונג, און אויב איינער ליינט ק"ש און זאגט ברכות זיבעציג יאר פאר האר, האט ער געמאכט 70 יאהר ברכות לבטלה, קען זיין אז א מלאך סניגור וועט טרעפן א לימוד אויף איהם און טראגן אין גן עדן, אבער הלכה איז הלכה, א רשע גמור קען אויך באקומען גן עדן, איך מאך ח"ו נישט קיין פארגלייך, אבער הלכה איז הלכה און שכר ועונש איז דער באשעפערס עסק, שלמה המלך זאגט, יש צדיקים שמגיע אליהם כמעשה הרשעים, און דאס איז נישט אונזער עסק, משה רבינו האט געפרעגט הודיעני נא, דעם תירוץ ווייסט יעדער, עכ"פ עס קומט נישט אהער.
אויב חז"ל האבן גע'אסר'ט האר משום הרהור, און א קאסוטם שייטל איז נישט ניכר אז עס איז נישט האר, זיי מאכן עס דאך דירעקט אזוי, איז עס זיכער בכלל שער באשה ערוה, מה לי שערה מה לי שער אחרת? אז א פרוי וועט אנטון א דורכזיכטיגע פלעסטיק אויף די האר וועט זי דען שרייען עס איז צוגעדעקט וואס גייט מיך אהן אז מען זעהט? ערוה בעששית אסור לקרוא ק"ש כנגדה בראייה תלה רחמנא והא מתחזיא, אזוי זאגט די גמרא, אז מען זעהט האר, איבערהויפט אז זי וויל מען זאל זעהן, איז ערוה. אז עס זעהט נישט אויס ווי האר, נאר ווי א פאה נכרית, איז א מחלוקת הפוסקים, די שלטי הגבורים איז מתיר און דער באר שבע איז אוסר.
איך זאג נשט אז דער איסור אויף שייטלען איז געבויט אויף דעם, אבער זאגן אז קאסטום שייטלען איז נישט דא משום ערוה - איז נישט ריכטיג.
די גמרא זאגט נישט אז אצבע קטנה איז ערוה, אויך נישט בגדי צבעונין, ממילא צופאלט דיין גאנצע פשט'ל.
DELLUSER שרייבט:
wackyזאלי
אחדשה"ט ושל הוד מלך איראק {מלפנים בבל} אם נדייק בלשונו הטהור של הד"ח שהבאת לכאורה מבואר שבמדינה שהלבוש ההוא יהא מצוי ומקובל על רוב נשי ישראל לא היה אוסר שם. שגם שם לא הלכו במלבושי פריצות כזה ח"ו ... רק איזה פי' מיעוט שבמיעוט מנקלי העם ופחותי הערך והיו לקלס, שאפילו בעיני בני מדינתם לא היה מקובל ורק בעוה"ר מקרוב נשתרבב המנהג הזה מן האפיקורסים, פי' מה שהתחילו במדינתנו ללכת כן, לא בא מחמת שזה לבוש במדינה אחרת, רק מאפיקורסים {משכילים} מִתּוֹכֵנוּ שכוונתם עוד גרועה מאותם "נקלי העם ופחותי הערך", שכל מגמתם היתה לקלקל את קדושת ישראל במדינות אלו שעוד שמרו את דרך ה'.[אדום]אם אמנם צדקתי בהבנתי בדברי קדשו הרי אי אפשר לומר על כל הפאות הנהוגים שהם מלבושים שהם ללעג ולקלס או שאלו שהנהיגו כן {בשנים הראשונות אחרי החורבן} כוונות אפיקורסיות היו, לא כן, אלא שכפי המצב שהיה כאן באמעריקא לא יכלו הנשים החרדיות לפעול אצלם ללכת בלבוש הישן {אדרבה היו ללעג ולקלס} ונוצר עי"ז מציאות שלבוש הפאה נכרית הנהוג היום אינו בגדר בחוקותיהם וכו'.
א מין הסבר, הפלא ופלא. דער פשוטער פשט איז, אז וויבאלד עס איז א מנהג בטעות, טוישט עס נישט דעם דין. איך וועל באלד ברענגען פון א קונטרס ווי ער שרייבט עס ארויס, זייער שיין.
באראפארקער שרייבט:
זאלי ווי אזוי ווייסט די וואס טוט זיך אין האליוואד? ביי דער וועי, וואס איז האליוואד? א רחמנות אויף די סאטמערע, זיי זאגט מען שוין זייט זיי זענען ארויס פין די פעמפערס אז די ד"ח אסר'ט שייטלעך. קומט צו גיין איינער און ווייזט אויף קלאר אז די ד"ח איז "היינט" מתיר שייטלעך. זיי פאלען ארויס פין די קישקעס, היתכן? מען האט מיר אויסגענארט? יא יא, מען האט ענק אויסגענארט אויף א סאך מער, א סאך מער. ווען מען קומט צו די הכרה קראכט עס. זאלי דיינע ווערטער זענען מביא לידי גיחוך. שייטלעך, הרהור, מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
מלך בבל. די דערמאנסט ר' אברהם ליפשיץ (איך מיין עס איז אים - ער זאגט צו צוואנציג טויזענט פאר דער וואס גיט אים א היתר אויף שייטלעך?). איך האב אים געטראפען אין ירושלים פאר א צייט צוריק אין הר צבי. איך הרב אים געפרעגט די זעלבע שאלה וואס ר' שלום שרייבט. אז די ד"ח אסר'ט נישט היינט. ער האט זיך מתחמק געווען און נישט געהאט וואס צו ענטפערען.
מיט גרויס צער מוז איך דא באטאנען, אז אונזער ידיד, הרואה ואינו נראה המכונה באראפארקער הפך את עורו, אמאל איז ער געווען א געשמאקער מענטש, נישט גערעדט קיין שטותים און גערעדט נאר ווען ער האט געהאט וואס, היינט אבער זייט דער מהרנ"ץ מבאבוב איז נסתלק געווארן און עס איז געווארן א איבערקערעניש אין באבוב, האט ער מיטאמאל געעפנט א מויל, און וואונדער איבער וואונדער, נישט צו דערקענען זיין אמאליגן פרצוף, שרייט, שעלט, פאליטיזירט, א שאד אויף א יונגערמאן. לאמיר אלזא אביסל צונעמען זיינע ווערטער דא אין דעם אשכול.
ער שרייבט: א רחמנות אויף די סאטמערע, זיי זאגט מען שוין זייט זיי זענען ארויס פין די פעמפערס אז די ד"ח אסר'ט שייטלעך דו האסט געלערנט אין סאטמאר אז דו ווייסט וואס מען זאגט פון די פעמפערס? איך האב צופעליג געלערנט אין א סאטמארער חדר, מען האט קיינמאל נישט גערעדט נישט פון קיין שייטלען און נישט פון קיין דברי חיים, מיין אידענע גייט ב"ה מיט א שפיצל, איך האב פשוט אדורכגעטון די סוגיא, און געטון וואס איד האט צו טון. אודאי, נאך די חתונה איז מען בלויז א פלג, און דער עיקר ארבעט איז דאך איהרס, אבער אז דער רבוש"ע העלפט און מען זוכט און מען טרעפט איינע וואס די משפחה גייט אזוי און זי קען באשטיין נאכדערצו אז דער בחור וויל, איז אן אנדערע מעשה.
נאכדעם שרייבט ער ווייטער: קומט צו גיין איינער און ווייזט אויף קלאר אז די ד"ח איז "היינט" מתיר שייטלעך. זיי פאלען ארויס פין די קישקעס, היתכן? מען האט מיר אויסגענארט? יא יא, מען האט ענק אויסגענארט אויף א סאך מער, א סאך מער. ווען מען קומט צו די הכרה קראכט עס. ווער ווייזט אויף קלאר? האדמו"ר בעל ליקוטי כרם שלמה? האדמו"ר רנ"ץ? אדער האדמו"ר בעל קדושת ציון? אדער א יונגערמאן אויף די אינטערנעט?
זאגסט אז מען האט אויסגענארט די סאטמערע אסאך אסאך מער. אפשר ביזטו מגלה טפח מיט וועלכן פרט? וואס קראכט ווען קראכט, אויב וועל איך מודה זיין צו דיר אז אין סאטמאר רעדט מען איין דעם עולם געוויסע זאכן, איז עס גענוי ווי אין יעדע פארטיי רעדט מען איין דעם עולם לויט די אינטערעסן פון די פארטיי, אבער וועסט מודה זיין אז א שפיצל איז מער מהודר ווי א שייטל, איבערהויפט לויט צאנז, און עס איז נישט א מצוה צו גיין מיטא שייטל, האלטסט אז יא?
ווייטער זאגט ער: זאלי דיינע ווערטער זענען מביא לידי גיחוך. שייטלעך, הרהור, מה ענין שמיטה אצל הר סיני אויב ווייסטו נישט, איז דעת כמה פוסקים אז דער איסור פאה נכרית איז וועגן הרהור, כ'האב שוין געשריבן וועגן שער באשה ערוה, איך וועל שפעטער אפשר ברענגען מקורות, און וואס מביא לידי גיחוך דא?
און ער ענדיגט צו זיין שמועס מיט די ווערטער: מלך בבל. די דערמאנסט ר' אברהם ליפשיץ (איך מיין עס איז אים - ער זאגט צו צוואנציג טויזענט פאר דער וואס גיט אים א היתר אויף שייטלעך?). איך האב אים געטראפען אין ירושלים פאר א צייט צוריק אין הר צבי. איך הרב אים געפרעגט די זעלבע שאלה וואס ר' שלום שרייבט. אז די ד"ח אסר'ט נישט היינט. ער האט זיך מתחמק געווען און נישט געהאט וואס צו ענטפערען.
איך בין נישט ליפשיץ און איך וועל איהם פרעגן, כ'האב נאך קיינמאל נישט גערעדט מיט איהם, כ'האב נאר איינמאל געהערט א דרשה פון איהם אין א כולל אין ירושלים.
פארוואס זענען די סטמורים אזוי ביזי כסדר, מיט "שמאלע געפאסטע קליידער", "ביי האר", "סים" אויף ברוינע טייץ? (אגב ס'איז זייער כדאי דאס איינער זאל דורך טוהן די אנטרעפילאגישע אנטוויקלונג פון די אלע מלבושים נאכן קריג, וואס פארשטייט זיך ברוינע טייץ איז נישט געווען פארן קריג און אזוי ווייטער די אלע אנדערע משוגאסען)
די תירוץ איז אינגערישע וואס זענען על פי רוב געווען (און נאך היינט) פשוטע בעלי בתים, איז דער גאנצער קאפ געווען דארטען.
די פולישע רוסישע און געליציאנע האבען אנדערע זאכען אין קאפ!!!
תוקן על ידי - גרוינעם - 08/04/2005 2:23:02
מלך בבל.
אויף דעם וואס די אטאקירסט מיך, וועל איך נישט ענטפערען. והסיבות פשוטות.
אויף דעם וואס די זאגסט אז קוסטום שייטלעך איז פשוט אז עס אסור ווייל עס זעהט אויס ממש ווי האר. און די מאכסט א דמיון צו פלעסטיק.
סליחה. די גרייזט.
א היתר עיסקא איז מותר? פארוואס? איך, דיך, דער ערב, דער עדים, און ווער נישט, יעדער ווייסט עס איז רבית. אין א קליין פאפיר (אדער אפילו בפה) זאגט מען אז עס איז א אינוועסטמענט, און פלוצלינג איז אוועק געפאלען דער איסור.
מכירת חמץ.
יעדער ווייסט אז דער חמץ בלייבט מיינס. מען שרייבט אין א שטר אז עס איז פארקויפט, און ער הלכה'דיג נישט מיינס, און גענדיגט.
הוא הדין שייטלעך.
די תורה אסר'ט "שער" פין די פרוי, אז די שער הייסט אן ערוה. עס מיינט נישט הרהור, עס מיינט אז עס האט אן הלכה פין אן ערוה אז מען טאר נישט ליינען קיין ק"ש כנגדה, וכו'.
יהיה מה שיהיה, וואס מען לייגט ארויף אויף'ן קאפ, איז נישט אסור, און הייסט נישט קיין ערוה. פארוואס? ווייל די תורה האט עס נישט גע'אסר'ט. נישט וועגען דעם האט די תורה גערעדט. אפילו אלע טעמים (וואס מען וועט ארויף לייגען אויף די שערות) זאלען שייך זיין, איז עס נישט דאס. און עס איז נישט קיין ערוה. איך גלייב נישט אז קיין איינער פסק'נט אז א קוסטום שייטעל איז אן ערוה און מען טאר נישט ליינען קיין ק"ש דארט.
ממילא, ווען די ווילסט מיר טענה'ן אז עס איז בכלל שערות, איז הער מלך, איך בין מחולק מיט דיר.
לגבי די ד"ח האסטו גארנישט אויף געוויזען.
און אז די ווילסט רעדען וועגען סאטמאר, הדברים עתיקין.
איך געדענק מיין סאטמארע קרוב האט מיר געזאגט (אלץ יונגעל), אז די ציונים האבען געמאכט אן ע"ז ביים כותל. וכהנה רבות.
גרוינעם און בד"א באראפארקר אויך,
איך מיין אז מען דארף זיך אכטונג געבען נישט גיין צו פערזענליך ביי אזעלכע וויכוחים.
די סאטמארער זענען נישט אליין שולדיג אין דעם וואס זיי מאכען פין די אייגענע מצוות א טפל אין פין יענעמ'ס מצוות אן עיקר, ווי נישט האט מען דאך זיי אזוי מחנך געוועהן אז די (נישט אקטועלע ל"ת) מצוות (ציונות, אגודה, ביי האר {קענט איר איינער וואס גייט מיט דעם?}, וכו' וכו' ) זענען די עיקר פין די תורה, און אז איינער האט א ברירה צו זיין פארנומען מיט די חלקים פין די תורה וואס זענען נאר מחייב יענעם, פארוואס זאל ער זיכען עפעס ערענטסקייט פאר זיך?
עס איז פשוט א פסיכילאגישע שוואכקייט, און אוודאי זענען אסאך פין דער אידען נישט ביכולת אריבער פירען צו זיך אזא גרויסע התחייבות בו בשעה וואס ער זעהט פאר זיך א פתח להמלט בה.
און ממילא איז דעתי אז ווען מען ענטפערט די סארט אידען זאל מען רעדען צו זיי מיט אביסעל מער סימפאטיא, אולי יחזרו למוטב! הלא אחינו בשרינו הם!
כ'האב שוין געשריבן אז כ'גיי מער נישט ענטפערן.
און - ווי שטענדיג - וועל איך זיך האלטן צו וואס כ'האב געשריבן.
איך וויל נאר פרעגן א זייטיגע שאלה פון א "זשיד":
ילמדינו רבינו, אפשר וועסטו מיר געבן צו ערקלערן וואס מיינט "למוטב" ...???
----------------
כ'מיין אז ס'איז מער כדאי דו זאלסט מיר ענטפערן אין דעם אשכול:
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1337240תוקן על ידי - זאליweaky - 08/04/2005 7:43:07
The Satmaer rebbe ZTs"l asked the people in Satmar, the city) to put on Shaitlech but the real fanatic was Tsanzer Ruv ZTs"L
Perhaps he had his head between... 0
Goilem
תוקן על ידי - ahroiny - 08/04/2005 19:59:17
עטליכע הערות פאר די גאונים וחסידים שליט"א:
גרוינעם:
פארוואס זענען די סטמורים אזוי ביזי כסדר, מיט "שמאלע געפאסטע קליידער", "ביי האר", "סים" אויף ברוינע טייץ? (אגב ס'איז זייער כדאי דאס איינער זאל דורך טוהן די אנטרעפילאגישע אנטוויקלונג פון די אלע מלבושים נאכן קריג, וואס פארשטייט זיך ברוינע טייץ איז נישט געווען פארן קריג און אזוי ווייטער די אלע אנדערע משוגאסען)
די תירוץ איז אינגערישע וואס זענען על פי רוב געווען (און נאך היינט) פשוטע בעלי בתים, איז דער גאנצער קאפ געווען דארטען.
די פולישע רוסישע און געליציאנע האבען אנדערע זאכען אין קאפ!!!
עד מתי יהיה זה לנו למוקש, די רבנים ביי אידן זענען ביזי מיט אלעם וואס איז נוגע כלל ישראל, תורה איז תורה, אויב שטייט אין די תורה אז מען טאר א געוויסע זאך נישט טון, און דער עולם פאלגט נישט, מוז יעדער ערליכער רב טון וואס ער קען, און בשנים כתיקונן האט מען מעניש געווען, עיין חושן משפט סימן ב', און בעז"ה ווען משיח וועט קומען און די סנהדרין וועט זיין עומד עלך מכונו וועט ווייטער אזוי זיין, מלקות, מכות מרדות, מיתות בית דין, פאר יעדן חטא, און אויף דער ווארטן מיר יעדן טאג, שיבא בב"א
אויב טוען די פרויען זיך נישט אהן ווי עס דארף צו זיין, קעגן די הלכה, מוזן די רבנים ארויסקומען און אויפקלערן די חשוב'ע פרויען אז זיי טוען קעגן די תורה, און זענען מכשיל אידן מיט זייערע מלבושים, קיינער קומט נישט מיט מעשיות און השקפות, אין יעדן צעטל איז דא מקורות צו שלחן ערוך און פוסקים, נאר דער עולם וויל זיין דעמאקראטיש און טון וואס מען וויל, איז מען ברוגז אויף די רבנים,
וועגן פרויען דרייוון האבן אונטערגעשריבן אויך נישט אונגארישע רבנים, דער באבאווער רב מהר"ש בכבודו ובעצמו האט געשריבן א לענגערע בריוו איבער די פירצה, עס איז געדרוקט און מפורסם,
און איך האב פאר דיר נייעס. טאקע די הייליגע פוילישע רבנים פון וועמען די רעדסט מיט אזא באגייסטערונג, האבן טאקע נישט גענומען חינוך הבנות אין די האנט אריין, זעהען זיי אויס ווי זיי זעהען אויס, איך וויל ח"ו נישט רעדן שלעכטס אויף אידן, אבער דער מצב מיט חינוך הבנות אין גור איז מיין איך גענוג באקאנט, חסרונות קען זיין איבעראל, אבער אז לכתחילה זאל דער חינוך סיסטעם נישט טויגן מיין איך אז די אונגארישע האבן סאך שענערע פירות.
נאכמער, דו האסט נישט ליב אז די רבנים זענען ביזי מיט די פרויען, איך פאר דיר נייעס, אז אביי ורבא, רבינא און רב אשי זענען שוין געווען ביזי מיט די פרויען, און דו רעדסט מיט אזא פרעכהייט אז די אונגארישע רבנים האבן געהאט זאכן אין קאפ, זאלסטו מיר ענטפערן פארוואס דער רוסישער אגרות משה האט גע'פסק'נא געוויסע פסקים וואס אפילו דער גאליציאנער באבובער רב זצ"ל איז ארויס קעגן, ווייל ער האט געהאט אנדערע זאכן אין קאפ, קומסט נישט צו די קרסולים פון ר' משה פיינשטיין און פון סאטמאר רב און נישט פון קיין איין גדול בישראל, נישט פון די אונגארישע און נישט פון די גאליציאנער,
דער הייליגער חתם סופר ותלמידיו זענען געווען פשוטע בעלי בתים? דער מחנה חיים איז געווען א בעל הבית? רבי יהדה אסאד איז געווען א בעל הבית? כלל ישראל האט זיך גארנישט צו שעמען פון די אונגארישע, וועלכע זענען גרויס געווארן אהן קוויטלעך, אהן פדיונות, און אויך אהן חסידים און אנשי שלומינו.
א רב בישראל איז מחויב צו נעמען די לייצעס אין די האנט, און מוחה זיין אויף אלע פירצות, אודאי שמעקט עס נישט פאר די פורקי עול, האי צורבא מדרבנן דמרחמין ליה בני מתא לאו משום דמעלי טפי אלא משום דלא מוכח להו במילי דשמיא (כתובות קה)
ביי די רעפארמער און ביי די גוים איז נישטא קיין רבנים, יעדער קען טון וואס ער וויל, נישטא קיין תורה וואס מען מוז פאלגן, ביי אידן איז אנדערש, ועיין פלא יועץ ערך גלות דברים נפלאים, ואמכ"ל
ואידך פירושא זיל גמור
באראפארקער:
מלך בבל. אויף דעם וואס די אטאקירסט מיך, וועל איך נישט ענטפערען. והסיבות פשוטות. אויף דעם וואס די זאגסט אז קוסטום שייטלעך איז פשוט אז עס אסור ווייל עס זעהט אויס ממש ווי האר. און די מאכסט א דמיון צו פלעסטיק. סליחה. די גרייזט. א היתר עיסקא איז מותר? פארוואס? איך, דיך, דער ערב, דער עדים, און ווער נישט, יעדער ווייסט עס איז רבית. אין א קליין פאפיר (אדער אפילו בפה) זאגט מען אז עס איז א אינוועסטמענט, און פלוצלינג איז אוועק געפאלען דער איסור.
מכירת חמץ. יעדער ווייסט אז דער חמץ בלייבט מיינס. מען שרייבט אין א שטר אז עס איז פארקויפט, און ער הלכה'דיג נישט מיינס, און גענדיגט.
הוא הדין שייטלעך. די תורה אסר'ט "שער" פין די פרוי, אז די שער הייסט אן ערוה. עס מיינט נישט הרהור, עס מיינט אז עס האט אן הלכה פין אן ערוה אז מען טאר נישט ליינען קיין ק"ש כנגדה, וכו'. יהיה מה שיהיה, וואס מען לייגט ארויף אויף'ן קאפ, איז נישט אסור, און הייסט נישט קיין ערוה. פארוואס? ווייל די תורה האט עס נישט גע'אסר'ט. נישט וועגען דעם האט די תורה גערעדט. אפילו אלע טעמים (וואס מען וועט ארויף לייגען אויף די שערות) זאלען שייך זיין, איז עס נישט דאס. און עס איז נישט קיין ערוה. איך גלייב נישט אז קיין איינער פסק'נט אז א קוסטום שייטעל איז אן ערוה און מען טאר נישט ליינען קיין ק"ש דארט.
דו מישט אויס הודו מיט פיש. רעדסט פון חמץ. די תורה זאגט ולא יהיה לך שאור, האבן חכמי הדורות ערפינדן א היתר מכירה, און מען פארקויפט עס א מכירה גמורה פארן גוי, אויב האסטו אמאל געלערנט סימן תמ"ח ווייסטו דאס גאנץ גוט, און פארטיג, מכירה איז מכירה, עס געהער נישט צום איד, וואס איז דער דמיון דא אהער? ר' שמלה קלוגער האט עטליכע הונדערט תשובות אויף מכירת חמץ, ער אבערט ארום וויאזוי עס זאל זיין געהעריג אויסגעהאלטן, נישט קיין הערמה, און ביי דיר איז פשיטא לך.
און מיט עיסקא, מאכסטו ווייטער א גזירה שוה וידבר מיט וידבר, אהן קיין הענט און פיס, די תורה זאגט א איד זאל נישט בייסן דעם צווייטן דורך נעמען פראצענט, האבן די חכמים געמאכט א וועג ארויס אז אויף צו פארדינען קען מען נעמען געלט, אבער נישט אז ער בארגט אויף פראצענט, און מען דארף ווייטער מאכן געהעריגע שטרות אדער לכה"פ תנאים בעל פה, איז וואס ווילסטו ווייטער?
איך האב פאר דיר בעסערע משלים. איינער גייט אין א געשעפט ער וויל נעמען א ברויט, פלוצלונג הערט ער ווי מען שרייט גנב! גנב! ער נעמט ארויס צוויי דאלער פון טאש, באצאלט, און פלוצלונג שרייט מען נישט, וואס ער האט דען געטון? וכהנה וכהנה נארישע צושטעלער
די תורה זאגט ולא יראה בך ערות דבר, אויב איז האר פון א פרוי ערוה, בלייבט עס ערוה, וואס האקסטו צוזאמען חמץ מיט ריבית צו ווייזן אז אויך ערוה האט א וועג ארויס? זיי מסביר! כ'טראכט, אז נישט נאר ר' בח"ג איז א ת"ח ששכח תלמודו, כלשונך אין אן אנדערן אשכול, נאר אפשר האט ער א שותף?
און אויב דו גלייבסט נישט אז עס איז דא אזעלכע פוסקים, מוזט נישט גלייבן, איך וועל דיר ברענגען צוויי וואס שרייבן אזוי קלאר, 1. ערטת זקנים או"ח סימן ע"ה, 2. שו"ת חסד לאברהם - תאומים (נכד החוות דעת) מהדו"ת אה"ז סימן פז. און נאכאמאל, איך זאג נישט אז דער איז דער איינציגער איסור אויף שייטלען, אבער מען רעדט דערוועגן, און די נייע שייטלען זענען זיכער אין דעם פרט טויזנט מאל ערגער.
ממילא, ווען די ווילסט מיר טענה'ן אז עס איז בכלל שערות, איז הער מלך, איך בין מחולק מיט דיר.
לגבי די ד"ח האסטו גארנישט אויף געוויזען.
און אז די ווילסט רעדען וועגען סאטמאר, הדברים עתיקין.
איך געדענק מיין סאטמארע קרוב האט מיר געזאגט (אלץ יונגעל), אז די ציונים האבען געמאכט אן ע"ז ביים כותל. וכהנה רבות.
און מיר האט מיין באבובער קרוב געזאגט (אלס יונגערמאן) אז דער קדושת ציון האט געזאגט אז דף היומי איז פארשטינקענע פיש איינגעוויקלט אין א בלאט גמרא (אוי! אפשר בזמן הזה וואלט ער נישט גע'אסר'ט?...)
מיט דעם ד"ח וועל איך זיך מטפל זיין נאך שבת אי"ה
נאך א נקודה. ווען א פרוי טוט אהן דעם שייטל, ווען טוט זי עס אהן, אין שטוב צו וואשן וועש און טוישן א פעמפער, אדער צו גיין צו א שמחה און שאפינג, ווען זי קומט צווישן אנדערע מענשטן? דער מאן דארף זעהן אין שטוב א פאשרוויצטן פנים מיט א צוריסענעם טורבאן, און פאר יענעם וועט זי זיך פארבן און אנטון דעם שייטל אויפן קאפ, דאס הייסט נישט זיך באציהרט פאר יענעם? הרב ראזענבלום (פערצופאל ווייט פון סאטמאר) איז שוין מאריך אין דעם, ווער עס וויל נישט וויסן דעם אמת וועט גארנישט העלפן. אודאי זנען דא פרויען וועלכע טוען זיך אהן נארמאל אויך אין שטוב טאקע פארן מאן, אבער א שייטל? ס'איז דאך צום ארויסגיין!
ביז עטליכע הונדערט יאר צוריק האט מען נישט געשוירן די האר אין ערגעץ, אין גאס האט מען איבערגעדעקט די האר מיט א טיכל, די רגע וואס מען איז ארין אין שטוב האט מען עס אראפגעווארפן פון קאפ, קמחית איז געווען א צדיקת אז אויך אין שטוב האט זי נישט געוואלט מען זאל זעהן אירע האר, אבער עס איז נישט קיין איסור, מיט די חומרא פון זוהר האט מען זיך נישט געפירט פאר פינף זעקס הונדערט יאר צוריק, די גמרא זאגט קלאר אז שערות היוצאות זענען נישט ערוה, אבער בזמנינו וואס מען טוט פונקט קאפויער, אין שטוב נישטא קיין האר (אין רוב חסיד'ישע מקומות) און אינדרויסן באציהרט מען זיך, איבערהויפט אז עס שטערט אנדערע מענער, וואס איז דער פשט?
איך וויל נאר צוברענגען א לשון פון הייליגן רמב"ם (הלכות אישות פי"ג הי"א): גנאי הוא לאשה שתהיה יוצאה תמיד פעם בחוץ פעם ברחובות, ויש לבעל למנוע אשתו מזה ולא יניחנה לצאת אלא כמו פעם אחת בחודש או פעמים בחודש כפי הצורך, שאין יופי לאשה אלא לישב בזוית ביתה שכך כתוב, כל כבודה בת מלך פנימה.
מיט די צייט זעהט אויס האט די מציאות זיך געטוישט, פרויען זענען געווארן מער פארנומען, זיצן אין שטוב איז למעשה היינט א סכנה, און ווער עס פארלאנגט דאס פון זיין פרוי איז נישט מער ווי אן אכזר, אבער מען רעדט נישט פון טוישן א דת יהודית, עיין שם, אבער דאס וואס טוט זיך היינט אז צום ארוסגיין זאל מען זיך גאר באפוצן - איז א פרוכט פון די מאדערנע וועלט.
כל טוב
א גוטן שבת
_________________
עטרת זקנים או"ח סימן ע"ה
[בילד – נישט אפגעהיט]
שו"ת חסל"א הנ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך זע אין דיין קאפי אז דער עטרת זקנים האלט נישט אזוי, נאר ער ברענגט א ישר אומרים דעם באר שבע.
מלך
שיטות וואס האלטען אז פאה נכרית איז שער איז דא. אונז רעדען וואס די ד"ח האלט (געדענקסט וועגען פארדרייען די אשכול?).
לויטען ד"ח זאגסטו אז פאה נכרית איז שער?
קלאר אז נישט, שייטלעך לויטן ד"ח זענען אסור צוליב דת יהודית, וואס ווענדט זיך אין די מנהג רוב נשים, און היות היינט איז די מנהג אז מען טראגט שייטלעך, און עס "נישט" נתייסד געווארען לשם פריצות, אדרבה, מען האט עס געטוהן לשם צניעות צוליב די צורך הדור, ממילא איז א שייטעל היינט "מותר" לויט'ן ד"ח.
האסט עפעס אויף צו ווייזען אז אפילו לויט די ד"ח איז היינט א שייטעל אסור? איז שרייב, ברענג מיר נישט קיין שיטות פין דעם און יענעם, דאס איז נישט יעצט די מדובר.
באראפארקער
איך האב געשריבן קלאר אז איך רעד נישט פון דברי חיים, איך האב נאר באמערקט א שטארקע סתירה אין דיינע ווערטער: קודם שרייבסטו איך גלייב נישט אז קיין איינער פסק'נט אז א קוסטום שייטעל איז אן ערוה און מען טאר נישט ליינען קיין ק"ש דארט., יעצט שרייבסטו פלוצלונג שיטות וואס האלטען אז פאה נכרית איז שער איז דא, מעיקרא מאי קסברת ולבסוף מאי קסברת? יא דא אדער נישט דא?
איך האב געשריבן קלאר אין מיינע פריערדיגע ווערטער: און נאכאמאל, איך זאג נישט אז דער איז דער איינציגער איסור אויף שייטלען, אבער מען רעדט דערוועגן, און די נייע שייטלען זענען זיכער אין דעם פרט טויזנט מאל ערגער און איך האב דיר נאר גענטפערט אז עס זענען יא דא פוסקים וואס האלטן אז שער תלוש איז ערוה, כאטש עס זענען זיכער דא מתירים, אבער דו האסט נישט געגלייבט (עכ"פ אזוי האסטו געשריבן) אז עס זענען דא אוסרים - האב איך דיר געברענגט אוסרים.
און טאקע א יש אומרים פון עטרת זקנים איז אויך א מיינונג, ער שרייבט דאך לפי דעת הבאר שבע (ותשובה לדברי קרינסקי)
און בנוגע דעם ד"ח. אויב דו וועסט מיר ערלויבן 2-3 טעג וועל איך דיר ענטפערן ווייל איך בין געווארן זייער פארנומען, אבער סוף וואך וועל איך האבן אי"ה צייט, כאטש דער ענין איז זייער פשוט, אבער איך וויל גוט טראכטן פאר איך שרייב, און מיין שאפ איז מיר נישט אזוי קלאר ואתך הסליחה. אפשר וועט אינצווישן איינער ענטפערן, עס איז גאנץ פשוט, עס דארף נאר ווערן גוט ארויסגברענגט, אויב וועסטו נאך אלץ האלטן אנדערש, וועלן מיר זיך דאן מתוכח זיין.
כל טוב
גרונם
די פשוטי עס פין אין כ"ש די בעלי בתים פין די סאטמערע וואס זייער
קאפ ליגט אין נשים
שטייען העכער ווי די גור'ע גויטעס וואס האבן חתונה מיט די היעיליגע גור'ע מענער וואס קענענן ניטאמאל אידיש אין אפלוי די וואס קענענן אידיש
אין אזוי אויך פין די ליבאוויטש'שע
מלך
איך האב נישט געלייקענט קיין שיטות. איך רעד היינט צו טאג, גלייב איך נישט אז איינער פסק'נט אז עס הייסט שער לגבי ערוה. הבנת? און שיטות וואס אסר'ן עיסקא און מכירת חמץ איך אויך דא. און די דמיון צווישען די ענינים איז פשוט למרות וואס די לאכסט אפ. די צד השוה צווישען די אלע זאכען איז, אז טאמער זענען מיר דורש טעמא דקרא, זענען די אלע זאכען אסור, ווידער מיט פשט'לעך און דקדוקי הלכות זענען די זאכען מותר. והוא הדין שייטעל.
בנוגע דעם ד"ח געב איך דיך וויפיל צייט די ווילסט, אויב די האלטס אז צייט וועט דיך העלפען. אבער ווען די שרייבסט שרייב מער בקיצור און צום פינטעל, נישט מיט קיין אריכות און ארום און ארום. כאטש איך האב הנאה פין דיין פעדער און געשרייבעכץ, דא שרייב צו פינטעל.
getme
עס איז נישט שיין ווי די מאכסט אוועק גור אז
א. די נשים זענען גויטעס.
ב. די מענער זענען הייליג.
אבער לויט ווי איך פארשטיי ביסטו מודה אז די בעלי בתים אין סאטמאר ליגט זיי דער קאפ אין נשים.
און דאס וואס מען קען נישט אידיש אין גור, כאטש לדעתנו איז דאס א חסרון, מיינט נישט אז די סאטמארע שטייען אין א העכערע שטאפעל אין אידישקייט. (אגב - טאמער איינער וויל וויסען ווי אזוי מען זאגט א מיאוס ווארט אין אידיש - פרעגט א בעה"ב אין ס... - זיי האבען אפילו א דיקשינערי).
די שחצניות פין די נשים אין סאטמאר אין גענוג שלעכט אז די וואלסט געדארפט טראכטען צוויי מאל פאר די רופסט גערער נשים - גויטעס.
באראפארקער
פאר די מוסר'סט מיר אויף מיין לשון גיי ארויס פין דיינע ענגע ד' אמות אין ווייס וואס עס טיט זיך אין אנדערע פלעצער אין נאכדעם שרייב וואס די ווילסט
בכל הכבוד
ביי די וועי, אז די רעדסט פין די סאטמערע פרויען,וואס טיט זיך מיט די באבובע וואס ע"פ רוב גייען זיי מיט לאנגע יומען הער שייטלעך אין לויטן מייסד השלשלת אין אזוי אויך לויט אלע גדולים זענענן זיי עוברת על דת יהדות אין מען טאר נישט מאכן א ברכה אין זייערע ד' אמות??!!
באראפארקער
יעצט נאכן שרייבען האב איך באמערקט אז די פרובירסט דא צי פארנעטפערן די באבובע חדר פארוואס ע"פ רוב גייעו זיי אוסגעלאסן אין נישט ווי א אידישע טעכטער לויט שיאות מייסד השלשלת צאנזער רב וכל הגדולים
איך ליין נישט דיינע הסברים ווייל אין קץ לדברי רוח. הייד פארק איז נישט א פלאטץ ווי מען ווענט אפ א דברי חיים אין אלע גדולים ובתוכם סאטמערע רבי זי"ע אין אינזער תקופה וואס האבן מרעיש עולמות געווען אז אזוי צי גיין אנגעטין איז עוברות על דת יהדות אין די תורה אין מצות פין אזא שטיב גייט נישט ארויף אין הימל
נאר,פאר די טראכסט צי שרייבן פין סאטמער א שלעכט ווארט טראכט ווי שלעכט באבוב שטייט אין די סאמע ווכטיגסטע זאך "צניעות" אין נאכדעם שרייב
בכל הכבוד
נו נו
אז די ליינסט נישט וואס איך שרייב, קומט לכה"פ איך זאל נישט ליינען וואס די שרייבסט.
געווענליך אז מען האט נישט וואס צו ענטפערען זאגט מען "אין קץ לדברי רוח". און אזוי אויף אלע ענקערע שטותים.
און פאר איך ענטפער אויף באבוב, זאלסטו אזוי גוט זיין און מסביר זיין פארוואס אסאך אהרונים אין בארא פארק גייען אנגעטוהען מיט לענגערע שייטלעך ווי געווענליכע חסידישע נשים (ובתוכם באבוב).
איך טוה נישט וואס ר' יואל'יש האט באפוילען, נקודה.
און וועגען ד"ח האב איך געשריבען גענוג.
און ווען די ווערסט פערטיג "נישט" ליינען וואס איך שרייב, ענטפער פארוואס די נשים ביי ענק גייען אנגעטוהן מיט בגדי שחץ לכל הדעות, לעומת די באבאווע נשים וואס גייען אנגעטוהן בדרך הצניעות בדרך כלל (פארגעס פין שייטעל אויף א מינוט).
איין ווארט זאגסטו גוט
אין קץ לדברי רוח.
באראפארקער
כ'וועל דיר ענטפערן זייער פשוט
אין הכי נמי אין סאטמער איז אויך דא וואס גייען נישט אנגעטיען ווי מען ברויך אבער עס ווייסט יעדער אז די חלק הארי גייט יא ווי מען דארף דער עיקר עולם גייט יא אין דאס איז די פאן פין סאטמער ליידער איז דא אויך אזעלכע אזוי ווי די שרייבסט וואס גייען נישט ווי אזוי מען דארף
משא"כ באבוב איז פארקערט מען קען אפשר טרעפן אפאר וואס גייען ווי מען דארף
אין דאס איז די בושה פין באבוב ווייל אפלוי די איין זאך וואס זיי האבן זיך געקענט אויפטיען ביז יעצט אז ביי זיי איז עכ"פ נישט דא קיין מחלוקת איז יעצט אויך אוועקגאנגען אין מען שלאגט זיך דארט ביי די קעפ פינקט ווי ערגעץ אנדערש ממילא איז עס געבליבן א ליידיגע טריקענע חסידות וואס די גאנצע קאפ ליגט ווי מען קען זיך בעסער שלאגן אין די ווייבער זאלן גיין ווי מער......
דרך אגב אויב די קענסט מיר ארייסקענען דא א "קאפי" פין עני היתר פארוואס מען מעג אזוי גיין וואלט איך מיר זייער געפרייט ווייל אזוי וועל איך קען האבן א לימוד זכות אויף אידן,אבער נאר א היתר פין א רב וואס איז פין דברי חיים אין אין נאכדעם מכמה סיבות
געט מי
וואס איז געשעהן?
כאן יצאה נשמתו בקדושה וטהרה.
תירוצים אויף סאטמאר איז איבריג, איך ווייס די תירוצים.
קוק אויף דיינע אייגענע חסרונות.
און חלום נישט אז אין באבוב שלאגט מען זיך ווי אין סאטמאר, דאס וועט נישט זיין אין הינדרעט יאר.
GETME
אין באבוב גייט מען אונגעטון ווי אידען, ווי די הלכה זאגט ווי דער דברי חיים זאגט.
לאמיר זען אז סאטמאר זאל גיין מיט צען פראצענט וואס דער סאטמארער רבי האט געהייסען.
ובענין מחלוקת, באבוב האט יעצט געוויזן אז אפילו חסידים האבען אנדערע דעות אין הנהגה, טוען זיי וואס די תורה הייסט, הענט האסטו נאר געזען אין באבוב איין מאל ווען אפאר נערנים האבען געפאלגט משה גבאי און געשלאגען, אבער האבען שנעל חרטה געהאט.
בסך הכל וועט דער באבובער טיילונג בויען תורה און חסידות, וואס דאס איז א מחלוקת לשם שמים.
יעצט צוריק צום דברי חיים.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 21/04/2005 6:52:41
באראפארקער איך מיין אז די האנדלסט נישט גוט מיט די חברה.
איך האלט אז די בוסט אין פרינציפ 100% גערעכט אבער דיינע צוריק ווארפן שמוץ אויף סאטמאר באלייכט אונז נישט מיט גארניש.
איך האב פשוט נישט קיין צייט קען איך נישט געהעריג מגיב זיין, אבער 'מלך בבל' דער מתחיל פון דער אשכול האט געפערגט א ערענסע פראגע אין עס איז כדאי מ'זאל ענטפערן מיט דרך ארץ.
GETME
רוב סאטמאר'ע נשים גייען נישט מיט שייטליך??? איז לדעתי א פשוט'ע ליגען.
עס איז נישט קיין נפקא מינא ...איך בין געשטאנען ביי א חופה ווי דער סאטמאר רבי מהרי"ט זצ"ל האט מסדר קדושין געוועהן פאר א פאר פאלק ווי דער פרוי איז געגאנגען מיט הוילע שייטל...
אויב ער האט געהאלטן אז 'בזמן הזה' (די הערסט מלך-בבל?) איז דער פסק דין פון דברי חיים פעליג היתכן ער האט צוגעלאזט אזא שידוך בכלל?
מלך בבל, האם יש תורה חדשה??
כמה וכמה אנשים האבען מיר געזאגט בשמו מפה קדשו אז ער האט נישט מונע געוועהן קיין שום שידוך אויב דאס מיידל האט גאוואלט גיין מיט א שייטל, אויף דעם איז נישט דא קיין חולק.
ווי אזוי שטימט דאס מיט'ן דברי חיים??
דער תירוץ איז פשוט אז בזמן הזה איז עס נישט בגדר 'חוקותיהם' בכלל לא!
דער אנדערע תשובה [די קורצע] ווי דער דברי חיים באזירט זיך אויף 'דת יהודית' האב איך שוין געשריבען אז בזמן הזה איז עס נישט קעגען דת יהודית ווייל רוב נשים יראים ושלמים גייען מיט שייטלען.
דער איינציגע קשי' וואס מקען פרעגען אז אויב פאר באבוב איז וויכטיג 'מלבושים' מטעם 'מנהג' כמו געפעפיפטע הויזען, שפרענצעלע וועסט, סטראקעס, רעזעוואלקע פרייטיג צו נאכט נאר אין איין האנט... וכו' כו' וכו' פארוואס זאלען די נשים פטור זיין פון דעם אלטן דרך ..אויף דעם איז טאקע א וואונדער אבער דאס איז נישט קיין הלכה פראגע
נאר א קרעפל תורה שאלה.