יארן לאנג פלעגט דער רב שליט"א אריינפארן קיין וויליאמסבורג שמחת תורה, צו טאנצן די הערליכע הקפות ביי זיין טאטן. אזוי פלעגט זיין יאר איין, יאר אויס און דער רב האט שוין באקומען חזקה, ביז דער פויער זאלי המכונה דזשיגאן, האט זיך אנגערוקט אין וויליאמסבורג און זיך דערקלערט רב, זייט דעמאלטס טאר דער רב מער נישט אריינקומען אין וויליאמסבורג - אזוי טענה'ט משה פריעדמאן און קאמפאני - ווייל ער דארף וויסן אז די זאליס וועלן מאכן מהומות. איי ער קומט שוין יארן אריין קיין וויליאמסבורג שמחת תורה, און ער פלעגט קומען מיטהאלטן דעם טאטנ'ס הקפות נאך ווען זאלי טייטלבוים האט נישט געוואלט קענען דעם טאטן? תיקו.
יעצט אבער פארט זלמן לייב טייטלבוים קיין ארץ ישראל, און באשליסט דוקא צו פארן קיין בני ברק, כאטשיג ער ווייסט אז דאס וועט ברענגען מהומות און כאטשיג ער האט נישט וואס צו זוכן אין בני ברק, און האט נישט דארט קיין שום חזקה. אבער פלוצלינג הערט מען פון די זעלבע זאליס אנדערע ווערטער. פלוצלינג מעג מען קומען זיך דירעקט רייצן.
אפשר קען מיר איינער זאגן פארוואס אהרן טאר נישט פארן צו זיין אייגענעם טאטן, צו וועמען ער פארט שוין יארן לאנג, ווייל זאלי'ס אויסווארפן וועלן מאכן מהומות?
אבער זלמן לייב מעג יא פארן קיין בני ברק, און נישט ווייל ער דארף אהינפארן נאר ווייל ער וויל זיך רייצן מיט די אהרונים און ווייזן אז ער דערשרעקט זיך נישט פון זיי?
אפשר קען מיר א זאלי דאס אויפקלערן.
תוקן על ידי - קריתיואלער - 01/02/2005 1:11:55