היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » וואו איז פארשוואונדן דער "רבינו בחיי" ??

וואו איז פארשוואונדן דער "רבינו בחיי" ??

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1258009

זאליweaky » 21/1/2005 16:59

איר געדענקט נאך די מעכטיגע טרומפייטער פון "רבינו בחיי" ???

פאר די מיט א שוואכן זכרון, מיט עטליכע יאר צוריק, ווען רבינו שליט"א איז ברוטאל אוועקגעריסן געווארן פון זיינע געטרייע תלמידים וחסידים, און מען האט אונז נישט איבערגעלאזט קיין ברירה נאר צו גיין צו כ"ק הגאב"ד שיט"א, איז פראקלאמיר געווארן דורך די "נועם המידות" א ריזיגער קאמפיין "רבינו בחי".
היתכן מען פיר טישן, מ'פרטוועט קווילעך, וכו' וכו'.

היינט האלט עס ביי דעם, אז רבבות אידן ווייקן זיך תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א, ופני הזאלי'ס חפו.

איז געבליבן אויפן "בוידעם", אז מ'גייט נאכקאפירן אקוראט די זעלבע זאך (אזויווי אלע זייערע זאכן זענען דאך נאר נאכקאפירט פון די אהרונים), פירן טישן (אפילו ווען דער טאטע איז אין שטאט, א זאך וואס איז באמת נאכנישט געהערט געווארן), נעמען קוויטלעך, וכו' וכו'.

די וואך האט עס דערגרייכט א פרישן קלימאקס, מיט א ריזיגע פראקלעמאציע אין דער איד אויף ב\1 אז הטקסט שלך כאן וכו' זאלי גייט פארן אויף אר"י.

איך קען קוים ווארטן צו זען די פרישע פאשקעווילן וועלכע וועלן זיכער אנהייבן צו שטראמען.
ס'טייטש "רבינו בחיי" ???...

קריתיואלער » 21/1/2005 17:25

די זעלבע זאך איז געווען ביי די חתונה פון רב'ס זון הרב יואל.

מיידלעך שטערן האט ארויסגעגעבן א קונטרס וואו ער האט צאמגעשריבן כל דבר אסור קעגן די חתונה, און קעגן די לייטס און סיינס וואס מען האט געמאכט.

שפעטער האבן די זאליס גענוצט מיילעכ'ס קונטרס אלס א אינסטראקשען בוק וויאזוי צו מאכן זאלי'ס חתונה, און יעדע זאך וואס די אהרונים האבן געמאכט האבן זיי געמאכט דאפלט. דאפלט לייטס, דאפלט סיינס וכו'

ביי די זאלי חתונה איז געווען א שרעקליכע פירצה אז די פרויען האבן זיך ארויפגעשטעלט אויף די בארענטשעס ביי די מצוה טאנץ און געשטאנען צוזאמען מיט די בחורים מיט א שרעקליכע תערובות. ווען ס'וואלט געווען פארקערט וואלט מיידלעך שוין ארויסגעקומען מיט צען קונטרסים קעגן די חתונה, אבער ווי באלד ס'איז געווען ביי זאלי'ס חתונה איז געווען אין פוצה פה ומצפצף.

עלהניסים » 21/1/2005 17:50

תפסת מרובה לא תפסת!.

צום ערשט ברויך מען ענדיגן די מחאה קעגן די אומדעהערטע פירצה פון א y אנשטאט א Y. און נאכדעם וועט מען גיין ווייטער.

דאכט זיך אז די Y קאנטראווערסיע איז א סאך א ערגערע פירצה!.

און חוץ דעם ברויכט איר נישט זיין אזוי דעמאלאראזירט ווען די דעמאלאראזאציע הערשט ביי די זאלונים און נישט ביי ענק. עס איז ממש א שאד!. זאלן די זאלונים זיך אליין אויסדעמאלאזירן!. וואס דארפט עטץ אריינקומען אין פיקטשער?. די שמחה אמיתית און סיפוק החיים הערשט ביי ענק!.


============

העיליגע שבת

אומדירעקט » 21/1/2005 18:21

זייטס נישט באזארגט, קיין "21 דרשות" וואס כ"ק דער רב שליט"א האט געזאגט אין 5 טעג!! [געדרוקט אין קונטרס א"ך טוב] וועט דזשיגאן קיינמאל נישט נאכמאכן!!

זאליweaky » 21/1/2005 18:47

ועיקר שכחתי...

דער עיקר איז ארויסגעפאלן.
איינע פון די גרעסטע פירצות איז געווען דער טיטל "כבוד קדושת", ווער עס געדענקט נאך דעם טומל ווען עס איז געשטאנען אין די "מעיינות".
די וואך האט זיך דער עם הארץ באקרוינט מיט א ריזיגן "כבוד קדושת".
אטו בשופטני עסקינן ?! וואו זענען די אלע קארפו קעפ און מוסר זאגער ???

על_הניסים:
כ'מיין דו זאלסט גיין נעמען א לעקציע אין אידיש ביי דעם "איד-פארווערטס" שרייבער.
"דעמאראליזאציע" איז נישט א ווארט וואס מען נוצט ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן, דער ווארט האט א באדייט.

אויב דו פארשטייסט נישט די שפראך פון "היפאכאנדריע", קענסטו זיך ווענדן צו ליפא קרויס. עס קוקט אויס ווי ער פארשטייט דאס לעצטנס זייער גוט.

בדרך אגב, איך האב אליין געזען (אוי, די ווידעא וואס איז נישט געווען דארט...) ווי ליפא הנ"ל שפריצט וואסער מיט גרויס ווייטאג אויף די מענער און פרויען ברענטש ביי די זאלי חתונה.
שפעטער האט ער זיך אפגערעדט אז ער האט מורא אז די אהרונים וועלן דאס גוט צושמירן.
ער האט ווייזט אויס נישט געוואוסט אז די אהרונים ווייסן אז ביי די זאלי'ס מעגסטו זיין דער גרעסטער שגץ, אבי נישט קיין אהרוני רחמנא ליצלן...

עלהניסים » 21/1/2005 19:16

והוא אשר דיברתי:

די שמחה אמיתית און סיפוק החיים הערשט ביי ענק!.

אגב, האסטו שוין געפינען דיין מספר מנוי?. (אזויווי די ביסט ניי דא, וויל איך דיר מודיע זיין אז א מספר מנוי מיינט א "מעמברשיפ קארטל", וואס יעדער באקומט, מיט פארשידענע בענעפיטן. און דאס ווענדט זיך ווי מ'איז א מעמבער. ביי פרופיל המשתמש שטייט נאר די אהרונישע מעמבער נומער, ממילא זיי נישט דעמאלאזירט).

=========
העיליגע שבת

שדים_טאנץ » 21/1/2005 20:19

עלהניסים.

ישר כח פאר'ן מחזק זיין די אהרונים, אויף טריט און שריט.

איך האב נאר געוואלט זאלסט מיר ענטפערן צוויי שאלות:

ערשטנס: וואס איז שלעכט אז ס'שטייט א קליינע וויי אנשטאט א גרויסע? (איך מיין אז אזא "פארפאסער" ווי דיר דארף דאס וויסן)

צווייטנס: וואס מיינט דעמאלאראקאזאציע? א ווארט וואס דו נוצט די לעצטע צוויי וואכן איינמאל און נאכאמאל.

נ.ב. פארגעס נישט אז ס'איז שוין שב"ק אין ארץ ישראל און דו ביסט דאך אן איזרעלי און דעריבער טארסטו מיך נישט אפיציעל ענטפערן מיט'ן נאמען "עלהניסים". (קענסט נוצן אן אנדערע ניק נאמען מיך צו ענטפערן...)

זאליweaky » 21/1/2005 21:14

על_הניסים:
ביי מאנכע אידן איז פארהאן א כלל, אז עס איז נישטא וואס צו ענטפערן, שווייגט מען.
איך בין טאקע ניי דא, אבער כ'האב שוין פארט באוויזן צו דערגיין אז דו ביסט א איזראעלי (ועוד ועוד...), און אלס אזאנער, ביזסטו מסתמא באקאנט אז טיטלען ווערן פארקויפט אויף די שטיק, צען פאר א שקל.
און דער פשוט'ער סך הכל איז, אז אויב דער נועם הארץ האלט שוין דארט, אז עס בלייבט אים נאר איבער זיך צו קליידן אין א טלית שאינו שלו (כולו ....), דאן אנערקענט ער שוין אליין אז ער איז אויף גענאקטע צרות.

just a remeinder
א ליסטע פון תשנ"ט פון די אויפטוען פונעם נייעם שטראף.
1) נועם המדות.
2) להחזיר עטרה ליושנה (איר קענט אים ???)
3) צוריק שטעלן דעם כבוד פון רבנים (...)
4) צוריק "מודיע זיין" ווער דער רבי זי"ע איז געווען (ער איז דאך א מבין אויפן פעטער...)
5) אויפבויען א ישיבה וואו עס גייען לערנען נאר פיינע בחורים (מסתמא א קפידא פון רבי'ן זי"ע, אפשר פון די רעבעצן "זכותו" יגן עלינו)
6) פירן א קהלה וואו מען איז נישט בועט באביו וברבו (מיט וועמען... נישטא ווער זאל לאכן)
ועוד ועוד ועוד

און אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט א..."כבוד קדושת"
און ער מיינט נאך אז איך מיין אז ער מיינט...

נאך א גוטס פאר שוואכע זכרונות (נישט על_הניסים) איז א שטיקל אין דער איד פאר די אויבנדערמאנע חתונה אז זלמן וועט נישט צולאזן קיין טראסק זייענדיג "א עדין הנפש".
פרעגנדעג א זאלי פשט דערפון, איז ער מיר מסביר, אז די סיין אויף ויואל משה האט געבלינקט אויף 20 מיני וועגן, און זלמן האט געהייסן טוישן עס זאל נאר בלינקען אויף 4 מיני וועגן...
א גאונות...

תוקן על ידי - זאליweaky - 21/01/2005 21:16:12

תוקן על ידי - זאליweaky - 21/01/2005 21:18:22

מבקש_האמת » 23/1/2005 16:28

פאר נאך א לעקציע איבער די נייע תורה, וואו נאר די זאלי'ס זענען בארעכטיגט אריינצורעדן.

גייט צו:
www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1257332

צו זעהן א פרישן היתר פאר בחורים צו נוצן דעם אינטערנעט !!!

תוקן על ידי - מבקש_האמת - 23/01/2005 16:35:51

טוב_לכל » 24/1/2005 22:52

זאליוועקי

לויט ווי איך פארשטיי, ווילסטו זאגן אז אהרן'ס באלאן האט שוין פאר פינף יאר צוריק געפלאצט, און ער האט שוין דעמאלטס געמוזט הייבן די מאראל פון די אהרונים מיט טיטלען וואס מען פארקויפט צעהן פאר א שקל ???

ביטע פאררעכט מיר אויב איך האב א טעות...

זאליweaky » 25/1/2005 05:30

איך וועל דיר פארציילן א "גוטן" משל פון דובנער מגיד.

א פריץ האט אמאל געוואלט ארויס ווארפן זיין אלטן הונט, אבער ער האט נישט געוואלט אז די חיות זאלן מאכן פון אים סדר, האט ער אים אנגעקליידעט מיט פעל פון עטליכע חיות, און אים אזוי ארויסגעשיקט אין וואלד.

ווען דער חתן דנן איז אנגעקומען אין וואלד, האבן די חיות ארומגערינגלט די מאדנע חיה און באטראכט מיט וואונדער.
"ווער ביסטו ?", פרעגט אים איינער.
מיט שטאלץ ענטפערט ער "מיין זיידע איז געווען א לייב".
"אבער ווער ביסטו ?"
"מיין טאטע איז געווען א בער"
"אבער ווער ביסטו ?"
"איך, איך בין נישט מער ווי א פשוטער הונט"...

תוקן על ידי - זאליweaky - 25/01/2005 5:32:49

שדים_טאנץ » 25/1/2005 05:55

טוב_לכל » 25/1/2005 23:45

זאליוועקי:
ביי מאנכע אידן איז פארהאן א כלל אז עס איז נישטא וואס צו ענטפערן שווייגט מען...

כ'מיין אז דער לייב און דער בער האבן געהאט נאך אייניקלעך... אבער כ'וויל נישט פארשעמען דעם הונט און שרייבן ווער דאס איז...

און דער יעניגער איז געווען דער וואס האט ערפינדן דעם מיטל, פון קויפן טיטלען בעת צר.

העג נישט ארויס דיינע אייגענע שמוץ וועש אויף די גאס.

עלהניסים » 25/1/2005 23:49

טובלכל

טאגליכט » 26/1/2005 01:14

על הניסים האסט פארגעסן
______
העיליגע שבת

זאליweaky » 26/1/2005 01:18

איך זעה אז קיין אידיש פארשטייסטו נישט, וועל איך מוזן רעדן מאמע לשון, ווי מיין רבי אין כיתה א'.

די אהרונים האבן נישט ערפינדן קיין טיטלען "בעת צר", זיי האבן פשוט און פראסט "געטוישט" דעם טרעגער דערפון, געצוואונגענערהייט.

אבער דער פוסטער ליידיגגייער וועלכער האט געשריגן אז דאס מיינט "יקרבו" און "בועט באביו וברבו" (אויב ער ווייסט וויאזוי מ'זאגט עס...), איז יעצט ביים טוישן ליניע צו שאנד און געלעכטער אין זיינע אייגענע רייען, וועלכע טענה'ן אז פאר דעם האבן זיי זיך נישט געמוזט משפיל זיין צו דעם ליידיגן שטרויזאק.

אבער איך בין נישט באזארגט, ער וועט בקרוב געוואויר ווערן אז מ'קויפט נישט קיין מענטשן מיט קיין טיטלען און "תעמולה", ניטאמאל אין איזראעל (ער האט שוין דארט אויך באוויזן זיין "כח התורא"...).

איך האב שוין רחמנות אויף זיינע ציין, וועלכע וועלן נעבעך פרובירן (מיט א קנאפע ערפאלג, כדרכו בקודש...) זיך צוצושטעלן צו אים, אין זיין פרואוו צו ווייזן קונצן אין דרשות וכדו'.

(כ'געדענק, מיט יארן צוריק ווען כ'האב געלערנט אין צעירים, אין זיין ערגפאלרייכן" קאדענץ אלס "ר"מ", און ער איז נעבעך געצוואונגען געווארן פון די הנהלה צו זאגן א דרשה פאר פורים וועגן גיין נאך געלט, און ער האט צוויי וואכן פארדעם, בלי גוזמא, זיך אנגעהויבן צו פארקוקן די דרשה, און דעם טאג פון די דרשה האט ער בכלל נישט פארגעלערנט נאר זיך פארגעקוקט די דרשה.
און היינט וויל ער מיר פארקויפן לאקשן...
איך נעם עס נישט אפילו פאר אומזינסט)

טוב_לכל » 26/1/2005 08:29

כ'מיין אז דו האסט געהאט א שוואכן כיתה א' רבי...

טענו בחיטין והודו לו בזכר קדשו.

נאך אלע דיינע מעשיות ביסטו מודה אז אהרן האט גארנישט פארדינט מיט זיינע טיטלען.

שוין, כאטשיק א מודה במקצת.

בנוגע דעם וויליאמסבורגער רב, קוקט אויס אז די "תעמולה" אדער וויאזוי דו ווילסט עס רופן, האבן זייער פיין געארבעט.

די ריזיגע מאסן האבן אים געגעבן א פייערליכן קבלת פנים, וואס אזא מעמד קידוש השם איז שוין לאנג נישט געווען, און עס האט זיך קוים אנגעהויבן.

מען דארף קענען שלינגען...

משהבערבעק » 26/1/2005 19:12

מען דארף קענען שלינגן זאגט מען ווען ער וואלט ווען געהאט א עולם

אדרבא, זאל ער אונז געבן נאך עפעס, מיר וועלן עס שלינגן, קייען, און דער שפייעכטץ וועט אונז נישט אויפהערן רינען...

זאלי קיפ אפ... און פארגעס נישט צו ברענגן א גריס פון טאטי...

זאליweaky » 27/1/2005 00:51

איך גיי מיך נישט אריינלאזן אין קיין "ערנסטע" ויכוחים איבער מיין כיתה א' רבי (וואס איז גראדע היינט א זאלי...), און מיט די פאר ווערטער וועל איך שליסן מיין זייט אין דעם "געשפרעך".

איך בין מודה אז כ"ק הגאב"ד שליט"א האט פארדינט מיט זיינע טיטלען פונקטליך וויפיל דער "נועם הארץ" וועט פארדינען מיט זיינע...

איין חילוק איז אבער דא.
אז כ"ק הגאב"ד שליט"א האט זיך "פארדינט" זיינע טיטלען.
און דאס מיינט שוין יא אסאך.

אינאיינעם מיט צענדליגער יארן הארעווען יומם ולילה, איז טיטלען אזויווי די "קריעם" אויף די "קעיק".
אבער "קריעם" פאר זיך איז זייער שלעכט אין טעם.

איך שטעל זיך פאר, אז דו האסט אין די פארגאנגענע 25 יאר געהאט אזויפיל שייכות מיט סאטמאר, וויפיל שייכות זאלי האט געהאט מיט זיין טאטע (ד.ה. געשפיגן און געשאלטן).
אבער פאר אונז סאטמארע, וועלכע האבן מיטגעהאלטן זיין פונקטליכן התנהגות און סדר היום, און מיר האבן געוואוסט אלע יארן דעם פונקטליכן מיינונג פון כ"ק רבינו שליט"א איבער זיין "בן יקיר" קען קיינער נישט פארקויפן קיינע מעשיות.
פאר א לאנגע בארד און פארגלייזטע אויגן (אן די גלעזער...) האבן מיר קיינמאל נישט געכאפט קיין התפעלות.
בפרט ווען עס קומט באגלייט מיט זיסע און זאפטיגע "סטעיטמענט'ס", וועלכע דערמאנען אפט פון מארמאראש...

ויה"ר שילמדו תועים בינה.

טוב_לכל » 27/1/2005 03:19

כ'האב אלס גע'טענה'ט אז אהרן האט ליב די קריעם און די קעיק...

אבער זיין צייט איז שוין פאראיבער.

ער דארף שוין מאכן פלאץ פאר אנדערע.

"ומלכותה יתן המלך לרעותה הטובה ממנה"...

שמואל_מאיר » 27/1/2005 05:14

טוב, מען האט גענפענט פאר אזעלכע קינדער ווי די א ספעציעלע אשכול מיטן נאמן -על הניסים שרייבט
גיי אהין אין שרייב דארט דיינע קארני אין קינדערישע דשאוקס

ליין איבער אלעס וואס די שרייבסט דא אין די אשכול אין זע אויב איין ווארט שטימט צים צווייטן

תוקן על ידי - שמואל_מאיר - 27/01/2005 5:16:55

התאחדות » 28/1/2005 00:59

ביטע
איך ליין שוין זייער אסאך אין הייד פארק די לעצטע 25 יאר אין סאטמאר, איך פארשטיי נישט סאטמאר האט זיך אנגעהויבן 25 יאר צוריק, און די אלע וואס זענען געווען אין סטמאר פריער האבן נישט קיין רעכט צו זיין סטמאר?
ביטע ענטפער נארמאל

זאליweaky » 28/1/2005 04:17

טראץ וואס איך האב זיך געהאט פארגענומען אז איך וועל מער נישט ענטפערן דא.
אבער אדעתא דהכי לא קאמינא.

אזויווי כ'זעה דא א געוויסע פראגע וואס איז שווער פאר אסאך דרויסנדיגע, כאטש דער פרעגער האט נישט קיין ריינע כוונות, פארט איז דאס א קשיא וואס בארעכטיגט א קורצן ענטפער.

די היסטאריע פון סאטמאר איז זייער א שטורמישע, אבער לא הרי זה כהרי זה, זינט די פטירה פון רביה"ק זי"ע, האבן די שטורעם ווינטן אנגעהויבן בלאזן פון א נייעם ריכטונג "אשר לא שערום אבותינו".

עס איז צו קורץ דער פלאץ און די צייט דא אראפצוגעבן באריכות א היסטאריע פון גאנצע 25 יאר, בפרט ווען יעדן טאג כמעט איז געווען פרישע סחורה.

אבער איך וועל זאגן בקיצור איין ווארט וואס איז א כלליות'דיגער ענטפער אויף אלעם.

ווען דער רבש"ע האט געוואלט ווייזן פאר כלל ישראל די חכמה פון דעם מלך שלמה, האט ער אים אונטערגערוקט די באקאנטע מעשה ווען צוויי מאמעס האבן זיך געקריגט איבער איין קינד פאר וועמען עס געהער.
די מעשה האט איבערגעלאזט א געוואלדיגו לימוד לדורות.

ווען אימער עס איז דא א מחלוקה איבער א זאך ווער עס איז די ריכטיגע "מאמע", איז דא איין וועג וויאזוי עס אויפצוווייזן.

וועט דער מענטש זיין גרייט עס אויפצוגעבן אין פאל ער וועט נישט קענען קאנטראלירן דאס קינד\זאך, אדער וועט ער זאגן "גם לי גם לך לא יהיה" ???

און די היסטאריע פון די לעצטע 25 יאר, ספעציעל פון די לעצטע 5 יאר, לאזט נישט איבער קיין ספיקות, ווער עס האט באמת געזוכט און זוכט נאך היינט די טובה פון סאטמאר !!!

און מיט דעם בין איך שוין באמת מסיים.
אויב עמיצער וויל ווייטער ציען דעם נושא, "כל הכבוד", אבער אין א נייעם אשכול.
איך בין מיט דעם אשכול פארטיג.

טוב_לכל » 28/1/2005 19:56

זאליוועקי:
WELCOME BACK.

פאר אזא וויכטיגע נושא האט מען זיך טאקע געדארפט ברעכן...

אבער איך פארשטיי נישט איין זאך.
"דו" ביזט דער וואס האט געשריבן די תגובה ???

אין דער צייט וואס פון דעם בעיסמענט אויף צאנז "קאורט" איז מיט פינף יאר צוריק ארויס דער באפעל צו טוהן וואס נאר מעגליך אונטערצוברענגען די סאטמארער קהלה ???

די "געטרייע" שלוחים האבן אויפן באפעל פון משלח צושטערט די טישן פון רבי'ן בפני כל עם ועדה, אן זיך רעכענען מיט די קאנסעקווענצן.
זיי האבן געטון אלע השתדלות שבעולם צו מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט אז "סאטמאר באדמה" (פאר ווער עס געדענקט דעם אויפטרייסלענדן קאריקאטור).
ועל כולם זענען זיי געגאנגען צו די שלטונות און אין די געריכטן מיט מסירות ממש אויף יעדן וואס "גייט נישט אין שפאן" בכלל, און קעגן רבינו שליט"א און דעם רב שליט"א בפרט.

יא, יא, יעצט איינמאל ביסטו גערעכט.
עטץ האטס ריכטיג געוויזן פאר די גאנצע וועלט, ווער עס איז די ריכטיגע מאמע !!!

אויב "איך" בין נישט ביים אויבן אן זאל אלעס צוזאמברעכן.

און מען שטאלצירט נאך, מען האט באוויזן צו צוברעכן סאטמאר.

יבטלו הוא ואלף כמותו, ו"סאטמאר" חי וקים לנצח !!!

תוקן על ידי - טוב_לכל - 28/01/2005 20:16:46

זשוליאני08 » 28/1/2005 21:52

צאנז קאורט איז ארויס אין מלחמה קעגן דעם רב שליט"א?...

ס'הערט זיך בערך אזוי ווי, די ווייסע הויז איז ארויס אין מלחמה קעגן פרעזידענט בוש...

טוב_לכל » 30/1/2005 05:13

כ'ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט.

היינט צו טאג האט רבינט שליט"א ממנה געווען זיין געטריי פארבליבענעם זוהן אלס רב אין גאנץ מלכות סאטמאר.

איין שופט האט עס שוין אנערקענט בס"ד, און "לא ינום ולא יישן שומר ישראל", עס איז דא ווער עס זארגט זיך פאר די הייליגע קהלה, און ער מאכט א גוטע ארבעט...

עס איז כדאי צו געדענקען און חזר'ן די הייליגע ווערטער פון אבן עזרא אויפן פסוק "למה תעברו את פי ה' והיא לא תצלח"...

משהבערבעק » 30/1/2005 16:56

שרייבסט: היינט צו טאג האט רבינט שליט"א ממנה געווען זיין געטריי פארבליבענעם זוהן אלס רב אין גאנץ מלכות סאטמאר.

איין שופט האט עס שוין אנערקענט בס"ד


איך האב עס ליב געהאט צו זעהן, וועגן דעם האב איך עס נאכאמאל איבערגעשריבן!

הצלחה