mi yodea chadashot m sjia berger,london!!!
די וועלט דרייט זיך נאך אלס מיט דעם צונאמי קאטאסטראפע
ווי אויך מיט די צענדליגע טויזענטער אומגעקומענע און פארלוירענע קינדער ה''י
מענטשן ארימע מיט עשירים צוגלייך לייגן ארויס פון די קעשענעס גאר גרויסע נדבות און די מדינות באשטייערען מיט שווערע הונדערטע מיליאנען
ווי אויך פריוואטע ריזיגע נדבות פון וועלט מאגנאטען און אטלעטן וכדו׳
כאפ איך א שמועס מיט אן עלטערן איד א בן שמונים זאגט ער מיט טיפן ווייטאג:
''ווי איז די וועלט געווען פאר זעכציג יאר צוריק ווען מיליאנען קליינע קינדערלעך פון אידישן פאלק זענען גרויזאם פארכאפט געווארן נישט פון א צונאמי נאר פון די פארשאלטענען דייטשן פאלק מיט זייערע מיטהעלפערס אין אלע ארומיגע מדינות ימש''ו
ווי איז די וועלט געווען?
האט איינער געהערט דאס געוויין פון די קליינע קינדערלעך ווען זיי האבן זיך געמוטשעט אין די בהמה לאסט וואגאנען עטליכע טעג?
האט איינער זיך וויסענדיג געמאכט פון זייער יאמערליכע געוויין ביי די סעלעקציעס ווי זיי זענען אפגעטיילט געווארן פון זייערע עלטערן און נאנטע?
האט איינער רחמנות געהאט אויף זייער שטיקענדיגע געשריי בשעת מען האט זיי פארגאזט?
האט איינער געהערט זייער געוויין ווען מען האט זיי דערשאסן אין א מאסן קבר און באגראבן טייל נאך לעבערדיגערהייט?
ווי איז די וועלט געווען?
די פארשאלטענע אומות העולם ווי זענען זיי געווען?
ווי איז זייער רחמנות געווען דאן?
אזא דיזעסטער איז נאך נישט געווען
אפילו יעצט ביים צונאמי
נו?
האט עס איינער דערמאנט?
האט מען עס גערעכענט פאר די ערגסטע קינדער טראגעדיע אין היסטארי?"
א פייג!
"ווי זענען מיינע קליינע ברודער און שוועסטער?" וויינט דער איד
וואס זאל איך ענק זאגן עס האט מיר געשטיקט א טרער
רבותי טראכטס אריין אין די געוויין פון דעם איד וואס איז א טיפע געדאנק אין די צייטן פאר א יעדען איד אין גלות
און בעטס "אבינו מלכינו עשה למען הרוגים על שם קדשיך
עשה למען יונקי שדים שלא חטאו
עשה למען גמולי חלב שלא פשעו
לייז אונז שוין אויס פון דעם ביטערן גלות
און נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך
בב''א
אסאך וואסער איז שוין אריבערגעלאפן אויפ'ן האדסאן ריווער זייט דעמאלטס. די וועלט האט זיך געטוישט.
קענסט זיכער זיין אז ווען יענע טראגעדיע חזר'ט זיך יעצט איבער וואלט די וועלט רעאגירט פונקט אזוי ווי ביי די צונאמי.
פאר דעם בעל דמיון וואס חלומ'ט נעבעך אז ער איז שוין פארזיכערט פון אנטיסעמיטיזם.
עס איז ראטזאם זיך נאכצופרעגן איבער די לעצטע סטאטיסטיק'ס איבער אנטיסעמיטיזם איבער די וועלט.
עס איז פשוט נישט כדאי צו לעבן אין א טעות.
עס איז קלאר אז די וועלט וואלט היינט פונקט אזוי רעאגירט, די מער ליבעראלע וואלטן זיך העכסטנס געפרייט אז א צווייטער טוט פאר זיי די "שווארצע" ארבעט.
בדרך אגב, די דייטשע אידן האבן זיך ממש "געשוואוירן" אז די וועלט וועט עס נישט פארשווייגן.