היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נבואה השלישית אויף צונאמי

נבואה השלישית אויף צונאמי

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1239107

באראפארקער » 2/1/2005 21:28

דער ליבאוויטשער האט זיך אריינגעשטופט צו די נביאים.

[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 2/1/2005 22:14

די ערשטע מאהל וואס ער רעדט צו דער זאך
א ריכטיגע אמת'ע פירוש אויף דעם אינטערעסאנטן פסוק
וואס מ'האט שווער געקענט טרעפן פשט
יישר כח

דישיגוטער » 2/1/2005 22:17

ווער עס וויל עס ווייזן פאר א ענגליש רעדער קען אים ווייזן די ווייטערדיגע שורות

3 The seas have lifted up, O LORD ,

the seas have lifted up their voice;

the seas have lifted up their pounding waves.

4 Mightier than the thunder of the great waters,

mightier than the breakers of the sea-

the LORD on high is mighty.

באראפארקער » 2/1/2005 22:31

מען דארף אביסעל אדורעך טוהען דעם ענין.

דאס איז אמאהל זיכער אז מיר גלייבען אין השגחה פרטית אז אלץ וואס געשעהט אויף די וועלט מקטן ועד גדול ווערט געפירט דורך די רבונו של עולם.

לאמיר אריינקלערען צו עס בכלל מעגליך צו באגרייפען אזא עונש ווי דער לעצטער שטורעם. איבער 150,000 מענטשען געשטארבען דורך א מיתה משונה, און נאך אמאהל אזויפעל פארוואנדעט.

דאס אלעס זאגט דער ליבאוויטשער קומט צו דערהייבען דעם אויבערטשען. ווי אין די וועלט? אדער ביי אונז?

אונז גלייבען אין רבוש"ע, און צו זאגען אז די גאנצע זאך קומט מחזק זיין די אמונה, איז דאכט זיך אביסעל איבער געטריבען. די מענטשען וועלכע ברענגען ארויס זייער קשיות אויף'ן רבוש"ע בריש גלי, וועלען דא אויך ארויס ברענגען זייער ספיקות, די אפיקורסים וועלען טענה'ן אז עס איז א ראי' אויף פארקערט! נו אלא מאי פארוואס ברענגט די אויבערשטער אזעלכע צרות?

אונז מענטשען האבן מיר א פראבלעם, מצד אחד האט דער אויבערטשער אונז געגעבען א שכל, וואס דאס איז חלק אלוקי ממעל, ווי דער נחש האט געזאגט, והייתם כאלקים יודעי טוב ורע. עס איז אונזער פליכט צו וועלען פארשטיין א יעדער זאך אויף די העכסטע מדרגה מעגליך.

דא קומט אריין א פראבלעם, מען זוכט מסביר זיין א קאטאסטראפע ווי דער צונאמי, און מען טוט עס דארך שטותים והבלים, מען איז תולה אין רבוש"ע תירוצים און סיבות וואס האבען נישט קיין זין און ליכטעקייט, קען איינער מסביר זיין א קאטאסטראפע אויף אזא פארנעם? איך גלייב אז דער מענטשליך שכל איז צו ארים צו קענען מסביר אזא קאטאסטראפע.

נאך מער, לדעתי איז די קלענסטע קאטאסראפע צו שווער עס מסביר זיין לויט דער שכל האנושי.

נאר וואס יא?
עס איז דא א משל פון דובנער מגיד. אל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא. אז א מלך בשר ודם הרג'ט א מענטש צוליב אן עבירה. אפילו עס זאל אים קומען הונדרעט פראצענט, טוט ער נאך אלץ א שטיקעל עולה פאר די משפחה גוטע פריינט, פאר זיי קען ער נישט קיינמאל מסביר זיין פארוואס עס איז זיי געקומען אז זייערס א משפחה זאל שטארבען. משא"כ דער רבוש"ע אין אל אמונה ואין עול, עס איז נישט דא קיין שום עולה ווען ער משפט איינעם, אלעס איז אויסגערעכענט, אפילו דער וואס איז די מערסטע ווייט, און האט נאר אביסעל צער פין דעם וואס איז געשעהן, איז אויך אויסגערעכענט אז עס איז אים געקומען.

ממילא האט מען שוין אביסעל וואס מען קען תשובה טוהען און פארשטיין. פארוואס די אויבערשטער האט דאס געטוהען ווייסען מיר נישט און מיר קענען נישט מסביר זיין, אבער אזוי פיל ווייסען מיר צו זאגען אז עס איז געווען הונדרעט פראצענט אויסגערעכענט און יעדער יחיד וואס איז נענש געווארען איז עס געקומען.

אונז ווייטער, קענען מיר מאכען אזא חשבון, אויב וואלטען אונז געהאט גענוג זכותים, וואלט אפשר דאס מגין געווען אויף דעם קאטסטראפע אז עס זאל נישט געשעהן. און טאמער זענען מיר זיך נישט משתתף בצער, אפשר ווען מיר וואלטען זיך יא משתתף געווען בצרתם וואלט די זאך נישט פארגעקומען.

איז דאס קען מען מאכען חשבונות פארוואס "אונז" איז דאס געקומען, פארוואס אונזער זכות האט נישט מגין געווען, און אויף וואס אונס באדארף מיר תשובה טוהען.

והנלע"ד כתבתי

באראפארקער » 2/1/2005 22:37

דאס האט דשיגוטער געוואלט שרייבען.

מיקום מפתיע של ה"צונאמי" בתנ"ך, ולא ב"קוד"....
חז"ל: בזמן הגאולה תפקע הברית שלא להביא מבול!


בהמשך להתעסקות הציבורית בתוצאותיהם של רעידת האדמה וגלי ה"צונאמי" האדירים
ששטפו את האיזורים המוכים באסיה, נביא כאן את הופעתו היחידה של ה"צונאמי"
בתנ"ך, ולא בדילוגי אותיות, אלא באותיות המופיעות אחת אחרי השנייה. הפסוק הבא
הוא מתוך ספר ירמיה פרק נ"א (פסוק ל"ט):

בחמם אשית את משתיהם, והשכרתים, למען יעלזו וישנו שנת עולם,
ולא יקיצו נאמ יי!



עכשיו, תשאלו למה זה כ"כ מעניין?? בגלל שזה מופיע בנבואת פורענות שתבוא על בבל-
עיראק בקרוב (בזמן מלחמת אירן-ארה"ב הקרובה), ובנבואת הפורענות הזו כתוב דבר
מעניין שראינו אותו קורה כבר, רק בארץ אחרת:

עלה על-בבל הים, בהמון גליו נכסתה!


עכשיו נביא את כל הפסוקים הרלבנטיים, כפי שמופיעים במקרא. כשקוראים את זה
לעומק, נראה שהנבואה הזאת נכתבה על האסון באסיה, ולא על בבל, ואולי זוהי ארץ
"ששך" המוזכרת כאן, שאין תשובה ברורה לתעלומה איזו מדינה היא זו (אע"פ שחז"ל
פירשו שמדובר בבבל):

בחמם אשית את משתיהם, והשכרתים למען יעלזו, וישנו שנת עולם, ולא
יקיצו, נאמ יי. [כלומר, הצונאמי והמוות יבואו במקום של שכרות והוללות]

אורידם ככרים לטבוח, כאילים עם עתודים. [כלומר, יהיה במקום מוות כמו
טבח גדול ביותר]

איך נלכדה ששך [ארץ בלתי ידועה], ותתפש תהלת כל הארץ [מכל העולם היו
מגיעים (תיירים) אל הארץ הזו, ומהללים אותה], איך היתה לשמה בבל, בגוים.

עלה על בבל הים, בהמון גליו - נכסתה. [צריך פירוש?!]

היו עריה לשמה, ארץ ציה וערבה: ארץ לא ישב בהן כל איש, ולא יעבר בהן
בן אדם. [במקום ארץ תיירות, המקום הזה ייהפך למקום שאף אחד לא יתקרב
אליו (אולי בגלל המחלות שיתפרצו שם, אולי דברים נוספים)]

ופקדתי על בל בבבל, והצאתי את בלעו מפיו, ולא ינהרו אליו עוד גוים [יותר
לא ינהרו תיירים מהעולם אל אותו המקום]; גם חומת בבל, נפלה.

צאו מתוכה עמי, ומלטו איש את נפשו, מחרון אף יי. [מבקש הנביא שהיהודים
יצאו משם, לפני חרון אפו של הקב"ה, ואולי מרמז על קריאתו המוקדמת של
כבוד זקן המקובלים הרב יצחק כדורי שליט"א, כפי שהובא ב"ידיעות אחרונות",
לישראלים לא לשהות באיזור הודו והסביבה בשל אסון טבע שעומד לפקוד את
האיזור]



עד כאן. אכן, נראה כאילו מדובר ממש על האיזור המוכה, וכאילו מוזר שדווקא מוזכרת שם
"בבל", אבל אולי יש רמז בדברי חז"ל לעניין הזה. הפירוש של חז"ל, שהובא ע"י כל גדולי
המפרשים, הינו שארץ "ששך" היא "בבל", והנימוק שהם הביאו הוא ש"ששך" בחילופי
אותיות א"ת ב"ש יוצא "בבל" (א"ת ב"ש: שיטה ידועה שלפיה, את האות הראשונה בא"ב
מחליפים באחרונה, את השנייה בלפני-אחרונה, וכו'). ונשאלת השאלה הברורה: אז למה
כתבו לנו "ששך"? שיכתבו "בבל". תשובה אפשרית היא, שמדובר על ארץ אחרת, ולא על
עיראק, אלא על ארץ שבה נמצאים השורשים הרוחניים של בבל, ואת התשובה הזו ניתן
להסיק מעצם השיטה של א"ת ב"ש, שמציגה את האחרון במקום הראשון, כלומר את מה
שיהיה לעתיד לבוא, במקום מה שהיה בעבר. ואולי רמוזים הדברים בספר הקבלה "ערבי
נחל", שמסביר על "ששך" כך:

"...עדיין לא נגע הפורעניות בשם בבל אשר הוא שמה בזה העולם, רק נגע
בשם ששך שהוא בא"ת ב"ש, והבן היטב שהוא אמיתי לפי עניות דעתי, ולכן
לפי שניבא זאת ירמיה לעת רחוק, הוצרך לעשות פועל וכאמור". [ואפשר
להבין את הדברים כך: "בבל הוא שמה בזה העולם", כלומר בעבר קליפת בבל
היתה רק באיזור עיראק, אבל "ששך הוא בא"ת ב"ש", דהיינו בסוף, באחרית
הימים, הקליפה הזו תהיה באיזור אחר].



כמו כן נזכיר, דברים שכבר הובאו כאן בעבר, שאחד הסימנים של הגאולה המובאים
בזוהר הקדוש הוא, שכל העולם יתהה האם הקב"ה עומד להביא מבול לעולם. כמו כן
חז"ל אמרו על הפסוק "כי מי נח זאת לי וגו'" (ישעיה נד), שבתקופת הגאולה תפקע
הברית שכרת הקב"ה שלא להביא מבול יותר לעולם, ואולי זה מה שאנחנו מתחילים
לראות עכשיו.

דישיגוטער » 2/1/2005 22:59

ווער עס קען ווערט געבעטן איבערצוטייטשען די רויטע אותיות אויף ענגליש א דאנק

אזוי אויך לכבוד דעם בעל האשכול איר האט אפשר א דאטום ווען די שיחה איז געזאגט געווארן

בתודה מראש

tzvibp28 » 2/1/2005 23:08

"די ערשטע מאהל וואס ער רעדט צו דער זאך"

דישיגוטער, קומענדיג פון א יאלד וואס מיינט נעבעך אז ב"צ הלברשטאם איז א דערהויבענע איד איז עס א קאמפלימענט!

האסט אמאל געעפענט א אגרות קודש אדער לקוטי שיחות וכדו'??

(אגב די בלאט זעהט מיר אויס לו זיין פון כ"ק אדמו"ר הריי"צ נ"ע, NOT THAT IT MAKES A DIFFERENCE)

דישיגוטער » 2/1/2005 23:23

קודם כל ווי אזוי איז אייער נאמען עכ"פ וואס עס איז א יאלד ביסטו נישט איך

אפשר וועסטו רופן יעדע רעפארטער א יאלד ווייל ער שרייבט פון קערי

מ'טאר נישט שרייבן א דעה פארדעם ביסטו די יאלד נישט איך און נאך א ביטערע טיפש אויך, אז די קענסט נישט קולט זיין אזא פשוטע זאך

און טאקע ווייל מ'טוט דורך אלע שיחות און מ'זעהט די אלע מאדנע ליובאוויטשער זאכן אז מ'זעהט אזא זאך איז עס טאקע א אינטערסאנטע זאך

און אויב די מיט ליובאוויטש ווילן אז עס זאל ווערן געשריבן מכובדיג אויף ליובאוויטש דוקא וועט איר מוזן איינקאסירן א שיינע סכום אינעם באנק הפורום דעמאלס קען מען רעדן

תוקן על ידי - דישיגוטער - 02/01/2005 23:27:14

באראפארקער » 3/1/2005 00:49

און וואס מיינט איז דער חב"דסקער געווע? אויסער א געלערענטער פאנטאזירער? מאכטס פין אים א אפגאט געזונטערהייט און לאז יענעם לעבען. אגב דאכט זיך אז ער האט זיך געהאלטען אליין פאר א גאט, כידוע דער באקאנטער שיחה. ווי אויך דער באקאנטער טעות, לראות עזי וכבודי. האלט דיין מויל פארמאכט אז נישט וועט געפענט ווערען די קעסטעל פין פאנדארא.

רבישקינט » 3/1/2005 01:48

באראפארקער
פון ווי האסט דו גענומען דער שטיקעל פון דער ליובאביטש'ער וועלעכע פון זיינע ספרים?

באראפארקער » 3/1/2005 02:03

http://www.col.org.il/news_pages.asp?0

עס איז דא געווען, זיי האבען עס שוין ערגעץ פארפאקט.

פומבדיתא » 3/1/2005 02:08

גיי דא
www.chabad.info
סקראל אראפ ביז וועסט עס טרעפן בעז"ה

דארט שטייט טאקע אז עס איז פון מהריי"ץ ז"ל

דישיגוטער » 3/1/2005 02:18

כ'האב געמיינט ס'איז פון מלה"מ

natrul » 4/1/2005 21:33

scy4851 » 4/1/2005 23:40

אה!

איבערדעם האבען די ווערטער יא א טעם אין עס איז יא צו דער זאך..

ווייל עס איז נישט פין דעם פראפעסער!

tzvibp28 » 5/1/2005 00:25

אלע שונאים זאלען פלאצען!!!!

איר קענט זיך האלטען מיט אלישיב און אהרן ט"ב, מיר האבען א רבי!

tzvibp28 » 5/1/2005 00:26

REBBES
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 5/1/2005 00:34

MORE
[בילד – נישט אפגעהיט]

אויסשווארץ » 5/1/2005 17:07

א טויטע רבי האסטו וואס ליגט שוין לאנג למטה מעשרה טפחים ממש..
אונטער 10 פיס שווערע שטיקער סמענט אויף אים..

tzvibp28 » 5/1/2005 18:58

א
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראפארקער » 6/1/2005 02:24

יעדער פארגינט ענק א טויטער רבי מיט'ן גאנצען הארץ. סך הכל פלאצט די פין יעדער חסידות וואס האט א לעבעדיגער רבי, אפילו קלענער פין דיין טויטע.


תוקן על ידי - jewboy - 06/01/2005 22:57:29

13Hooper » 6/1/2005 06:25

איך בין מוחה

tzvibp28 » 6/1/2005 17:15

אינטערעסאנט אז ווען איך האב געשריבען א פאר ווערטער וואס האבען מער נישט ווי מפקפק געווען אויף די "דעת תורה" פון הרב אלישיב האט מען עס אויסגעמעקט כלא הי', און דא שרייבען בהמות וועגן א מנהיג ישראל וואס זיי וואלטען נישט געזאגט אויף די ערגסטע גוי און די מנהלים לאזען עס. טא וואו איז די יושר?

tzvibp28 » 6/1/2005 17:24

ק
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 6/1/2005 17:27

ד
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראפארקער » 6/1/2005 18:07

פאר שרייבען וועגען דיין רבי ווער איך נאך נישט קיין בהמה, א בהמה איז דער וואס גלייבט אז ער לעבט. וכי בכדי ספדוהו ספדייא חנטוהו חנטייא קברוהו קברייא? וואס דען זאל מען זיי רופען?

משהבערבעק » 6/1/2005 18:33

באראפארקער,
ווערסט טאקע פארשעמט ווען איינער רופט דיך אן בהמה, אז דו מוזט דיך פארענטפערן??

באראפארקער » 6/1/2005 20:13

צבי.
סארי פאר אנרירען דיינע געפילען
איך האב בעיקר געוואלט אז די זאלסט נישט האבען קיין הוה אמינא אז איך בין מודה אז ער איז אן ארי'.
ער איז געווען א מוח עצום, לית מאן דפליג, אויך א פאנטאזירער, ער האט אויך געמיינט אז ער איז משיח, ווי באקאנט דער בריוו פון פארטיגאל. איז וואס?

א יאשקע מיינט ווען מענטשען גלייבען אין אים אזוי שטארק אז זיי ווילען נישט מודה זיין אז ער איז מער נישט דא. אויב עס איז טאקע געווען א יאשקע, מוז נישט זיין ער איז געווען אזא חוטא, די עיקר פראבלעם איז מצד המאמינים בו. די זעלבע מיט דיין רבי, קען זיין ער האט נישט געוואלט די פאלגענדע מצב אין ליבאוויטש, ליידער איז עס א מצב ווי ער איז געווארען א יאשקע.

איגריקע » 6/1/2005 20:42

ווען דער ליבאוויטשער רבי וואלט געווען א שתקן און ער וואלט כמעט נישט גערעדט קיין עתידות, ממילא, וואלט עס געווען א וואונדער, אבער דער רבי האט דאך גערעט ערב ובוקר וצהרים פון וואסערן, פייערן, בערג און טאלן, מלחמות מגפות, קרענק, ביימער , גראזן בנינים, אייער, בלומען, טשאלענט, שמאטעס, אלעס וואס איז נאר דא אין א דיקשענערי, ער האט זיכער געמאכט צו רעדן פון אלעם אויף דער וועלט, צו זיין געקאווערט און פאל וואס אימער עס פאסירט נאר.

תוקן על ידי - אינהכינמי - 07/01/2005 1:12:53

natrul » 7/1/2005 01:01

you guys! your all makne the great lubavitch rabbi, a power that he had, know one ever had

tzvibp28 » 7/1/2005 01:37

חשוב'ע מנהלים: פארוואס מעקט איר מיינע תגובות און לאזט די מיאוס'ע, געמיינע פון באראפארקער, איגריקע וכדו'??????????????????????????????????????

usa44 » 7/1/2005 01:40

power of above tzvi...

tzvibp28 » 7/1/2005 02:38

רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט דאך פון לאנג געזאגט אז די ס"מ פירט די וועלט, זעהט אןיס ער איז געווען גערעכט, והפורום יוכיח....

majyar718 » 7/1/2005 04:40


די וועלט דרייט זיך נאך אלס מיט דעם צונאמי קאטאסטראפע
ווי אויך מיט די צענדליגע טויזענטער אומגעקומענע פארלוירענע קינדער ה''י

מענטשן ארימע מיט עשירים צוגלייך לייגן ארויס פון די קעשענעס גאר גרויסע נדבות
און די מדינות באשטייערען מיט שווערע הונדערטע מיליאנען
ווי אויך פריוואטע ריזיגע נדבות פון וועלט מאגנאטען און אטלעטן וכדו׳

כאפ איך א שמועס מיט אן עלטערן איד א בן שמונים זאגט ער מיט טיפן ווייטאג:
''ווי איז די וועלט געווען פאר זעכציג יאר צוריק ווען מיליאנען קליינע קינדערלעך פון אידישן פאלק זענען גרויזאם פארכאפט געווארן נישט פון א צונאמי נאר פון די פארשאלטענען דייטשן פאלק מיט זייערע מיטהעלפערס אין אלע ארומיגע מדינות ימש''ו
ווי איז די וועלט געווען?

האט איינער געהערט דאס געוויין פון די קליינע קינדערלעך ווען זיי האבן זיך געמוטשעט אין די בהמה לאסט וואגאנען עטליכע טעג?

האט איינער זיך וויסענדיג געמאכט פון זייער יאמערליכע געוויין ביי די סעלעקציעס ווי זיי זענען אפגעטיילט געווארן פון זייערע עלטערן און נאנטע?

האט איינער רחמנות געהאט אויף זייער שטיקענדיגע געשריי בשעת מען האט זיי פארגאזט?

האט איינער געהערט זייער געוויין ווען מען האט זיי דערשאסן אין א מאסן קבר און באגראבן טייל נאך לעבערדיגערהייט?

ווי איז די וועלט געווען?

די פארשאלטענע אומות העולם ווי זענען זיי געווען?

ווי איז זייער רחמנות געווען דאן?

אזא דיזעסטער איז נאך נישט געווען
אפילו יעצט ביים צונאמי

נו?

האט עס איינער דערמאנט?
האט מען עס גערעכענט פאר די ערגסטע קינדער טראגעדיע אין היסטארי?"

א פייג!

"ווי זענען מיינע קליינע ברודער און שוועסטער?" וויינט דער איד


וואס זאל איך ענק זאגן עס האט מיר געשטיקט א טרער

רבותי טראכטס אריין אין די געוויין פון דעם איד וואס איז א טיפע געדאנק אין די צייטן פאר א יעדען איד אין גלות

און בעטס "אבינו מלכינו עשה למען הרוגים על שם קדשיך
עשה למען יונקי שדים שלא חטאו
עשה למען גמולי חלב שלא פשעו
לייז אונז שוין אויס פון דעם ביטערן גלות
און נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

בב''א

באראפארקער » 7/1/2005 06:20

מעידזדאר

yeedle » 7/1/2005 06:22

צבי
לויט ווי איך קען דיך, און איך קען די מנהלים וואלט איך נישט געזאגט אז מען האט דיר סתם געמעקט

שמעק_טאביק » 7/1/2005 07:18

לאמיך ציטירן א פאראגראף פון "דער איד" עדיטאריעל לעצטע וואך (פרשת שמות, דף 7) איך האף איר וועט נישט ברוגז זיין... אלזא:

"מ'קען וועגן די דאזיגע קאטאסטראפע רעדן אין פארשידענע וועגן, הויפטזעכליך וועגן די הימלישע הנהגה פון דער וועלט, וואס מאכט צונישט אין אן אויגנבליק אפילו די מאדערנסטע המצאות און טעכנאלאגיעס. מיר מוזן אבער דערמאנען כאטש אין א שורה, אז דאס ענטוזיאזים וואס די גרויסע וועלט ווייזט אין די היינטיגע צייטן, ארויסצוהעלפן די געליטענע פון א נאטורליכע טראגעדיע, שטייט אין א שטארקן קאנטראסט צו געשעענישן מיט 60 יאר צוריק, ווען די קאטאסטראפע און דאס פארלוסט פון מיליאנען אידישע נפשות איז נישט געווען קיין פלוצלימדיגער אומגליק, נאר א רעזולטאט פון א רציחה פלאן וואס אין אלע הויכע פענסטער האט מען געוואוסט דערפון - בשעת ס'איז נאך געווען די צייט און די מעגליכקייט צו ראטעווען צענדליגער מאל אזויפיל מענטשן פון וויפיל ס'זענען איצט אומגעקומען. די וועלט האט אבער גארנישט געטאן. - קאמענטארן און באמערקונגען זענען גענצליך איבעריג. אידן זענען אין גלות!" (עכלה"ק).

אבער לפענ"ד איז א שטיקל חילוק פון היינט ביז דעמאלס. נישט ח"ו קלענער צו מאכן די רשעות פון די אומות העולם אין יענע צייטן - וואס איז געווען א גזירה פון הקב"ה.

ס'איז גאר אנדערש דער יעצטיגער מצב ווען עס איז א פלוצימ'דיגער אנשיקעניש אויף וואס קיינער האט זיך נישט געראכטן, יעדער איז פארלוירן און פאר'חלש'ט, און מ'קוקט ארויס בכליון עינים אז מ'זאל זיי קומען העלפן, און די אלע פעלקער וואס פארן העלפן ווייסן אז מ'וועט זיי אויפנעמען בכבוד גדול און זיי באדאנקען פאר די הילף, ממילא איז דאס נישט אזוי שווער. משא"כ ווען א צווייטער מאכט א מלחמה און שלאגט זיך ארום מיט א צווייטן, דאן מישט מען זיך נישט אריין ווייל מ'וועט נאר כאפן מכות פון יענע לאנד. אמעריקע און רוסלאנד האבן אסאך סאלדאטן פארלוירן שוין נאכן ארויסגיין אין מלחמה מיט דייטשלאנד, און האבן עס נאר געטון ווייל זיי האבן שוין געמוזט און נישט געקענט ווארטן. אבער לכתחילה איז געשמאקער צו זיצן אינדערהיים. והא ראי' אז אין היינטיגע צייטן מישט זיך אויך קיינער נישט אריין אין מדינות וואו מ'הרג'עט זיך ארום אין מערערע קאמוניסטישע מדינות, ווי צפון קארעא, איראן, און נאך אנדערע פלעצער וואס איך קען דא נישט אויסרעכענען, כאטש די פארפייניגטע איינוואוינער בעטן זיך צו די פרייע וועלט מ'זאל זיי ראטעווען פון די גרויזאמע הארצלאזע הערשער וואס טוען מיט זיי מה שלבם חפץ. איך בין נישט מקנא אמעריקע אויב זיי וואלטן געגאנגען אין מלחמה מיט די איראנע פארפרומטע כדי צו מאכן א דעמאקראטישע רעוואלוציע. איראק וואלט געווען א שפילעכל. פארוואס? ווייל אמעריקע איז נישט וועלקאם צו די אינווייניגסטע מלחמות. אבער ווען איראן האט לעצטע יאר געהאט אן ערדציטערניש מיט טויזענטער טויטע האבן זיי גערן אויפגענומען די אמעריקאנער און אמעריקע איז טאקע אהינגעפלויגן מיט איין שמחה (פארשטייט זיך זיי האבן ווארשיינליך געהאט נאך אנדערע באהאלטענע שפיאנאזש כוונות, אבער אין לנו עסק בנסתרות, דאס איז נישט לנו ולבנינו).

עכ"פ איך מיין איך האב א "פוינט". איר זענט בארעכטיגט מיך אפצואווענדן און ערקלערן אייער חוות דעת.

באראפארקער » 7/1/2005 17:37

הא גופא ברענגט ארויס די טפשות פין אומות העולם, אז אויף א נייטראלער דיזאזטער געבען זיי זיך אפ אן א שיעור, אבער ווען איינער הרג'ט דעם צווייטען דעמאלס קענען אלע חוץ אמעריקא שטיין אין די זייט און נישט "אריינמישען" ווייל עס גייט זיי נישט אן.

חברךבסוד » 10/1/2005 19:42

גייט דא אריין וועט איר זעהן דעם שטיקל אזוי ווי עס שטייט אין גייט

http://www.hebrewbooks.org/pdf/hakria47.pdf

גייט צום פיפטע בלעטל איז דא א קעפל פון ה' מלך גאות לבש וכו'
אין המשך אויף בלעטל 6 די אינטערשטע האלב

worldwar » 10/1/2005 20:26

זעהסט דאך אמעריקא איז אריין העלפען מיליאנען איראקער פון די האנט פון א מערדערליכע דיקטאטור אין ביזדערווייל זענען אויפגעשטאנען נאך הונדערטער מערדערס אין מען זעהט נישט א וועג ארויס נאר וואלען גייט מען מאכן 1.30.05 אין א צווייטע מלחמה וועט אמעריקא שוין נישט מאכן אזוי שנעל לענ"ד משא"כ ביי א נאטורליכע קאטאסטראפע

tzvibp28 » 10/1/2005 22:42

ווי קען מען פארגלייכען היינט ביז 60 יאר צוריק, היינט וואלט אמעריקא קיינמאל נישט צוגעלאזט דאס וואס ס'איז פארגעגאנגען