די שרעקליכע פראבלעם פון פארקינג אין ק"י
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1239339
ווי יעדער איינער ווייסט איז דא א שרעקליכע פארקינג פראבלעם אין קרית יואל. עס איז שוין דא היינט מער קארס ווי פארקינג פלעצער, און די רעזולטאט איז אז איבעראל וואו מען פארט זענען קארס געפארקט אויפ'ן ראוד. הונדערטער אידן האבן זיך שוין צוזאמגעליטן א דאנק די געפארקטע קארס אויפ'ן ראוד. נישט איינמאל האט עס געברענגט עקסידענטס וואס האט געפירט צו גרויסע געלט שאדנס אדער ערנסטע פארוואונדעטע אדער עגמת נפש אדער אלע דריי צוזאמען.
די פראבלעם איז ספעציעל גרויס ביי די קליינע בתי מדרשימ'לעך אין קרית יואל וואו ס'איז געפארקט אסאך קארס, אבער זיי האבן נישט קיין פארקינג לאטס.
על הטוב יזכרו די טאשער בית המדרש וואס האט צוגעשטעלט פארקינג בהרחבה פאר אלע זייערע מתפללים.
איך האב זייער הנאה געהאט צו זען די וואך א עד פון חרדים אין די באריכט אז זיי בעטן מען זאל מער נישט פארקן אויפ'ן ראוד דערנעבן זייער שול נאר מען זאל פארקן אין שאפינג סענטער. די מצב ביי יענע קארנער וואו די חרדים שול איז, איז זייער געפערליך, ווי יעדער ווייסט.
וויל איך דעריבער הערן וואס דער עולם האט צו זאגן, וואס קען מען טאן צו טוישן דעם סיסטעם.
איך האב אנגעקאלט אין ווילידזש אפיס און געפרעגט היתכן, פארוואס טוט מען גארנישט צו ענדיגן דעם פראבלעם. דער ענטפער איז געווען אז דער עולם וויל נישט מען זאל עפעס טאן. יעדער רעגט זיך איבער די פארקינג פראבלעם אבער קיינער וויל נישט אז מען זאל זיך נעמען טיילן טיקעטס אין גרויסן, ווייל ווען פאליס קומט אריין אין שטעטל טיילן זיי טיקעטס רעכטס און לינקס און מאכן נישט קיין חילוק בין טובים לרעים. אויך קען די ווילידזש געזעצליך נישט צווינגען די אלטע בתי מדרשים צו מאכן פארקינג לאטס.
בקיצור וויל איך הערן וואס דער עולם האט דא צו זאגן, וויאזוי מען קען פיקסן דעם פראבלעם. ביטע נישט אריינמישן פאליטיק און מחלוקת ווייל יעדער ליידט אייניג פון דעם פראבלעם, נישט קיין חילוק וואו מען באלאנגט. וואס האלט איר דארף געטאן ווערן צו ברענגען א סוף דערצו.
שפעטער וועל איך זאגן מיין מיינונג.
איך האב שוין געשריבן דערוועגן
אויך האב איך געשריבן א עצה וואס איז לענ"ד זייער א גיטע עצה
דא האסטי די לינק
www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1186619waths abuot this moouning "moridin velo maalin" !!!!!! im talking about the zunami
די פראבלעמען פאנגען זיך נאך אן ביים דרייוון, דא און קר"י זענען דא זייער פאני געזעצן, די ספיד לימיט דא אויף א נארמאלער ראוד איז נישט אונטער 65, בלינקען מיינט פארן גראד, שארט סטאפס איז א must ( נאר ווען ס'דא קארס פון אונטען), א.א.וו.
נאך א יעדע טריפ דארף מען דריי מאל גומל בענטשען, מען וואלט שוין געמעגט איינפירן דאהי אזוי ווי אין סקווער, ווי יונגעלייט דרייען זיך ארום און טיילן סאממענס ( די הכנסה גייט פאר דיי מוסדות...)
דו ווילסט ס'זאל זיין אן אומפארטייאישע דעבאטע, דער פאקט איז אבער אז רוב רובם קרית יואל פארקן ווי נארמאלע מענטשן אין די גרויסע פארקינג לאטס ארום די צענטראלע בתי מדרשים. אין דעם איז אריינגערעכנט די גרויסע בית המדרש, תלמוד תורה, עטרת זקנים, די רביצין שול און סאסמאן. אבער א מיעוט מענטשן, וועלכע באלאנגען נאר צו איין פארטיי פארקן ווי חיות אין פראנט פון זייערע בתי מדרשימ'לעך. עס האלט שוין אזוי ווייט אז מענטשן פארקן דאבל אין פראנט פון אייזיק גליק'ס שול.
סאו דו מוזט זיך ווענדן דירעקט צו יענע מענטשן.
די פראבלעם מיט די פארקינג איז דאך ווייל ס'איז דא צופיל קארס, דער פראבלעם מיט קארס איז ווייל קרית יואל איז א בערגיגע שטאט. די איינציגע לעזונג דערצו איז די ווילידזש באסעס, דאס דארף מען אויפארבעטן "כנוסח קרית יואל" לאמיר זאגן אז אזא עסקן ווי של"וו וכדומה זאל זיך נעמען דערצו עס צו מאכן פאפולער.
איין טאג זאל ר' אהרן א גאנצן טאג ארויפפארן אין ישיבה מיט די ווילידזש באס. דעם אנדערן טאג דער שארמאשער רב, איין טאג ר' אברהם ווידער זאל זיצן דארט פאר 3 שעה, דעם אנדערן טאג ר' מענדל שווימער, די בילדער דערפון זאל געדרוקט ווערן אין די באריכטן דזשורנאלן און בולעטינען, אזוי וועט זיך דער עולם אויסלערנען אז ס'איז נישט עק וועלט צו פארן מיט די ווילידזש באסעס, אדער קען מען פארקויפן אנלימיטעט קארטלעך פאר 100$ א חודש וכדומה, און מען זאל גוט אדווערטייזן אז עס לוינט נישט צו נוצן די קאר.
אפשר קען דאס זיין א לעזונג???
די לעזונג איז איין זאך
מוראה של מלכות
מען זאל איינפירען פארקינג געזעצן אין מען וועט טיילן טיקעטס דאן וועט נישט זיין קיין שים פראבלעם
בדוק ומנוסה!!
געדענקט
ווען עס וואלט ווען געווען א גוישע ווידליש וואלט שוין לאנג נישט געווען קיין פראבלעם זיי וואלטן שוין
לאנג געמאכט סדר
געדענקט דאס לאזן פארקן אזוי האט שוין געקאסט נפשות ווער עס געדענקט, מען דארף נישט ווארטן עס זאל פאסירן
נאכאמאל אז מען זאל שוין מאכן געזעצן
גולםקלאץ שרייבט
ער האט גערעדט צים ווידליעש זיי זאגן דער עולם וויל נישט
איך האב א פלאן זאלן די ווידליש שרייבן א געזעץ אין מען זאל מאכן א רעפרונדעם ביי די וואלן דערפין!!
וועט מען זען צי דער עולם וויל אדער נישט
איך האלט 70 פראצענט ווילן יא אין אויב דער עולם וועט עס באשטעטיגען וועט עס אריינגיין איו קראפט!
איך האלט ביי די קימענדיגע ווידלעש וואלן זאל "דאס"זיין א אישו אין ס"זאל זייו א רעפערונדם דערויף
געטמי, דיין פארשלאג איז די בעסטע.
דער פראבלעם איז נאר ווער עס זאל מאכן אן אישו דערפון. איך האלט אז ס'דארף געגרינדעט ווערן א זעלבסשטענדיגע ארגאניזאציע וואס זאל זיך אפגעבן דערמיט און ארויפלייגן די רעפערענדום אויף די וואוטינג בוטס.
האפנטליך וועט א רעפערענדום שיקן א מעסעדזש פאר די ווילידזש אז מען דארף אנפאנגען צו טאן עפעס וועגן דעם פראבלעם.
ס'קען נישט ווייטער אזוי גיין. ס'איז סכנת נפשות.
juliani
do you have a car ?
do you know that from 7:to 7:30
you canot find parking by the big shul?
it's everybodys problem
שוין יארן לאנג וואס די וויליזש שרייט אז סאיז א שרעקליכע סכנה אז קארס פארקן אויפן ראוד אויף פארעסט רד. ביי די קארנער ווען ביורען, איינס פין די ביזיסטע אינטערסעקשענס אין קרית יואל, אבער די פארביסענע מענטשן וואס פירען חרדים זענען געלאפן אין קאורט שרייען דיסקרימינעשן.
די ווילעזש האט זיי געזאגט מיר ווילען פין ענק גארנישט: דזשאסט פארקטס נישט ענקערע קארס אויפען ראוד, פארקטס די קארס אין שאפינג סענטער, ווייל סאיז א שרעקליכע סכנה, אבער זיי האבן גענומען דעם צודרייטן מייקל סאסמאן אין געלאפן אין קארט שרייען אז מען דיסקרימינירט קעיגן זיי.
יעצט האבען זיי פלוצלינג איינגעזען אז די וויליזש איז גערעכט אין אנגעפאנגען ארויסצילייגן צעטלעך אז מען זאל נישט פארקן אויפן ראוד.
וואס איז געשעין?
ווי סקוקט אויס איז עפעס געשעין מיט איינעם פין זיי, אז זיי האבן זיך ענדליך געכאפט אז ווען סגעשענט א עקסידענט, ווערן פונקט אזוי געשעדיגט חרדים מתפללים ווי נארמאלע קרית יואל איינוואוינערס
[בילד – נישט אפגעהיט]
זיי שרייבן "והקב"ה" חסה על ממונם של ישראל. ווי שטייט אזא מימרא?
איך ווייס פון "התורה" חסה וכו'.
מסתמא שרייבט רז"ל זייערע צעטלעך
באראשעל א שיינע מעשה געמאכט
עס איז אויך דא א אנדערע עצה.
ווער ס'פארקט סכנה'דיג, זאל מען שטעכן זיינע רעדער...
אין מיך באדערט נאך מער ווען איך זעה אז מענטשען וואס האבן אייגענע דרייוועס, אין פארקן זייער קאר ביינאכט אופן ראוד פשוט פאר פוילקייט, אין ווען עס שנייט קענען נישט די טראקס פוצן געהעריג אין די גאנצע גאס דארף ליידן צוליב אפאר אומפאראנטפערטליכע פוילע מענטשען, אין טאון אוו מאנרא איז דא א געזעץ אז ווינטער טאר מען ביינאכט נישט לאזען די קאר געפארקט אויפן ראוד אין די פאליס טיילט טיקעטס דערפאר, איך מיין אז עס איז שוין די העכסטע צייט פאר די ווילידזש אז מען זאל דאס דורכפירן.
וועגן שטעכן רעדער.
די איינוואוינערס פון ויואל משה האבן זיך א שטיק צייט געפלאגט מיט מענטשן וואס פלעגן פארקן אויף זייער גאס און בלאקן אלע דרייוועיס און ענטרענסעס.
די אומאחריותדיגע מענטשן זענען געווענליך געווען מענטשן וואס זענען אריינגעפארן אין שטאט אדער געקומען צו א שמחה אין די בית רחל זאל.
די חברה האבן זיך גענומען צו שטעכן רעדער, און וואונדער איבער וואונדער, ס'האט געהאלפן.
ס'האט אויך געהאלפן קעגן די "בני יואל"...