היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » גיטע פארשלאג וועגן פארקען אין קר"י

גיטע פארשלאג וועגן פארקען אין קר"י

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1186619

getme » 15/11/2004 19:59

היות יעדער וויססט ווי אנגעלייגט די קר"י גאסן זענענןאין צי דעם קימט צי אז יעדער יאגט זיך אייביג וואלט איך געוואלט פארשלאגן אפאר זאכן
1}מען טאר נישט פארקן ביי די 100 פיס פין אקארנער ביי קיין שים ראד קיקט ביי סעקשן 4 ווי משוגע עס איז דארט אדער למשל ביי חרדים שויל ארויס פין יעדע נערמאלע שכל אנושי אדער ביי סאטמער דרייוו וכו
2}מען טאר נישט שטיין נישט נאר פארקען אויף גאנץ פארעסט עיקערס ווען עס וואלט געווען א גוישע סיטי וואלט מען שוין לאנג נישט געמעקט איי די מענטשן וואס וואינענן דארט זאלן זיי אריינשניידען אין זייער גרויסע גראז א פלאטץ פאר דעלווריעס גראז שניידערס וכו
אויב מאנטשען וועלן צי שטימען וועט מען עס ארויף טראדן פאר די בטהערדע אין זיי וועלן עס בלי שום ספק באשטעטיגען

שדים_טאנץ » 15/11/2004 22:43

עס איז שוין פונלאנג צייט אז דאס זאל געשען. דער מצב איז געפערליך. יעדער קרית יואל'ער איינוואוינער וועט דיר וויסן צו דערציילן איבער אן עקסידענט אדער שיער-עקסידענט וואס ער האט געליטן ווייל ער האט געדארפט אויסקרויזן א קאר, און די פאליס גיט נישט קיין גערעכט פאר א דרייווער וואס איז געווען פארמישט אין אזא עקסידענט. זיי געבן אים נאך צו א טיקעט פאר'ן ארויספארן פון לעין.

קארס שטייען איבעראל געפארקט אויף ביידע זייטן, נאכדערצו אויף אזעלכע געדרייטע פלעצער ווי סאטמאר דרייוו (נעבן ישיבה לצעירים) און ביי פעדער'ס גראסערי.

איך וואונדער זיך וואו די ווילעדזש איז. זיי טוען טאקע אויף אסאך אבער פארוואס קענען זיי נישט אנפאנגען צו טאן צו די זאך איבער דעם שווערן פארקינג פראבלעם. ס'איז דאך נישט נארמאל.

גולםקלאץ » 16/11/2004 00:03

איך בין אליינס א געליטענער פון א קאר עקסידענט (א קאר איז ארויסגעפארן פון זיין לעין און אריינגעקנאקט און מיין קאר) און וועגן דעם פארשטיי איך זייער גיט וואס דאס מיינט.

איך וועל וואוטן פאר דעם מעיאר קאנדידאט וואס וועט זיך אויפשטעלן און צוזאגן אז ער וועט סטאפן די יעצטיגע ווערטשאפט. גייט מיך נישט אהן אפילו צו יענער וועט זיין אן אהרוני אדער א זאלוני, א איד אדער א גוי, א סאטמארער אדער א ציוני.

תוקן על ידי - גולםקלאץ - 16/11/2004 0:25:54