דער בארימטער חרדי'שער דאקטאר ווערצבערגער פון קרית יואל, איז אנגעקלאגט געווארן אין געריכט אין א בייזוויליגע אנקלאגע.
http://hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1185835איך האב נישט געוואוסט צו וואו דו שיקסט מיך מיטן לינק, ווייל איך קען נאר אריינגיין אין היידפארק מסורת. כ'האב געמוזט גיין ביי א חבר אין שטוב אים בעטן ער זאל מיך לאזן קוקן.
כ'בעט דיך שיק נישט דעם עולם פאשן אין קיין פרעמדע פעלדער!!!
האסט עפעס נייעס שרייב עס דא. נישט ערגעץ אנדערש און מיט א לינק אהער.
תוקן על ידי - קרןהתורה13 - 15/11/2004 5:03:55
כל אחד רוצה לבנות את הפורום שלו על הגב של JEWBOY
יש לך חדשות תביא ת'זה לכאן, אני מבטיח לך חגיגית שלא נסחב אחריך.
סאסמאן בלייבט סאסמאן
און איך זאג נישט אז עס וועט אים נישט מאכן קיין קאפ וויי,
ס'וועט אים ליידער יא מאכן
אבער מער פון דעם נישט
אין בין אביסל באקאנט אין דעם קעיס, מען גייט קלאר מאכן, אז יעדער האט זיך אפגערעדט אויף איר, און זי האט "אסאך" מאל געגעבן ראנג שאטס אדער מעדעצין
אדרבה, ווער עס איז גרייט צו העלפן קען זיך ווענדן צו דר. ווערצבערגער אפיס, אויב יענער איז גרייט אויפצוטרעטן אין קארט, וואס איז נישט צו גרינג
און בנוגע דין תורה,
ליידער אין קרית יואל, איז מסירה און הליכה לערכאות די דיפאלט, פרעג נאר מענדל שווימער, וואלדמאן, דייטש און די ליסט גאוס אן, אלעס בהיתר ועל פי הוראת הרבנים, ומה יעשה הבן שלא יחטא,
אדרבה אויב האט איינער אן השפעה אויף מר. ב. א. אדער זיין ווייב מה טוב ומה נעים, אבער איך גיב שוואכע האפענונג בפרט אז דער סאסמאן איז אריינגעמישט
זאל דר. ווערצבערגער האבן הצלחה ביי דעם און ביי אלעם
אזוי???! וואלדמאן דייטש וכו' זענען די נעמען וואס לערנען אז הליכה בערכאות של עכו"ם איז מותר????
און א. טייטלבוים?????? איז נישט געגאנגען????(בהיתר???)
מען האט נישט גע'מסור'ט קהל חרדים ד'סאטמאר בימים ההם??? און עד היום הערט מען מסירות קעגן יחידים וואס גייען נישט און זייער שפאן???
מען האט דען נאר פון איינעם צוגענומען שטאטישע רעכטן דורך מסירה????
ווער און קרית יואל האט נישט מיטגעהאלטן די שמוציגע פרשה וואו ס. טייטלבוים און איר מאן א. טייטלבוים האבן געטון כל טצדקי שבעולם און אויך מיט מסירה און הליכה בערכאות של עכו"ם צו צוברעכן א משפחה בישרא'????
ווער און מיט וועמענס הסכמה האט מען במשך 3 יאר צייט מרים יד געווען בתורת משה מיט הליכה בערכאות של עכו"ם???????
ליסען קרן התורה, דאס איז קרית יואל'ע נייעס, האב איך עס געלייגט ביי א פארום פון קרית יואלע נייעס, וואו ס'אינטערעסירט פאר רוב פון די ליינערס. נאכדעם האב איך עס אהערגעלינקט, פאר די קרית יואלע ליינערס וואס באזוכן נישט יענעם פארום.
און זיי נישט קיין היפאקריט. עקשטיין האלט אין איין שיקן דעם עולם צו אנדערע פארומס און דו האסט אים נאך קיינמאל נישט קריטיקירט.