גאנץ קרית יואל שטורעמט אין די טעג איבער די שרעקליכע רדיפות וואס אונזער באליבטער דאקטאר, ר' אברהם יושע ווערצבערגער, מאכט מיט.
דר. ווערצבערגער איז א ווארימער איד ווי יעדער איינער ווייסט, ער האט נאכנישט געטשעפעט קיין פליג אין זיין לעבן. מיט אזא איבערגעגעבנהייט און געטריישאפט באהאנדלט ער אונזערע קינדערלעך, אז אלע מאמעס שטוינען. אזא דאקטאר אויף אלע דאקטוירים געזאגט.
ביי דר. ווערצבערגער האט געארבעט א געוויסע קרית יואל'ע פרוי, וואס די מאמעס האבן איר זייער נישט געגליכן, ווייל זי איז געווען זייער "נעסטי" צו מענטשן און צו די קינדער און אויך האט זי געוואוסט צופיל אינפארמעישאן איבער קרית יואל'ער איינוואוינער און קיינער האט נישט געוואלט אז ווען זי וועט האבן א פראבלעם מיט אן אנדערע פרוי, זאל זי זיך נעמען בארעדן די פרוי און ארויסגעבן פערסאנעל אינפארמאציע.
בקיצור דר. ווערצבערגער איז געווען געצווינגען איר צו ווארפן.
וואס האט זי געטאן? זי איז געגאנגען אינאיינעם מיט דעם פושע ישראל און סעלף העיטינג דזשו מייקל סאסמאן, און האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דעם היימישן דאקטאר. זי קלאגט אים אן אויף א מיליאן דאלאר, אויף א מכלומר'שטע "סיוויל רייטס" אנקלאגע, אז מען האט איר ארויסגעווארפן ווייל זי איז א איד!
דר. ווערצבערגער, וואס איז דאך אזא טייערע נשמה, האט נישט געוואלט דערציילן די מעשה פאר קיינעם, ער האט געטראכט אז ער וועט אננעמען די יסורים באהבה, אבער די מעשה האט אים שטארק צוגעטרעטן צום הארץ און אים ממש אנגעפאנגען צו שאטן פאר'ן געזונט. עס האט אים געשטערט פון אנגיין מיט זיין ארבעט.
דאס האט געפירט דערצו אז א גרופע עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די פרשה, און מען ארבעט יעצט אויף אלע פראנטן צו ברענגען א סוף צו די מעשה נבלה.
די דיינים האבן פארדאמט די פרשה בכל תוקף און געווארנט די פרוי אז זי זאל ארויסגיין פון קאורט, אז נישט וועט מען ארויסגיין קעגן איר בחרב וחנית.
אויך האט זיך געעפנט א האטליין וואו פרויען קענען אריינרופן און איבערגעבן אינפארמאציע קעגן די פרוי, וואס מען וועט נוצן קעגן איר אין קאורט צו ווייזן פאר'ן ריכטער אז זי האט שלעכט באהאנדלט די פאציענטן.