תוא"י רבי אנגעקומען היינט קיין אמעריקע
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1169299
היינט צופרי אוועק פארנדיג פון לופט-פעלד קיין ברוקלין.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
טענקס גובוי
יהי בואו לברכה להרמת קרן התורה
ווער פארט מיט רבי צו די קאנטרי קומענדיגע וואך?
עס איז געווארן א שינוי מקום אין די לעצטע מינוט און מען האט אויפגעשטעלט א ריזיגן שאטער אין הויף פון פס 180 16 אין 56
קומפוט שרייבט
תוא"י געשטעלט א ריזגן שאטער לעצטע מינוט
אין די לעצטע מינוט האט מען אויפגעשטעט א שאטער נאך נעכטן דענערשטאג פארנאכט דורך ר ארי פרענקל
נאכדעם וואס איינע פון די בארד מעמבערס פון פאבליק סקול האט זיך געשטעלט אז מען קען אריין ברענגען נאר 300 מענטשן
דער טיש פון דעם תולדות אברהם יצחק רעבין וועט פארקומען ווי געפלאנט אבער נאר אינעם גרויסען שאטער אינעם הויף פוןן פ ס 180 אויף 16 און 56
EKSTEIN שרייבט
אבי מען איז נישט מחלל שבת ויו"ט אזוי ווי די ארונים האבן עס געבויט אין יו"ט אין געברענגט קוגלען מיט קארס
אין הייליגען שבת
SELISH שרייבט
עקשטיין
איינער וואס איז זיך מוסר נפש פארן שבת קודש שוין 35 יאר
איז שוין דאנערשטאג ביינאכט גרייט צום שבת קודש
איך בין אדורך די גאס און אלעס שטייט שוין גרייט צום טיש
yosefelye
עקשטיין, וואס קוגלען ווען קוגלען, טויזענטער אהרונים זענען געקומען צו פארן צו די הקאפעס, באטעס, און צום דאווענען מיט קארס בעצם היום השבת, אן קיין שום בושה, וכדי בזיון וקצף.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלטן די דיינים חברי הבי"ד מיטן רב שליט"א ארויס געקומען מיט חרמות ואיסורים אויף די צענדליגע טויזענטער מחללי שבת בפרהסיה.
יא זיי האבן זיך טאקען אנגעטוהן בגדי שבת, אבער נישט חלילה לכבוד שבת ויום טוב, נאר לכבוד זייער רב די אזוי גערופענע שמחת רבם, ווען נישט וואלטן זיי זיכער געקומען טאנצן הקאפעס מיט זייערע וואכענדיגע ארבייטס קליידער, איך האלט אז מען דארף צוזאמען נעמען די שטיינמאן פראטעסט רבנים און פארופן א מעכטיגע הפגנה אקעגן די "אהרוניס" טאקען באותו מקום, לי עווניו ביי ווילסאן סטריט, און אויסשרייען מיט קולי קולות "עס טוהט אונז זייער זייער וויי".
ליכטיג שרייבט
יוסף אלי'
די סאטמארער רבנים זענן קלוגער פון דעם, קעגען פרעמדע רבנים ווי הרב שטיינמאן האבען זיי נישט קיין שום פראבלעם צו חתמענען, אבער קעגען א היימישער ווי קרית יואלער רב וועלען זיי עס קיינמאל נישט טון.
זיי פארשטייען אויך אז די מחלוקת וועט זיך איין טאג אפשטילען, אבער א בריוו קעגען קרית יואלער רב וועט בלייבען לדראון עולם.
mechel19
איך האב גיהערט אז דער דיין ר' ישראל חיים מנשה האט געזאטגט אז ער האט קיינמאל נישט אינטערגעשריבן א קעגן הרב שטיינמאן, און מעשה שהי' כך הי', מען איז געקומען צו עהם מיט א באפעל פונעם רב שליט"א ער זאל אינטער שרייבן א קעגן ר' ארי' לייב האט ער געמיינט אז דאס איז ארי' לייב גלאנץ האט ער תיכף אינטער געשריבן נאר למעשה האבן זיי דאס געניצט אויף הרב ארי' לייב שטיינמאן.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 05/11/2004 20:07:35איינער ווייסט ווי די דער תולדות אברהם יצחק רבי וועט זיין די וואך פרשת תולדות? און נאכדעם ויצא? ווען פארט ער צוריק קיין א"י.
די וואך שבת איז ער אין קאנטרי, ויצא דארף ער זיין אין וויליטאון, און מסתמא וועט זיך נאכאמאל קאכען פאליטיק,
ווי אין קאנטרי?
פריוואט, אדער פארען עולם?
איך בין נישט זיכער אבער איך מיין פריוואט
היינט נאכט די טי פארטי
[בילד – נישט אפגעהיט]
איז ער נאך אין מאנסי?
איך האב שוין געהערט, ער גייט זיין אין די קאלאני לעיק פארעסט, דאכט זיך אין פאלסבערג.
מען רעכענט זיך אויף 500 מענטשען.
ווייסט איינער מער פרטים?
דער רבי פון תולדות אברהם יצחק גייט זיין דעם שבת אין לעיק פארעסט. אלע איינוואינערס פון לעיק פארעסט - טווין אקס --און לארעל לעדש קומען ארויס אויף שבת.
מען האט מיר געזאגט א די איינוואינערס האבן גערופן דעם רעבין און נישט די חסידים. און זיי באצאהלן פארן רעבין א מאיאנטעק מיט געלד פאר זיינע פארצווייגטע מוסדות. במילא שטעלט מען אפיציעל גארנישט צו. אבער איך הער אז דער עולם קומט און די מאסן. מען רופט אן די איינוואינערס פון די 3 אויבן דערמאנטע פלעטצער און עס איז נישט דא קיין ליידיגע בעט צו באקומען. איז דער עולם געלאפן צו ישיבה סאוט פאולסבורג עס איז א 10 מינוט שפאציר פון לעיק פארעסט.
אויך קומען אסאך מאבילס.
יהא בואו לברכה.
לעצטע שבת איז קאם געווען מנין אין לעיק פארעסט
ביי וועמען גייט ער איינשטיין דארט?
שטעלט מען דארט אויף א שאטער?
די רדיפות פון די זאלי'ס קעגן די תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א האט זיך שוין אנגעפאנגען, דער איד לאזט נישט שרייבן קיין איין ווארט פון זיין קומען, לויט אים איז ער נאך אין ארץ ישראל...
די קומעדיגע וואך וועט די תולדות אברהם יצחק רבי זיין אין ווילי, ווי ער וועט איינשטיין ביי הרבני הנגיד רבי יצחק ראזענבערג שליט"א וויצע פרעזידענט דקהל יטב לב דסאטמאר און די גרויסע טישן וועט פארקומען אין די זאל פון ראוז קעסטעל, (נאכדעם וואס די זאליס געבן מער נישט פאר אים ברכה סימא).
אינטערסאנט וועט זיין אז די סאטמאר רבי קומט אהיים די קומעדיגע וואך מאנטאג, ווייל נעקסטע וואך מאכט חתונה הרבני הנגיד ר' אליעזר פרענקל פון לאנדאן (וואס איז א גרויסער תוא"י חסיד און ער שטייט איין ביי אים אין לאנדאן), ווי די רבי וועט באשיינען די חתונה, און ר' אליזער וויל אז די סאטמאר רבי זאל זיין סידור קידושין און תולדות אברהם יצחק רבי ברכה אחריתא, און ער וויל אז די תולדות אברהם יצחק רבי זאל מען לאזן באזיכען ביים סאטמאר רבי'ן שליט"א.
הכסף יענה את הכל!
ר' אליעזר פרענקל איז א סאטמארער חסיד.
אגב פארוואס קען ער יעצט נישט זיין ביי יצחק ראזענבערג? עס איז דאך נישט דא קיין קאורט?
יענטא ווער פון די איינוואוינער'ס דארט צאלט אסאך געלט?
כמה עוילם יש לתו"אי באמריקע? יש להם חסידים של ממש או
רק אוהדים? וחוץ מזה יש להם שטיבלך? (אני יודע שלתו"א
יש ממש מוסדות וקהל)
אני לא חושב שלתולדות אהרן יש מוסדות בארצות הברית.
לשניהם יש בתי מדרשים בכל השכונות החרדיות וויליאמסבורג בארא פארק ומאנסי.
דער איד דארף גארנישט שרייבן פון תולדות אברהם יצחק - אלעס וואס ס'שטייט דארט אויף תו"א איז די זעלבע זאך ביי תולדות אברהם יצחק
די יארצייט סעודות--די חתונות-- די ימים טובים-- סאטמער רעבעס יארצייט -- כ"א כסלו-- צוזאםקום פון משתתפי העדה החרדית
סאיז די זעלבע זאך במילא דארף גארנישט שטיין אין איד ווייל די וואס ווייסען לייענען אשטאט תו"א לייען תולדות אברהם יצחק
יהויפיץ
-----
כנראה מתגובות הקודמות שלך שאתה מכיר היטב מה יש לתולדות אברהם יצחק בירושלים ובבית שמש
וכמה חסידים-לא אוהדים יש לו בעולם
ולידיעתך
תולדות אברהם יצחק האט בתי מדרשים אין וויליאמסבורג
בארא פארק
פלעטבוש
מאנסי
לונדון
אנטווערפן
חוץ פון די מוסדות אין ירושלים
און די מוסדות אין בת שמש
וואס דרך אגב די מוסדות אין בית שמש איז די גרעסטע און שענסטע אין גאנצן געגענד
לגבי אין די גאנצע וועלט ווייס איך נישט, אבער אין בית-שמש דאכט זיך מיר האבען זיי פון די קלענסטע שטיבלעך
כורמיזא
לא ראינו אינו ראיה
פון זיצן אין ירושלים אוודאי וועסטו גארנישט זעהן
ווען ביזטו געווען די לעצטע מאל אין בית שמש?
פאר אהין כאפ א בליק
ויקוים הפסוק מלפניך משפטי יצא וגו'
BP, flatbush, london, antwerp? don't make me laugh man. you must be getting confused with the radziviller butei midrushim
קנאקער
.......
די תשובה וואס כורמיזא האט באקומען
מיינט דיך אויך
און טאמער קענסטו נישט אויסהאלטן --טו בעד
אין בית שמש האט תוא"י 2 בתי מדרשים, איינס און נחלה ומנוחה, און די צווייטע אין קרית רמ"א-זנוח
און נחלה ומנוחה גייען זיי יעצט פארענדיגן א גרויסען הערליכען שוהל וואס דער נדיב נוסנצווייג פון בארא פארק האט זיי מנדב גוועהן, ס'איז דאכט זיך מיר דער שענסטער ביהמ"ד און בית שמש, עסטרייכער דער ארכיטעקט פון בעלזער ביהמ"ד, האט עס פאר זיי גבויעט
Selish my friend, please tell me the address of the TAY shtiblach in london, antwerp and flatbush.
קנאקער
.....
אזוי שטארק נישט צום אויסהאלטן?
טאקע אין די 3 פלעטצער איז דא דער תולדות אברהם יצחק בית מדרש וואס די אנדערע האבן נישט
ידידי,
נכון שאני קצת מסתובב שם בשבתות - אבל אכן השטיבל שלהם
ברמ"א (בי"ש) הוא במקרה הטוב חדר גדול...
ולגבי הדער איד - ברור שתו"א זה ה"תולדות" של חסידי
ר' זלמן ותוא"י זה ה"תולדות" של חסידי ר' אהרן וכל
צד אימץ לעצמו מין "חצר בת" (רואים גם לפי רשימת
הגבירים מאמריקע שתומכת בכל חצר...)
ולכן, אין פלא שלא מוזכר אפילו במילה אחת בדער איד
אודות הביקור, ומבחינת ה"דער בלאט" הביקור משתווה אולי
רק לאירוע של הנצחון של בוש (וגם לגבי זה אני לא
בטוח )
ווארעמע באגעגעניש און איינגענעמענע שמועס פארגעקומען ביים דינער פון כולל שומרי החומות אין בארא פארק
צווישען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א און הגה"צ רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט"א אבדק"ק סאטמאר וויליאמסבורג
זיי האבן זיך אויפגעשטעלט און זיך די האנט געגעבן און געזעצן איינער לעבן אנדערן און געשמועסט אזוי ווי אלטע גוטע פריינד וואס זיי זענען טאקע מאז ומקדם
און להוציא מליבם של.... אז סאיז ח"ו דא אריס צווישן זיי
ווייסט אפשר איינער אווער היר; ויא אזוי איז אריבער דער שבת מיטן רעבין אין סאוט פאלסבערג ?
פרייטיג האב איך גיזעהן א גיפארעכץ
קען איינער אביסל מרחיב זיין מער דיטיילס ?
תוקן על ידי - ואס_הערציך - 14/11/2004 19:30:01
איינער האט אפשר בילדער פונעם שבת און ב.פ. אינעם טענט? סאיז אנטערסאנט קיין איין צייטונג האט נישט געהאט א בילד פונעם עולם אין די טענט.
<באקומען אין תיבה אישי פון הרוצה בעילום שמו>
דער רבי איז אהנגעקומען דאנערשטיג נאכמיטאג לבית האכסניא. ער האט דארט געדאווענט מנחה. נאכדעם איז ער געפארען צו רב וואכטפויגעל, און געשמועסט. רב וואכטפויגעל האט יעדעם געהייסען ארויסגיין, און געבליבען שמועסען מיט אים אליינס פאר צוואנציג מינוט.
פרייטאג האט דער רבי געדאווענט אין קעלער פין ביהמ"ד. פרייטאג האט ער נישט אויפגענומען, נאר זיך געגרייט צו שבת קודש אגאנצען טאג.
פרייטאג פארנאכט ארום 4:30 איז אריינגעקומען צו מנחה. ער האט געדאווענט מיט א גרויס התלהבות כדרכו בקודש, ביי הודו איז געגאנגען פין איין זייט ביהמ"ד צו דער אנדערער. ביי מזמור לדוד האט געדאווענט בקולי קולות. ביי בואו בשלום האט ער געמאכט ריקודין כדרכו. שליח ציבור איז געווען הנה"ח ר' חיים גראס.
צום טיש איז דער רבי אריינגעקומען 8:30 אין געפירט ביז בערך צוויי אזייגער, עקסטער ספעשיל שיין זענען געווען די ריקודין של מצוה שבת קודש. געזאגט תורה דריי מאל, מתובל מיט מעשיות פין תלמידי בעל שם, אין משפיע געווען ברכות און עשירות פאר כלל ישראל. ביים טיש זענען געווען בערך 750 מענטשען. אויך איז געווען לערך 50 בחורים פין די ישיבה אין סאוט פאלסבערג וואס האבען מיט געזונגען אזוי ווי חסידים. מנוחה ושמחה האט געזונגען איינער פישמאן, און מה ידידות האט געזונגען הרב משה עליאס.
40 בעטען זענען געווען אנגעגרייט אין קעלער פין ביהמ"ד פאר די עולם וואס האט נישט געהאט קיין אכסניות.
שבת צופרי איז דער רבי געווען אין מקוה שוין זעקס אזייגער פארטאג. געדאווענט האט מען 9:00 ביז 12:30. די הוי לייט איז געווען הכל יודוך אין אל אדון אין ר"ח בענטשען. דער רבי האט געדאווענט שחרית ביז הויכע שמו"ע. נאכדעם האט ממשיך געווען ר' פישל בייגעל.
די סעודה איז פארגעקומען בבית הנה"ח ר' יעקב פאזנער שליט"א, וואס ביי אים איז דער רבי איינגעשטאנען די גאנצע צייט.
מנחה איז דער רבי אריינגעקומען 4:35 און מען האט גענדיגט הבדלה בערך 7:30. דער רבי האט געזאגט תורה ביי שלש סעודות, און מעורר געווען דער עולם צו תשובה מתוך דברי התחזקות, און פארען בענטשען האט ער נאכאמאהל גערעדט און פארציילט עובדות פין צדיקים.
מלוה מלכה איז געווען ביי איינער פרענקעל. סעודת ר"ח היינט איז געווען אויף די אכסניא.
די ביהמ"ד אין לעיק פארעסט פרייטיג מיטאג.
>בילדער קרעדיט פאר הרוצה בעילום שמו<
[בילד – נישט אפגעהיט]
כנ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]
ביי ש"ס, בילד גענומען נאכן זמן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ביים זאגן א גוטע וואך נאך הבדלה.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער רבי שליט"א ביים ארויסגיין פון ביהמ"ד נאכן דערהויבענעם שבת
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
די דירה ווי דער רבי שליט"א איז איינגעשטאנען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
נעכטן איז געוועזן גאר א מוצלחדיגע טיי אווענט אין סידערהורסט אין די פייוו טאונס
ווען דער תולדות אברהם יצחק רבי איז אנגעקומען האבו אפגעווארט אריבער 2 הונדערט אידן אריין צוגיין זיך געזעגענען
פארוואס שטייט נישט אין צייטונג ווי תוא"י איז געווען פארגאנגענעם שבת? זיי שעמן זיך דערמיט
איין סאטמאר
איך בין נאכגעגאנגען דיין שאלה און נעכטן נאכט ביי די גרויסארטיגע בר מצוה פון דעם תולדות אברהם יצחק'ס רבין'ס אייניקל בן חתנא דבי נשיאה הרה"ג רבי משה הורוויץ שליט"א אין די רענעסענס זאל אין בארא פארק
האב איך זיך אינטרעסירט און מען האט מיך געזאגט אז
ברויך'סט צו פארשטיין אז די צייטונג קומט ארויס דינסטאג ביינאכט און ב"ה נאך אזא סוקסעספולע וואך און יעדער איז ביזי נאכצוקומען די עסקנות איז דער ארטיקל בנוגע דעם געלונגענעם שבת אין לעיק פארעסט נאכנישט געוועזן גרייט אריין צו גיין און די אלע בלעטער פון מיטוואך נאכט שטייט שוין באשריבן אויך וועגן דעם גרויסן שבת אין לעיק פארעסט
עס הייסט אז תא''י רבי קומט די וואך קיין ווילי, וואס איז געווארען?
עפעס מחלוקת איז שוין גשעהן?
שכח סעליש, אין בלאט שטייט עס שוין טאקע באשריבן.
NUTRAL ס' איז נישט דא גארנישט, ער קומט קיין ווילי אי"ה
האם זה השבת האחרונה של האדמו"ר שליט"א בארה"ב?
מתי הוא חוזר לארץ ישראל?
וביום השבת קודש שישו ושמחו
די רבי שליט"א שטייט איין די וואך שבת ויצא ביי הרב יצחק ראזענבערג הי"ו אויף ראסס סט. די סאטמאר ראש הקהל קעגן די הויז פון סאטמאר רבי שליט"א, טראץ די שטארקע פרעשור פון די זאליס, די טישן און די תפלות וועט זיין אין ראז קעסטעל זאל אויף פלאשינג ווי עס וועט זיין א מעכטיגע עולם.
זונטאג וועט פארקומען א גרויסע טיי אווענט אינעם שטוב פון הרב יצחק ראזענבערג הי"ו, פאר די הייליגע מוסדות הקדושים "תולדות אברהם יצחק", וואס איז די הייליגע שומר און שטייט אין שפיץ פון אלע מערכות לה' אין ירושלים קעגן די פושעים און אפיקורסים, און אלע וועלן שטיצען די הייליגע פעסטונג מיט גרויסע סכומים.
ביי די חתונה פון דעם נגיד א. פרענקעל פון לאנדאן די וואך אין ווימ"ס עטרת אברהם, איז די סאטמאר רבי געווען סידוד קידושין, און די תולדות אברהם יצחק רב איז אויך דארט געווען, און ער האט זיך געטראפען מיטן רבין נאך יארן וואס מען לאזט אים נישט אריין, ער האט געקישט דעם סאטמאר רבי האנט, און די סאטמאר רבי האט אים צוריק געקושט די האנט, די בילדער דערפון איז זייער שיין.
תוקן על ידי - yones69 - 19/11/2004 20:32:11
1
[בילד – נישט אפגעהיט]
2
[בילד – נישט אפגעהיט]
4
[בילד – נישט אפגעהיט]