היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » תוא"י רבי אנגעקומען היינט קיין אמעריקע

תוא"י רבי אנגעקומען היינט קיין אמעריקע

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1169299
בלאט: 1 2

selish » 19/11/2004 20:45

מאנטאג גייט דער תולדות אברהם יצחק רבי זיין אין קרית יואל ביי די נגידי וחשובי העם און באזוכן די רבנים פון שטאט און ביי עטליכע באנקעטן

אין אווענט וועט פארקומען א גרויסן עפענטליכן טיי אווענט
[בילד – נישט אפגעהיט]

selish » 19/11/2004 20:48

הזמנה מילתא היא
[בילד – נישט אפגעהיט]

לבטיג » 21/11/2004 04:17

א גוטע וואך
ווי אזוי איז געוועזן דער שבת אין וויליאמסבורג
איך האב געהערט אז עס איז געווען זייער געלונגען
איינער ווייסט מער פרטים?

yones69 » 21/11/2004 04:45



עס איז געווען א הערליכער שבת מיט א ריזן עולם, וואס ווימ"ס האט שוין לאנג נישט געזעהן, עס איז געווען פון 3 זייטן פרענטשעס געפאקט מיט יונגעלייט עלטערע אידן און בחורים, עס האבן געשטורעמט מענשטען פון אלע זייטן צו די גרוסיסע טישן, און ביז 2 אזייגער ביינאכט האט מען געפראוועט די טיש.


עס איז געווען א געוואלדיגער חיזוק פאר תושבי ווימ"ס און פאר סאטמאר חסידים בפרט.

babyfish » 21/11/2004 05:42




דער רבי איז פרייטאג פארנאכט ארום 4:15 אריינגעקומען צו מנחה. ער האט געדאווענט מיט א גרויס התלהבות כדרכו בקודש,

ביי הודו איז ער
ארום געגאנגען פין איין זייט ביהמ"ד צו דער אנדערער.


צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ג רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א מו"צ ודיין ורב דקהילת ברעסלאוו בבית שמש


ביי מזמור לדוד האט געדאווענט בקולי קולות. ביי בואו בשלום האט ער געמאכט
ריקודין כדרכו. שליח ציבור איז געווען הנה"ח ר' יצחק ראזענבערג שליט"א בעל אכסניא פון תוא"י רבין


נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת וואס האט גענומען איבער א שעה.


צום טיש איז דער רבי אריינגעקומען 8:30 אין געפירט ביז בערך צוויי דרייסיג אזייגער,


עס איז געווען א א ריזן עולם, וואס ווימ"ס האט שוין לאנג נישט געזעהן, עס איז געווען פון 3 זייטן פרענטשעס געפאקט מיט יונגעלייט עלטערע אידן און בחורים, עס האבן געשטורעמט מענשטען פון אלע זייטן ...


ספעשיל שיין זענען געווען די ריקודין של מצוה שבת קודש. געזאגט תורה דריי מאל, מתובל מיט מעשיות פין תלמידי בעל שם, אין משפיע געווען ברכות און עשירות פאר כלל ישראל.

ביים טיש זענען געווען קרוב צו 1500 אידן . . מנוחה ושמחה האט געזונגען החסיד הזקן רבי אברהם חיים וויינבערגער, און מה ידידות האט געזונגען הרב יעקב פאזנער בעל אכסניא פון רבין אין לעיק פארעסט.



דער רבי האט געפלאמט מיטן עולם ספעציעל ביי קה רבון עלם און צמאה נפשי און שבת קודש


ביים ענדע פון טיש ארום 2:30 די געוואלדיגע ריקודים פון האדרת והאמונה וואס בלייבט איינגעקריצט אין זכרון און עס ליגט נאך אין די ביינער


שבת צופרי איז דער רבי געווען אין מקוה שוין זעקס אזייגער פארטאג. געדאווענט האט מען 9:00 ביז 12:30.

ביי הכל יודוך אין אל אדון איז דער רבי
ארום געגאנגען פין איין זייט ביהמ"ד צו דער אנדערער און דער עולם האט נאכגעזאגט מיט גרוס התלהבות.

דער רבי האט געדאווענט שחרית ביז הויכע שמו"ע.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרב הגאן רבי אברהם מאיר ביערמאן שליט"א מגיד שיעור בבית המדרש וראש הכולל תולדות אברהם יצחק אין בארא פארק.




מנחה איז דער רבי אריינגעקומען 4:35 און מען האט גענדיגט הבדלה בערך 7:30. דער רבי האט געזאגט תורה ביי שלש סעודות, און מעורר געווען דער עולם צו תשובה מתוך דברי התחזקות,




ואס_הערציך » 22/11/2004 01:20

can you please podt the picture how the rabbi is kissing the hand of the satmarer rabbi shlite ?

babyfish » 23/11/2004 23:45

מיטן סטיטשינער רבין שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

natrul » 26/11/2004 17:37

וויפל געלט האט מען געמאכט ביים טיי אווענט און ווב''ס?
און איינער האט אן אנהוג וויפל תא''י רבי האט געמאכט בכלל דאס יאר און אמריקא?
בלאט: 1 2