מענדל
ס'זענען געקומען באסעס פון אלע ישיבישער געגענטער, מ'האט געמאכט א גרויסער טומל דערפון. אויך זענען געקומען הונדערטער פרויען און מיידלעך, בחורים פון אלע ליטווישער ישיבות וכו',
אידן אין אמעריקא זענען גוט באקאנט מיט אים, מ'ליינט די יתד, המודיע,משפחה וכדו'
איך האב אונגעקונגען נעכטן ר' זלמן לייב פיליפ אין איהם געפרעגט צו ער האט טאקע געחתמעט, ער האט מיר געזאגט אז יא.
ווען איך האב איהם געפרעגט היתכן ער איז נישט אליין געקומען, האט ער מיר געזאגט אז ער האט געשיקט זיינע קינדער, איך האב איהם געזאגט אז ער האט א חלק אין דעם שרעקליכער חילול ה', אין סילוף וחילול כבוד רבינו הקדוש זי"ע, אין לכובד איהם זענען הונדערטער סאטמארער אידען געגאנגען אויף די אנדערע זייט צו ווייזען אז נישט גאנץ סאטמאר איז פארכאפט אילן די טריפאנע נטורי קרתא קליפה,
ער האט אראפ געלייגט פאר איך האב איהם געקענט זאגען אז עס איז שוין געקומען צו צייט הערשל קלאר זאל חתמענען אליין במקום צו צווינגען די רבנים וואס צו טון.
או לאותו בושה.
צבי
אוודאי ווייסט יעדער ווער הרב שטיינמאן איז, אבער קענסט נישט לייקענען דעם פאקט אז א ריזיגער ציבור זענען געווען חסידים וואס האלטען זיך נישט אזוי נאנט מיט ליטווישע גדולים, אין יעצט זענען זיי יא געקומען.
מענדל
לדעתי זענען רוב חסידים געווען סתם נייגעריג
און דאס ווייזט נאר ווי די חסידים האבען נישט קיין "גדולים" זיי זענען אינגאנצען אויסגעשפילט
די ספר אילת השחר איז און קווינס ישיבה א דבר שלם, און צופרי לערנט מען זיין ספר און ביינאכט שרייעט מען קוק-הערצל-שטיינמאן
משא"כ און מאנרא ווייסט מען אפילו נישט וויאזוי דאס זעהט אויס
אזעלכע פארדרייטע מוחות, לערנען לערנט מען ליטוויש און די זעלבע טאג פארט מען שרייען פוי
לאכן איז שוין ווייניג
ס'איז מיר א וואונדער אז צוליב איין הולך רכיל (וואס איך האב שוין דערמאנט אין מיין פריערדיגע הודעה) זאלען רבנים זיך לאזען פארפירען אין מוחה זיין
עס איז געווען א חילול ה' איום ונורא.
אויך א גרויסע חילול סאטמאר, אבער אין דעם האב איך נישט אריינצורעדן.
די קידוש השם ביי די מעמד קבלת פנים איז אין לשער ![\-/]אין די דורכפאל פון די בהמות איז אין לשער ! א באריכט פון די ק''פ שטייט מיט בילדער און די המודיע
ליידער ליידער זענען די זלונים האפיקורסים הרשעים געפאלען צום נידריגסטען,
הרב מנשה פריעמאן והשותפים, = חזור בך!!
ביטע אכטונג געבן אויף כבוד הרבנים יהיה מה שיהיה.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 02/11/2004 23:30:04
Natrul
דרך ארץ פאר די בית דין צדק הגדול פון וויליאמסבורג
ובפרט פאר ראב"ד שליט"א
מוחה מוחה מוחה
כל דבריהם ברוח הקוד.....
אלו ואלו דברי אלקים חיים, זייט ווען הייסט דאס אז מען שרייט אויס דעם דבר השם איז דאס א חילול השם?
how can a jewish religus man make purim off a bais din?
if he makes purim bais din just on purim than its o.k. but to have a purim bais din year round, he is making fun of the torah! and now he is writng against a godel hador e.t.c
(sorry my hebrew is not working now)
ביטע נישט פוגע זיין אין רבנים
תוקן על ידי - אינהכינמי - 02/11/2004 23:52:21
פאריגען וואך האט הרה''ג ר' חיים לייבוש ראטנברג שליט''א אדמו''ר מפארשעי, געהאלטען א שארפע דרשה אגעקן די וואס זענען געגאנגען פראטעסטירען אקעגן הרב שטיינמאן שלי''טא, ביים אנפאנג האט די רבי שליט''א געזאגט אז ער האט א רעכט צו זאגען וועגען די ענין פון קנאות און נישט יעדער מענטש אויף די גאס קען דן זיין בנוגע קנאות ווייל (ר' ח'''ל ראטנברג נישט נישט געוונדליך אזאלכע שפראכן) זיין טאטע די קאסנער רבי איז געווען די ערשטע וואס זענען ארויס פראטעסטירן אין אמריקא אקעגן גיוס בנות בשנת תשי''ג און גערעדט און פארנט פון די אמריקאנער מידיא אין ענגליש וויל דעלמאטס האט כמעט קיינער נישט געקענט רעדן ענגליש און א גיטע שפראך, איז וועגן דעם האט ער א רעכט צו דן זיין בנוגע די ענין, און ער האט געזאגט אז די אלע וואז גייען פראטעסטירן אקעגן דעם גאון איז פרא אדום א אימצוועלזירטע מענטש אין א חיה פון גאס ארויס,און קיינער האט נישט וואס צו קוקען אויף די פאשקווילען, זיי זענען נישט אויסגעהאלטען אריינגערעכנט די דעת תורה פאשקווילען, ווי אויך זענען פילאפ מיט די זילבער געקומען צו אים אז ער זאל אינטערשרייבען די פאשקווילען אדער כאטש הייסען די עולם גיין צו פראטעסט, האט ער זיי גענטפערט אז ער האט נישט קיין צייט אויסהערן זייערע נארישע הסברים און עס אינטערסירט אים נישט און זיי זאלען טוהן בעסרע זאכען ווי די נארישע זאכען, און האט געבעטן א קיינער זאל נישט האבען גארנישט צו טוהן מיט די זאכען.
ער איז נישט די איינציגסטע וואס אויפגעטרעטן אקעגן די פראטעסטן נאך אסאך האבען גערעדט אקעגן די פראטעסטען, אבער זאיס אינטערסאנט ווי אזוי איינער וואס פארופט זיך אלס ראב''ד זאל קענען אינטעררייבען אזא צעטל???
(אויף די אנדרע וואס האבען אינטערשריבען איז נישט קיין שאלה, זיי זענען שוין לאנג אפגעפרעגט)
דא וועט איר קענען זעהן בילדער פונעם מעמד קידוש שם שמים, און להבדיל די חילול שם שמים
http://www.chillulhashem.com/