הרב הגאון ר'אר' לייב שטיינמאן שליט''א קו
113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1152736
הרב 2מאן אין מונסי
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווילי איז היינט פיל מיט צעטלען קעגן דעם שטיינמאן ווער האט א קאפיע
ער קומט דען קיין ווילי בכלל?
אין בחדרי חרדים שרייבט קו_400:
מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן שליט"א אושפז הלילה בבית החולים "מממדיס" בבורו פארק בניו יורק.
הידיעה הגיעה לישיבת פונוביז' והבחורים "הוקפצו" לומר תהילים. כעבור שעה קלה נמסר כי מצבו של ראש הישיבה שליט"א יציב מאוד והוא חש בטוב.
כל הטיסות נדחו. הטיסה לשיקגו הבוקר, יום רביעי, והטיסה ביום חמישי לטורוטו בקנדה.
מקורביו מדברים על חולשה רבה עקב רצף ההופעות התורניות של ראש הישיבה שליט"א מיום בואו לארה"ב.
ראש הישיבה שליט"א הובהל לבית החולים לאחר שלא חש בטוב במהלך אסיפה בביתו של הנגיד אייב בידרמן בשדרה ה-17 פינת 56 סטריט בבורו פארק. למקום הוזנקו אנשי "הצלה". כשלושים מתנדבים חרדים הגיעו תוך דקותיים. יותר מאוחר הוחלט להעבירו לבית החולים לבדיקות מקיפות.
נמסר כי בבית שהו באותה עת גם מקורבי ראש הישיבה שליט"א: הרב צבי בוימל, הרב יעקב גוטרמן, הרב יעקב אשר והגבאים הרב יצחק רוזנגרטן והרב יצחק לוינשטיין.
this i found in kiryas joel
(sorry i dont have a scaner so i used a efax)
i think that you can only view it with efax messenger
תוקן על ידי - sruli2 - 27/10/2004 15:14:45
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער עס ווייסט וועגן די מצב פון הרב שטיינמאן שליט''א אין שפיטאל, ביטע זייט מודיע אדאנק
זינט ווען איז ער אין שפיטאל? איך האב גארנישט געהערט.
זונטאג גייט זיין א טענט אין ב"פ ביי 18 ביי 50, ווי שיינמאן גייט זאגן א דרשה אז מען זאל לערנען, און די לייטנער גייט מוחה זיין דארט, זיי האבן גענומען א פערמיט פאר 100 אידן מוחה זיין.
איז ער אין שפיטאל אדער נישט? וואס גייט פאר?
איך בין געווען ביי די הפגנה עס איז געווען ארום 250 300 מפגינים רוב איז געווען נישט פון בעק'ס מענטשן אנגעזען האט זיך דארט זייער אסאך קרית יואל'ע אידן צווישן זיי איז געווען איינער פון די רבנים אין קרית יואל ער הייסט טענענבוים, נאך די הפגנה איז געווען אסאך שטרייטן צווישן די לוטפאקעס און די מפגינים ווי אויך איז געווען אסאך חסידישע בחורים און אינגעלייט וואס האבן אוועקגענומען און צוריסן צעטליך פון די מפגינים עס איז געווען דארט קולי קולות פון די מפגינים מ'זאגט אז עס איז געווען אז שטארקע מסר פאר הרב שטינמן אז ער זאל נישט מער שמד'ן אידישע שוואכע בחורים צו גיין אין מיליטער און זאלן עובר זיין אויף די שלש עבירות חמורות, וואס מפי הרבה עדיות פון בחורים וואס זענען שוין דארט געווען איז עס ליידער א אפטע ערשיינונג
סאכדעס
לדעתי ווייסט ער אפילו נישט אז עס איז דארט געווען א פראטעסט.
בכלל זענען דיינע נומערן היפש איבערגעטריבען.
יושע כנראה שאתה לא היית שם, כי אלו היית שם לא היית אומר ככה.
די נומער וואס איך האב געגעבן איז געווען נאכן ציילן, איך האב זיך ארומגעדרייט ציילן דעם ציבור, איך האב געגעבן די מינומים ציפער וואס איז שייך מעגליך אז עס איז געווען מיט א 100 מער אבער דאס נעם איך שוין נישט קיין אחריות
השבוע, יצא לי לפגוש את בן דוד שלי, שהוא מאנשי הבני יואל בקרית יואל. איתם כמובן הרי יכולים לדבר רק מנושא אחת, ובמילא השיחה התגלשה במהרה לנושא ההפגנה נגד הרב שטיינמאן שליט"א. בקיצור המעשה. הוא סיפר לי תוך הדברים. שהוא נטל חלק בההפגנה במוצאי שבת במונסי, והליטאים בתגובה לגידופים שלהם נגד הרב שטיינמאן שליט"א,החזירו להם בצעקות:
"אהרן ימ"ש" (ח"ו) "זלמן לייב ימ"ש" (ח"ו). והבני יואל בתגובה ענו כנגד המברכים כאיש אחד ובלב אחד, אמן...
הא הא הא... יו מעיד מיי דעי סעמי
די הפגנה קעגן "רב" שטיינמאן איז אומווערדיגע אקציע, ווען דער רבי זי"ע וואלט געלעבט וואלט ער אזעלכע געווארפן פון סאטמאר.
מ'האט אין סאטמאר קיינמאל נישט פראטעסטירט קעגן א רב, ווי ציוניסט אדער שייגעץ ער איז געווען.
בחייו פון רבי'ן האט מען געמאכט ארטיקלעך אויף רבנים, מ'האט געווארפן נארמאלע פאשקעווילן וכהנה וכהנה, אבער נישט פאררופן אן הפגנה פערזענליך קעגן א "רב" אין פראנט פון א "רב", דער דרך איז געווען נאר פון די עקסטרעמיסטן פון "נטורי קרתא".
אין איר זאל נישט מיינען אז שטיינמאן איז נישט ווערד זיין געלט, ער איז דער גרעסטער רעפארמיסטער רב ביים חרדי'שן ציבור אין אלע אנגעלגענהייטן.
יוסעלע
פארפאלן אז אויב דערלעבט מען דערלעבט מען
איך בין איינשטימיט מיט דיר פולע 100%
[
דיין פוינט אין קורץ און שארץ און צו דער זאך
selish שרייבט
איז אמת אז הרב שטיינמאן איז ביי ר' מאטעל?
איך האב יעצט געהערט אז ר' מאטעלע האט אויפגענומען הרב שטיינמאן שליט"א דער גדול הדור פון ירושלים
אויב יא איז דאס א עוולה?
אדער מען האט געמעגט?
משוגענער שרייבט
האסט דיך יעצט דערמאנט? עס איז א אלטע מעשה. צו ס'איז אן עולה? ווענט זיך וועם די פרעגסט.
אייןסאטמאר שרייבט
ר' מאטעלע נעמט אויף יעדען, ער איז נישט קיין סאטמערער, נאר געוויסע מענטשן האבן די לעצטע פאר יאר ביים סקול דיסטריקט און ביי מחלוקות ר"א ורז"ל אים סאטמערייזט פאר זייערע אינטערעסן, זאלן די מענטשן אים פארענטפערן
מיט גרויס פרייד גרייטען זיך די פילע טויזענטער תושבי ברוקלין צום גרויסען קבלת פנים וואס וועט אפגעראכטען ווערן פאר'ן גדול הדוא בתוכנו הגרא''ל שטיינמאן שליט''א, די מעכטיגע מעמד הגדול וועט פארקומען אין שטאט ב.פ. אין די ריזיגען שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארען ביים 18 עווי פארק צווישען 55 און 57 כלונו נכונים לקבל פני גדול דורנו!!
רבותי! די משומדים און די אפיקורסים האבן זיך ווידער אויפעגעווקט, נאכען וויסטען דורכפאל פאריגען מוצ''ש אין מאנסי מיט קוים 50 באטייליגטע, און די קידוש השם וואט האט זיך ארויסגעוויסען מיט די קרוב צו 5 טויזענט ביים מעמד קבלת פנים,האט געוויסען נצח ישראל לא ישקר!, אבער די פוסטע ליידיגייערס, אנגעפירט דרוך די באקנטע מושגנער: משה בער בעק ימ''ש, ווילען נישט אויפגעבן זיי זיכען נאך ATTENTION, האבען די פרייטאג נאכאמאל באקלאמירט א פראטעסט דעם זונטאג אקעגן איבער די פלאץ ווי עס וועט פארקומען די קבלת פנים פאר הרב שטיינמאן שליט''א, אבער צו ווייניג ווינדער האבן אנ''ש געהרט אז די פורים ביד''צ און ווב''ס וואס פוקנאצירט א גאנץ יאר אנגעפירט דורך די באקנטע געלט גייצער נשה פריעדמאן, האט אונטגעשריבען די מחאה צעטל אקעגן הרב שטיינמאן, (עס איז נישט געשטאנען אז די פורים בי''ד אינדארסט עס נאר נשי פריעדמאן, מיט זאלי פילאפעל) איז רבותי! כלונו נסכזקים להמעד הגדול "קידוש שם שמים ברבים" און מיר גייען זיך נישט לאזען פונעם אפיקורסים כבוד זיכערס משומדים וכו', מיר גייען אלע גייען גיין און אפגעבן די ריכטיגע כבוד פאר'ן גדול הדור! הכונו הכנו
כבוד natrul
אביסל כבוד פארן בית דין הגדול שבעולם
הלא הוא הבי"ד דוומ"ס
נו, כבוד תלמידי חכמים
מוחה מוחה מוחה
איך בין נייגעריג וואס יוסף90 וועט זאגען נאך שבת ווען ער וועט הערן אז דער ראב"ד ריח"מ פריעדמאן האט אויך געהייסען גיין מוחה זיין.
נ"ב פונעם גאנצער צעטל איז מיר זיין חתימה דער גרעסטער ווינדער.
איינער האט אפשר דעם צעטיל ביי זיך? ווער האט אלץ אונטערגעשריבן? איך ווייס אז ר' ישרא' חיים מנשה פרידמאן, ר' זלמן לייב פילאף, ר' אברהם לייטנער, און ר' יואל מארגענשטערן האבן אונטערגעשריבן. אבער איך מיין אז עס זענען דא נאך רבנים אויף דעם צעטיל.
למען יעמדו ימים רבים
יוסף 90 שרייבט
די הפגנה קעגן "רב" שטיינמאן איז אומווערדיגע אקציע, ווען דער רבי זי"ע וואלט געלעבט וואלט ער אזעלכע געווארפן פון סאטמאר.
מ'האט אין סאטמאר קיינמאל נישט פראטעסטירט קעגן א רב, ווי ציוניסט אדער שייגעץ ער איז געווען.
בחייו פון רבי'ן האט מען געמאכט ארטיקלעך אויף רבנים, מ'האט געווארפן נארמאלע פאשקעווילן וכהנה וכהנה, אבער נישט פאררופן אן הפגנה פערזענליך קעגן א "רב" אין פראנט פון א "רב", דער דרך איז געווען נאר פון די עקסטרעמיסטן פון "נטורי קרתא".
אין איר זאל נישט מיינען אז שטיינמאן איז נישט ווערד זיין געלט, ער איז דער גרעסטער רעפארמיסטער רב ביים חרדי'שן ציבור אין אלע אנגעלגענהייטן.
די סיבה פארוואס איך שרייב עס דא איבער, איז:
ווייל ווי מנחתאלעזר שרייבט, אז יוסף90 וועט כאפן די .... ווען ער וועט הערן פון די וומ"ס בי"ד חתימות, א
וועט ער אוודאי וועלן אויסמעקן זיין תגובה
דעריבער לייג איך עס דא אריין, און נאר אויב ער וועט איבער דרייען א וועלט וועט ער קענען ארלעדיגן ביים מנהל, אויסצומעקן מיין תגובה
גוט שבת, יוסף90,
מוצאי שבת ביי דיר, וועט ביי אונז נאך זיין שבת, וועסטו קענען שרייבן וואס דו ווילסט
אדרבה, לאמיר 'איצט' הערן 'דיין' מיינונג
??????????
תוקן על ידי - KJalliance - 29/10/2004 20:57:57
יוסף90 ביסט א מחוצף א שקץ..
און די שרייבסט אויף זיי אז זיי זענען קעגן דעם רבין זי"ע... און עס איז א אומווערדיגע אקציע, ווען דער רבי זי"ע וואלט געלעבט וואלט ער אזעלכע געווארפן פון סאטמאר...
דיינע רבנים לייטנער, ירחי"מ פרידמאן, שאפארן, פילאף, מארגענשטערן, און נאך אפאר צוהיצטע חברה האבן געשריבען א צעטיל אז יעדער איז מחיוב צו גיין צו די פראטעסט זונטאג אין ב"פ, די שאלה איז נאר פארוואס זאלי האט נישט אונטערגעשריבן.
איין זאך איז אמת און איך בין מודה צו דיר אז די רבי וואלט די חברה ארויסגעווארפען פון סאטמאר.
טודרס זילבער און מנשה פילאף זענען געגאנגען צום וויזניצער רבי אין מאנסי ר' מאטעלע, און אים געבעטן אז אזוי ווי מען מאכט דעם דארנעשטאג אין ב"פ א קבלת פנים מיט אלע קינדער פאר שיינמאן בעט ער אז ער זאל נישט לאזן גיין זיין וויזניץ ת"ת אין ב"פ, ווייל ער איז א שגץ און א כופר.
ר' מאטעלע האט זיי ארויסגעווארפען פון שטוב און זיי געזאגט שקצים עטץ רעדט אויף א גדול הדור גייט ארויס פון מיין שטוב, און ער צו געזאגט אז איך האב נישט געוואוסט צו איך זאל אים צוריק גיין באזוכן יעצט וועל איך אים גיין באזוכן נאכן הערן אזאלעכע ווערטער בזיונות אויף אים, ער האט זיי פארשיקט מיט בזיונות.
דאס איז געווארן פון דעם הייליגען ר' מאטעלע וואס די זאלי'ס און מתנגדים האבן געזאגט אז ער איז הייליג אין די שיטה, און ער איז מ"מ דרכו פון רבין זי"ע.
תוקן על ידי - yones69 - 29/10/2004 22:07:25
תוקן על ידי - yones69 - 29/10/2004 22:09:17
אויפן צעטל איז דא צען רבנים
לייטנער
ראב"ד סאטמאר
קיוויאשד
שאפראן
טירנויער
מארגנשטערן
פילאף
בלום מאנסי
אראד
סענדזארץ
פאוואס האט נישט זאלי אונטער געשריבען דער ראב"ד יא און דער זאב"ד נישט ווי אזוי ארבייט דאס?
איך האף אז זאלי וועט אבער יא גיין צום פראטעסט אז דער ראב"ד שרייבט אז מען זאל גיין וועט ער זיכער גיין, ניין וואס האלט איר?
די אלע רבנים טוען אלטץ אזוי זיי שיקן יענעם, זאל יענער דערטראנקען ווערן, אבער זיי אליין בלייבן אינדערהיים און ליינען זיך אן אויף קאטש.
לייטנער פרידמאן וכו' קיינער פון זיי וועט נישט זיין, אז איינער פוןז יי וועט דארט זיין וועל איך ווייסן אז ער מיינט עס אמת'דיג, סתם שרייבן צעטעלען און שיקן יענעם מיינט נישט דער אייבישטער.
ווי איך הער פונעם דיין פר''מ׳ס א משפחה מיטגליד האט ער קיינמאל דאס נישט אינטערגעשריבן און ער איז געווארן בלעקמעילט פון די שווארצע חברה
נוסח דער אומפאהעניגן יודע
איך האב טאקע נישט געקענט גלייבען אז דער ראב"ד זאל אונטערשרייבען אזא פאשקוויל.
א חרפה מיט א בושה אויף די משה בער בעק חברה וואס פארשעמען סאטמאר.
אגב אין בחצר הקודש פון סקווער זאגט דער סקווערער רבי פאר רב שטיינמאן אז ער האט געוואלט שיקען אלע בחורים צו די דרשה אזוי ווי לעצטע מאל נאר מען האט עס נישט געקענט אין די לעצטע מינוט אויסארבעטן {אין סקווער איז נאך געווען אין מיטן שלש סעודות?}
יוסל.
לשם שינוי אני מסכים איתך מילה במילה.
אגב. לאלו המצפים בכליון עיניים לעשות לינץ ביוסף 90, על מה שכתב הוא, ועל מה שחתם רבי ישראל חיים מנשה.
תסלחו לי. אבל גם לי קשה להאמין שאדם מתון ובעל דעת כרבי ישראל חיים מנשה שליט"א,יחתום על דבר מאוס כזה. ולדעתי גם יוסף 90 לא העלה בדעתו שהוא יחתום על דברים כעין אלו.
למסקנה: או שכדרכם בקודש של המארגנים זייפו את החתימה שלו. או כמו שאומרים אצל הציונים, הבעל הבית השתגע...
ורבי ישראל חיים מנשה עשה טעות.
אפשר קען איינער פון אונזערע בארא פארקע מעמבערס טון א מצוה און אהינגיין מארגן כאפן בילדער?
ווי איך הער, האט מנשה פילעף פארגעהאלטן פון ר' מאטעלע היתכן ער האט אויפגענומען שטיינמאן, האט ר' מאטעלע געזאגט אז דער רבי ז"ל האט דאך אויך אויפגענומען גדולים פון די אגודה?
האט מנשה אים געענטפערט: "דער רבי ז"ל האט געמעגט ווייל ער איז דאך געווען קלאר אין די שיטה"!!!!
און ר' מאטעלע האט זיך אויפגערעגט און געזאגט: "איך בין אויך קלאר אין די שיטה"!!!!!
און ער האט נאך צוגעגעבן אז אפילו ער האט נישט קיין כוח וועט ער אים אבער צוריקגיין אפשטאטן א ביקור גומלין.
יוסף90 און יעדער דא אויף היידפארק
אויך דער היינטיגע סאטמאר רבי שליט"א לאוי"ש האט זיך זייער געפלאגט אלע יארען מיט די עקסטרעמיסטען פון סאטמאר
זאלען זיי הייסען בני יואל, בעק, תשב"ר, שאפראן און אלע זייערע נעמען
ער האט זיי מרחק געווען און געליטען פון זיי צרות צרורות
דער פראבלעם איז נאר געווען, ווען ענקער זאליקא איז אנגעקומען אין צוריק מקרב געווען וועם זיין פאטער האט מרחק געווען
איצטערט עסט איר די פירות, מען האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט א באנדע עקסטרעמיסטן אין מען קען שוין אויך נישט זאגען אז דאס איז נישט סאטמאר, ווייל עס איז יא, זאלי איז זיי אלע מקרב
יוסף90 וסעמי
-
הרב שטיינמן האט קיינמאל נישט געחתמט פאר'ן נחל החרדי און ער האט ברבים קיינמאל נישט געזאגט זיין מיינונג. און דאס וואס מ'ווייסט יא איז דארעך וואס מ'האט איינעם אינטער געשטעלט ביי אים אין שטוב געוואור צו ווערען וואס ער האלט, וואס דאס איז אן איסור דאורייתא פון לא תלך רכיל, און אזא איינער וואלט איך נישט געגלייבט מיט קיין קוואדער.
אגב, דאכט זיך מיר אז די נחל החרדי ציילט זיך אינטער די 150, עכ"פ טויזנטר איז מוגזם.
ווי איך האב געהערט איז היינט נחל חרדי בעיקר פאר מזרחיסטען.
אויסער דעם נאמען חרדי האט עס מיט חרדים קיין שייכות.
יום שבתון אין לשכוח!
די היסטארישע שב''ק וואס איז אפגעראכטען געווארען דורכ'ען ראש ישבה שליט''א פאר דע ספציעילע רעזווירטע געסט, וועט לאנג געדענגט ווערן,
די תפילות שבת זענען אפגעראכטען געראטען געווארען אין א ריזיגע טענט, (באלד אזוי גרויס פון ר' אהרן'ס טענט נאר אן פערענטשעס אבער מיט גרויס הרחבה) אנגעפאנגען מיט די קב''ש, אין ווייטער מיט די שחרית שב''ק ותיקין, אין די קלימאקס די ש''ס, די ר''י האט געגסען די ש''ס פריוואט, און נאכדעם ארויס געקומען פאר די איבער 200 געלאדטנע געסט, ביים אריינקומען האט מען געזינגען ימים על ימי מלך וכו', דערנאך האט מען געזינגען ווארימע ניגונים, די ר''י גבאי האט אויפגעטרעטן מיט אפאר ווערטער, און אויך געזאגט: אז אפאר מענטשען האבען אים געבעטן ער זאל אים זאגען בסוד סודי נאר פאר אים, וואס איז די ריכטיגע צווועק פון די נסיעה, און וויפע מילארד דאללער האט מען געמאכט, האט אויסגערופן מיט פאטאס: די ר''י איז נאר געקומען מיט איין ציל צו מחזק זיין די לימוד התורה!, אויך האט גערעדט ר' אפרים וואקסמאן וואס האט געזאגט אז יעדער איינער מיז מחשיב זיין א צדיק, א אדם גדול, ווער זאיס נישט אזוי שטארק מחשיב האט נישט בכלל וואס צו זיכען דא, פונקט ווי ביי לוט און אברהם אבינו ע''ה, אינצווישען האט ער געזאגט אז ער וויל דערציילען א מעשה, וואס ביי חסידשע אידן פירט מען זיך צו זאגען ש''ס..., און צום סוף האט ער געבעטן בתחיות דמעות אז די ר''י זאל אנטווינטשען ברכה והצלה פאר די שטאט מאנסי, און דערנאך האט מען ווייטער געזינגען ביזען זמן וועט מ'האט געדאווענט מעריב, און אזוי האט זיך גענדיגט די היסטארישע שב''ק, היינט מוצש''ק קומט פאר אינעם שאטער אן אסיפת מלמדים אינעם טענט VIOLA COR. W.MAPLE מארגען דאווענט מען דערט ותיקן
שמעתי שהיום היה מלוה מלכה עם הרב שטיינמן בבית הגביר דוד בדנר, והאדמו"ר מויזניץ מונסי הגיע להשתתף לכבוד הרב שטיינמן.
ווען דארף דער פראטעסט פארצוקומען?
יא איך האב געהערט אז מען איז געגאנגען צו ר' מאטעלע פרעגן היתכן אז ער האט אויפגענומען אזא רב.
ר' מאטעלע האט זיך זייער אויפגערעגט אין איז ספעציעל געגאנגען טרעפן הרב שטיינמאן ברבים.
5 קווינס בחורים ארעסטירט און בארא פארק פארן ווארפן פאשקעווילן און די גאס נאכן התראה פון שומרים
ארויסגעלאזט נאך עטליכע שעה
עס קומט צו ברעכען פון די עקלדיגע פאקשווילען אויף די בארא פארקער גאסען קעגען א ראש ישיבה.
שווער צו גלייבען אז דאס זענען סאטמארער בחורים, דאס דארף זיין די וואס זענען מתפלל לרפואת אראפאט.
אין בחדרי חרדים שרייבט פנטון אז אין די סאטמארער בתי מדרשים האט מען אויסגערופען אז מען זאל נישט גיין צו די הפגנה.
אלטץ א מתפלל אין א סאטמארער בית המדרש ווייס איך נישט דערפון, האט מען אין אנדערע סאטמארער בתי מדרשים יא אויסגערופען אזא הכרזה.?
דער סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט איז היינט געווען אינגאנצן באקלעבט מיט צעטלעך צו גיין צום פראטעסט, מען האט ממש נישט געקענט ארויסזען די ווענט, אזויפיל צעטלעך האבן געהאנגן.
ריזיגע פלאקאטן מיט דירעקשאנס, אנווייזונגען און דער סדר היום וכו', אויכעט ריזיגע פלאקאטן מיט "דעת תורה" (?...) אונטערגעשריבן פון לייטנער וכו', און אויך פון ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, אויך זענען געווען באהאנגען מיט קלענערע צעטלעך אויסצוגן פון "דברות קודש" פון הערשל מיללער, און פון יחזקאל גאלד, וואס ביידע האבן "אויפגעקלערט" די מצוה פון גיין מוחה זיין.
סאו, ווי עס קוקט אויס האט זיך די זאלי קאמפאני צוגעשטעלט צו לייטנער וכת דילי', ווייל אויב נישט וואלטן זיי נישט געלאזט אזוי באקלעבן דעם ביהמ"ד.
בילדער פון די הפגנה ביטע
בילדער פון די צעטלעך, פליז
ישר כח
טענק יו
עס איז די ערשטע מאהל אין היסטוריע ווי רבנים רופען א פרוטעסט אנטקייגן אנאנדערן רב בישראל פאר סיי וואס פארא א סיבה
קען מען זיך דען פארשטעלן אז דער סאטמאר רב וואלט ווען גערופן א פראטעסט אנטקעגן ר' משה פיינשטיין איבער זיין היתר פון הזרעה מלאכתית??
ועוד כהנה וכהנה
דער פראטעס איז איינע פון די ערגסטע פרשה'ס פון חילול השם שאין כדוגמתה!
איך האב געזעהן א מכתב פון דעם הייליגען בעל דברי חיים אז א מחלוקות בגלוי צווישען יראים איז נאר מחזק די ריפורמער...
איהר קענט אייך פארשטעלן דאס נעקסטע מאהל התאחדות הייסט מאכן א פראטעסט אין דער פארשטייער פון מדינת ישראל דארף נאר זאגן אז: זיי פראטעסטן דאך אפילו קעגען זייערע אייגענע רבנים ... (פאר זיי זענען אלע חרידים איינס) דאס זעלבע וועלען האבען חוזק צו מאכען אלע רפורמער אין קאנסערוואטיווער ...ועוד מה יאמרו הבעלי תשובות ולהבדיל הגוים, השם ירחם ... החילול השם נורא ואיום!!
לדעתי איז דאס נישט מער ווייל ר' זלמן לייב וויל ווייזן אז ער דער אחרון שומר הגחלת שלא תכבה.. און זיין ברודער איז ליידער פארכאפט...
פארוואס איך האב נישט געכאפט א בילד פון ר' זלמן לייב ווען איך האב איהם געזעהן גיבען די האנט פאר 'אפי איתם' ביי א גרויסע רבי'שע חתונה אין תל אביב איז טאקע א שאד דאס איז נאך געוועהן פאר ער האט זיך אונטער געווארפן תחת חסותו פון הרב חנינא שליט"א
איך קען נישט גלייבן אז ר' זלמן לייב שטיצט דאס, ס'האט נישט קיין שום פירוש, קיין שום תועלת, סיז נאך נישט געווען אזא זאך אין די היסטאריע פון די מלחמה קעגן ציונית, אז מ'זאל פראטעסטירן קעגן א רב אדער א ראש הישיבה, איך גלייב נאך נישט אז ר' זלמן לייב אדער זיינע יועצים זענען אזוי צודרייט אין זיך לאזן פארפירן מיט אזעלעכע פאריקטע אקציעס.
קען זיין אז זייט די סאטמארע מחלוקה, איז געווארן א שטארקע קאמפעטישן צווישן די זאליס אין אהרונים ווער סיז דער גרעסערער קנאי, אין סאטמאר איז היינט שוין אזא מצב אז צו זיין א ציוני ברויך מען "מסירות נפש".
מעגליך אז דאס האט זיי אזוי צודרייט געמאכט, זיי זענען אזוי פאר'שיכור'ט צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען די אויסשליסליכע לוחמים קעגן די ציונים, אז זיי ווייסן פשוט נישט ווי איין און ווי אויס, זיי שפירן שוין אז זיי האבן א קאפי-רייט אויף דעם, אויב א צווייטער איז מוחה קעגן ציונית, האט מען זיי בא'גנב'עט.
איך זאג ענק איין זאך די וועלט לאכט פון ביידע צדדים יעדער ווייסט אז קיין איין צד מיינט נישט קיין קנאות, זיי מיינען נאר "כבוד", "געלט", "פיצא" און "פרענטש פרייס" (צ'יפס בעברי"ת)...
זייט דער מלחמת העירוב אין וויליאמסבורג איז נפרץ געווארען פראטעסטען קעגען פרומע אידען נוסח על שארפטאן.
ר' זלמן לייב האט נישט אונטער געשריבן אויף דעם צעטל טראץ דעם טעראר פון לייטענערס קאמפאני
דער דיין האט אונטער געשריבן נאכדעם וואס מען האט איהם געזאגט אז ר' זלמן לייב האט אונטערגעשריבען
און אז דער רב הייסט דעם דיין אונטערשרייבן
ר טודרס און ר' מנשה טילאפף זענען היינט געווען ביים וויזניצער רעבין פון מאנסי מיט טענות היתכן ער איז געגאנגען באזוכן הרב שטיינמאן
האט ער געענטפערט אז ער האט זיך אנגענומען אויף כבוד התורה ווייל מען האט געשריבן ימ"ש
איך האלט אז די פאשקווילען האבען געברענגט אהין אזא ריזיגער עולם.
איך זע נישט קיין אנדערער סיבה פארוואס אזאלעכע מאסען זאלען זיך צוזאמענקומען.
הרב שטיינמאן איז דען אזוי באקאנט אין אמעריקע?