היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ליינער מיינונגען איבער בוש & קערי

ליינער מיינונגען איבער בוש & קערי

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1100491
בלאט: 1 2

davka » 13/9/2004 07:04

Ziskait, I will answer instead

Ther is something called Income tax, 98% of chassidim do not pay them
Than there is something called FICA, This is what Ziskait is reffering to, It's also called Payroll Tax

And Mr. B&H, how much bigger was you tax return??? 0
And how much are you paying for Helth insurance??? 0

Last year B&H insurance was free F R E E
This year, every employee is paying $400 for it + $15 copay

I hered that it's going up next year to $1000 every year, for every B&H employee

Also, B&H stopped giving $1000 bonuses, because of hi health insurance cost

Wellcome B&H Republican

תוקן על ידי - davka - 13/09/2004 7:11:02

Ziskeit » 13/9/2004 07:36

DAVKA, איינער וואס ווייסט נישט אזויפיל ווי דאס אז די "שווערע טעקסעס" וואס אונז אלע צאל מיר איז פעיראל טעקסעס און נישט אינקאם טעקסעס איז נישט ווערד מען זאל אפילו דיבעיטן מיט אים.

ער רופט זיך מאנטריאל. אפשר אין מאנטריאל איז דער סיסטעם אנדערש אבער דא אין אמעריקע צאלן רוב (כמעט אלע) חסידים נישט קיין אינקאם טעקס. אלע פון אונז האבן משפחות מיט קינדער. מיר באקומען אויף יעדן קינד א ריזיגן טעקס קרעדיט (טייל חסידים בארגן גאר קינדער פון די שכנים ווי ס'איז וואויל באקאנט) אויך באקומען מיר אלע א קרעדיט אויף די מארטגעדזש אינטערעסט (וואס בוש וויל אגב סטאפן) פאקטיש באקומען אסאך יונגעלייט גאר צוריק מער אינקאם טעקס ווי זיי האבן געצאלט.

אבער וואס קיין שום יונגערמאן באקומט נישט צוריק -אריינגערעכנט טאגליכט - איז פעיראל טעקס. די נארישע פעיראל טעקס איז דאס וואס קאסט אונז די הויזן.

א יונגערמאן וואס פארדינט 50 טויזנט דאלאר א יאר צאלט גענוי 3,750 דאלאר אויף פעיראל טעקס. ביי איינער וואס נעמט פוד סטעמפס איז עס ארום 1,000 דאלאר א יאר.

רעפובליקאנער ווי עלען גרינשפאן ווילן העכערן די פעיראל טעקס.

קוקטס נאר וואס די פרעסטיזשפולע ביזנעס וויק, די מאגאזין פאר ביזנעסלייט, שרייבט:
''Three-quarters of working Americans pay more in payroll taxes than in income taxes,''


אגב, אין דעם זעלבן ארטיקל פארלאנגט ביזנעס וויק אז מען זאל שניידן די פעיראל טעקס.

WHY NOT A PAYROLL TAX CUT?
A payroll tax cut would give the economy a powerful shot in the arm because the benefits are spread so widely. ''Three-quarters of working Americans pay more in payroll taxes than in income taxes,'' notes Robert S. McIntyre, director of Citizens for Tax Justice, who is pushing to give every worker a payroll tax break of up to $350 this year. This cut would also be a strong stimulus because most families would use it to make new purchases or to pay debts.
http://www.keepmedia.com:/Register.do?oliID=225


רבותי, אויב עמיצער פון ענק ווי וואלונטירן צו צאלן הויכע פעיראל טעקס, גוד פאר יו. איך בין נישט גרייט צו זיין א וואלונטיר.

תוקן על ידי - ziskeit - 13/09/2004 7:41:57

Ziskeit » 13/9/2004 07:59

מאנטריאל, אלס א מאנטריאלער (אין דעם אשכול שרייבט מאנטריאל אז ער וואוינט אין מאנטריאל http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=684195) דארף איך דיר אינפארמירן נאך אפאר זאכן וואס דו ווייסט נישט וועגן אמעריקע.

בי ענד עיטש איז אין מאנהעטען.

בי ענד עיטש איז א ביזנעס.

און יעצט וועגן מיר:

איך האב ב"ה גאר א גוטע דזשאב אין בי. ענד עיטש. אינאף סעיד. איך גיי זיך מער נישט לאזן אריינציען אין קיין דיבעיטס וועגן מיין ארבעטס פלאץ, ווייל איך לויף נישט פאר פרעזידענט און איך בין נישט מחויב צו אידענטיפיצירן מיך אדער מיין ארבעטס פלאץ.

דער פאקט איז אז איך בין אן אמעריקאנער (דאס ביזטו מודה, יא?)

און איך צאל טעקסעס (מסתמא, ניין?)

און איך האבן פאראיאר באצאלט באלד 4,000 דאלאר אין פעיראל טעקס (אקעי, דא ווערסטו שוין צומישט ווייל דו ווייסט נישט פון אזא זאך ווי פעיראל טעקס צו זאגן...)

און איך דארף א פריקין פעיראל טעקס קאט.

ביל געיטס און אלע אנדערע ביליאנערן און מיליאנערן צאלן נישט קיין פעיראל טעקס ווייל זיי באקומען נישט קיין פעיראל.

די דעמאקראטן ווילן מיר געבן א פעיראל טעקס קאט, פארוואס די העל קומט זיך מיר דאס נישט. הא?

תוקן על ידי - ziskeit - 13/09/2004 8:30:10

Ziskeit » 13/9/2004 08:25

און יעצט מאנטריאל, טו א טובה און עקספלעין מה ענין שמיטה אצל הר סיני. ווי קומט דזשאבס צו די עקאנאמיע?

וואס האסטו געוואלט ארויסברענגען מיט די פאלגנדע ווערטער?

פאסט נומבער 1

"און יעצט זיידניו, לאמיך דיר ווייזן ווי אומוויסנד דו ביסט:

1. איך האב קיינמאל נישט באשולדיגט בוש אין די שוואכע עקאנאמיע, פונקט ווי איך האב אים נישט געגעבן קרעדיט פאר די גוטע עקאנאמיע.
"

פאסט נומבער 2
"8. דו רעדסט וועגן דזשאבס. דזשאבס מאן דכר שמיה? בוש גייט ענדיגן זיין טערמין אלס דער ערשטער פרעזידענט זינט הערבערט הואווער צו האבן א נעט לאס פון דזשאבס. ארום א מיליאן דזשאבס זענען פארלוירן געווארן אונטער אים. אין אנדערע ווערטער: אנשטאט צו ברענגען פרישע דזשאבס האט בוש גאר פארלוירן דזשאבס. "

Ziskeit » 13/9/2004 08:43

און איר מיינט אוודאי אז אן אינקאם טעקס קאט גיט מען יא פארן עולם.

ליינט און שטוינט:

פאר די ארימע חסידים געבן די רעפובליקאנער א שטויס.

פרעזידענט בוש און די רעפובליקאנער האבן געבלאקט דעם נייעם העכערן טשיילד טעקס קרעדיט פאר מיליאנען אמעריקאנער (אריינגערעכנט א מאיאריטעט חסידים) וואס פארדינען אונטער 26,625 טויזנט דאלאר א יאר.

ליינט דעם ניו יארק טיימס ארטיקל און וויינט:

Tax Law Omits Child Credit in Low-Income Brackets

Most taxpayers will receive a $400-a-child check in the mail this summer as a result of the law, which raises the child tax credit, to $1,000 from $600. It had been clear from the beginning that the wealthiest families would not receive the credit, which is intended to phase out at high incomes.

But after studying the bill approved on Friday, liberal and child advocacy groups discovered that a different group of families would also not benefit from the $400 increase — families who make just above the minimum wage.

Because of the formula for calculating the credit, most families with incomes from $10,500 to $26,625 will not benefit.
http://askmamaliz.blogspot.com/news/29CHIL.html


תוקן על ידי - ziskeit - 13/09/2004 8:52:56

טאגליכט » 13/9/2004 14:59

זיסקייט טייערער אויב ארבייטס טאקע ביי בי ענד עיטש טראסט איך דיר מער נישט מיט קיין ווארט, קודם זאלסטו וויסן איך בין דיין קאלעגע איך בין אויך א איינגעשטעלטער ביי B&H (כאפט מיר נישט ביים ווארט איך האב אויך א פארט טיים זשאב ביי א PREPRESS קאמפאני) והמבין יבין אויב גלייבסטו מיר נישט אז איך ארבייט ביי B&H איך קען דיר געבן א סימן מקען מיר טרעפן אויף עקסטענשן 6126 מיין מענעדשער איז ש. וו. מער וויל איך נישט געבן ווייל איך וויל נישט מזאל מיר אידענטציפירן

מיין נישט זיסקייט אז איך בין אזא שוטה אזויפיל זע איך אז דו ווייסט נישט וואס סטוטס זיך אין טעקסעס אינקאם טעקס מיט פעיראל טעקס איז איין זאך די טעקס קרעדיט איז א צווייטע זאך אינגאנצן

אנטשולדיגט איך קען נישט ווייטער שרייבן יעצט ווייל איך דארף לויפן צו מיין סטעישן איך וועל בל"נ שרייבן שפעטער ווייטער

מקוה_איד » 13/9/2004 15:17

איך בין נישט קיין ACCOUNTANT אבער איך מיין אז, למען הפונקטליכקייט, PAYROLL TAX איז א ספעציעלע טעקס וואס דער EMPLOYER (בעה"ב) באצאלט, דער ארבייטער באצאלט INCOME TAX.

Ziskeit » 13/9/2004 16:04

מקוה איד, אויב האלטסטו אז דו באצאלסט נישט קיין פעיראל טעקס (אויף אייער פּעי סטאב ווערט די סארט טעקס אנגערופן FICA) דעמאלטס וואוט רעפובליקען.

די ביזנעס וויק ווייסט אבער אנדערש ווי דו און זאגט אז דריי פערטל אמעריקאנער צאלן מער אין פעיראל טעקס ווי אין אינקאם טעקס.

און יעצט א קורצע ערקלערונג איבער פעיראל און אינקאם טעקסעס

אינקאם טעקס באצאלט יעדער איינער לויט ווי ארים אדער רייך ער איז. סוף יאר באקומט מען צוריק א "טעקס ריטוירן" און די גרעסטע חלק פונעם היימישן עולם באקומט צוריק די גאנצע טעקס וואס מען האט געצאלט אויב נישט מער.

און דאן איז דא אזא זאך ווי פעיראל טעקס, וואס עס איז נישטא קיין שום טעקס קאט אדער טעקס קרעדיט דערויף. יעדער איינער ארים אדער מיטל-קלאס גיט אוועק 7.5 פראצענט פון זיין געהאלט פאר פעיראל טעקס און חוץ דעם דארף זיין באלעבאס אויך צאלן וויפיל ס'קומט אויס 7.5 פראצענט פונעם ארבעטער'ס געהאלט פאר פעיראל טעקס.

אין אנדערע ווערטער: מיט פעיראל טעקס טיילט איר זיך 50-50 מיט אייער באלעבאס.

איינער וואס פארדינט 50,000 דאלאר באצאלט ער 3,750 דאלאר פאר פעיראל טעקס, און זיין באלעבאס באצאלט עקסטער 3,750 דאלאר אין פעיראל טעקס.

אבער דער ארבעטער צאלט גאנצע 3,750 דאלאר אין פעיראל טעקס, און ער דארף עס אפילו נישט אראפנעמען פון זיין טשעק ווייל דער באלעבאס נעמט עס שוין אראפ פון זיין טשעק אויטאמאטיש יעדע וואך.

פעיראל טעקס איז די טעקס וואס מיטל-קלאס און ארימע אמעריקאנער צאלן. רייכע אמעריקאנער צאלן נישט קיין פעיראל טעקס, און דאס איז די סיבה פארוואס די דעמאקראטן פייטן פאר א פעיראל טעקס קאט און די רעפובליקאנער זענען דערקעגן.

תוקן על ידי - ziskeit - 13/09/2004 16:22:19

געזעגענען » 13/9/2004 16:58

טאגליכט!

עס איז א שאד דיין צייט. זיסקייט איז א מומחה אין די ענינים און ער רעדט שוין גאר צו די זאך.

זוך נישט צו פארענטפערן די רעפובליקאנער און בוש. קבל את האת ממי שאמרו. ענדערש טראכט אריין אין די ריכטיגע ווערטער פון זיסקייט.

זיידיאנטשי » 13/9/2004 20:46

"געזעגענען", יא זיסקייט איז א "מומחה" אין די ענינים...

זיסקייט איז נישט מער ווי א פשוטער B&H ארבייטער וואס האלט זיך אלץ אלץ אן "אויפגעקלערטער" דעמאקראט, ניין, ער הערט נישט אויס לימבוי וכו' ער הערט אויס ליבעראלע חברה, ער איז דאס מערסטע אויפגעקלערט ביי אים אין בית המדרש און שעפט נחת חוזק צו מאכן פון אלע תמימותדיגע רעפובליקאנער...

כאטשיג "davka" זעסטו, רעדט דא צום זאך און ווי א מענטש אויפן אשכול, מיט אים קען מען כאטש דעבאטירן אבער דאס מאכט אים אויך נאך נישט פאר קיין "מומחה", דורך קלייבן איין פארטיי און שטימען פאר זיי ווערט מען נאך נישט קיין מומחה אין פאליטיק, פון ארבעטען ביי B&H און זיך דרייען אויף גוגעל און היידפארק ווערט מען אוודאי נישט קיין מומחה אויף די עקאנאמיע...

מאנטריאל » 14/9/2004 03:11

דע FICA וואס די רעדסט איז Social Security and Medicare
http://www.irs.gov/faqs/faq-kw79.html
http://money.cnn.com/pf/101/lessons/18/page4.html
וואס יעדער צאלט רייכע און ארימע, און קיינער פלאנט עס נישט צו שניידען, איך פארשטייע אז די מיינסט אז קיינער פארשטייעט נישט קענסט שרייבען דיינע שטותים און ניצען דעם חכם "געזעגנען" דיך צו רימען

תוקן על ידי - מאנטריאל - 14/09/2004 3:16:29

מאנטריאל » 14/9/2004 03:42

ווער עס פארשטייעט אז די ווערטער
"איך האב א ביזנעס אין מאנהעטען וואס איז ב"ה שיין מצליח און איך וועל נישט האבן אזויפיל צייט צו זיין אויף היידפארק. "
"
מיינט אז מען ארבעט פאר א צווייטענס ביזנעס אין מאנהטען זאל זיך אנריפען
איך מיין אז אז יענער וועט אויכט פארשטייען דעם גרויסען חילוק פון דזשאבס צו די עקאנאמיע

Ziskeit » 14/9/2004 04:49

מאנטריאל, איך האלט אז דו זאלסט עפענען אן אשכול אויף היידפארק צו דיסקוסירן וואו איך ארבעט, ווער איך בין און וואו איך וואוין.

עס זעט זיך אן א שטארקע אינטערעסע ביי די היידפארק גולשים ווער זיסקייט איז. דו זעסט נישט די שטארקע אינטערעסע וואס דיינע שוידערליכע אויפדעקונגען האבן געברענגט?


מאנטריאל, נצחתני בני, איך ארבעט נישט אין מאנהעטען און איך גיי וואוטן פאר בוש.

נ.ב. טו מיר נאך איין טובה פאר די וואלן און ערקלער פאר די חשוב'ע ליינער גענוי וואס עס מיינט פעיראל טעקס וואס די דעמאקראטן פארפירן אז מען זאל עס שניידן

Ziskeit » 14/9/2004 05:54

מאנטריאל, איך ווייס נישט וואס דער עולם האלט, אבער איך און דו ווייסן אז דו ווייסט נישט וואס פעיראל טעקס איז. אלזא לאמיך ערקלערן וואס דער פעיראל טעקס איז פאר דיר (און פאר ווער נאך ס'וויל וויסן.) און ווער ס'גלייבט נישט אז איך זאג אמת קען פרעגן אן אקאונטענט.

פעיראל טעקס און FICA איז איינס און די זעלבע זאך ווי יעדער קען זען דא:
1937 - The Federal Insurance Contribution Act (FICA) required workers to pay taxes to support the Social Security system. Payroll taxes were 2%.


אין אידיש: אין 937' איז איינגעשטעלט געווארן FICA, וואס האט געצווינגען יעדן ארבעטער צו צאלן פעיראל טעקס כדי אויסצוהאלטן דעם סאשעל סעקיוריטי סיסטעם וואס איז געגרינדעט געווארן דורך פרעזידענט רוזוועלט אין 935'. פעיראל טעקס איז דאן געווען נישט מער ווי נישטיגע צוויי פראצענט.

פאר יארן לאנג האבן ארבעטער געצאלט פעיראל טעקס אויסצוהאלטן דעם סאשעל סעקיוריטי סיסטעם און אויך דעם מעדיקעיר פראגראם.

ערגעץ אינמיטן די 80' יארן האבן די סאשעל סעקיוריטי און מעדיקעיר פאנדן געהאט א סורפלאס און דער אלגעמיינער בודזשעט האט געליטן פון א דעפיציט איז געגאנגען דער דעמאלטיגער פרעזידענט בוש (אדער רעיגען, איך בין נישט זיכער) און צוזאמגעשמאלצן אלע בודזשעטן צוזאמען און אזוי איז דער דעפיציט אוועקגעגאנגען.

Whereupon Ronnie raised payroll taxes in 1983 for Social Security and Medicare Part A by happenstance. That created the Social Security "surplus" for the younger and smaller business partner and a "surplus" for the Medicare Part A trust fund. Then both trust funds were automatically loaned to the budget deficit
http://www.taxpayersholiday.com/georgebush.htm


דאס איז נאכגעטאן געווארן דורך אלע פרעזידענטן נאכדעם און איז שוין אזוי געבליבן ביז היינט צוטאגס (אויך קלינטאן האט גענוצט דעם זעלבן טאקטיק צו שאפן א בודזשעט סורפלאס און דער היינטיגער פרעזידענט בוש נוצט דעם טאקטיק צו באהאלטן די אמת'ע גרויסקייט פונעם דעפיציט.)

אפיציעל צאלן מיר אלע פעיראל טעקס אויסצוהאלטן די סאשעל סעקיוריטי און מעדיקעיר פאנדן אבער וויבאלד מען שלעפט פון איין בודזשעט צו באצאלן פאר אן אנדערן בודזשעט קומט אויס אז אונזער געלט ווערט גענוצט צו פינאנצירן די טעקס קאטס פאר די רייכע און די מלחמה אין איראק.

פעיראל טעקס באצאלט מען נאר אויף יעדע פעני וואס מען פארדינט ביז 87,000 דאלאר א יאר און מער נישט, ווי איר קענט זען דא http://www.irs.ustreas.gov/faqs/faq-kw212.html. דאס איז די סיבה פארוואס דער פעיראל טעקס ווערט באצייכנט אלס די טעקס פון די ארימע און די מיטל-קלאס אמעריקאנער.

און דאס, און נאר דאס, איז די סיבה פארוואס די דעמאקראטן קעמפן פאר א פעיראל טעקס קאט. דער דעמאקראטישער קאנדידאט דזשאן קערי האט פארגעשלאגן א פעיראל טעקס האלידעי, לויט זיין פלאן וועט מען איין חודש נישט דארפן צאלן פעיראל טעקסעס ווי איר קענט אלע ליינען דא:
http://www.freerepublic.com/focus/f-news/922554/posts

ווי איך האב שוין נאכגעברענגט דעם "ביזנעס וויק" צאלן דריי-פערטל אמעריקאנער (אריינגערעכנט 98 פראצענט חסידים) מער פעיראל טעקס ווי אינקאם טעקס.

תוקן על ידי - ziskeit - 14/09/2004 6:11:23

Ziskeit » 14/9/2004 06:03

אוי לאך איך. די לעצטע לינק וואס איך האב ענק געגעבן קומט פון א קאנסערוואטיווע וועבסייט. קוק איך מיך דארט ארום אויף די זעלבע לינק זע איך ווי איינער פון די חברה פארפירט זייער שטארק פארוואס מען רופט די FICA טעקס "פעיראל טעקס." ער האלט אז ס'איז א קאנספיראציע פון די דעמאקראטן דאס אזוי אנצורופן.

I think it should be against the law to say "payroll tax" to refer to the 15% Social Security tax. I can't say for certain when this usage started instead of FICA, etc., but it is obviously done to confuse the sheeple. I mean, who isn't against reducing a payroll tax? But touch Social Security? NO WAY! Those nasty Republicans.
I think we should nail any talk show host that plays the RATs game and uses the phrase "payroll tax". Otherwise, we let the Senator from France and his brethren get away with granny-cide.
http://www.freerepublic.com/focus/f-news/922554/posts#25


סאו איז נאך דא איינער וואס האלט אז FICA און פעיראל טעקס זענען צוויי זאכן?

תוקן על ידי - ziskeit - 14/09/2004 6:08:43

מאנטריאל » 14/9/2004 06:21

אזוי ווי נאך דעם וואס איך געשריבען דעס אמת וועגען FICA האט זיסקייט געדארפט מאכען א גאנצען מישמאש אז בארגען געלט פונעןסאשעל סעקיוריטי פאנד איז גאר א צוזאמגעשמאלצן און ער געדענק נישט ווער ס'געווען פרעזידענט אינמיטען 80'
פליז סטאפ דיינע נערישקייטן דיינע דעמאקראטען האלט נישט ביים שניידען קיין טעקסעס טרייע עס אפילו נישט צו פארקויפען,
איך קען נישט פארשטייען פארוואס די אלע ליבעראלען טרייען צו לייקנען פארוואס זיי שטייען זאגט ארויס דע אמת וואס די האלסט אז די ווילסט מען זאל העכרען טעקס, ספעשעל פאר די רייכע אז מען זאל קענען געבן פאר די ארימע

Ziskeit » 14/9/2004 07:35

מאנטריאל,

יעצט קומסטו שוין מיט א פרישע באבא מעשה, אז איך האב געשריבן אז איך ווייס נישט ווער ס'איז געווען פרעזידענט אין די 80' יארן, ווען אמעריקע האט פארמאגט צוויי רעפובליקאנער פרעזידענטן.

איינער וואס ווייסט נישט אז FICA און פעיראל טעקס איז איין זאך, און וואס ווייסט נישט אז יעדע וואך גייט אראפ פון אונזערע פעיראל טשעקס א ריזיגע פעיראל טעקס, און קומט שרייען אויף היידפארק אז די "פאקט איז" אז דעמאקראטן ווילן העכערן טעקסעס איז נישט ווערד מען זאל אפילו דיבעיטן מיט אים.

און מאנטריאל ביסט נאך שולדיג אן ערקלערונג פאר'ן ציבור וואס מיינט דאס פעיראל טעקס?

נ.ב. דאס איז די לעצטע מאל וואס איך שטיי אין ווארט מיט דיר אויף היידפארק. פון דיינע תגובות קוקט אויס אז דו ווייסט נישט בחייכון, איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין פארקער מיט דיר ביז יעצט און כ'וועל אי"ה פון יעצט און ווייטער אויך נישט האבן.

תוקן על ידי - ziskeit - 14/09/2004 8:15:11

Ziskeit » 14/9/2004 07:54

און יעצט לאמיר אריבערגיין צו אנדערע אישוס:

פרייליכע נייעס.

אן עכט-אינפארמאטיווער בלאג שטעלט צו גאר אינטערעסאנטע און גוטע נייעס פאר דעמאקראטן.

איבער די קומענדיגע פאר טעג וועל איך צולייגן די אדרעסן פון אנדערע אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע בלאגס.
http://libnews.blogspot.com

תוקן על ידי - ziskeit - 14/09/2004 7:59:43

joegreen » 20/9/2004 20:48

At a campaign rally Saturday in his Illinois district with Vice President Dick Cheney, Hastert said al Qaeda "would like to influence this election" with an attack similar to the train bombings in Madrid days before the Spanish national election in March.

When a reporter asked Hastert if he thought al Qaeda would operate with more comfort if Kerry were elected, the speaker said, "That's my opinion, yes."

Democratic National Committee Chairman Terry McAuliffe called Hastert's comments "disgraceful," saying there was "no room for this in our political discourse."

"And I remind you that, you know, we could have done a lot better," McAuliffe said on CNN's "Late Edition."

"The president of the United States, on August 6th of 2001, was told in his briefing that America was going to be attacked by al Qaeda and they may use airplanes," McAuliffe said, referring to the terrorist attacks of September 11, 2001.

"He didn't call the FAA. He didn't leave his monthlong vacation. He sat down there."


[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2