דברי תורה לפרשת חקת
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #988117
דברי תורה לפרשת חקת
זאת חקת התורה: (יט-ב) לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חוקה גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה (רש"י)
דער גאנצער ציהל פון דער שטן און די גוים, איז צוריק אויפוועקען חלילה א קטרוג אויף די אידן וועגן דעם חטא העגל, און מיט דעם ברענגן אויף זיי דעם מידת הדין. דערפאר טשעפן זיי די אידן און פרעגן: "וואס איז די מצוה און דער טעם דערפון? דאס קומט דאך מכפר זיין אויף דער חטא העגל"! ענטפערט מען זיי: "גזירה היא מלפני", עס איז א גזירה פון דעם אייבערשטען, "אין לך רשות להרהר אחריה", און מיר האבן נישט קיין רעכט אריין צו טראכטן אויף וואס דאס קומט מכפר זיין.
(אורח לחיים - זלאטשוב)
זאת חקת התורה: (יט-ב) לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חוקה גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה (רש"י)
אזוי איז דער וועג פון דעם יצר הרע ווען ער קומט איבער רעדען א איד צו זינדיגען, צום ערשט ווען דער איד וויל טוהן א מצוה, רעדט ער איהם אפ נישט צו טוהן ווייל ער איז אזוי שטארק דערווייטערט פון דעם אייבערשטען צוליב זיינע עבירות, און די מצוה איז אזא הייליגע זאך, אז דער אייבערשטער וועט דאס נישט אננעמען. "מה המצוה הזאת"? אבער ווען דער איד שטארקט זיך איבער זיין יצר הרע און ער טוהט יא די מצוה, דאן קומט ווידער אהן דער יצר הרע און שיקט אריין אין זיין הארץ א געפיהל פון גאוה און צופרידענקייט: "קוק נאר און זעה וואס פאר א גרויסע און חשוב'ע זאך דו האסט געטוהן, וואס פאר א גוטען טעם דיין מצוה האט, "ומה טעם יש בה"!! דערפאר זאגט די תורה: "גזרה היא מלפני", איידער דו טוסט די מצוה זאלסטו טראכטן אז עס איז א גזירה אהן קיין טעם, אפילו דו ביסט נישט ראוי דערצו. און דערנאך "אין לך רשות להרהר אחריה" האסטו נישט קיין רשות אריין צו טראכטן נאכדעם אז דו האסט יא געטוהן די מצוה.
(רבי ר' מאיר פרעמישלאנער זי"ע,)
זאת חקת התורה אשר צוה ה' לאמר וגו', אשר אין בה מום אשר לא עלה עלי' עֹל. (יט-ב)
זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע: "אשר אין בה מום", א מענטש וואס מיינט אז ער האט נישט קיין שום פעלער, איז א סימן אז: "לא עלה עליה עֹל", ער האט נאך נישט אנגענומען אויף זיך דער "עול מלכות שמים" ווי עס דארף צו זיין. ווייל אויב יא, וואלט ער נאר איינגעזעהן זיינע פעלערס.
זאת חקת התורה: לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חוקה גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה (שם)
לכאורה איז שווער, פארוואס פינקט דער מצוה טשעפענען זיי כלל ישראל, עס זענען דאך דא אסאך חוקי התורה, נאך איז שווער, פארוואס זאגט רש"י אז עס איז נישט דא קיין טעם, רש"י ברענגט דאך ווייטער פון מדרש אז דאס איז געקומען מכפר צו זיין אויף די מעשה העגל. זאגט דער הייליגער כתב סופר אז מען קען דאס פארענטפערען מיט א רמב"ן וואס ער פרעגט, פארוואס דארפען כלל ישראל האבען א כפרה אויף די מעשה העגל, די אלע וואס האבען געדינט די עגל זענען דאך שוין דעמאלס געשטארבען? נאר ענטפערט דער רמב"ן אז נאר די וואס האבען בפועל געדינט עבודה זרה זענען געשטארבען, אבער די וואס האבען געהאט "הרהורי עבודה זרה" זיי האבען נאך געדארפט האבען א כפרה. דאס איז פשט אין רש"י, די גוים טשענען און זיי זאגען "מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה", פארוואס קומט עפעס אז מען זאל מעניש זיין כלל ישראל אויף "הרהורי עבירה"? ענפערט מען זיי: "לפיכך כתב בה חוקה" דאס איז א געזעץ פון די תורה אז, "אין לך רשות להרהר אחריה" ביי עבודה זרה איז אסור אפילו הרהורים.
זאת חקת התורה ויקחו אליך פרה, מה ענין תורה אצל פרה אלא מה פרה מטמאה ומטהרת כך התורה, וחז"ל אמרו (ידים ג,ה,) כל כתבי הקדש מטמאין את הידים כי מי שלומד ומחזיק עצמו חכם ולמדן וע"י זה מתגאה אזי התורה מטמאת אותו אבל אם האדם אינו מחשיב את עצמו כלל נמשלה לו התורה למים ויזכה למה שנאמר וזרקתי עליכם מים טהורים ויטהר מכל הטומאות כמאמרם ז"ל מה מים מכסים ערותו של ים אף דברי תורה מכסין ערותן של ישראל.
(הרה"ק ר' דוד מטאלנא זי"ע)
ויקחו אליך לעולם תהא נקראת על שמך פרה שעשה משה במדבר כי השטן ואומות העולם רוצים לקטרג על ישראל ומזכירין טעם שיש בה במצות פרה אדומה שבא עבור החטא הגדול כפירושו של ר' משה הדרשן ז"ל, אבל טעם זה ניחא על כל ישראל שלכולם היה קצת חלק בחטא זולת משה רבינו ע"ה שלא היה שם כלל, אבל לגבי משה אי אפשר לומר הטעם הנ"ל ועכ"ח חקת התורה הוא ואין לידע טעמה וזה שאמר לעולם תהא נקראת על שמך פרה שעשה משה במדבר ולא יהיה נזכר טעמה של פרה והיינו כפרת חטא העגל אלא פרה שעשה משה במדבר כפי המצוה שנצטוה במצות פרה שלא היה לו טעם אלא חוק.
(הרה"ק מוהר"י מבעלזא זי"ע)
פרה אדמה תמימה רש"י אומר שתהא תמימה באדמימות, שאם היו שתי שערות שחורות אבל בתמימות הנפש של תמים תהיה ה' אלקיך אף כחוט השערה אחד פוסל.
(חידושי הרי"ם)
אשר אין בה מום אשר לא עלה עליה על, אם נמצא אדם מישראל הסובר שאין בו מום שהוא כליל השלימות משמע שלא עלה עליו עול מלכות שמים ולכן אינו יודע מה רבים מומיו.
(החוזה מלובלין זי"ע)
ושחט אותה לפניו האור זרוע מקשה איך מאמינים לשוחט הרי בהמה בחייה בחזקת איסור עומדת ובמקום שהוחזק איסורא אין עד אחד נאמן? ותירץ הפני יהושע שאחרי השחיטה איתרע חזקת איסור של אבר מן החי אם כן ניחא בכל השחיטות שאיתרע החזקה אבל בפרה שיש גם חזקת טומאה של האדם שמזים עליו הדרא קושיא לדוכתא איך נאמין לשוחט כנגד החזקה שהוא מוחזק לטמא לכן יש צורך שתהיה לפניו לפני אלעזר שיהיו שני עדים.
(גלילי זהב)
וכל אשר יגע על פני השדה בחלל חרב או במת יטמא שבעת ימים, החמירה התורה בטומאת אדם יותר מכל טומאות אחרות לעשותו אבי אבות הטומאה ולעניין עוד חומרות כדי שלא יהיו בני אדם מצויים אצל מתיהם מתוך חיבה ויצטערו יותר מדי.
(חזקוני)
ונתן עליו מים חיים אל כלי, ישראל נמשלו למים מטבעם של מים שיכולים להתפשט ולשטוף שטחים עצומים להפרות מדבריות להסיע הרים ליישר הדורים ולהבקיע דרך אע"פ שיש מפריעים ומעצורים גדולים במה דברים אמורים כשהם במצב של נזילה אולם כשהם קפואים אין להם כל כח אף ישראל כך בהתלהבות אפשר להשיג הכל אבל במצב של קיפאון וקור שום דבר לא ישיגו.
(הרה"ק ר' מאיר שפירא מלובלין זי"ע)
ולקח אזוב וטבל במים, ולקח אזוב הנגינה היא קדמא ואזלא רמז לדברי חז"ל ישפיל עצמו כאזוב ואזוב הוא הנמוך בעשבים והדרך הנכונה להגיע למידת הענוה היא דע מאין באת בתחילה זה קדמא, ולאן אתה הולך זה אזלא למקום עפר רמה ותולעה.
(בארת המים)
וירם משה את ידו ויך את הסלע פעמיים, לכאורה מה ההדגשה פה פעמיים מאי נפקא מיניה כמה פעמים הכה בסלע, מובא בילקוט על יען לא האמנתם בי נאמר וכי אהרן מה חטא מכאן שהנטפל לעוברי עבירה כעושי עבירה, ואפ"ל שאהרן היה צריך למחות בידי משה שלא להכות את הסלע אם כן בהכאה ראשונה אפשר לומר שלא ידע שרוצה להכות אבל מאחר שהכה פעמיים ולא מיחה נראה כמסכים לו ונענשו שניהם.
(חרש אבן)
בתפילת גשם מזכירין על הסלע הך ויצאו מים לכאורה הרי רוצים כאן להזכיר זכותים של משה רבינו ולא ח"ו להוסיף קטרוגים והלא זה היה חטא מי מריבה, רק נראה דהכוונה שהגם שהוא עשה זאת נגד הציווי של ודברתם אל הסלע וממילא לא היה צריך בכלל להוציא מים בכל זאת הקב"ה עושה רצון יראיו והוסכם על ידו לתת מים גם באופן כזה וזה היה בבחינת צדיק גוזר והקב"ה מקיים וזה שאנו מתפללים שבזכות משה רבינו שהיה לו הכח לגזור והקב"ה מקיים נזכה גם אנו למים.
(הרה"ק ר' ברוך מקאמארנא זי"ע)
מילה בסלע שתוקי בתרין, כלומר מילי בסלע אם היה משה מדבר אל הסלע הרי היה מכניס את ישראל לארצם וממילא היה שתוקי בתרין היו השנים אלדד ומידד שותקין במה שאמרו משה מת יהושע מכניס.
(הרה"ק ר' ישראל דובער מסטעפין זי"ע)
לא תעבור בי, בכל הפרשה פנה אדום לישראל בלשון יחיד כי הסכנה מאחדת את ישראל ומזה היה אדום חושש.
(הרה"ק ר' שלמה מקארלין זי"ע)
פן בחרב אצא לקראתך, הרי בא לאיים למה דיבר בלשון ספק היה לו לומר כי בחרב אצא לקראתך בלשון וודאי אלא כך אמר מלך אדום כעת אין לי שום נזק ממכם אבל אם אתן לכם לעבור דרך ארצי ואם יהיה במשך הזמן מלחמה אתכם תדעו כבר כל דרכי ומסילותי ומבצרי לכן מן הראוי שלא תעברו בכלל דרך ארצי.
(שפת אמת)
תלמיד חכם צריך שיהיה בו שמינית שבשמינית, גאוה (סוטה ה') יש תלמידי חכמים שאינם בקיאים כל כך בחשבון ואינם יודעים לכוין בדיוק שמינית שבשמינית.
(הרה"ק מקאצק זי"ע)
יאסף אהרן אל עמיו מידותיו וסגולותיו של אהרן יתכנסו ויכנסו לתוך העם שלא תאבד קדושתו מזרע ישראל.
(בוצינא דנהורא)
עשה לך שרף, עשה אותיות שעה די צייט זאל דיר ברענען און נישט אנברענגען די צייט וזאת ישים אל לבו תמיד כי אין אבידה כאבידת הזמן.
(ישועת משה)
זאת התורה אדם כי ימות באהל, די גמרא אין ברכות זאגט אין דברי תורה מתקיימין אלא במי שממית עצמו עליה אז די תורה האלט זיך נאר ביי אזא איינעם וואס ער פלאגט זיך און געבט זיך אוועק זיין גאנץ לעבן פאר תורה, ר' חיים וואלאזשינער'ס ברודער ר' זלמן אעז אמאהל אינמיטן ווינטער געפארן מיט אזא וועגעלע וואס פארט אויף די שניי און ס'איז געווען געפערלעך קאלט האט ער זיך איינגעוויקלט אין זיין מאנטל און ער האט אנגעהויבן צו לערנען בעל פה וואס ער געדענקט, אינמיטן פארן זעהט דער וואס פירט ר' זלמן אז ר' זלמן איז נישט אין די וועגעלע האט ער אפגעהאלטן די פערד און ער איז אים געגאנגען זוכן און נאך א שטיק וועג וואס ער איז אפגעגאנגען זעהט ער ווי ר' זלמן ליגט אין א גרוב וואס איז געווארן פון די שניי און זיינע ליפן שאקלען זיך אזוי פארטיפט איז ר' זלמן געווען אין לערנען אז ער האט אפילו נישט געפילט אז ער איז ארויס געפאלן און אין די גרוב האט ער ווייטער געלערנט.
ספר מלחמות ה' את והב בסופה, די גמרא אין קידושין ל' ע"ב זאגט אז אז א טאטע מיט א קינד וואס זענען באשעפטיגט אין תורה און וועגן דעם קריגן זיי זיך גייען זיי נישט אוועק פון דארט ביז זיי ווערן גוטע פריינט ווייל ס'שטייט את והב בסופה, דער היליגער צאנז'ער רב האט געוואוינט ווייט פון זיין זוהן דער שינאווער רב און זיי פלעגן זיך שרייבן בריוון מערסטן'ס אין ענייני הלכה אין איינע פון די בריוון איז געווארן חילוקי דעות ד.מ. זיי האבן זיך ארום געקריגט ווי אזוי די הלכה איז און דער שינאווער רב האט זיך אויפגעהויבן און געפארן קיין צאנז צו זיין טאטן כדי אדורך צו טוהן דעם ענין מיט זיין טאטן ווען ער איז אנגעקומען קיין צאנז האט ער זיך נישט געיאגט צו זיין טאטן'ס הויז נאר ער איז געגאנגען אין בית המדרש און ער האט געעפנט א שלחן ערוך און ער האט געלערנט אין יורה דעה הלכות כבוד אב ואם כדי צו וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט זיין טאטן און ווי אזוי מען מעג זיך דינגען מיט א טאטן אין לערנען, דערנאך האט ער געזאגט אפאהר קאפיטלעך תהילים און ער האט זיך געבעטן ביים היליגן באשעפער אז ער זאל נישט נכשל ווערן חס ושלום און עובר זיין אויף כבוד אב ווען ער וועט זיך דינגען אין לערנען,
מ'דערציילט אז ווען דער שינאווער רב האט נאך געוואוינט ביי זיין טאטן האבן זיי זיך אמאהל זייער שטארק געדונגען אין לערנען און דער צאנזער רב האט גוזר געווען אויף זיין זוהן אז ער זאל מער נישט איבער טרעטן די שוועל פון זיין שטוב און ווען דער שינאווער רב האט דאס דערהערט האט ער גלייך געוואלט פארלאזן די הויז אבער ער האט געהאט א פראבלעם אז ווען ער וועט ארויס גיין וועט ער עובר זיין אויף כבוד אב ווייל זיין טאטע האט געזאגט אז ער זאל נישט איבער טרעטן די שוועל און ביים ארויס גיין וועט ער דאך מוזן יא איבער טרעטן די שוועל, האט ער געטראפן א עצה ער האט געעפנט דעם פענסטער און ער האט ארויס געשפרונגען.
ויבכו את אהרן כל בית ישראל, הכתוב בא ללמדנו שכל אותם ארבעים שנה לא היה רוצח נפש בשגגה שהיה גולה למחנה לויה ונפרד מביתו וממשפחתו שאם היו גולים כאלה הרי היו חוזרים לביתם במיתת אהרן והיה מות הכהן גדול שמחה להם.
(משך חכמה)
על כן יאמר בספר מלחמות ה', אומות העולם מנצחים בנשק טוב ובכלי זיין משוכלל ועל חרבך תהיה זוהי הברכה שניתנה לעשיו אבל ישראל מנצחים באופן אחר נשקם היא הספר ספר מלחמות ה' בכח הספר הוא המנצח במלחמות לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי אמר ה'.
(הרה"ק ר' מאיר שפירא מלובלין זי"ע)
אז ישיר ישראל, דער צדיק ר' ישראל דער מודזשיץ'ער רבי פלעגט זינגען ביים טיש וואס ער האט געפירט זייער שיינע ניגונים אזוי ווי ס'איז באקאנט נאך ביז היינטיג'ן טאג אויף די וועלט די שיינע מודזשיץ'ער ניגונים, און ער פלעגט צו זאגן כסדר אז נגינה איז זייער גרויס און ס'דערנענטערט די אידישע הערצער צו זייער טאטן אין הימל, האט מען אים געפרעגט ווי אזוי קען זיין אז ניגונים ברענגט צו נענטער צו תשובה מער ווי מוסר ספרים, האט ער זיי געגעבן צו פארשטיין מיט א משל א דארפסמאן וואס האט געהאט א מיל איז געקומען אין שטאט אריין און ער איז אריבער געגאנגען א געשעפט און ער האט געזעהן ביים פענסטער א וועקער זייגער איז ער אריין אין געשעפט דאס צו קויפן פרעגט אים דער געשעפט'ס מאן ווער ביסטו זאגט ער אים איך בין דער וואס האט די מיל פרעגט ער אים ווייטער צו וואס דארפסטו דעם וועקער זייגער ביי דיר ביי די מיל איז דא געפערליכע קולות פון די רעדער וואס דרייען זיך און אויב די קולות וועקן דיר נישט אויף מיינסטו אז דער קליינער זייגער וועט דיר אויפוועקן, האט אים דער דארפסמאן גענטפערט דער טבע איז אז צו א קול וואס מ'איז צו געוואוינט דערוועקט מען זיך נישט אויף וועגן דעם וועקן מיר נישט אויף די קולות פון די רעדער אבער דער זייגער וויבאלד איך בין נישט צו געוואוינט צו אים וועט ער מיר דערוועקן, דער נמשל פארשטייט זיך פון זיך אליין אז צו ספרי מוסר איז מען שוין צוגעוואוינט זייער אסאך צייט פרובירט מען צו דערוועקן צו תשובה מיט זאכן וואס מ'איז נישט צוגעוואוינט.
שטייט אין פסוק וממדבר מתנה, צום הייליגן רוזשינער זי"ע איז אריין געקומען א עושר וואס ער איז אנגעקומען צו זיין רייכקייט מיט אסאך קרומע און פארדרייטע וועגן וואס ס'דארף נישט צו זיין און ער פלעגט געבן אסאך צדקה און ווען ער איז אריין צום רבי'ן האט ער אראפ געלייגט א קוויטל מיט זייער א שיינעם סכום געלט פאר א פדיון און דער רבי האט גענומען דעם קוויטל און דעם פדיון האט ער נישט געוואלט נעמען, און דער עושר האט געפרעגט פארוואס נעמט נישט דער רבי מיין געלט, האט דער הייליגער רוזשינער געזאגט ס'שטייט וממדבר מתנה די גמרא אין סנהדרין מ"ט זאגט אז א מדבר איז א סימן צו ערליכקייט און ריינקייט ד.מ. אז אזוי ווי אין מדבר איז נישט דא קיין גזילה און אנדערע עבירות אזוי איז אויך יואב'ס שטוב געווען ריין פון די אלע זאכן איז לויט דעם איז נאר אזא געלט וואס קומט פון מדבר ריין גראד אן עבירות נאר אזא געלט קען מען נעמען א מתנה אבער געלט וואס זאמעלט זיך אן מיט געדרייטע געשעפטן נישט קיין ערליכע געשעפטן דאס קען איך נישט נעמען פאר א מתנה.
זאת חוקת התורה אשר צוה ה' לאמר
די טעמים פון די תורה און מצות זענען באהאלטן פון יעדן מענטש, מען ווייסט נישט פארוואס דער אויבערשטער האט דאס געהייסן טון – מען דארף זיי מקיים זיין "ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געהייסן".
און דאס איז מרומז אין פסוק זאת חוקת התורה אז די גאנצע תורה און מצוות זענען ביי אונז "חוקים", מיר ווייסן נישט קיין טעמים פארוואס דער אויבערשטער האט דאס געהייסן טון, אבער מיר זענען זיי מקיים, ווייל אשר צוה ה' לאמר דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן טון.
קדושת לוי
זאת חוקת התורה
זאגט דער תרגום : דא גזירת אורייתא. דער מגן אברהם אין אורח חיים סימן תק"פ סק"ט שרייבט, אז מען דארף פאסטן פרייטאג פרשת חוקת. ווייל עס שטייט אין ספר התניא רבתי, אז אין דעם טאג פרייטאג פרשת חוקת [ט' תמוז בשנת ה' אלפים וד' לבריאת העולם] האט מען פארברענט אין פראנקרייך 20 וועגענער אנגעפילט מיט ספרים.
און מען האט באשטימט דעם תענית אויפן טאג פון די וואך, און נישט אויפן טאג פון חודש (אזוי ווי יעדע מאורע), ווייל מען האט אנגעפרעגט אין הימל (שאלות חלום) פארוואס די גזירה איז געקומען ? האט מען גענטפערט זאת חוקת התורה און דער תרגום שרייבט דא גזירות אורייתא אז דאס איז די גזירה וואס מען האט גוזר געווען אויף די תורה, אז מען זאל זיי ליידער פארברענען.
לומר מה המצוה הזאת, ומה טעם יש בה וכו' גזירה הוא מלפני, אין לך רשות להרהר אחריה
הרב הקדוש רבי מאיר מפערמישלאן זי"ע האט אזוי געזאגט, איידער מ'וויל טון א מצוה קומט דער יצר הרע צום מענטש און זאגט אים מה המצוה הזאת ווי אזוי קענסטו מקיים זיין די מצוה, די האסט דאך געטון אסאך עבירות, דער אויבערשטער דארף נישט דיין מצוה. אויב דער מענטש שטארקט זיך אויפן יצר הרע און איז דאך מקיים די מצוה, ווייל דאס איז דער רצון השם יתברך, קומט דער יצר הרע מיט א פרישן פשעטיל ומה טעם יש בה וואס פאר א גוטן טעם האט דיין מצוה, עס איז נישט דא קיין גרעסערע צדיק פון דיר אויף די וועלט. מען טאר נישט אזוי טראכטן, ווייל דער אויבערשטער האט פיינט דעם מענטש וואס האלט זיך גרויס.
נאר גזירה הוא "מלפני" "איידער" מען טוט אַ מצוה דארף מען וויסן, אז מען טוט די מצוה ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געהייסן אין לך רשות און מען האט נישט קיין רשות להרהר "אחריה" צו טראכטן "נאך די מצוה" ווי חשוב בין איך, אז איך האב מקיים געווען די מצוה. נאר מען דארף גלייבן אז דער אויבערשטער האט הנאה פון יעדע מצוה וואס מען איז מקיים.
[עס שטייט אין ספר שומר אמונים בשם ספרים הקדושים : אז יעדע מצוה וואס מען איז מקיים פיצן און גלאנצן דאס אויס טויזענטער מלאכים און מאכן דאס גרייט איבער צוגעבן פארן אויבערשטען אלס מתנה.]
דברי מאיר
אשר אין צמיד פתיל עליו טמא הוא
אויב מען רעדט נישט איידעלע ווערטער איז א ראיה אז מען איז נישט ערליך.
זאגט דער הייליגער אפטער רב זי"ע אז דאס קען זיין מרומז אין פסוק אשר אין צמיד פתיל עליו אויב מען האט נישט קיין דעקל אויפן מויל, איז א סימן טמא הוא אז מען איז נישט ערליך.
אוהב ישראל
זאת חקת התורה (יט-א) "זאת" איז בגמטרי' "צום קול ממון" וואס דאס מיינט "תשובה תפלה צדקה" דאס קומט אונז צו לערנען אז צוזאמען מיט תורה דארף מען אויך האבען, תשובה תפלה און צדקה, און נאר אזוי קען מען ריכטיג צוקומען צו תורה.
(אמרי חיים)
זאת חקת התורה אשר צוה ה' לאמר וגו', אשר אין בה מום אשר לא עלה עלי' עֹל. (שם) זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע: "אשר אין בה מום", א מענטש וואס מיינט אז ער האט נישט קיין שום פעלער, איז א סימן אז: "לא עלה עליה עֹל", ער האט נאך נישט אנגענומען אויף זיך דער "עול מלכות שמים" ווי עס דארף צו זיין. ווייל אויב יא, וואלט ער נאר איינגעזעהן זיינע פעלערס.
זאת חקת התורה: לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חוקה גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה (רש"י) דער גאנצער ציהל פון דער שטן און די גוים, איז צוריק אויפוועקען חלילה א קטרוג אויף די אידן וועגן דעם חטא העגל, און מיט דעם ברענגן אויף זיי דעם מידת הדין. דערפאר טשעפן זיי די אידן און פרעגן: "וואס איז די מצוה און דער טעם דערפון? דאס קומט דאך מכפר זיין אויף דער חטא העגל"! ענטפערט מען זיי: "גזירה היא מלפני", עס איז א גזירה פון דעם אייבערשטען, "אין לך רשות להרהר אחריה", און מיר האבן נישט קיין רעכט אריין צו טראכטן אויף וואס דאס קומט מכפר זיין.
(אורח לחיים - זלאטשוב)
זאת חקת התורה: לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חוקה גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה (שם) לכאורה איז שווער, פארוואס פינקט דער מצוה טשעפענען זיי כלל ישראל, עס זענען דאך דא אסאך חוקי התורה, נאך איז שווער, פארוואס זאגט רש"י אז עס איז נישט דא קיין טעם, רש"י ברענגט דאך ווייטער פון מדרש אז דאס איז געקומען מכפר צו זיין אויף די מעשה העגל. זאגט דער הייליגער כתב סופר אז מען קען דאס פארענטפערען מיט א רמב"ן וואס ער פרעגט, פארוואס דארפען כלל ישראל האבען א כפרה אויף די מעשה העגל, די אלע וואס האבען געדינט די עגל זענען דאך שוין דעמאלס געשטארבען? נאר ענטפערט דער רמב"ן אז נאר די וואס האבען בפועל געדינט עבודה זרה זענען געשטארבען, אבער די וואס האבען געהאט "הרהורי עבודה זרה" זיי האבען נאך געדארפט האבען א כפרה. דאס איז פשט אין רש"י, די גוים טשענען און זיי זאגען "מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה", פארוואס קומט עפעס אז מען זאל מעניש זיין כלל ישראל אויף "הרהורי עבירה"? ענפערט מען זיי: "לפיכך כתב בה חוקה" דאס איז א געזעץ פון די תורה אז, "אין לך רשות להרהר אחריה" ביי עבודה זרה איז אסור אפילו הרהורים.
(שמעתי
מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה וכו', גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה. (שם) זאגט דער הייליגער רבי ר' מאיר פרעמישלאנער זי"ע, אזוי איז דער וועג פון דעם יצר הרע ווען ער קומט איבער רעדען א איד צו זינדיגען, צום ערשט ווען דער איד וויל טוהן א מצוה, רעדט ער איהם אפ נישט צו טוהן ווייל ער איז אזוי שטארק דערווייטערט פון דעם אייבערשטען צוליב זיינע עבירות, און די מצוה איז אזא הייליגע זאך, אז דער אייבערשטער וועט דאס נישט אננעמען. "מה המצוה הזאת"? אבער ווען דער איד שטארקט זיך איבער זיין יצר הרע און ער טוהט יא די מצוה, דאן קומט ווידער אהן דער יצר הרע און שיקט אריין אין זיין הארץ א געפיהל פון גאוה און צופרידענקייט: "קוק נאר און זעה וואס פאר א גרויסע און חשוב'ע זאך דו האסט געטוהן, וואס פאר א גוטען טעם דיין מצוה האט, "ומה טעם יש בה"!! דערפאר זאגט די תורה: "גזרה היא מלפני", איידער דו טוסט די מצוה זאלסטו טראכטן אז עס איז א גזירה אהן קיין טעם, אפילו דו ביסט נישט ראוי דערצו. און דערנאך "אין לך רשות להרהר אחריה" האסטו נישט קיין רשות אריין צו טראכטן אז דו האסט יא געטוהן די מצוה.
ולא היה מים לעדה וגו'. וירב העם עם משה וגו'. (כ-ג) "ולא היו מים לעדה" די יודן האבן נאר געבעטן וואסער כדי צו שטילן דעם דארשט. אבער "וירב העם עם משה" די "ערב רב" וואס ווערן אנגערופען "עם", זיי האבן אויסגענוצט דעם געלעגנהייט נאר זיך צו קריגען מיט משה רבינו.
(אור פני משה)
שאלות
א) פארוואס הייבט זיך אהן די פרשה מיט די ווערטער "זאת חקת התורה" און נישט "זאת התורה" ?
ב) פארוואס שטייט "ויקחו אליך" צו משה ?
ג) וואס איז די טייטש "תמימה" און פארוואס טייטשט מען דא אנדערש ווי איבעראל ?
ד) פון ווי ווייסען מיר אז לדורות קען זיין אז די כהן גדול דארף מאכען די פרה אדומה ?
ה) ווי האט מען פאברענט די פרה, אין די מדבר ? און אין ארץ ישראל ?
ו) דארף די כהן גדול אויך שעכטען די פרה ?
ז) פון ווי ווייסט מען דאס?
ח) ווי שפריצט ער די בלוט פונ'ם פרה ?
ט) "ואחר יבא אל המחנה" וועלכע מחנה ?
י) ווי אזוי קען זיין אז די כהן גייט קודם אריין אין די מחנה, און ערשט נאכדעם ווערט ער ריין ?
יא) וואס האט מען געטוהן מיט די 3 חלקים פונם אש וואס מען האט איינגעטיילט ? און ווי ליגט דאס אין פסוק ?
יב) וואס איז די טייטש פון "חטאת הוא" ?
יג) "הוא יתחטא בו" פארוואס באניצט מען זיך מיט אמאהל מיט א לשון זכר, פרה איז דאך א לשון נקבה ?
יד) וואס איז טייטש "במת בנפש" ( 2 פשטים) ?
טו) "את משכן ה' טמא" נאר מיט'ן ווערען טמא איז מען מטמא די משכן ?
טז) "עוד טמאתו בו" אוודאי איז ער טמא ער איז דאך נישט ריין ?
יז) "כל הבא אל האהל" די אהל ווערט דען טמא אויף אייביג ?
יח) "וכל כלי פתוח" וואסארע כלי רעט זיך די תורה ? און וואס איז די הלכה ביי דעם ?
יט) וואס איז טייטש "פתיל" ? און ברענג א ראיה ?
כ) וואס מיינט "על פני השדה" (2 פשטים) ?
כא) פארוואס שטייט 2 מאהל, איין מאהל "את מקדש ה' " און איין מאהל "את משכן ה' " ?
כב) "ומזה מי הנדה" ווער מיינט דאס ?
כג) וואס איז די חילוק פון די טומאה פונ'ם נוגע ביז'ן טומאה פונ'ם נושא ?
כד) לויט'ן מדרש, פארוואס דארף מען נעמען א פרה ? אדומה ? תמימה ? לא עלה עליה עול ?
כה) לויט'ן מדרש, פארוואס דוקא אלעזר הכהן ? פארוואס ושרף את הפרה ?
כו) לויט'ן מדרש, פארוואס דוקא א עץ ארז, אזוב, ושני תולעת ?
כז) לויט'ן מדרש, פארוואס שטייט, אז די פרה איז למשמרת ?
כח) פארוואס שטייט "ויבאו בני ישראל כל העדה" ?
כט) פארוואס שטייט נאנט מיתת מרים צו די פרה אדומה ?
ל) פארוואס פינקט יעצט איז נישט געווען קיין וואסער צו טרינקען ?
לא) וואס איז טייטש "ולו גוענו" און וואס איז טייטש "בגוע" ?
לב) פון ווי לערנט מען ארויס אז "חס הקב"ה על ממונם של ישראל" ?
לג) פארוואס מוז מען זאגען אז דא איז אויך געווען "מועט מחזיק את המרובה "?
לד) וואס האט משה רבינו געמיינט צו זאגען מיט די ווערטער "המן הסלע הזה נוציא לכם מים" ?
לה) פארוואס האט די שטיין נישט געגעבען קיין וואסער ווען משה האט גערעט צום שטיין ?
לו) פארוואס האט ער געשלאגען 2 מאהל ?
לז) וואס איז די חילוק פון די מי מריבה, צו "הצאן ובקר ישחט"?
לח) פארוואס דארף די תורה אויסרעכענען די חטא פון משה און אהרן ?
לט) פארוואס וואלט געווען א גרעסערע קידוש השם ווען משה וואלט גערעט צום שטיין ?
מ) וואס מיינט "לכן לא תביאו" ? און ווי נאך זעהן מיר אז דאס מיינט אזוי ?
מא) "המה מי מריבה" וועלכע ?
מב) "ויקדש בם" פארוואס ווערט געהייליגט די אייבערשטערס נאמען ווען ער טוט א דין מיט די צדיקים ?
מג) פארוואס האט מען דערמאנט א ברידערשאפט צו אדום ?
מד) פארוואס דארף מען דערציילען צו אדום אז מיר האבען זיך שטארק געמיטשערט ?
מה) פון ווי לערנט מען ארויס אז די אבות האבען צער ווען זייערע איינעקלעך מיטשענען זיך ?
מו) "וישמע קולנו " וואס האבען זיי מרמז געווען ?
מז) ווער איז דאס "וישלח מלאך" ? און ווי נאך זעהען מיר אזוי ?
מח) פארוואס קומט אז זיי זאלען אדארך לאזען זייערע לאנד ?
מט) פארוואס שטייט "מי באר" און נישט "בארות" ?
נ) פארוואס האבען זיי צוגעלייגט די ווערטער "דרך המלך נלך" זיי האבען דאך דאס שוין דערמאנט ?
נא) וואס ענטפערט אדום צוריק מיט די ווערטער "פן בחרב אצא לקראתך" ?
נב) וואס מיינט "רק אין דבר"?
נג) וואס מיינט אז זיי זענען געגאנגען מיט א "יד חזקה" ?
הצלחה רבה!!!!
שאלה קטנה
שאלה קטנה שמציקה לי..
למה בנושא של המים מן הסלע
הציווי מתחיל ב''קח את המטה''?
אפשר להבין כאילו משהו טמון במטה הזה..
ואולי בגלל זה משה ''השתמש'' בו להוציא את המים..
אז למה דווקא מתחיל הציווי במטה הזה?..
זאת חקת התורה, אשר צוה ה' לאמר. והקשו המפרשים למה כתוב חקת התורה ולא חקת הפרה, ויש לפרש על פי המבואר במדרש (שמות רבה לח ועוד הרבה מקומות) ש-זאת מרמז על ברית מילה, בזאת יבא אהרן אל הקודש. וכמו כן כאן, שמרמז על ברית מילה, ו-חקת. הרמז, בחקיקה, שצורת לימוד התורה צריכה להיות שתהיה התורה חקוקה בו, כמו שהמילה חקוקה באדם, והכוונה שצורת הלימוד צריכה להיות בחזרה ובשינון הרבה פעמים עד שיחקק בלבו ולא ישכח לעד, כסימן החקוק על לוח שנשאר לעולם, וכן נאמר שאיסור שכחת התורה היא עד שישב ויסירם מלבו:
וידבר העם באלקים ובמשה. החתם סופר הביא ממה שנאמר ביהושע כל העם היוצא ממצרים וגו' מתו במדבר וגו' כי מולים היו כל העם היוצאים וגו' אותם מל יהושע. נראה כאלו תלו מיתת היוצאים בכי מולים היו. והיינו כי הלא לא מתו אלא מחטא לשון הרע שהוציאו רבה על עצים ואבנים, ומזה יש ללמוד בקל וחומר גדול פגם של מדבר לשון הרע על ה' ועל משיחו, אם כן לכאורה יותר היה ראוי לעונש דור האחרון שבהם סוף מ' שנה, דכתיב וידבר העם באלקים ובמשה. גם כי באמת נענשו בנחשים השרפים, מכל מקום היה עונשם קל, ומיד ריחם עליהם הקדוש ברוך הוא על ידי נחש נחושת של נס, והלא יפלא הדבר. והאמנם נראה הטעם, כי ברית הלשון וברית המעור משותפים ומצורפים, והמקודש בברית המעור ונימול, הוא פוגם פגימה רבה על ידי לשון הרע, מה שאין כן מי שלא זכה לברית המעור, אין פגימתו בלשונו פוגם כל כך, על כן מתו כל העם היוצאים בדברם רק על עצים ואבנים, כי מולים היו כל העם היוצאים. והיה פגימתם עושה רושם עצום, מה שאין כן הילודים במדבר לא מלו ולא הגיע פגימת לשונם כל כך אפילו בדברם באלקים ובמשה ואותם מל יהושע:
וירם משה את ידו ויך את הסלע" (במדבר כ' י"א)
סוג דבר-התורה: וורטים/פשט הוסף בתאריך 15/10/2003 10:18:35
ויש להבין:
א. מדוע משה עבד ה' לא קיים רצון ה' לדבר אל הסלע?
ב. מדוע לגבי הבאר הראשונה (שמות יז. ו) יצא המים ע"י הכאה ולא ע"י דיבור?
והנ"ל שיש שני סוגי ניסים יש נס שהוא נס גלוי ממש אשר א"א להבינו כלל ללא ההסבר שזה נס, אבל יש ניסים שעושים מעשה בשביל לקרב את הנס אל הבנתינו אף שגם זה הוא נס.
ראיה לדבר זה שהנה מצינו בגמ' (חולין ז:) שאמר רמי בר חמא שגדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם שנאמר "ויהי הם קוברים איש והנה ראו הגדוד וישליכו את האיש בקבר אלישע וילך ויגע האיש בעצמות אלישע ויחי ויקם על רגליו", ומבאר רש"י שרואים שבמותו של אלישע היה מספיק שיגעו בעצמותיו בשביל להחיות מתים ואלו בחייו היה אלישע צריך בשביל להחיות את בנה של השונמית לגהור על פיו ולהפיח רוח חיים בפיו. ומגמרא זו רואים אנו שצדיק גדול עושה ניסים שאין בהם שום שייכות טבעית כמו שחי האיש שנגע בעצמות אלישע, אבל מי שהוא במדרגה פחות גבוהה כמו שהיה אלישע בחייו היה צריך לעשות מעשה טבעי (נפיחת אויר בפיו) כדי לקרב את הנס אל הטבע.
ע"פ הנ"ל נוכל לתרץ את שאלתינו דלעיל שהבאר הראשון היה בזכות מרים (כמו שמבואר בפרשתינו שכאשר מתה מרים הפסיק הבאר) שהייתה פחות צדקת ולכן היה צריך להכות על הסלע.
אבל משה היה צדיק גדול והיה מספיק שידבר אל הסלע ולא יעשה שום מעשה טבעי, אבל משה בגלל ענותנותו הכה בסלע בשביל להראות שהוא לא צדיק גדול אבל ה' כעס עליו שאסור לו להיות עניו במקום שיפחת קדוש ה' בגלל זה.
מקור: בעל "לב אריה", מלוקט מ"כמוצא שלל רב"
http://www.divrei-tora.com/DT_View.asp?Datid=121