היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » צילום ולוחות-פרנק

צילום ולוחות-פרנק

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #983261

joegreen » 16/6/2004 19:12

קען אײנער מסביר זײן װאס ס'מײנט

shia550 » 16/6/2004 20:04

אז מען דרוקט א ספר מאכט מען א בילד פונעם ספר אין מען מאכט א PLATE אין דאס דרוקט מען

יוסעלע » 16/6/2004 22:21

צילום = פילם
לוחות = פלעיט

ווען מען וויל דרוקו א זאך מאכט מעט דערפון קודם א פילפ און פון די פילם א פלעיט, היינטיגע צייטן דארף מען שוין נישט צוקומען צו קיין פילםת נאר מען קען גלייך פון קאמפוטער מאכן א פלעיט, די פרוסיעדשער רופט זיך סי.טי.פי.
Computer To Plate

joegreen » 16/6/2004 22:46

פארװאס נאר אין די ספרים פין ארץ ישראל שטײט עס, אין אױך װיל איך װיסען אױב פרנק האט א קונקרענץ?

כורמיזא » 16/6/2004 23:23

אמאל פלעגט מען דארפען אליין אויסלייגען די פרינטעד פאפיר און פון דעם האט מען געמאכט א פילם וואס דאס איז פארקערט פון די טעקסט און דערנאך האט מען געמאכט א פלעיט וואס דאס איז די זעלבע ווי די ארגינאל פאפיר.

היינט צו טאג, דארף מען שוין נישט אויסלייגן קיין פאפיר, נאר מ'שטעלט אויס אויפן קאמפיוטער די PDF פיילס לויט די PLATE און דערנאך מאכט מען א פילים און פון דעם א פלאטע.

אין ארץ ישראל נוצט מען נאך נישט כמעט די CTP סיסטעם ווייל ס'קאסט זייער טייער די מאשינען און אויך די חומר פון די פלאטע, און די עיקר פראבלעם איז אויב ס'איז דא א טעות איז עס שווערער צו פארריכטען.

צילום ולוחות פרנק איז א מאל געווען א מיוחס ווייל עס איז געווען גאנץ שווער צו מאכען די פלאטעס, מ'האט געדארפט אליין אויסשטעלען די פאפיר. חוץ פון פרנק איז געווען נאך צוויי דריי.
היינט צו טאג מאכען עס שוין כמעט אלע דריקערס אליין און עס קומט אויס אסאך ביליגער. אמאל פלעגט עס זיין בערך $35 פאר א פלאטע היינט קען מען עס באקומען פאר $20-$25.
און אין היינטיגע ספרים זעט מען שוין כמעט נישט 'צילום ולוחות פרנק'.

כורמיזא » 7/9/2004 17:07

פרנק ניצט שוין דעם סיסטעם פון CTP, איך האב נעכטען באטראכט א ספר וואס פרנק האט געמאכט די פלאטעס און רוב ספר איז געמאכט דארעך CTP און א חלק מיט פילמס, מ'זעט א גרויסע חילוק!

איך וואלט היינט צוטאג נישט רעקאמאנדירט עפעס אנדערש פון CTP.

טאגליכט » 7/9/2004 17:37

CTP האט זיך זיינע פראבלעמן מיט FULL COLOR PROCESS איז עס זייער נישט גוט ווייל ס'וועט קיינמאל נישט אויסקומען 100% משא"כ מיט פילם איז עס גרינגער אין מער פלעקסיבל

אויך די CTP וואס מנוצט אין א"י האט נאך א חסרון זיי נוצן נאר פון די קאמפאני DOLEV וואס ווערט געמאכט אין די מדינה אין די פאנטשעס וועלן פאר קיין געלט נישט וועלן ווערן אייניג אויף אלע PLATES אין ס מאכט א חורבן

לעצטעןס האב איך פארקויפט אין א"י פאר א פרינטינג א מאשין פון AGFA און זיי זענען זיך מחי' דערמיט

אגב איך זיך אינפארמעשן אויף די SCREEN 3100 ווער עס ווייסט ווי סאיז דא אין NY געגענט איינער וואס קען זיך אויס דערמיט וויל איך בעטן מזאל מיא מודיע זיין

תוקן על ידי - טאגליכט - 07/09/2004 17:46:23

כורמיזא » 7/9/2004 18:46

די דריקערס אליינס ווייסען אז אויב די קאלערס זענען צוטיילט אויף CMYK מאכט מען נישט קיין CTP.

די דריקערס נוצען די DOLEV BRISQUE, און עס קומט אויס זייער גוט בפרט ביי ספרים און עס האט נישט קיין שום פראבלעם וועגען די קראפס, עס קומט אויס אויפן האר.

טאגליכט » 7/9/2004 19:12

האק מיר נישט אין קאפ די DOLEV איז די ערגסטע מאשין וואס איך האב נאר געזעהן אויפן מארקעט איך ווייס איינער וואס סאיז מיאוס אריינגעפאלן מיט זיי נישט נאר די פאנטשעס זענען נישט גוט נאר אויב גייסטו ארויף העכער 75 LPI ברענגט עס שוין נישט גוט ארויף אויפן פרעסס איינער האט שוין שאדען געהאט פון אזא מאשין

אגב די Brisque Dolev איז א אימעזש סעטער אין נישט קיין CTP די CTP מאשין הייסט Cobalt ממילה פרעג דיך בעסער נאך אויף דיCobalt מאשין דאס וואס איך האב גערעט איז פון די PLATESETTER און נישט פון די IMEGESETER

כורמיזא » 7/9/2004 23:15

איך האב זיך טועה געווען, די דאס וואס איך האב געזען איז פון חברת SCITEX און נישט DOLEV BRISQUE.

איך בין נישט אזוי באקאנט אין די מאשינען, אפשר קענסטו דא שרייבען א באריכט פון דיין עקספיריענס וואס מ'דארף קוקען ביי די מאשינען און וויפיל עס קאסט, און ווער פארקויפט דאס און צו ס'איז שטערקער ווי די דייטשע מאשינען?

טאגליכט » 8/9/2004 00:55

אזוי די מערסטע באקאנטע מאשינען אין אמעריקע איז פון AGFA די חסרון פון AGFA איז אז סאיז זייער גרויס אין סייז אין ספארנעמט זייער אסאך פלאץ זיי האבן אבער א מעלה אז זיי זענען גאנץ ביליג א נייע מאשין קאסט אינגאנצן 90000-100000 דאלאר אין סאיז זייער גרינג צו מעינטענען

די בעסטע מאשין איז פון SCREEN אין אויך די טייערסטע א 8UP מאשין קאסט ביי זיי נייערהייט א CTP ארום 350000 דאללאר אין CTF ארום 175000-150000 דאללער אין סהאט אלע מעלות סאיז אינגאנצן 60" לאנג אין ברייט ארום 45" סמאכט UP TO 350LPI אין סברענגט אים ארויף אזוי גוט אז סכאפט אפילו ביי NONE PRESURE פרעסס וואס דאס זעהט מען נישט ביי אנדערע קאמפאניס, איין גרויסע חסרון האט דאס אז כמעט קיינער קען עס כמעט נישט פארעכטן אויב סצוברעכט זיך איך איינער אין קרית יואל האט געקויפט אזא מאשין אין זיכט אויכעט איינער וואס קען גוט די מאשין

דו פרעגסט בכללותדיג די דייטשע מאשינען סאיז דא עטליכע די וואס סקומט מיט די EIDELBERG פרעססעס ווערט געמאכט ביי SCREEN אבער מיט אסאך ווייניגער אפשענס ווי ביי זייער אייגענע

ווען מקויפט א מאשין דארף מען די ערשטע זאך קוקן צו מוועט דיר געבן סערוויס דערויף אין ווי לאנג רוב דילערס דראפן דיר אראפ די מאשין אין לויפן זיך ווייטער אין ווען דו ווילסט עס אויפסעטן טרעפסטעך ווי אויפן וואסער און ווען דו קאלסט זיי אן טשארדשען זיי דיר טבין ותקלין זיי קענען בעטן ארום 1200 א טאג סאו דארפן קודם שאר מאכן אז זיי סעטן עס אויף אין געבן סערוויס

רוב וואס געבן יא סערוויס געבן געווענליך נאר 3 חדשים אבער איך האב שוין געטראפן 2 קאמפאניס וואס גיבן 6 חדשים
אויב ווילסטו קען איך דיר געבן זייערע נאמבערס אין אישי

נאכדעם דארף מען קוקן וואס פאר א פראסאסער סהאט דארף מען אכטונד געבן אז סזאל זיין א ONLINE PROCESORE דאס מיינט אס גלייך נאךן EXPOSEN, צDEVLOPTE זיך עס ATOMETICLY אז נישט איז זייער שווער זיך צו באקלעפטשן דערמיט

אויב איינער וויל וויסן מער אינפא. זאל בעטן יעצט האב איך שוין נישט קיין געדילד צו שרייבן

כורמיזא » 8/9/2004 13:57

עס איז דא צובאקומען אין אמעריקע די HEIDELBERG מאשינען?

אט דאס שרייבט *תג* אין זיין פארום:
איך האב געזען אין אן אנדערע פארום אז מ'רעדט וועגען CTP, איך האלט אז פאר ספרים וואס האבען נישט קיין קאליר איז שטארק כדאי צו נוצען CTP, און אגב, פרנק האט אן AGFA פאר CTP און זיי קענען גוט די עבודה און זיי האבען מומחים איך בין ממליץ זיי צו נוצען, זייער מערכת פון CTP נוצט AGFA APOGEEX.

פרנק נוצט די AGFA ווייל די פלאטעס פון AGFA קען מען באקען אין אן אויבען און דאס מאכט אז די פלאטעס זאל זיך האלטען פאר לאנגע יארען, און מ'קען עס איבער נוצען שפעטער. פרנק באקט אפ אלע פלאטעס וואס זיי מאכען.

=עד כאן=

פרנק נוצט די אגפה סיסטעם Xcalibur, און די אפערעיטינג סיסטעם פאר עס איז די אויבנדערמאנטע APOGEEX סיסטעם.

זיי נוצען שוין דער מאשין פאר א 3 חדשים און זיי זענען זייער צופרידען דערמיט.

דער מאשין קען נוצען די לוחות טרמיים וואס מ'קען אפבאקען (וואס SCITEX קען נישט טוהן און פארשטייט זיך אז עס איז אסאך טייערער)

אזא מאשין קאסט קרוב צו $300,000 אבער די דרוק איז אסאך שענער אפילו ביים ערשטע מאל דרוקען (וואס ביי אנדערע CTP סיסטעמס קען עס ווערען אפגעמעקט ביים ערשטע מאל נוצען)

טאגליכט » 8/9/2004 17:54

די חוליק פארוואס AGFA PLATES קען מען איבערנוצן איז ווייל זיי ניצן METAL PLATES משא"כ די אנדערע קאמפאניס מאכן נאר POLY PLATES אין דאס וואס איר שרייבט אז מען באקט עס אפ איז סתם עמי ארצות אין סדר פון מאכן פלאטעס ווייל ווי באקאנט אז אויב EXPOSED מען א METAL PLATE מער ווי 40 סקונדעס קענסטועס גלייך ווארפן אין גארביטש

טאגליכט » 8/9/2004 18:31

ניי אין קרית יואל CTP

געטראפן אין די ק"י זשורנעל

כורמיזא » 8/9/2004 19:58

טאגליכט,
אלע דריקערס פון ספרים אין ארץ ישראל נוצען מעטאלענע פלאטעס נישט קיין חילוק צו מ'מאכט עס דארעך CTP אדער נישט (די POLY נוצט מען נאר אויב מ'דריקט עפעס מיט אפאר בלעטער) און מ'וויל נישט ספענדען.

און איך בין דיר מגלה א נייע זאך וואס דו האסט נישט געוואוסט ביז יעצט אז עס איז דא אזא זאך וואו אפבאקען פלאטעס, און פראנק טוט דאס מיט אלע זייערע פלאטעס. קענסט עס בודק זיין ביי זיי.

טאגליכט » 8/9/2004 20:08

הרב כורמיזא שליט"א איך בין פון פאך אויס אין די פרינטינג ליין איך האב דערציילט פאר דערווייל 6 פרינטערס אז כהאב געזעהן אין היידפארק אז מען באקט פלעיטס. וואס זאל איך דיר זאגן סאיז געווען THE JOKE OF THE DAY ביטע אפשר שיקסטו מיר א בילד וויאזוי מ'באקט עס

כורמיזא » 8/9/2004 20:49

איך האב שוין געהערט פון אפאר פלעצער אז פראנק באקט די פלעיטס, און איך האב אים אליין געפרעגט.

אט דאס איז א מעיל וואס פרנק האט מיר געשיקט:

יישר כח על הפרסומת.
רק הערה
ה ctp נקרא Xcalibur
מערכת ההפעלה שלו נקראת APOGEEX

המערכת משתמשת בלוחות טרמיים ורק הם הלוחות הניתנות לאפייה.
זה אגב היה שיקול חשוב בקניה של המערכת שעלתה קרוב ל 300.000$

במערכת של scitex לא ניתן לאפות את הלוחות. (היא אגב מערכת זולה יותר) והדבר ניכר בהדפסות חוזרות של הספרים.

אנחנו רצים עם המכונה כשלושה חודשים ובלי עין הרע בתי הדפוס מרוצים מאוד להבדיל מלוחות ctp אחרים שלעיתים נמחקים אפילו בהדפסה ראשונה...

אני אישית מעדיף לעבוד עם קבצי prn בעיקר בגלל כשעובדים בתג עם תמונות bmp וממירים את הקובץ בסופו של דבר ל pdfזה לפעמים עושה כמין קו שחור צמוד לתמונות. בקבצי prn זה לא מופיע.

כל טוב

שמוליק פרנק

טאגליכט » 8/9/2004 21:08

זייער אינטערסאנט איך מיז עס נאכקוקן נאכדעם וועל איך דיר ענטפערן

כורמיזא » 8/9/2004 21:18

קוק אויף AGFA'ס סייט זיי רופען די סארט פלאטעס PLATES THERMAL, וואס דאס מיינט אז מ'באקט עס אפ.

כורמיזא » 8/9/2004 21:25

אגב, דאס וואס פרנק האט מיר געשריבען:
אני אישית מעדיף לעבוד עם קבצי prn בעיקר בגלל כשעובדים בתג עם תמונות bmp וממירים את הקובץ בסופו של דבר ל pdfזה לפעמים עושה כמין קו שחור צמוד לתמונות. בקבצי prn זה לא מופיע.

איך האב געגעבען פאר פרנק די סאלושען וואס *תג* שרייבט אין זיין אשכול און ער האט מיר שטארק באדאנקט דערפאר.

און דעמיט וויל איך זיך אויך באדאנקען פאר *תג* וואס ער האט מיר פארבינדען מיט שמוליק פרנק, און אויך אסאך פון די ידע האב איך באקומען פון אים.

טאגליכט » 8/9/2004 21:30

לויט ווי איך טראכט איך בין נישט זיכער איז אז אין א"י ניצט מען אנדערע סארט PLATES ווי אין אמעריקע דאהי אין אמערקע זענען די PLATES אנגעשמירט מיט א קעמעקיל אין ווען מברענט אויס די קעמיקל עסט זיך עס איין אין די PLATE נאר דארט ווי די פילם לאזט דורך די היץ נאכדעים לייגט מען עס אריין אין א מאשין וואס וואשט אפ די איבריגע קעמיקל אין דעוועלאפט די אריינגעברענטע אז סזאל נישט כאפן קיין וואסער אין אויב ווילסטו לייגן נאך היץ פארברענט זיך די קעמיקל אין די פלאטע איז שוין גארנישט ווערד אין אויך לגבי אויסמעקן איז נישט שייך ווייל סאיז אריינגעברענט אין סגייט נישט אראפ נאר דורך היץ אדער מיט א ספציעלע שארפע קעמיקל זה סדר הפלאטעס בחו"ל

ביטע שרייב וויאזוי ממאכט עס אין א"י אין וויאזוי איז שייך סזאל זיך אפמעקן

שכוח

כורמיזא » 8/9/2004 21:47

די אלטע וועג פון פלאטעס מאכט מען אזוי ווי די שרייבסט.

איין חילוק איז נאר דא, אז היינט נוצען אלע דרוקערס PREPS צו אויסשטעלען די עמודים במילא איז די 'העתק שמש' א געהעריגע פרינט און נישט ווייס אויף בלוי ווי עס פלעגט זיין.

איך האב קיינמאל נאכנישט געזען ווי אזוי די CTP ארבעט במילא ווייס איך נישט פונקטלעך די מהלך איך האב נאר געשריבען וואס ער האט מיר געשריבען און איך האב נישט דארעך געטוהן גרינטלעך די זאך, איך האב נאר געזען אויף די סייט פון AGFA אז זיי האבען פארשידענע סארט פלאטעס און זיי רעדען ארום אז עס איז דא וואס דארף נישט האבען קיין PRE HEAT, און עס איז דא וואס האלט זיך לענגער, און עס איז דא פלאטעס וואס איז LIMITED פאר 250,000 און נאכדעם איז עס שוין נישט אזוי קלאר.

אדרבא ואדרבא דו פארשטייסט מסתם בעסער ווי מיר, לייען עס אדארעך און זיי אונז מסביר עד מקום שידך מגעת.

יוסעלע » 9/9/2004 00:45

איך בין געווען בערך צוויי יאהר צוריק ביים א פרינטינג עגזהיבישאן אין בירמינגהעם (ענגלאנד) IPEX אזוי פיל ווייס איך היידעלבערג איז היינט די גרעסטע און די בעסטע קאמפאני אין לייטהו פרינטיג (זיי פלעגן חוזק מאכן פון דיגיטאל פרינטינג ביז זיי זענען געבליבן מיט די צונג אינדרויסן) זיי האבן געהאט אויף די פרעמיסעס צוויי פרעסן איינס אן 8 קאלאר סעמיי אוטומעטיק או איין 6 קאלאר פאל אוטומעטיק, חוץ פון די רעשט מאשינען וואס זיי האבן דארט געהאט, זיי האבן פארנומען א גאנצע האלל אין די ען.אי.סי. (גלייב מיר ס'איז גרויס)

אין די גאנצע עגזיבישאן איז נישט דערמאנט געווארן דאס ווארט געבאקן, די מעשה פון פראנק איז גוט געבאקן,ווען ס'איז דא צוויי קאמפאניס וואס דרוקן און איינער נוצט נישט געבאקענע היידעלבערג און די צווייטע נוצט געבאקענע אגפא, עצה טובה קמ"ל, גיי צו די רויע היידלבערג וועסט זיין מעהר צופרידן.

די גאנצע געבאקענע מעשה איז נישט מעהר ווי מארקעטינג וואס זיי רעדן דיך אז די זאלסט מיינען אז ס'איז בעסער ווערט נישט נתפעל.

כורמיזא » 9/9/2004 14:01

יוסעלע,
דו דערמאנסט מיר א מעשה.
פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען ביי אן אסיפה פון חברת 'קרטסופט' די נציג פון ADOBE אין ארץ ישראל. זיי האבען געגעבען א פאר בלעטער אדארעך צו ליינען פארדעם.

אינמיטען א דיסקאשענס האט איינער געפרעגט עפעס וואס איז געשטאנען קלאר אין די ביכל.

האט זיך אנגערופען די אנפירער פון די אסיפה. אז ס'איז באוואוסט אז די ישראלים האבען פראבלעמען מיט 'כוונת הנקרא' (מ'פארשטייט נישט וואס מ'לייענט), די עצה עס צוריק צו האלטען איז אז מ'זאגט דעם ווארט (אז די ישראל האבען פראבלעמען מיט כוונת הנקרא) און דאס איז גורם אז מ'זאל טראכטען בשעת'ן לייענען וואס מ'לייענט.

אויב ווילסטו וויסען מער פרטים וועגען די געבאקענע פלאטעס מאך א סערטש אויפן נעט THERMAL PLATES.

אט האסטו א קליינע טבלה פון וועלכע פלאטעס מ'באקט און וועלכע נישט:
[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסעלע » 9/9/2004 16:51

ווייסט וואס ביסט גערעכט, אבער דאס צו איך נישט צוריק, מען זאל בעסער גיין צו א קאמפאני וואס נוצט היידעלבערג (יא זיי האבן אויך טהערמאל פלעיטס -או.קעי. איך האב עס פארזעהן) זיי זענען די לידערס אין די פרינטינג אינדוסטרי.
די ספיציעלקייט פון "צילום ולוחות פראנק" איז א פארגאנגענהייט, ס,איז נישט מיין בויך סברה, איך האב גירעדט מיט כמה מבינים אין דעם פעלד.
טהערמאל פלעיטס איז א מעלה פאר די פרינט האוס אין נישט פאר דער קאנסיומער.

כורמיזא » 9/9/2004 17:27

ווי איך האב שוין אויבען געשריבען בין איך נישט אזוי באקאנט אין די מאשינען, איך האב געהערט אז HEIDLBERG איז גאר שטארקע מאשינען מיט וויינוג פיטשערס.

דאס וואס דו שרייבס אז פרנק ספעציעלקייט איז א פארגאנגנהייט, איך האב אויך אזוי געהאלטען, קוק אויבען ביי די ערשטע הודעות.

נאר איך האב לעצטנס געזעהן עפעס וואס זיי האבען געמאכט און איך האב נישט געגלייבט אז עס וועט אזוי גוט אויסקומען וועגען דעם האב איך אפיר געזוכט דעם פארום און דאס געשריבען (צווישען די 5'טע און 6'טע הודעה איז דא 3 חדשים), און איך האב מברר געווען וויאזוי קען זיין אז עס איז אזוי קלאר אויסגעקומען.

אגב, אגפה ווען זיי באשרייבען דעם סיסטעם וואס פרנק האט שרייבען זיי:
Looking for a way to differentiate yourself from your competition? One way is to produce the sharpest image available. That begins with quality plates.

Agfa's :Xcalibur line of thermal platesetters provide high speed imaging with advanced High Definition-Computer-to-Plate (HD-CtP) technology. So you can produce razor-sharp images, more quickly without an increase in cost.

http://graphics.agfa.com/commercial/ctp/thermal/xcalibur/


THERMAL פלאטעס איז א מעלה סיי ביים ערשטע מאל אזוי ווי איך האב געזעהן אז די חלק וואס פרנק האט געמאכט איז אסאך קלארער ווי די אנדערע חלקים וואס אנדערע האבען געמאכט (ביידע מיט CTP). און אוודאי ביי די לאנג ראן אז מ'קען עס אוועק לייגען און עס האלט זיך גוט.

טאגליכט » 10/9/2004 02:08

אכן נודע הדבר מיט די געבאקענע פלאטעס איך האב מיר נישט געפוילט איך האב אנגעריפן AGFA אין געפרעגט
אויף די פראגע מיט וואספארא אויבן מבאקט די פלאטעס האבן זיי מיר געענטפערט ITS NOT A REALY OVEN ITS A EQUIPMENT WITH A PROJECTOR LIGTHT THE LIGHT BURNS AOUT BETTER THE PLATE
האב איך זיי געפרעגט אויב זיי קענען מיר געבן א מאדעל פון אזא מאשין האבן זיי מיר געגעבן FT40 וואס די מאשין ניצט מען אויך סתם צו EXPOSEN PLATES קומט אויס אז יוסלי איז גערעכט אז סאיז נישט מער ווי צופארדרייען א ספאדיק פאר אדווערטייזמענט

טאגליכט » 10/9/2004 02:16

קען מיר איינער געבן הילף איך האב היינט געענדיגט כאפן בילדער פון מיינע EQUIPMENT פאר מיין נייע קעטעלאג פון DIGITEL PRE PRESS EQUIIPMENT איך האב זייער געוואלט ארויף לייגן עטליכע בילדער דער עולם זאל כאטש זעהן פון וואס מרעדט דא אבער ווען איך האב עס געוואלט אפלאדן וויל עס נישט גיין סקומט מיר ארויף א מעסעדזש ITS NO DATA IN THE DOCUMENT ווייסט איינער וואס מדארף טון

כורמיזא » 10/9/2004 09:51

טאגליכט,
עס איז דא אסאך אינפארמעישען אויף די אינטערנעט וועגען אלע סארט פלאטעס וואס איז דא, איך מיין אז עס האט נישט קיין טעם איבער צוקייען צו מען באקט און וויאזוי. (און אגב, איך האב געזען אויף CREO'ס סייט אז זיי האבען פלאטעס וואס מ'מוז נישט באקען אבער מ'קען עס באקען, נישט געבאקען קען עס דרוקען 5000 און געבאקענערהייט 100,000 דאס הייסט 20 מאל אזוי סאך נו איז נישטא קיין חילוק?)

דאס ביזטו מודה אז עס איז דא בעסערע פלאטעס און שוואכערע אזוי ווי די האסט אויבן געשריבען ביי DOLEV. און דו האסט אויך ממליץ געווען אויף אן אגפה מאשין (אגב, פרנק האט אביסעל א טייערערע מאשין ווי דאס וואס דו האסט געשריבען)

איך נעם אן אז דו ביסט א מומחה אין די נושא פון PREPRESS אויב דו ארבעטס אין די ליין. אויף נאכ'ן דרוק האב איך אביסעל עקספיריענס נאכדעם וואס איך האב שוין געדרוקט גאנץ אסאך.

און איך האב געזען אז דארעך פראנק'ס פלאטעס איז אויסגעקומען די ארבעט אסאך קלארער ווי וואס מ'האט געזעהן ביז היינט.

עס קען זיין אז אנדערע קאמפאניס קענען דאס אויך אהער שטעלן, דו אליינס טעהנסט אז אין ארץ ישראל איז נישטא דו גוטע כלים צו מאכען CTP.

די אינטערשטע שורה איז, אז איינער וואס דרוקט אין ארץ ישראל (איך וויל נישט אוועק נעמען קיין קאסטאמערס נישט פון דיר אדער פון יאסעלע) און ער זיכט קוואלעטי, לויט מיין עקספיריענס בין איך ממליץ צו נוצען פרנק פאר די פלאטעס.

תוקן על ידי - כורמיזא - 10/09/2004 10:03:38

יוסעלע » 10/9/2004 13:10

"כורמיזא"
זארג דיך נישט היינט צו טאג בין נישט מעהר אין די פרי-פרעסס ליין, איך פלעג ארבעטן אין איינס, פון דארט האב די עקספעריענס, מצידי קען מען גיין ווי ס'לאזט זיך, איך האב נאהר געזאגט מיין מיינונג.

כורמיזא » 10/9/2004 15:20

יוסעלע,
דאגה נישט איך זארג מיר נישט

איך האב זיך פארגעשטעלט אז די ארבעטסט היינט שוין נישט אין די ליין, אין די לעצטע צוויי יאר דאכט זיך מיר האט זיך פארגעשריטען די פרינטינג מיט אפאר יאר פאראויס אסאך שנעלער ווי עס פלעג צו זיין און ועל כולם עס איז דא אסאך קאמפאטישען.

איך בין שטארק מכבד דיין מיינונג און די מיינונגען פון אנדערע. און אדרבא טייל אונז מיט נאך פון דיינע ידיעות לתועלת הרבים.

כורמיזא » 1/3/2005 15:59

טאגליכט,
מענין לענין,
איך האב געליטען א שטיקעל דארכפאל מיט א ספר וואס איז געמאכט מיט ווארד, אויב דו ווייזט עפעס אן עצה, ביטע פאוסט עס דא.
דער פראבלעם איז ווי פאלגענד:
די גאנצע ספר איז געווען פארטיג אויף PDF פיילס, און ביים פרינטען איז עס אויסגעקומען פונקטלעך ווי די PDF, אבער ווען מ'האט געמאכט RIP, איז אסאך אותיות צושפרינגען. אויך, ביי אלע פלעצער ווי עס איז דא פיקטשערס האט עס צוגעלייגט פינטלעך.

איך ווייס נישט ווי אזוי זיי האבען געמאכט די RIP (מיט וועלכע סיסטעם) אבער זיי נוצען א סייטעקס CTP סיסטעם (נישט אלעמאל נוץ איך פרנק...).

מיין שאלה איז אזוי:
1. וויאזוי קען איך בודק זיין א PDF פייל צו די RIP וועט זיין די זעלבע ווי די PDF?

2. יעצט אז איך האב די PDF און איך ווייס אז עס האט RIP פראבלעמען, און איך מוז נוצען די PDF פייל (ווייל עס האט אסאך שינויים אין די PDF פייל אליין), וויאזוי קען איך פאררעכטען די RIP פראבלעם?

טאגליכט » 1/3/2005 18:10

סאיז דא עטליכע וועגן און סאיז אביסל צו קאמפליצירט צו באהנדלען אין א פארום אויב ווילסטו שיק מיר אין אישי דיין נאמבער אדער קאל מיר אריין אין מיין SKYPE פאון מיין יוסער איי די איז AHRON11211

איןהכינמי » 1/3/2005 19:23

עס איז דא אין ארץ ישראל א קאמפאני {אין שכונת הבוכרים} וואס מאכט פלעיט'ס וואס הייסט להור.

זיי ארבעטן אויף דעם זעלבער אופן פון פראנק?

כורמיזא » 1/3/2005 22:16

לאור מאכט נאך מיט פילימס און זיי האבן נישט קיין CTP