היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ברוך דיין אמת אדמו"ר מראכמיסטריווקא זצ"ל

ברוך דיין אמת אדמו"ר מראכמיסטריווקא זצ"ל

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #975512

כורמיזא » 11/6/2004 11:30

תורה תורה חגרי שק. ברוך דיין האמת. היום בבוקר הלך לעולמו כבוד קדושת האדמו"ר מראכמיסטריווקא מירושלים זצ"ל.

די לוויה גייט פארקומען אין ירושלים פונ'ם ביהמ"ד ראכמיסטריווקא אויף רחוב גבעת משה, בערך 1:00, צום וואהלינע-טשערנאבילער חלקה אויף הר הזתים.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר כלל ישראל

אפלטון10 » 11/6/2004 13:27

אין נאך א אדם גדול איז נסתלק גיווארן היינט:

הגאון הצדיק רבי יצחק שלמה אונגאר זצוק"ל, גאב"ד חוג חתם סופר אין בני ברק.

זכותם תגן עלינו אמן!

http://gen.magicpage.co.il/mechaot/

כורמיזא » 11/6/2004 14:27

ביים לוויה האט מען געהערט אויפן ספיקער ווי כ"ק האדמו"ר מראכמיסטריווקא - בארא פארק שליט"א ווינטשט אן פאר כ"ק הרה"צ ר' דוד שליט"א אז ער זאל איבער נעמען די הנהגה און זכות אבותיו זאל אים ביישטיין, אמן כן יהי רצון.

מ'לייגט אים אינ'ם אוהל לבית ראכמיסטריווקא אויפן הר הזתים

מקוה_איד » 11/6/2004 16:53

איז דאס דער זוהן?
[בילד – נישט אפגעהיט]

אפלטון10 » 11/6/2004 17:28

יא יא!

אין דאס איז דער רבי זצוק"ל

[בילד – נישט אפגעהיט]

לבטיג » 11/6/2004 20:55

א בילד פון די לויה
עס ווערט געזעהן הרה"ג ר ישראל מנדל ווגשל
און ר שלמה יודא לאבין

לבטיג » 11/6/2004 20:56

דא
[בילד – נישט אפגעהיט]

לעשות_נחת » 12/6/2004 02:14

עם יבלחט"א האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

אזלא_גרש » 13/6/2004 10:29

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

אזלא_גרש » 13/6/2004 10:32

כנ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

אזלא_גרש » 14/6/2004 03:53

מ
[בילד – נישט אפגעהיט]

pirtzufal » 18/6/2004 03:24

someone heard about the first tish and the drusha of the new rabbi today

pirtzufal » 18/6/2004 03:48

?

כורמיזא » 18/6/2004 08:47

קודם איז האדמו"ר שליט"א געפארען אויפ'ן הר הזתים, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים טיש, ס'איז געווען א געפאקטע עולם.
די רבי שליט"א האט מעורר געווען די עולם צו תשובה, און האט מאריך געווען אז ער האט געוואלט אז די ברידער זאל זיין רבי נאר מ'האט אים געטענ'ט אז עס וועט צופאלען די חסידות. במילא האט ער נישט געהאט קיין ברירא און אלטץ כבוד פונ'ם טאטען ווערט ער פראבירען אז עס זאל נישט צופאלען.
און ער האט דאס אויסגעמשלט אז עס איז פארלוירן געווארען די טייערסטע שטיין פון קעניגס קרוין, וואס דארעך די שטיין האט זיך צוזאם געהאלטן די גאנצע קרוין, און מ'האט מורא געהאט אז די גאנצע קרוין וועט ציפאלען, האט מען געטראפען א פאדזאוועטע דראט און דערמיט צוזאם געבינדען כדי אז עס זאל נישט צופאלען, וואס באמת פאסט דאס נישט אריין אין דעם קרוין אבער כדי עס זאל זיך צוזאם האלטען האט מען נישט קיין ברירה.
און האט אויסגעפירט, אז ער איז די פארדזאוועטע דראט און מיט אים וויל מען צוזאם האלטען די עולם, האפט ער אז מ'וועט זיך טאקע מחזק זיין אין עבודת השם און ער אויך און דארעך דעם וועט אראפ גיין די 'דזאווע' און ער וועט אויך ווערען אויסגעגאלנצט.

צום סוף האט ער נאכגעזאגט א ווארט 'חבל על דאבדין ולא משתכחין'.
חבל - פון א לשון פון א שטריק.
חבל על דאבדין - אז מ'קען זיך צובינדען צי די צדיקים וואס זענען שוין נישטא.
ולא משתחכין - און דארעך דעם ווערט מען נישט קיין פארלוירענער און א פארפאלענער.

jewboy » 18/6/2004 15:47

רחמסטריווקא רבי פון בארא פארק ביים שבעה זיצן
[בילד – נישט אפגעהיט]

pirtzufal » 21/6/2004 11:46

how was the first shabos

DAM24ACHI » 22/6/2004 02:04

יש לאדמו"ר מרחמסטריווקא זצ"ל גם בן הגר ברצות הברית .
איה הוא יושב שבעה?

jewboy » 22/6/2004 02:21

זה שגר בארה"ב (קראון הייטס) ישב שבעה בארץ.



תוקן על ידי - jewboy - 22/06/2004 2:23:51

yakovber04 » 22/6/2004 05:02

מתפעל » 23/6/2004 08:47

ג'ובוי ,
אתה בטוח שהרבי מרחמסטריבקה בתמונה שהבאת,
יושב שבעה ?
זה לא נראה שהוא יושב נמוך .

כורמיזא » 23/6/2004 12:15

מתפעל,
אויך דער טיש איז נידעריג. די קענסט עס אויסמעסטען לויט די הויכקייט פון די מענטש וואס שטייט דערנעבען. אויב עס וואלט געווען א געהעריגע טיש וואלט ער געדארפט צו זיין זייער הויעך.

jewboy » 23/6/2004 12:15

ואיך זה?

תראה איך הבדל בין הסרט'ר ורחמסטריווקא
[בילד – נישט אפגעהיט]