הפוך בה.. חכמות וואס שטייט שוין אין חז"ל
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #962071
עס שטייט אין מסכת אבות: הפוך בה והפוך בה דכולה בה.
אין מסכת תענית דף ט. שטייט: מי איכא מידי... דלא רמיזא באורייתא.
אין מהרש"א מסכת גיטין סח שטייט: שאין התלמוד חסר מכל החכמות..
ווער עס ווייסט פון עפעס א ערפינדינג אין וויסענשאפט נישט קיין חילוק אין וועלכע חלק, זאל עס ביטע דא אריין שטעלען
די 'גראונדער' האט ערפינדען בנדזמין פרענקלין, אין בכלל אז אייזען חאפט אריין בליצען.
אין תוספתא שבת פרק ח משנה י:
הכוברת אפרוחים בכברה והנותנת ברזא בין האפרוחים הרי זה מדרכי האמורי, אם מפני הרעמים ואם מפני הברק הרי זה מותר.
מנחת בכורים:
ברק. שלא יזיקום ומועיל בודאי כי כן הטבע שהברזל מושך אליו הרעם.
אין די תורה גליון וואס קומט ארויס יעדן שבת פון
"מאדע" ביהמ"ד איז דא א מדור וואס רעדט פון דעם, און ער ברענגט יעדן וואך אנדערע חכמות און מקורות דערויף. עס איז טאקע גאר אינטערעסאנט.
אינגערמאן שליט''א
כורמיזא שליט''א
לאמיך זעהן אויב עטץ וועטס קענען ענטפערן?
ווי אין חז''ל איז דא אן אנדייטונג וועגען די פראבלעם פון בורמיודע טרייענגל
וואס שלעפט אריין שיפן עראפלאנן אין תהום
???????????????
(איך גיב א אינט..סדר זרעים..)
כ'האב עס געלערנט אבער נישט געדענקט ווי, אבער מיין תקליטור התורני האט מיר דאס געטראפן גאנץ שנעל
כ'האב כאטש געוויסט וואס צו זיכן
(1) רש"י ברכות דף ח/א
כפיטורי בפי ושט - ים אוקיינוס יש בו מקומות שאינו מקבל ברזל, ומחברין לוחי הספינה על ידי חבלים ועקלים שתוחבין בנקביו, ותוקעין אותו בדוחק לפי שהם גסין כמדת הנקב:
זייער גוט!!!!!
אויכעט זיי מעיין אין רש''ש
ער זאגט ס׳קומט פון ריזיגע מאגנעטישע פעלדער אינטערען ים
עס ווערט טאקע דערמאנט אין רש"י אז עס איז דא אזעלכע פלעצער אין ים אוקיינוס. אבער ווי באוואוסט, אין יענע צייטען האט מען נישט איינגעטיילט די ימ'ן אין 4 אוישענס אזוי ווי היינט נאר אלע ימ'ן האט מען גערופען אוקיינוס, אפילו די ים הגדול (!).
עס איז נישט מסתבר אז רש"י מיינט די אטלאנטיק וואס ברמודה געפינט זיך דארט (די טרייענגעל איז צווישען פלארידע, פורטו-ריקו, ברמודה).
אין יענע צייטען פלעגט מען בכלל נישט פאר'ן אין די אטלאנטיק ווייל ווי באואוסט איז די אטלאנטיק זייער רוישיק און שטארק מסוכן, און חוץ פון דעם האט מען געמיינט אז דארט איז די עק פון די וועלט און עס איז נישטא קיין שום סיבה דארט צו פארן (פארטיגאל האט זיך געהאלטען פאר די עק פון די וועלט), ביז קלאמבוס האט מחליט געווען יא צו פאר'ן.
דעריבער מיין איך אז רש"י האט נישט געמיינט די טרייענגעל נאר עס איז דא נאך פלעצער אין די ים, אדער עס איז אמאל געווען און היינט איז עס שוין נישטא.
תוקן על ידי - כורמיזא - 02/06/2004 8:56:24
כורמיזא.
עס מיז נישט זיין אז רש"י מיינט א געוויסע פלאץ וואס ער האט געוויסט. ער מיינט צו זאגען פשט אין די גמרא, וואס ער האט מקבל געווען אז אזוי איז די פשט. ממילא קען די גמרא רואיג מיינען דער בארעמיאדע.
בכלל איז ידוע די ווייקונגס וואס פלעגען פארען גאר ווייט, און זיי זענען מעגליך יא אנגעקומען אהין.
ווער ווייסט וואס מיינט דאס: (אן די קנייטש מיט די אויגען)
כורמייזא, דו ביזט ווערט
אין "די צייטונג" איז אמאל געווען באשריבן עעפס א פאליטישע געשעעניש ווי דער פאליטיקאנט האט געוויזן אזא
נו, וויאזוי לייגט מען דאס אראפ אויף פאפיר, האט זיך דער געניטער-שריפטשטעלער ר' א.פ.מאן אן עצה גגעבן און געשריבן עפעס אזוי:
"א פאזיטיווע ווינק מיט דומען פינגער...." !!!!!!
וואס מ'קען נישט אלץ אריינלייגן אין ווערטער?!
שטייט אין בראשית רבה כב, ט:
אמר ר' שמעון בן יוחי קשה הדבר לאומרו ואי איפשר לפה לפרשו, לשני אתליטין שהיו עומדין ומתגששין לפני המלך אילו רצה המלך פירשן, לא רצה לפרשן חזק אחר על חבירו והרגו, ע"כ.
אין מפרשים שטייט, וויאזוי האט די קעניג געקענט אפשיידען אין מיטען אזא ביטערע קריג, נאר אויב די קעניג האט געמאכט דאס האט געמיינט אז ער דארף אים לאזען לעבען, אויב האט די קעניג געמאכט מיט די דיקע פינגער אראפ האט ער אים געמעגט הארגענען.
תוקן על ידי - כורמיזא - 02/06/2004 18:45:46
דאס איז אן אינטערעסאנטע זאך, כורמייזא, יישר כח!
אגב, בנוגע וואס דו האסט דערמאנט אז "כורמייזא" מיינט א אגרוף, לחכימא ברמיזא... האט אמאל אן אלטער חדר רבי געסטראשעט די קינדער מיט א "כורמייזא",
זאגענדיג, מ'קען טייטשן אמאל
אם תקום עלי מלחמה בזאת ווייזענדיג די פויסט אני בוטח.....
ס'איז גאר ווייט פארקראכן פון טייטש אין פסוק, כ'ווייס מ'טאר דאס נישט אזוי אויסטייטשן וואס ס'שמעקט מיט כוחי ועוצם ידי רח"ל, אבער אזוי פלעגט דער אלטער רבי זאגן און גע ווארענט די קינדער מיט אחת למטה ושבע למטה
אינגרמאן (אגב, כורמיזא נישט כורמייזא)
דא האסטו א עכטע!
[בילד – נישט אפגעהיט]
און דא האסטו דאס פארקערטע
[בילד – נישט אפגעהיט]
וכל העם רואים את הקולות.
עס ווערט געברענגט אין מהר"ל און אויך אין קדמונים, אז לשון קודש איז אנדערש ווי אנדערע שפראכען, מיט די מהות, דאס הייסט אנדערע שפראכען איז א אפגעמאכטע זאך אז א גוויסע ווארט מיינט דאס דערפאר הייסט דאס אזוי, אבער לשון קודש האט זיך יעדע אות א מהות וואס דאס סימבאליזירט א געוויסע זאך און דארעך דעם וואס מ'שטעלט דאס צוזאם מיט אן אנדערע מהות אוטומאטיש מיינט דאס דער זאך.
חוץ פון דעם אויך דער אויסשטעל און די צורה פון דעם אות איז נישט סתם מיט א הסכמה נאר יעדע זאך האט זיך זיינע סודות וואס אין קבלה ווערט שטארק ארום גערעדט דערוועגען, למשל די אות א (וואס דאס איז מרמז אויף אלופו של עולם ווי עס שטייט אין חז"ל) איז בגמטריה די שם הוי"ה ווייל א איז צוזאם געשטעלט פון א יו"ד פון אויבן און א יו"ד פון אינטען און א ו"ו אין דערמיט.
עס האט אויס געפינען א טעכנישען אז די קול פון די אותיות איז אויסגעשטעלט לויט די אות
http://truesearch.org/kolot.htm[בילד – נישט אפגעהיט]לאמיר זאגען איך וויל אפשניידען גאר א גרויסע בוים, איך וויל וויסען ווי גרויס איז די בוים, ווי אזוי קען איך וויסען?
באקומען אין תיבה אישית פון *SRULI*
YOU MEASURE THE SHADOW
ע"כ בתיבה אישית.
_________________
אין גמרא מס' עירובין מג:
הרוצה לידע כמה גובהו של דקל מודד קומתו וצלו וצל קומתו וידע כמה גובה של דקל.
(אין די אנציקלופדיעס שטייט עס אויפן נאמען פון'ם יווני 'תאלס')
אין דעם גליון מבאר רבותינו
יו"ל ע"י קהל אפסי ארץ נאנאש
בנשיאות הגה"צ ר' שמואל בראך שליט"א
איז דא א מדור פון די טעמע
אט איז א דוגמא
נ.ב. קניידלזופ האט מיך דערמאנט פון דעם אשכול, מיט'ן ארויפברענגן צוריק דעם הייני דאמרי אינשי אשכול
[בילד – נישט אפגעהיט]
יישר כח כורמיזא פאר ענדליך עפענען אן אשכול מיט "תוכן", עס וואלט געווען געוואונטשען סזאל זיין מער אפט אנשטאט נארישע טינופת פאנטאזיעס און בויך סברות. מען דארף אבער נאך אזעלכע, מוז נישט זיין דוקא דעם נושא, אפילו נישט תורהדיג דוקא, אבי "עפעס" תוכן, חזנות למשל רק לשבר את האוזן.
איך האב נאר מורא אז דער עולם דא איז נישט אינטערעסירט אין תוכן, וואס האלט איר? אדרבא, זאגט אייער מיינונג.
די חכמה און איינפאל פון א ראקעט ארום פליען אין די הויכע ספערן ווערט דערמאנט און תפארת יונתן פון ר' יונתן אייבשיץ פרשת נח.
עיי"'ש ותמצא נחת
ווי אזוי קען מען צוזאם רעכענען די פאלגנדע נוסח 3x4x5x6x7x8x9x10x11x12x13x14x15 וכדוגמתו אויף א גרינגען אופן?
אין די פריערדיגע הודעה האב איך געמאכט א טעות, איך האב געמאכט אן X אנשטאט א +.
די פתרון איז אזוי:
לאמיר מאכען א גרינגערע דוגמא: 2+3+4+5 (די נאמבערס דארפן גיין אין א סדר)
מ'רעכנט צוזאם די ערשטע נומער מיט די לעצטע (7=2+5) מ'צטיילט די סקעיל אויף האלב למשל דא האט מען צוגעלייגט 4 מאל דעמאלטס מאכט מען 2 מאל 7 און עס קומט אויס 14.
אויב די נומערן וואלטן געווען 2+3+4+5+6, מאכט מען 8=2+6, און צוטיילט אין האלב איז עס 2.5 (5/2), 8 מאל 2.5 איז 20.
אין מסכת מנחות דף קו עמוד א' תוספות ד"ה שהן אלף ושמונה מאות ושלשים. כיצד קח בידך מאחד ועד ששים וצרף תחילתן לסופן עד האמצע וכו'.
אין שיטה מקובצת ווערט געברענגט נאך א וועג ווי אזוי מ'רעכנט עס אויס.
יש לו מנה רוצה מאתיים פעלט עיהם העלפט
אין אדם מת וחצי תעבתו בידו
פעהלט עיהם מעהר פון העלפט
א תירוץ פליז
איך האב אמאל געהערט עפעס א תירוץ וואס אויפ'ן מינוט געדענק איך נישט.
איך טראכט אז מ'קען זאגען.
אז די יש לו מנה דאס לגבי געלד, אז מ'קען מאכען א חשבון אזוי פיל האסטו און דו ווילסט האבען פונקטלעך דאפעלט.
אבער ביי אנדערע תאוות איז נישט שייך צו מגדיר זיין דאס אין דאס וויל איך ווייל א מענטש ווייסט אליין נישט וויפיל זאכען ער דארף אלטץ.
במילא מאך א פשוטע חשבון אז לויט וויפיל געלט ער האט וויל ער האבען פונקטלעך דאפעלט, און וואס וועט זיין מיט די אנדערע תאוות וואס ער קען נישט נאכקומען? במילא מוז זיין אז עס פעהלט אים מער פון העלפט.
א גיטע קשיא כמיין מקען עס אפשר אזוי פארענטפערן
כטראכט יעצט אז יש לו מנה איז דאך דאס שוין נישט זיין תאוה, ער האט שוין פארגעסן פון די מנה וואס ער האט שוין, די תאוה איז נאר אויף נאך א מנה וואס ער האט נאך נישט, וויפיל איז העלפט פון זיין יעצטיגע תאוה? א האלבע מנה, דאס האט ער דאך נאך אויך נישט, איז אין אדם מת און אפילו חצי תאותו איז אויך נישט בידו
יש לו מנה [הרי הוא 1] רוצה מאתיים [היינו עוד 2, ביחד 3].
כשמת ישל לו רק שליש.
פשוט פשט, מסתמא שטייט עס שוין ערגיץ.
דיגרעסטע אין בעסטע קאלעקציע פין אפאר טויזענט מימרות פאר די אלע זאכן איז דער ספר מטבע שטבעו חכמים פין ר אברהם מייזעלס פין מאנטריאל
3 חלקים וואס ווען איך וויל מיך אביסעל אויסלופטערן
נעם איך עס ארויס פין ספרים שאנק אין איך קען מיך קוים אפרייסען דערפין
אגב איז קאנדהר א יחיד מומחה אין דעם געביט (נאך אלץ בחור האט ער גקענט אויסענווענגיד אלע אדרעסען פין חדושי אגדתא אן א קאמפיוטער נאר דאס האט ער געלערענט אגאנצען טאג )אויף מימרות הש"ס אלע אדרעסען פינקטליך
ווער? אונזער קאנדהאר? ער רופט זיך בכלל נישט אן ביי די נושא אפשר קען ער רייכער מאכען אונזערע ידיעות מיט אינטערעסאנטע מאמרים. קאנדאהר יאלא קדימה!
יוסעלע דער תירוץ שטייט אין מהר''ם שיף איך זעה אז ד ביסט נישט א ע''ה
תוקן על ידי - אינגערמאן - 13/02/2005 22:04:01