וויפיל טעיפס אלבומס סידיס האט איר געקויפט ווייל איר האט ליעב געהאט איין ניגון דערויף?
וויפיל געלט האט איר שוין געספענדט אויף טעיפס אלבומס, חדשים לבקרים?
וויפיל מאל האט איר געטראכט, ווען וועט מען שוין קענען אראפלאדענען היימישע ניגונים און זיך קלויבן נאר די וואס ס'שמעקט אייך?
אצינד, איז דאס שוין פארווירקליכט געווארן דורך א נייע חברת מוזיקה פירסט קלעס וואס וועט פארקויפן איינציגע ניגונים צו אראפלאדענען, אויך עפענען זיי געשעפטן ווי מ'וועט קענען זיך צאמטשעלן אן אייגענעם סידי וואס זאל האבן למשל פינקי'ס עננו, דמן'ס צמאה, אברהמ'ס למה, א.א.וו.
עס הערט זיך גאנץ גוט. דארף מען זעהן צו עס וועט זיך טאקע איינגעבן
דא איז דער לינק צו זייער וועב-זייטל
א סקרין-שאט פון זייער וועב-זייטל
[בילד – נישט אפגעהיט]