היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וועלטליכע לענדער און שטעט

וועלטליכע לענדער און שטעט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #961127

jewboy » 1/6/2004 02:26


1] אין וויפל / וועלכע לענדער אין די וועלט זענט איר שוין געווען?

2] אין וויפל / וועלכע שטעט אין די וועלט זענט איר שוין געווען?

3] וואס איז די ווייניגסטע צייט וואס איר האט זיך אויפגעהאלטן אין א שטאט/לאנד?

אינגערמאן » 1/6/2004 02:43

פון דיין אנדערע אשכול פון עירמיילס פארשטיי איך
אז דו האסט אסאך געטרעוועלט,
נו אדרבה זיי אונז מהנה, הייב אן און דערצייל אונז אביסל פון דיינע נסיעות.

און לייג בילדער, שוין לאנג נישט געווען קיין פרישע סחורה

jewboy » 1/6/2004 03:26

1] וויפל לענדער ווייס איך נישט אבער וועלכע קען איך אויסרעכענען.

אמעריקע, קאנאדא, ארץ ישראל, ירדן, אוקריינע, ענגלאנד, בעלגיע, פראנקרייך, האלאנד, איטליע, עסטרייך, דייטשלאנד, (מצרים ביים גרעניץ) 13 קע"ה.

2] וויפל שטעט ווייס איך נישט אבער וועלכע קען איך אויסרעכענען, {אייל טריי מיי בעסט}.

ניו-ג'ערסי, ניו-יארק, פלארידע, פענסליוועניע, באלטימער, סאוט-קאלאריינע, באסטן איז אין מעסטוטשושעס?. מאנטריאל. ירושלים, בני-ברק, חיפה, צפת, אילת, טבריה, תל-אביב, באר-שבע, ראשון-לציון, קרית-אתא, אשקלון, בת-ים, חברון, הרצליה, חדרה, פתח-תקוה, קסריה, בית-שאן, נתניה, רמללה, ראש-עין, שכם. אהרן הכהן'ס ציון. אומן, קיעוו. לאנדאן, מאנטשעסטער, (דעווען). אנטווערפן. פאריז. אמסטערדאם. רוים. וויען. פראנקפורט. (דערפער און קליינע שטעטלעך האב איך נישט געשריבן).
די שטעט זענען געשריבן לויט די לענדער, די לענדער איז געשריבן נישט מיט א סדר ווי אזוי איך בין געווען.

3] 11.5 שעה

slam123 » 1/6/2004 17:02

jewboy
איך גלייב נישט אז ביסט נישט געווען אין פוילן מן הסתם האסטו פארגעסן

jewboy » 1/6/2004 17:06

ניין, פולין בין איך נאכנישט געווען, און מנהסתם וועל איך נישט זיין.

אינגערמאן » 3/6/2004 03:30

אמעריקע - קאנאדא - ארצינו הקדושה - שווייץ - ענגלאנד - פראנקרייך - אונגארן - פוילן - (טשעכסלאוואקיי) טשעכיי - סלאוואקיי - אוקריינא -

טאמער א סטאפ אין עירפארט ווערט גערעכענט אז מ'איז געווען אין די מדינה.

jewboy » 3/6/2004 04:29

לכאורה א סטאפ יא, ווען איך פאר געווענליך מאך איך זיכער אז איך בלייב אונטערוועגנס א מעת לעת, אדער א גאנצן טאג.

aush » 3/6/2004 16:47

אמעריקע, עטליכע מאל אין ארץ ישראל,שווייץ,קאנאדע, רוסלאנד,פוילן,ראמעניע,טשעכיי,סאלאוואקיי,אונגארן,
אוקריינע,דייטשלאנד