כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, וועלכער איז באוויסט מיט זיין מדת החסד והצדקה, וואס געבט זיך אוועק פאר א צווייטן יומם ולילה, ובפרט ווען עס קומט צו די גרויסע מצוה פון פדיון שבויים האט זיך גאר שטארק אריינגעלייגט אין די פרשה פון ר' אביגדור יאקאבאוויטץ שליט"א, עמוד החסד בדורינו, וואס האט געגעבן מיליאנען דאלאר צדקה, און דארף א גרויסע ישועה ניצול צו ווערן פון די נעגל פון די רעגירונג.
מונקאטשער רבי שליט"א האט צי דעם צוועק געלאזט רופן ר' זלמן לייב טייטלבוים פון וויליאמסבורג אז ער זאל העלפן טאן עפעס פאר ר' אביגדור.
ר' זלמן לייב האט יעדן טאג מדחה געווען מיט פוילע תירוצים, ענדליך נעכטן איז ער געקומען צו אים אין שטוב, אבער וויפיל כ"ק אדמו"ר ממונקאטש האט פראבירט צו פועל'ן ביי אים אז ער זאל שאפן געלט פאר לאיערס און אנדערע פעולות איז אלעס געפאלן אויף טויבע אויערן.
ביז דאס געדולד פון מונטקאטש'ער רבי'ן האט שיער געפלאצט און האט געפרעגט זלמן לייב, איך פארשטיי נישט, ר' אביגדור האט דאך געגעבן פאר סאטמאר מיליאנען דאלער, און האט זיך אזוי שטארק צוגעשטעלט ווען מ'האט נאר געדארפט, פארוואס זאלט איר נישט עפעס טאן.
ר' זלמן לייב האט אים קאלט און טרוקען געזאגט: איך האב גארניש פון עם, ער מאכט מיר געניג צרות און קאפ פארדרייענישן. ער האט נאר געבארגט, ער האט נישט געגעבן. ער האט אינז אריינגעלייגט אין פעקל וכו' וכו' וכו'.
איינער פון די משמשים ביי כ"ק אדמו"ר ממונטקאש הרב ג. האט איבערגעגעבן אז מונטקאש'ער רבי איז שיער צאמגעפאלן פון חלשות וויאזוי איינער וואס האט נהנה געווען פון דעם איד מיט שווערע מיליאנען זאל אפילו נישט פראבירן צו טאן עפעס, נאך דערצו ווען עס שטייט אים אויס רח"ל טורמע טערמינען, ווי קען א פשוט'ער יוד זיין אזא אכזר און נאך דערצו איינער וואס האט פון אים גענאסן מיליאנען.
דיכט זיך אז קאמענטארן זענען קאפליטלי איבעריג.