היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » המצאה פון א גדול בישראל

המצאה פון א גדול בישראל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #949433

ווארהייט » 23/5/2004 21:22

ווער עס האט געהאט די זכיה צו זיין פון די דעם שבת ביים אידן דעם שבת ביי זאלי'ס פרק פארלערנען האט זיך געקענט איבערצייגן דאס אמת'ע גדלות וואס שטארט ארויס פון זאלישל.

צווישן זיינע קליגע רייד, האט ער זיך אנגעריפן, פארוואס דארף מען בכלל דן זיין איבער די שייטלען, מיר דארפן אלע וויסן אז א שייטל איז אסור...

איך פארשטיי נאר נישט, פארוואס האט זאלי נישט געמאכט דעם קליגן סטעיטמענט בשעת די התאחדות מיטינג, פארוואס האט ער געווארט ביז איצט?

קניידלזופ » 23/5/2004 21:27

די קושיא איז דאס מאל נישט אויף דער וואס רעד נישט

נאר אויף דעם וואס האט האט איהם צייווייליג אראפגענומען דעם שלאס פון זייו מויל אין עס גייט פון איהם אש און פארך אזוי ווי אין די גוטע צייטען

אנדערש ווי די וואס זאגען אין א אנדערער אשכול אז רב צוויבל האט איהם צוגעגריטט

ניין מען זעט בפירוש פון די דרשה אז דאס איז אייגנס וד"ל

שורשנגח » 23/5/2004 22:48

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?

נאכדעם וואס ל. קרויס און זאלי'ס מלמדים האבן געזעהן די בושות וואס איז ארויסגעקומען פון די התאחדות אסיפה פאר זאלי, די גאנצע שטאט שמועסט ווי דער שטרוי זאק איז געזיצען דארט ווי א שטומער, האבן זיי אפגעמאכט אז זיי גייען זאגן אז זאלי האט נישט גערעדט, נישט ווייל ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך, און ער איז א ביטערע עם הארץ.

נאר פונקט פארקערט! ער קען אלע ב"ח ש"ך שולחן ערוך און גאנץ ש"ס, זאלי איז גאר פרום, און ער איז געווען שרעקליך גערעגט אז מען רעדט וועגען שייטלען וואס איז אייביג אסור...!

צוליב דעם האט זאלי געזאגט ביי זיין פרק לערנען, פארוואס זיצן די רבנים איבער די שייטלן? וואס איז שייך א מיטונג דערפאר, א מיטונג דערוועגען איז ווי א היתר אנצוטאן שייטלען, די אלע מיטונג און שמוסען דערוועגען איז גאר א מסייע צו אנטאן שייטלן, די שייטלן איז אייביג אסור.

די ליצנות דערפון איז גאר גרויס..!

אגב איז נישט געווען קיין 100 שטריימלעך ביי זאלי'ס פרק לערנען, ער האט געהאט כמעט אזא עולם ווי די קאזניץ רבי האט ביי זין פרק לערנען.