היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שריפה אין קרית יואל

שריפה אין קרית יואל

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #938599

גאסט » 16/5/2004 07:20

איך קום יעצט פון גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל
ס'טוט זיך זונגערייען און טענץ אונטער א גאס רעגן ארום א ריזיגע הדלקה פון שייטלעך א בארג שייטלעך וואס איז ווערט לכה"פ א האלב מיליאן דאללאר
עס שטייט א רייע פון פרויען און א רייע פון מענער דער עולם איז מבער די עבודה זרה שייטלעך מיט מסינ"פ

מי כעמך ישראל

Maashpia » 16/5/2004 08:03

אויב מען איז מברר אז מען מעג יא ניצן די indian שײטלעך װאס װעלן די אלע װאס האבן זיך אזוי געאײלט צי פארברענען טאן

איך האב געהערט אז הרב חײם דוד אר' װײס האט געזאגט פאר רעב מאטעלע אז עס איז נישט תקרובות ע״ז

אויך ר׳ יודל גרובער האט מתיר געװען די indian שײטלאך

מקוה_איד » 16/5/2004 08:17

בל תשחית !!!

שוטים!!! מ'לויפט פארברענען!!!

אפשר ווארט מען א ביסל !!!


תוקן על ידי - מקוה_איד - 16/05/2004 8:48:12

allnewspic » 16/5/2004 08:56

שכויח פאר הר"ר אלטער מאטעל הי"ו פארן מיר שיקן די בילדער פון די שייטעל ברענעריי אין ק"י
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 08:57

איך לייג אריין אלע בילדער וואס ער האט געשיקט אפי' וואסינישט אויסגעקומען גוט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 08:57

*
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 08:58

ז
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 08:58

ז
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 08:58

פ
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 08:59

,
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 08:59

,
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 08:59

ף
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:00

,
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:00

ף
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:00

קע"ה א זיס קינד
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:01

,
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:01

פ
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:02

ף
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:02

ף
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:02

פ
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:03

ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:03

ן
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 16/5/2004 09:04

ך
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 16/5/2004 09:07

גאנץ קרית יואל שטינקט פון פארברענטע האר. 3,000 שייטלעך זענען געגאנגען א גאנג

דער רב האט ביי פירקי אבות געאסערט די שייטלעך אין ער האט אויך געהאקט אויף שייטלעך בכלל. ער האט פארציילט אז דער צאנזער רב האט אמאל געזאגט אויף שייטלעך היום אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו עבוד עבודה זרה אין ער האט געזאגט אז יעצט פארשטייט מען די גרויסע ווערטער פונעם הייליגען צדיק, וויאזוי עס איז ציגעקימען צי אזא גרויסע מכשול א דאנק די שייטלעך.

דער רב האט אויך ציגעזאגט צי באצאלען די קאסטען פין די צען ערשטע פרויען וואס טיען זיך אויס שייטלען אין טיען זיך אן שפיצלען, אין נאך הבדלה זענען שוין פינף יונגעלייט געוועין ביים רב אינדערהיים אפנעמען א טשעק

תיכף נאך מעריב האבן זיך ארגאניזירט אפאר קנאים אין זיי האבן געמאכט א פייער. די פייער האט געפלאקערט פאר לאנגע שעות אין מען האט געהאלטן אין איין ברעינגען נאך אין נאך שייטלעך. איך מיין אז מען ברעינגט נאך אלס שייטלעך. אין די זעלבע צייט האט דער עולם אויך געטאנצט התלהבות'דיגע טענץ ווי למשל "לקדש שם שמים" וכו'.

תיבהאישית » 16/5/2004 09:13

שייטלען פליען אריין
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 16/5/2004 09:15

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 16/5/2004 09:16

די פייער פלאקערט
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 16/5/2004 09:17

סאיז לעבעדיג
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 16/5/2004 09:19

די עולם טאנצט
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 16/5/2004 09:21

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

תיבהאישית » 16/5/2004 09:22

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

טובעין » 16/5/2004 16:30

אין ארץ ישראל האט מען אויך קודם פארברענט שייטלעך ביז די פוסקים האבען געזאגט אז מען זאל דאס כרגע נישט טוהן

זעט אויס אין מאנראו ווייסט מען נישט פון דעם

תיבהאישית » 16/5/2004 18:04

די פייער אין קרית יואל איז ארגאנעזירט געווארין דורעך אפאר קנאים און דורך די ועד למשמרת הצניעות. די רב שליט"א האט גיזאגט פאר פינחס שפירא אז ער האט קיינמאל נישט גיהייסן פארברענען שייטלען. ער האט נאר גיווארענט אז מען זאל נישט ניצן ביז ווילאנג עס קימט ארויס א פסק.

איחודמעמבר » 16/5/2004 19:01

אויב מען וועט מארגן הייסן אין א"י פארברענען שייטלען, וועסטו זאגן "יא דער רב איז געווען דער ערשטער וואס האט געהייסן פארברענען".
האלט חשבון וואס דו האסט יעצט געשריבן אז דער רב האט נישט געהייסן.

תוקן על ידי - איחודמעמבר - 16/05/2004 19:06:53

תיבהאישית » 16/5/2004 19:08

חשבון דארף האלטן איינער וואס האט אזא לעכעריגע קאפ ווי דיך

איך בין שטאלץ אז די רב שליט"א דארף נישט הייסן. זיינע חסידים ווייסן אליינס וואס זיי האבן צי טין.

משא"כ אין ווילאמסבורג האט זאלי גערעדט א דרשה שב"ק אין זיינע אינגעלייט, די גראבע ביקעס, לאכן זיך אויס פון עם. קיין איין ווילאמסבורגע אינגערמאן וואס איז זאלי'ס א חסיד האט נישט אוועקגעווארפן די שייטלען, און זיכער האט קיינער נישט ארענזשט א פייער צי פארברענען די עבודה זרה.

יענקעלע11 » 16/5/2004 19:38

ס'איז אמת אז דער שליט"א האט נישט ג'פסקעט אז מען דארף דאס פאברענען און דאס פייער איז נישט געווען קיין עמטליכע זאך, נאר עס איז זיכער א קידוש השם אז די נשים
האבן באשלאסן צו פאברענען די שייטלעך, אפילו מכח ספק, אזוי דער רב שליט"א האט געזאגט ביי זיין דרשה, וזל"ק
"איך בין זיכער אז דער רויעך, דער עשן המערכה, איז ארויף פארן אייבירשטן אזוי ווי דער ענן הקטורת לריח ניחוח אשה לה'"

איחודמעמבר » 16/5/2004 19:44

מאך אפ!
די פרויען האבן באשלאסן אדער אפאר קנאים און די ועד הצניעות?

KJAlliance » 16/5/2004 19:51

איחוד מעמבער, איך ווייס נישט פארוואס די לאזט זיך פראוואצירן

דער אמת איז אז עס איז נישט פארגעקומען קיין פייער אין קרית יואל, ס'איז אן אהרונישע פאבריקאציע

די ערשטע פייער גייט פארקומען נישט אין מאנראו אויך נישט אין ירושלים, נאר אויף ליע און ראדני זונטאג במדבר 6:00

גאו זאלי גאו

איחודמעמבר » 16/5/2004 21:38

אהרן גייט דארט פארלערנען סדר נשים...

קלארערייד » 16/5/2004 22:49

פארוואס טראפט זיך נישט איין זאלי וואס זאל נאכזאגן זיין רעבע דרשה?


וואו זענען זיי? אין די פיצא סטארס?

שאפינג אויף דרייצנטע עוו?

התאחדות » 16/5/2004 23:04

ר' יודל גרובער איז נישט מתיר די שייטלעך, נאר עס איז נאך דא א גרויסע דיון אויב די שערן הייסט תקרובת, וויבאלד זיי שערן דאס נישט אפ לכבוד פון די עבו"ז, דאס הייסט זיי זענען נישט מקריב די האר פאר די עבו"ז, נאר דאס שערן איז לכבוד די עבו"ז, ס'גייט זיי נישט אהן וואס עס טוהט זיך מיט די האר, און ס'איז דא וואס טענה'ן אז די געלט וואס זיי באקומען גייט דאך פאר די קלויסטער א"כ שטיצט מען עבו"ז מיט דעם אבער תקרובת עבו"ז איז דאס נישט לכאורה,
רבותי ימים ידברו, עס זענען איצט דא אידן אין הודו לברר את הענין, זייט נישט באזארגט אויב די איסורים וועלן אראפגיין פון די מאפע, ווי אויך קען מען דאס קלאר זעהן פון די בריוו פון הרב וואזנר שליט"א, וואס שרייבט קלאר אז מ'קען נישט זאגן אויף זיכער קיין איסור.
נאכדעם דאס וואס קרית יואל'ער רב צאלט אויס די ערשטע צעהן שפיצלעך, כבר קדמוהו אחר ר' זלמן לייב פילאפף האט די וואך ביי פרק געזאגט אז עס איז דא א עושר וואס איז גרייט צו באצאלן פאר אלע פרויען וואס טוען זיך אהן שייטלען ביז שבועות, און דאס איז נישט נאר די ערשטע צעהן,

jewboy » 18/5/2004 15:50

תיבהאישית שרייבט
קלאוז אפ פיקטשער: פייער מוצש"ק בק"י

א גרופע קנאים גיסן אויל אויף די שייטלען

רעכטס איז הרב יאנקל קעלנער מראשי ועד למשמרת הצניעות בק"י

וואס ליגט דארט אויפן פלאר? ווי סקיקט אויס האט איין גרויסע מחמיר מיטגעברענגט זיין ווייב אליינץ
[בילד – נישט אפגעהיט]
=====

tzikucht שרייבט
How dare you write Harav on Yankel Kelner?

How much audacity does one have?