* * נערווען קריכערס * * ווער זענען זיי?
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #934378
עס פאסירט ביי מיר
עס פאסירט ביי דיר
עס פאסירט ביי יעדן איינעם
איינער קריכט אויף די נערווען..!!!! אזש מ'קען צופלאאאאאאאאאאצט ווערן.
לאמיר אנאליזירן ווער זענען די נערווען קריכערס למיניהם
- מ'וועט זיך דערמיט אויסטשוכענעןדי נערווען.
- און אפשר וועלן די נערווען קריכער אויך ליינען חדושת אנ"ש און זיך אפלאזן פון מיינע נעעעעעעעעעעעעעערוועעעעעעעען.
נ.ב. מ'מיינט נישט קיין נעמען פון פערזאנען,
נאר וועלכע סארט פערזאנען,
אדער וואס טוען מענטשן וואס צושפילט אייערע נערוון?!!!!
let's roll
[בילד – נישט אפגעהיט]
- די ווינדאו-וואשערס וואס שטייען ביים קארנער און הייבן אן ווישן די פענסטער פון קאר אומגעבעטענערהייט.
- די טעלעמעארקעטינג וואס רופט פונקט ווען איך יאג זיך צו כאפן א באס, אדער מנחה, אדער איך בין א שלעכטע גוסטע און וויל אביסל שטילקייט און מנוחה
- די שלעפערס-פעניאקעס ביים דאווענען, וואס זענען מקפיד צו דאווענען ווייטער הויך אויפ'ן קול ווען דער גאנצער עולם זאגט שוין שטילע שמו"ע אדער דער בעל תפלה לאזט אויס א.ד.ג.
- די מענטשן וואס האקן אריין אין יעדן ווען זיי דארפן דורכגיין דעם פאליש אדער א געפאקט געשעפט צ.ב.ש., אזוי ווי ריכטיגע ש... אינו מרגיש, ער גייט מיט א פעסטיקייט און זעצט אריין אין מיכל און אין רעכל און ער פילט ניטאמאל...
נאך וועט נאכקומען, איך דארף טראכטן
תוקן על ידי - אינגערמאן - 13/05/2004 6:07:09
דאבל פארקער'ס
היידפארק נודניקעס
שנארערס וואס זאגען קענסט אפשר עפעס מוסיף זיין
די וואס עפענען אשכולות פאר גארנישט און פארנישט
די שכנים וואס הייסן מאכן שטיל די מיוזיק
די נעקסטל קליקער'ס
די וואס קוקען אין נאז אריין
מענטשן װאס טענ׳ען זיך מיט דעם גראסרי מאן איבער א ניקל אדער א דײם חילוק אין דעם פרײז װען עס איז דא א לאנגע לײן אינטער זײ װאס װארטען
מענטשן וואס ווי די גייסט גייט מען דיר נאך טריט און שריט, לייק א פעט.
די וואס נאך דעם וואס זי נעמען ארויס געלט פון ATM מאשין שטייען זיי ווייטער דארט אין מאכען זייער חשבונות
אל אף וואס א לאנגער ליין ווארט אויף דעם
וואס ווען זיי זעיען צוויי מענטשען רעדן אין בית המדרש שטעלן זיי זיך צו אומגערופען
די ווייבער וואס קאלען דיך און זיך אריינמישען אין געשעפטען וואס די האסט מיט זייער מאן
די וואס מאכען נייע אשכולות פון יעדער בויכווייטאג
די מנהלים וואס שמעלצען נישט צאם אשכולות אין מעקען נישט אויס קיין גארביטש
די וואס פאוסטן איין-שורה'דיגע תגובות צו זינלאזע קינדערישע אשכולות
דו ביזט! OH NO דו ביזט!
לויפטס צוריק אין קינדערגארטן, פאר איך רוף אריין דעם מנהל (פון חדר)!
די גולשים אויף היידפארק וואס זענען ONE TRACK MINDED אין מישען אריין אין יעדער אשכול דעם סאטמארער מחלוקת.
monica crowley on WABC
די וואס האבען הנאה צו אטאקירען אנדערע גולשים, אין פארעקלען זיך דערמיט אויף אלע נארמאלע מענטשען.
- די וואס זעהן אן אפפע סידור אין שוהל און דאך זעצען זיי זיך אראפ ווען איך גיי ארויס א מינוט פאר הכנות
- די וואס קומען אריין אין שוהל און שטיפן אוועק מיין טלית בייטל (ווען איך קום צוריק שטופ איך זיינע צו אנדערען טיש ווייט ווייט לעזזאל)
- די וואס קומען צו א חתונה און
1) זעהן אז דער טיש איז פול אבער וויבאלט ער מוז זוצען נעבען די משפחה שטופט ער אריין א 11טע בענקל
2) אדער אויב איך הייב מיך אויף פאר א רגע זעצט זיך איינער אראפ במקומי תכיף.
3) די וואס האבען נישט צוריק געשיקט א RETURN CARD און דאך ווען איך קום ערליך מיט מיין זיץ פלאץ, זיצען שוין דארט אפאר האסידעם כאניוקעס וואס פאר זיי פאסט נישט צו שיקען צוריק קיין קארטל, עס האט שוין פאסירט אז איך האב נישט געהאט וואס צו עסן IT STINKS
4) אנשי משפחה שלי וואס ווילען דוקא זיצען צוזאם ביי א יעדע שמחה, ואני דוקא רוצה להכיר אנשים חדשים וזקנים. און מיין משפחה פעגערט מיך "ווי גייסטע זיצען?"
דער ליסטע איז לאנג ועוד חזון
די חברה וואס קומען אריין צו דיר אין אפיס אויף א ביזנעס מיטינג אבער ווייסען נישט די וועג ארויס,
אין די קומענדיגע פאר שעה מוזטי זיין ביזי מיט זייער נארישקייטען.
JEWBOY שלייבט: די שכנים וואס הייסן מאכן שטיל די מיוזיק
ענדליך האב איך שוין געטראפן עפעס זיך צו טענה'ען מיט דיך. מיך קריכט אויף די נערוון די וואס פאלט זיי ניטאמאל ביי זיך צו רעכענען מיט די שכן אין שפילן די מיוזיק אויף די העכסטע טענער.
אויך די וואס לייגן אריין אלארמס אין די קאר. עס קלינגט פאר א שעה, די בעל הבית פין די קאר ווייסט ניטאמאל אז ס'איז זיין קאר. טא פארוואס ברויך ער עס?
פרויען דרײװערס
מענטשען װאס שטונקען
מען קומט דאװענען מנחה אין אפיס אין מ׳דרײט זיך ארום װי בײ זיך אינדערהײם !?*/*&^$#
א חרדי וואס קומט למשל מאכן א דעליווערי, ווילאנג ער ווארט אויפן טשעק הייבט ער אויף איעדען פאפיר פונעם פעקס אדער פונעם פרינטער.
The garbage trucks. They always manage to stop traffic in the morning when it's rush hour. They always have the world's time.
Insurance Reps., Mortgage Brokers, They don't stop bugging you.
די וועיטערס וואס אויב מ'קוקט אוועק פונעם טעלער פאר איין סקונדע איז דע טעלער מער נישט דארט
אין בית המדרש ביי דעם עמוד
מתפללים וואס קומען שפעט און בעטן דעהם בעל תפלה צו דאווענען שטאטער זיי ווילען אהניאגן, דארפן 50 מענטשן ליידן צוליעב זיי
די וואס וואשען זיך די הענט ביי דעם קליינעם איבערגעדרייטן פלעשל ביים עמוד , דערצו נאך זעקס מאהל לסירוגין ווי נעגל וואסער, זענען מבלבל דעם ש"ץ און מאכען אהן א בלאטע אנטקעגן דעם ארון קודש
די וואס שרייען הויך מודים דרבנן, דער בעל תפלה קען זיי נישט איבערשרייען, און דער עולם קען נישט הערן דעם מודים
די וואס גייען צו צונדען זייערע לעכט ביי דעם עמוד פונקט אינמיטן ווען דער ש"ץ דאוונט די הויכע שמו"ע, און צונדט זיך געמיטלעך זיינע זעקס אין דרייסיג לעכט פאר אלע צדיקים וואס הייסען שמעון און פאר אלע וואס הייסט מענדל
די וואס זעצן זיך צום תיקון ווי צו א פריששטיג, ראמבלען אריין א גאנץ שאכטעלע הערינג אין נעמען נאך מיט ראגעלעך פאר די מיסיס.
דעם משולח א נצרך וואס מגעט איינמאהל א שיינע נתינה, און קומט זייט דאמאלט יעדעס יאהר מיט א טענת מארגעטזש.
ביי א חתונה,
די וואס גייען ארום ביי די סעודה ווי א משיב אבידה געבן לחיים פאר איעדן וואס טראגט א שטריימל.
....ביי א חתונה
די בדחנים וואס ס'איז פאר זייער חברים געלונגען זיי איינצורעדן אז זיי זענען פאני.
די כתובה ליינערס וואס מיינען אז מ'קען זיך ביים כיבוד אויסבעטן כל טוב אין זענען מאריך ווי אוישען פארק וועי.
די האלל'ס אין וועלכע די עס צייג איז נישט געוואשן אין אימריין.
די חסידישע אידן וואס בלאזן זיך די נאז אין די קליינע האנטעכער וואס ליגן אין די קאפס.
די מענטשן וואס כאפן שוין א פלאץ פופצען מינוט קודם יצירת הסוויט טעיבל, אין דערנאך טאנצן זיי דערויף אזוי ווי משה רבינו צו עוג מלך הבשן'ס קנעכל.
די וואס האבן א מנהג צו וויינען ביי מצוה טאנץ. אויב וויינסטו יעצט וואס טיסטו ביי א לוי'? עת לבכות?
די מחותנים וואס זאגן אהן די מוזיקאנטן נאר צו שפילן עוד ישמע, ותן בנו, מיט צווה.
די פאטאגראפיסטן וואס לערנן זיך אויף אונזער ביינער, בשעת אונזער פלייש קילט זיך אין זאל.
די מחותנים וואס לייגן אראפ וויין אויף די טיש אבער נעמן נישט ארויס די פימזען האלץ כדי זיי זאלן קענען אהיים נעמען די וויין.
די שנארערס. ס'איז טאקע א מצוה, ס'נערווירט מיך אבער פארט.
די וואס קומען אריין מיט'ן קוטשמע'ס אין זאל.
די וואס קומען אריין מיט די BLUE TOOTH עיר פיס אין זאל. גרויס קנאקער, יעדער זעהט אז די לאמפ בלינקט אויף דיין האריגע אויער, ס'כאפט דאך אבער נישט דא!
די וואס פאקן זיך איין לפחות דרייסיג ברכת המזון'לעך. סגייט דאך ממילא אין שמות ערב פסח!
די פעטערס אין קאזענס וואס שלעפן אריין אין דעם רינג די וואס ווילן נישט טאנצן.
די וואס מיינען אז ס'איז א דאורייתא צו טרינקן כוס של ברכה, אין נעמן נאך פאר זייער קעמלעך אויכעט.
די באבעס וואס שטייען ביי די מחיצה אין בעטן יעדער דארך גייער אויפצוזיכען זייערע מענער.
די רבנים וואס מאכן צו זייער אויגן ווען זיי טאנצן אין די חתן דארף זיי קאנטראלירן.
די חתנים וואס דארפן שוין פין פאר די חתונה באשטעלן א ברודער אדער שוואגער וואס זאל זיי אונטער הייבן די גארטל יעדע מינוט א האלב.
די טאטעס וואס שלעפן אוועק די חתנים אינמיטן טאנצן אשת חיל. ער האט דאך קוים חתונה געהאט שוין מישטו זיך?
נו, וואס נאך?
קוטשמע
ועוד אחד
- די וואס וואשען זיך די הענט און גיסען אריין אויך אין מויל דערנאך שפייען זיי אריין אין סינק אויף די טעפלעך וואס מיר דארפען נוצען ... פע פע פע
- די וואס ווישען זיך דעם מויל מיט די נאז מיט דעם PUBLIC האנטיך...YIKES
- די וואס דארפען צוויי האנטיכער אין מקוה איינס צום ווישען און איינס פאר די פוס צו שטיין דעראויף, מיט די שיך..און ווען דער האנטיך ווערט שווארץ פון זיין שיך וויל ער נישט נוצען נעקסט טיים דעם זעלבען האנטיך ווייל עס איז נישט גוט אויסגעוואשען.
ס'איז דאנערשטאג, א MIDDLE AGE "חיוב" גייט צו צי שחרית.
דריי נישט איבער א שטאט ווייל עס קומט אזוי..
עס איז נישט עק וועלט......
ווען די האלטסט אינמיטן מעביר סדרה זיין, אין די דערמאנסט דיך אז די וואך גייט א אנדערע סדרה......
ווען די דאווענסט פארן עמוד אין אינמיטן הויכע שמונה עשרה נעמסטו דיר היסטען אין ניסען......
ווען די בארעדס איינם פאר אגרופע חבירים, אין פונקט שטייט ער אינטער דיר......
ווען די פרובירסט דיר צו דערמאנען א אלטע ניגון , אין איינער נעבן דיר זינגט זיך אינטער געמיטליך....
ווען די קויפסט א נייע טעיפ, אין די ערשטע מאל די לייגסט עס אין טעיפ ריקארדער כאפט זיך עס אריין דערין.....
ווען דו נויטיגסט דיר אין א ציגרעטל, אין קני איז שוין ליידער נישט דא...
ווען די קומסט אן צו א קידוש אין די זעצט דיר אראפ אזוי מיט די שמונה בגדים אויף א טעלער הערינג....
ווען די לויפסט נאך א באס אויף ליע עוועניו, יעדער העלפט דיר אפצושטעלן די באס, אין דו כאפסט א מיאוס'ן גליטש....
ווען דו האלסט אינמיטן ליינען א צייטונג, אין אינמיטן ליינען זעהסטו אז עס איז פון 3 וואכן צוריק.....
ווען דו מיט דיין בענקל דרייען זיך איבער אינמיטן קריאת שמע ביי שחרית....
ווען איר שרייט אמן יהא שמיהרבא ווען דער עולם שרייט אמן....
ווען אינמיטן א חתונה באמערקט דיר איינער אז דיין היט האט א געזינטן קראך....
ווען אייער ציצית פארהאנקעט אין א בענקל אין ביהמ'ד אין א טלית פליט אראפ פון אייך...
ווען איר גליטשט אייך אויס מיט א טעלער זופ אינמיטן זאל ביי א חתונה......
+==+ שעלט נישט וויל אזוי קומט עס +==+
90PCT איך שטים מיט מיט דיר. וואס איז דער שגעון צו מאכן די סירקלס ביי יעדע שמחה און רייכן די הענט פון די וועלכע האלטן נאך אינמיטן עסן?
און וואס איז מיט עסן פיש מיט די הענט? (און דערנאך קומט מען דיר זאגן לחיים און מ'ווישט אריין די פיש אין דיינע הענט?) פוי. קען מיר איינער זאגן דא איינמאל פאר אלעמאל פארוואס פארא שווארץ יאר עסט מען פיש מיט די הענט? יא, כ'האב שוין געהערט דעם "ודגי הים בידכם נתנו" בלעבער אבער כ'האלט אז דער סמך איז געקומען נאכ'ן מנהג און נישט פארקערט.
***
די וואס בלינקען נישט ביים זיך איינדרייען.
די וואס צינדן נישט אן העדלייטס ווען ס'רעגנט / שנייט / פארנעפלט.
קוטשמע
וואס איז שלעכט צו בלאזען די נאז אין סערוויעטעל וואס קומט אין קאפ?
(אז ס'ביי די אייגענע פלאץ, פארשטייט זיך)
קוטשמע.
איך האב דאס געהאט געשריבן אלץ בחור מיין איך.
איך זאג נישט, היינט איז נאך עקטיוו, באט דאפעלט, ב"ה מיין ווייב האט אויך ליב הויך מיוזיק.
היינט שרייען נאר צוויי אלטע לעידיס מ'זאל שטיל מאכן, און די יונגע שכינים בעטן מ'זאל יא מאכן הויך.
דאס איז מיין היינטיגע סיסטעם.
[בילד – נישט אפגעהיט]
wow זעהט אויס א מעכטיגע סיסטעם
קוטשמע די בדחנים וואס ס'איז פאר זייער חברים געלונגען זיי איינצורעדן אז זיי זענען פאני
גראדע די בדחנים און חזנים וואס זייערע חברים איז געלונגען איינצורעדן אז זיי טויגען זענען מער משמח
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער וואס קומט ארויף אויפן באס מיט פילע בעג'ס און וויל זיך זעצן דווקא נעבן דיר אפי' ס'איז דא פלאץ אין די בעק.
(אין ירושלים) ווען די ליינסט א צעטל קומט איינער פון אונטן און שטופט זיך אריין כאילו מ'האט געלייגט די צעטל נאר פאר עם.
ווען יונגעלייט שמועסן צווישן זיך און איינער שטיפט אריין זיינע גלעזער ביזן פלייש ממש.
וואס פרעגן שאלות.
ווער איז דיין טאטע?
ווי האסטו געלערנט?
ביי וועם ביזטו א איידעם?
ביי וועלכע פארטיי דרייסטו זיך?
ווי לאנג וואוינסטו שוין דארט?
איך האב א זון דארט, קענסט עם?
מיין ברודער גימפל פלעגט וואוינען דארט, האסט עם געקענט?
ביזטו נישט פון די געצלעקאוויטש משפ'?
אה דאס איז דאך די שמעלקאוויטש, אוודאי קען איך זיי.
און נאך.
ווען א טיר איז אביסל אפען ערגעץ, טרייט מען אריינקוקן ווי שטערקער.
ווען די באבע פרעגט פארוואס קומסטו קיינמאל נישט צו מיר?
ווען דער פעטער זאגט, אהה איך האב דיר שוין לאנג נישט געזעהן.
ווען איינער שפאצירט מיטן ווייב, מוז ער קומען פרעגן וואס טוט זיך?
ער מוז קאלן נאך 11PM ווייל ער האט א פראגע / קאמפלעין אויף הייד פארק.
האסט א ציגערעטל? איך האב, נאר דיינס איז בעסער.
וואס שטופט אריין זיין נאז ווען איינער ליינט עפעס אין א פאבליק פלאץ.
וואס קוקט וועלכע שפראך די האסט אויף דיין סעלפאן, און וועלכע געים די שפילסט.
וואס מוז זיין אייביג דער לעצטער וואס זאגט בא ביי.
תוקן על ידי - jewboy - 07/12/2005 18:22:33
דער וואס לייגט ארויף זיין מאנטל אין א געפאקטער רעסטאראנט אויף א גאנצע טיש, אין זעצט זיך בשכינות אויף א אנדערע פלאץ עסען.
וואסא-דיף שרייבט:קוטשמע
וואס איז שלעכט צו בלאזען די נאז אין סערוויעטעל וואס קומט אין קאפ?
(אז ס'ביי די אייגענע פלאץ, פארשטייט זיך)
אנטשולדיגט, איך האב נישט דיך געמיינט. די וואס קומען פין פלעצער וואס אפילו ערגערס פין דעם רופט מען מענטשליך (ליין האקענקרייצן אויף אידישע געשעפטן), קען מען פין זיי נישט עקספעקטירן פשוטע מענטשליכקייט. ס'איז אקעי. בלאז ווייטער דיין נאז מיט א פעסטקייט.
סאיז דא פארשידענע זאכן אויף די וועלט וואס מ'קען נישט מסביר זיין. EITHER YOU GET IT OR YOU DON'T. זעהט אויס אז YOU JUST DON'T GET IT.
און וואס טוהט זיך מיט די דרייווערס וואס פארן ארויס פון א אינטערסעקשן גראד פאר דיין נאז און אויב די ווילסט זיך איינרעדן אז יענער יאגט זיך פינקט דעמאלטס לאזט יענער נאך און פארט מיט 5 ווייניגער ווי די ספיד לימיט
קוטשמע
ביי א חתונה
- אנטשולדיגט ר' ייד איר האט זיך געזעצט אויף מיין פלאץ, איך בין געגאנגן אמינוט אין ביה"כ
- ווער זאגט סדא דיין פלאץ?
- דו זיצט אויף מיין אייז קרים!
די זקינים וואס מען נעמט זיי אויף א היטש פון ראדני ביז א גאס אוועק און זיי נעמען זיך פרעגן די 4 קשיות
וועמענס זענט איר ?
איך האב נאך געקענט אייער זיידן פון דערהיים
און ווען עס ווערט גרין הייבן זיי אן ארויסצוגיין
ווער רעדט נאך פון די גערוך וואס בלייבט!
איך ווייס נישט אויב ס'גייט אריין אין כלל פון נערווען קריכערס אדער סתם אוממענטשן אבער געווענליך זענען זיי די זעלבע
אין מקוה (נישט אופן סדר)
די וואס לייגן ביים בור א נאסע האנטעך און נעמען א צווייטנס טרוקענע
דער וואס ריקט זיך אריין צווישן דיר מיט איינעם וואס די האלט אינמיטן א געשמאקע שמועס כאטשיג די מקוה איז כמעט ליידיג
די וואס געבן א לויף דארעך מיט פארמאכטע אויגן ביזן אויוון אן און אין מיטן וועג נעמט ער מיט א פאר שיך
די וואס ווארפן אראף די נאדלעך פון די נייע העמעדער אויפן פלאהר
די וואס קלעבן זייער שמוציגע בענדעיזשעס אויף די בענק אדער ווארפן דאס סתם אזוי אראף און איינער מיט בארוועסע פיס זאל ארויף טרעטן דערויף
דער וואס קומט אריין אין די הייסע מקוה 5 מינוט נאך דיר און הייבט א לאנגווייליגן שמועס און אלס גיטער קענסט אים נישט איבער לאזן ביז עס הייבט דיר נישט אן צו שווארץ ווערן פאר די אויגן
די וואס רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען דערצו און ביי א לוילעך מקוה נעמט מען זיך קרעכצן אהההההה אהההההה
די וואס ניצן דעם בור אלץ אן הכנות קעסטל
די וואס מאכן א גרויסן ניס (האבטשי בלע"ז)און לייגן ארויף די הענט תיכף נאכדעם ווי א שירעם נאכן רעגן
די וואס לייגן זייערע זייפלעך אויבן אויפן באנק אז דער נעקסטער וואס וועט לייגן דארטן זיין היט זאל וויסן אז ער איז נישט דער ערשטער צו זיין אין מקוה
די וואס בינדן צי זייערע בלאטיגע שיך אויפן באנק און נעמען זיך נישט די מיה עס אפציווישן
ווער ס'האט נאך קען צולייגן
מקוה אידן וואס גרייטן אן אזעלכע האנטוכער וואס פארמאגט מער לאך ווי האנטוך.
גולשים וואס לייגען דעם זעלבער אשכול אין כמה וכמה פורומם'ס
דער ערפונדער פון היידפארק
די היטש כאפערס וואס בעטן מיר אויסצולעשן די ספיקערס אין די בעק.