ח"ד כץ, דער דיין פון 53 אין ב"פ, איז געווען דעם שבת קודש אין "רילעקס אין", (ער גייט אין די פיסטריט פון א צווייטן חבר הבד"ץ, ז"ל פילאפף), און דאס פלאץ איז אים זייער געפאלן, און אזוי ווי אין דעם קעמפ וואס די זאליס האלטן ביים ליעסן נעבן קערהאנקסאן האט פארשידענע פראבלעמען וד"ל, איז ער צוגעגאנגען צום אייגענטימער ר'... גערטנער פרעגן אויב מ'קען פארהאנדלען וועגן אפקויפן צו אפדינגען דאס פלאץ אויפן זומער אנשטאט זיין אנדערען פלאץ.
דער בעה"ב האט אים דערויף געענטפערט, אז 2 אנדערע ישיבות, איינס אין פלעטבוש און איינס פון ב"פ, האבן שוין פארהאנדעלט מיט אים און זיי פלאנען עס ארויסצודינגן פארן זומער, ממילא קען ער אים נישט געבן אלס עני המהפך בחררה,
האט אים ח"ד געענטפערט "איך בין א מומחה אין חושן משפט, און איך זאג דיר אז דו מעגסט עס מיר געבן", הערנדיג אזוי קלאר אז ער מעג עס אוועקנעמען פון א צווייטן, און ווועלנדיג פארדינען די בעסערע פרייז וואס ח"ד וויל באצאלן, איז ער איינגעגאנגען דערויף.
הערנדיג אז ער וויל עס אוועקנעמען, און זיך נישט גלייבנדיג אז א דיין בישראל קען אזוינס טון, האבן די ראשי הישיבות ובני תורה זיך אנגעהויבן צו בעטן ביי חיים דוד, אז זיי האבן נישט וואו צו גיין, בשעת ער האט שוין א פלאץ, און זיינע מיידלעך וועלן האבן וואו צו גיין אפילו ער וועט נישט עפענען, בעת די ישיבות זענען עסטעבלישט ישיבות, אנערקענטע מוסדות התורה און זיי מוזן האבן וואו צו גיין אויפן זומער, און כאטש זאל ער קומען צו דין תורה און זאל בית דין פסק'ענען אויב דאס הייסט עני המהפך בחררה צו נישט, נישט סתם גיין במחתרת אוועקכאפן א קעמפ פון א צווייטן וויבאלד דו האסט פראבלעמען מיט דיין פלאץ וואס דו ווילסט נאך עפענען.
קומענדיג אונטער גרויס פרעשור, האט נעכטן נאכט ח"ד כ"ץ געענפערט פאר די ראשי ישיבות אז ער ציהט צוריק, און זיי קענען עס נעמען.
אבער אפרופנדיג מר. גערטנער, טענה'ער גערטנער אז ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אים, כ"ץ האלט עס נאך, אדרבה ער האט אים נאך אנגערופן אז ער זאל בשו"א עס נישט אוועקגעבן פאר א צווייטן, און ווילאנג כ"ץ רופט אים נישט אן גיט ער נישט אוועק.
צוריקרופנדיג ח"ד כ"ץ פארפירט ער ווייטער מיט ליגנט אז ער האט שוין גערופן גערטנער, ער רופט שוין, ער רופט אין 20 מינוט ארום, ער האט שוין געזאגט פאר די סעקרעטערי, ער גייט נאכאמאל רופן באלד, וכהנה וכהנה לגיונות פאר די ראשי ישיבה ובני תורה, בעת גערטנער שרייט חי וקיים לא דובים ולא יער אדרבה כ"ץ רופט אים אן ווייטער ארומרעדן אלע פרטים.
די פלעטבוש'ער בני תורה גלייבן זיך נישט די אויערן, אז א דיין אין סאטמאר קען אזאנס טון