היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » 13 הופער האלט מיט די בייסיקעל רייד

13 הופער האלט מיט די בייסיקעל רייד

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #920237

ekstein » 2/5/2004 23:15

היינט זונטאג איז אין nyc פארדעקןמען די אזווי גערופענע בייסיקעל רייד ווי עס ווערט לויט די פרעסע באטייליגט אריבער 30.000 מענטשען אין לויפט אויך דורך די חסידישע וויליאמסבורג ביים עק פין קענט
איז היינט געווען א חרפה אין א בושה צו זען אז דוקא פין 13 הופער איז געשטאנען א גאנצע חברה אינגלייט אין זיך צו געקוקט וווי טויזענטער שיקסעס אינעם אמעריקאנעם זומער קליידונג(אויב מען מען קען בכלל אנרופען א קלייד ווען עס איז כמעט נאקעט)פארן אריסער אין חסידישע אינגעלייט שעמען זיך נישט פאר זיך אליין

גאסט » 2/5/2004 23:58

די ביסט געשטאנען ביי 13 הופער?

אויסשווארץ » 3/5/2004 00:37

ekstein
געדענקט נאך ווען דער איד אפיס איז געווען דארט ווי די אלע ארבעטערס זענען געשטאנען און געקוקט רח"ל און היינט זענען זיי געשטאנען ביי זייער אפיס אויף בראדוועי.
בכלל הופפער איז ליידיג עס איז נישט דא קיין מענטשען, און מען מעג עס נאר רופען "באטרא שול" אזוי ווי דער איד פארלאנגט.

התאחדות » 3/5/2004 01:44

הרב עקשטיין און וואס טוט זיך מיט הוי דן את כל האדם לכף זכות?
אפשר האבן זיי נישט געקוקט אויף די גויטעס

שורשנגח » 3/5/2004 01:52

די צוויי מלמדים וואס מאכן די מנובל'ישע פאני קאלס זענען זיכער דארט געווען..

barelan838 » 3/5/2004 05:00

דער זעלבער עקשטיין וכת דילי' האבן א 2-3 יאר צוריק פארקויפט אז די סאטמארע רבי שליט"א (ר' זל'ס פאטער) שטייט אונטער די ראלעטן אין זיין דיינונג רום און באקוקט די מאראטאן געלויפעכטס –נאכן אנשמירן פסח זיינע מצות מיט פוטער
זיינע מחשבות זרות באגלייטן אים ווייטער – און זיינע אומווערדיגע חלומות הן בהקיץ והן בחלום הלילה לופטערט ער אויס דא
אויפן אויבערנעט

איחודמעמבר » 4/5/2004 00:45

פערצופאל מיין איך אז די נייעס קען נישט זיין אמת, ווייל אינמיטן טאג איז אלץ ליידיג אין 13 הופער

KJAlliance » 4/5/2004 03:08

ווי אויך האלט עקשטיין נישט אויס אז די אלע הוליערייען קומט פאר אין ראוז קעסעל, לויט אים וואלט עס געדארפט פארקומען ערגעץ אינדרויסן אינגאנצן פון וומ"ס

לקיים מה שנאמר... ילבש שחורים... וילך למקום שאין מכירים וכו'

א ווייטאג אויף דיר עקשטיין, אבער איך גלייב אז יגעת ומצאת תאמין, ערגעץ וואו אין די ברייטע ניו יארק וועסטו נאך טרעפן וואו צו פארברענגן א נאכט