לכבוד דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר הבעל"ט, האבן שוין אנגהויבן טויזנטער יודן צו ביישטעלן וויין, מיץ ענבים און שאר משקאות, צו ברענגען צום ציון און מירון, און אויס טיילן פאר דעם גרויסן ציבור וואס קומט אהין.
די הכנסת אורחים פון מירון האט ארויס גענומען א ספיציילער פלאש, אויף דעם שטייען די ווערטער "ח"י רוטל".
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער הכנסת אורחים
(די בילדער זיינען פון אינמיטן די נאכט)
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ציון פון רבי אלעזר בן הרשב"י זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער הויף
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי ייבי סבא זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יצחק זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
ברוכים הבאים
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - אפלטון10 - 21/04/2004 10:12:44
ר' בן-ציון פרלמוטר פון ירושלים איז יעצט דאהי צוזאם צונעמען געלט פאר חי רוטל,
מען וועט אויך קענען אליינס גיסן די חי רוטל ווער ס'געפינט זיך אין מירון לג בעומר.
די טעלעפאן נאמבער ווי עם צו רופן שטייט און אלע יידישע צייטונגען.
עס איז פארהאן אין בני ברק א היימישער טייערער סאטמערער אינגערמאן וואס טוהט א גאנץ יאר זייער אסאך פאר ר' שמעון בר יוחאי.
זיין וואלענטור ארגאניזאציע הייסט ישועת הרשב"י.
ער נעמט אויך צוזאם פאר ח"י רוטל.
אסאך אידן וואס האבן מנדב געווען ביי עם פאר התנא האלוקי רשב"י האבן געזעהן ביי אים גרויסע ישועות (ובכללם אני הקטן).
אין די א"י צייטונגען (מעגליך אויך אין די אויסלענדישע) איז בשעתו אנדעקט געווארן א מוראדיגע עובדה פון א בעבי וואס איז געווען אריינגעמישט אין די באוויסטע "רמדיה" פרשה, און איז ניצול געווארן און זכות פון רשב"י, ווען די גוטע שליחים זענען געווען ישועת הרשב"י.
פאר מער פרטים קען מען מיר שרייבן אין תיבה אישית.
איך מוז פון דא שיקן א הערצלערן דאנק פאר די חשובע עסקנים, די רבנים קרליבך און פרלמוטר, וואס האבן זייער שיין באזורגט פאר די הונדערטע מענטשן וואס זיינען געקומען אויף דער לעצטער שבת צו דעם הייליגן ציון פון רשב"י.
צו זעהן דער זאך איז געוועזן אטעם פון מעין עולם הבא, און די מאכלים זענען געווען זעהר באטעמט און בשפע רב, ס'האט צו געגיבן צו די התעלות רוחנית וואס איז דארט פאר געקומען.
יישר כח
תזכו למצוות
המקור הוא מהמהר"ש מבאבוב זצ"ל (הראשון)
הוא יסד הח"י רוטל
יהא זכרו ברוך
יעדער רוטל איז ארום די מאס פון 3 ליטר.
ח"י (18) רוטל קומט אויס ארום 54 ליטר.
לחיים!
< פארוכטן גיווארן טעות דפוס >
תוקן על ידי - אפלטון10 - 28/04/2004 13:58:08
גוט מארגען
וואאאאאו!
ס'דא קלענערע ראטלס?
די שאלה איז
אויב מען איז מקיים די מצוה פון ח"י ראטל האט מען שוין אלעס געפוילט?
צו דארף מען נאך צוזאגען אביסל תהילם ביי דעם ציון?
אפשר איז די ח"י ראטל א עקספרעסס באן צו באקומען א ישועה אפילו און מתפלל צו זיין?
אז מען געט פאר ח"י ראטל
בית לפליטות
רבינס מוסדות
כולל זיבענבערגען
ביקור חולים
בונה עולם וכו' וכו'
ווערט מען גיהאלפען מיט אלעס גוטס
how come אז עס איז נאך דא צרות אויף די וועלט?
WORLDWAR
דו ווייסט דען וואס צרות זענען?
דער רבי ר' זושא האט נישט געוואסט וואס רע איז
און דו ווייסט?
דו ווייסט דען וואס חסדים זענען?
מיר בעטן הגומל חסדים טובים .
נישט אלע חסדים זענען טוב.
און נישט אלע צרות זענען רע.
טראסט דעם בורא עולם
ער האט פארדינט אונזער טראסט
שכן ארץ ורעה אמונה
זאגט קאצק: ליג און דער ערד און פאשע דיך מיט אמונה
-מקען אויסצאלען ח"י ראטל אויף אכצן יאהר?