היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אמנון יצחק קומט קיין וויליטאון

אמנון יצחק קומט קיין וויליטאון

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #904013

זיידיאנטשי » 21/4/2004 01:07

אמנון יצחק קומט קיין וויליטאון און עס ווערט געספאנסערט דורך ערכים, אין בארא פארק ווען ער האט גערעדט לעצטע מאל פאר'ן היימישען עולם האט דער וועד החינוך פארפירט און ס'איז געווען הויעך יום טוב, אינטערעסאנט וואס עס גייט זיך יעצט אויסלאזן אין וויליאמסבורג, אפשר ווייל ער שטימט מיט די "שיטה" איז ער אין וויליאמסבורג יא אן אנגענומענער גאסט.

ביז דערווייל מאכט בר פחתי (קטלא קניא'ס תלמיד מובהק) פון דעם גאנצען ענין אינטערעסאנטע אבזערוואציעס, דא לייענט אליין:
http://www.israblog.co.il/blogread.asp?blog=29254


תוקן על ידי - זיידיאנטשי - 21/04/2004 1:20:43

זיידיאנטשי » 21/4/2004 01:19

א פארדעכטיגטער אמנון יצחק
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 22/4/2004 01:12

תודה לקל שבא לעיר וויליאמסבורג

worldwar » 22/4/2004 02:03

ונזכה לחזור בתשובה

חאצקעל » 22/4/2004 02:23

וואו קומט ער?


ער גייט רעדן?


וואו?

worldwar » 22/4/2004 02:42

אין ראס קעסטל ל"ד בעומר מאנטיג נאכט 7:30 ביינאכט איינטריט צעהן דאלאר (אויב מען וועט עס נישט מבטל זיין אינדערצווישען)

זיידיאנטשי » 22/4/2004 03:36

עס איז טאקע אינטערעסאנט צו זעהן וואס גייט זיך אויסקאכן, אין בארא פארק האט מען פארפירט וועגן ער ווייזט אלעמאל ווידיאוס, אויף איינס זעהט מען וועגן די פרייע פרוי וועם ער האט צוגעזאגט קינדער און זי איז טאקע געבענטשט געווארן מיט א בן זכר נאך אסאך יארן.

די ווידיאוס זענען געווענליך נישט אזוי איידל פאר "חסידישע" אינגעלייט - עכ"פ אין די אויגן פון וועד החינוך.

למעשה האט ער יא גערעדט צום סוף אין בארא פארק - און מסתמא וועט אזוי זיין אויך אין וויליאמסבורג - חוץ אויב ער וועט ווערן פארפלאנטערט מיט אהרן-זלמן לייב ביזנעס און יצחק ראזענבערג וועט אים ארויס ווארפען.

זיידיאנטשי » 22/4/2004 03:39

א קאנצענטרירטער אמנון יצחק
[בילד – נישט אפגעהיט]

worldwar » 22/4/2004 03:43

זיידי יאנטשי פאר אונזגולשים איז ער זייער גוט אבער נישט פאר זיידי יאנטשי

זיידיאנטשי » 22/4/2004 03:49

וועלט מלחמה: זיידי יאנטשי וועט אוודאי נישט גיין, איך הער אבער אז די עזרת נשים וועט זיין אפען, וויל איך פשוט וויסן פאר באבע צירל

worldwar » 22/4/2004 06:32

worldwar » 22/4/2004 18:05

די בלאט באשרייבט עם זייער שיין "וויליאמסבורגער אידנטום ערווארט מיט שפאנונג הרב אמנון יצחק שליט"א" יעצט דארף מען הערען וואס די אנדערע זייט זאגט

worldwar » 2/5/2004 21:14

עס פאנגט זיך שוין. אן די צעטל איז גיווען שבת
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 2/5/2004 21:46

א גרויסע בושה די צעטל

ekstein » 2/5/2004 21:58

גראדע דער ערשטער פין די היימישע רבנים וואס האט עם אריינגעברענגט אינעם היימישען ציבור איז געווען הרה"ג ר נתן יוסף מייזעלס שליט"א אב"ד אבני שלמה
אין ער האט מיט עם גאר אסאך פארברענגט

אדער עס צו מאכן פארן היימישען חסידישען ציבור איז ער אן אויסדרוקליכער מתנגד

גאסט » 2/5/2004 22:06

מען וועט עס קענען הערן LIVE אויף די אינטערנעט
http://www.shofar.net/site/LecturesDetile.asp?id=206

התאחדות » 2/5/2004 22:49

לכ' הרב עקשטיין שלו'

איך וויל פשוט קלארער מאכן דיינע ווערטער

הרב אמנון יצחק בתחלת התקרבותו לתשובה, פלעגט ער זיך דרייען אסאך אין לאנדאן און דארט האט ער אנגעטראפן הרב ר' נתן יוסף מייזעלס, און לויט ווי איך הער האט ער פון איהם גענומען זיין שארפקייט אין קנאות, אבער איך ווייס נישט צו ער האט איהם אריינגעברענגט צווישן היימישן עולם, הגם איך האלט אז וועט זיין א גרויסער אויפטו אז ער וועט זיך נעמען צו די היימישע, ומי יתן והי' להרמת קרן התורה והיראה אמן

קרןהתורה13 » 3/5/2004 07:20

יעדע נאכט קומט פאר די וואך מיטונגען דורך "ערכים", וויאזוי עס ארבעט דער סיסטעם פון קירוב רחוקים.

עס טרעטן דארט אויף הר"ר שמואל דישון פון מוסדות קארלין סטאלין און נאך א ריי פון עסקנים, פון די נאנטע צו הרב אמנון יצחק.

וועלכער יונגערמאן עס פארשטייט עברית, און ער שפירט אז ער איז פאסיג פאר אזא אמט, ווערט געבעטן אהין צו גיין.

קרןהתורה13 » 3/5/2004 07:21

אנטשולדיגט. די מיטונגען זענען אין ב"פ, איך מיין אז אין מנורה. מ'קען קאלן פרעגן הרב דישון.

זיידיאנטשי » 14/5/2004 01:03

נאך אזא הסכמה "שנגבה" שטעלט זיך ארויס אז דער עולם איז יא אינטערעסירט תשובה טון...
[בילד – נישט אפגעהיט]

איחודמעמבר » 14/5/2004 01:11

הרב אמנון יצחק איז אן אויסגעהאלטענער מענטש אין עניני השקפה.
אבער פאקטיש איז זיין דרך נישט אויסגעשטעלט פאר אידן וואס זענען שומרי תורה ומצוות וועלכע גייען אויפ'ן ערליכן דרך לויט'ן חינוך וואס זיי האבן מקבל געווען פון זייערע עלטערן און זייערע רבי'ס.
דער וועג וויאזוי הרב יצחק שטעלט אראפ איז געמאכט פאר פרייע אידן וואס ווערן נישט מושפע פון אנדערע וועגן נאר דורך נוצן די ניינטיגע טעכנאלאגישע מעטאדן ווייל דאס מאכט אויף זיי דעם ריכטיגן רושם.
לאמיר נעמען א ביישפיל דעם נייעם ווידיא וואס הרב יצחק האט פרעזענטירט די וואך איבער תחיית המתים. פאר אידן שומרי תמ"צ איז דאס א פרעמדע זאך. מיר גלייבן באמונה שלימה אז דאס וועט פאסירן און מיר דארפן נישט קיין טעכנאלאגישע באווייזן דערויף. דאקעגן די פרייע ווערן שטארק איבערגענומען פון דעם סארט בילד און עס העלפט אז זיי זאלן נתקרב ווערן צו אידישקייט.
דעריבער איז לויט מיין מיינונג דאס נישט קיין ארט פאר היימישע אידן.
פארשטייט זיך אז מען דארף געבן פינאנציעלע שטיצע פאר הרב אמנון יצחק וועלכער האט אויפגעטאן גדולות ונצורות אויפן געביט פון בעלי תשובה.

מקוה_איד » 14/5/2004 01:11

דער כלל איז אז א צעטל וואס האט נישט קיין חתימה, פאלט אונטער די קאטאגאריע פון א פאשקעוויל ממילא האט עס נישט קיין שום תוקף.

התאחדות » 14/5/2004 01:25

אנטשולדיגט מיר איחוד
די הרצאה די וואך איז זייער וויכטיג געווען סיי פאר בעלי תשובה און סיי פאר בעלי עבירה, די פילם פון תחיית המתים האט ער טאקע נאר געוויזן וואס ער טוט אויף ביי די פרייע, אזוי ווי ער האט אליין געזאגט פאר'ן דאס אויפשפילן, און ביזדערווייל פארשטיי איך נישט דיין באמבע חילוק פארוועם הרב אמנון יצחק איז געמאכט געווארן, אויב דו ווילסט געב אביסל מער הסבר

התאחדות » 14/5/2004 01:30

נאך איין הוספה
דו לייגסט אראפ כאילו מיר זענען אידן וואס גייען מיט'ן "דרך" אפשר זאגסטו מיר וואס פאר א דרך, און הלוואי זאלן מיר האבן אמונה פשוטה, נאר לדאבוננו דאס וואס העלפט פאר די פרייע העלפט שוין נישט פאר די וואס גייען מדור דור אויפן .... איך ווייס נישט וואס...

הרב אמנון האט די וואך מסביר געווען ווי אזוי יעדער פשוטער איד דארף צולעבן אויף די וועלט, וואס זיינע הרגשות באדארפן צו זיין, וואס ליידער הערט מען דאס נישט כמעט פון קיין שום בעל דרשן אינעם קרייז וואס גייען מיט'ן דרך

איחודמעמבר » 14/5/2004 01:33

במחילת כבודו הרמה. איך ווייס נישט איבער וואס דו רעדסט.
א איד וואס לערנט ספרי תלמידי בעש"ט און מוסר ספרים ווייסט גאנץ גוט וויאזוי א איד דארף זיך צו פילן און פירן אויף דער וועלט.

התאחדות » 14/5/2004 01:43

הלוואי ווען דו וואלסט געווען גערעכט

אפשר ווילסטו מיר אביסל איבערגעבן פונם דרך

זיידיאנטשי » 14/5/2004 20:26

איחוד מעמבער פארגעסט וואס רבינו זי"ע האט געזאגט:
"נשתכחה תורת הבעל שם!"
דרך אהער דרך אהין, ס'נישטא היינט קיין דרך...

איחודמעמבר » 14/5/2004 20:32

דער רבי זי"ע פלעגט שטענדיג זאגן אז דער איינציגסטער וועג וויאזוי זיך צו דערהאלטן אין היינטיגע מצבים איז צו זיין דבוק אין די תוה"ק און מען מוז כסדר עוסק זיין אין די ספרי תלמידי בעש"ט הק'.
ווילסט מיר אפשר זאגן אז הרב יצחק ווייסט בעסער ווי דאס וואס עס שטייט אין די ספרי חסידות?

זיידיאנטשי » 14/5/2004 21:59

ווי עס שיינט ביזטו פון די מענטשען וואס האלטען זיך נישט אין די היינטיגע צייטען, ווייל אנשטאט צו דיין דבוק אין חסידישע ספרים ווי דער ררררררבי ז"ל האט געבלוטיגט (לשיטתך), ביזטו דבוק אין הייד פארק ראשו ורובו...

shia550 » 15/5/2004 00:44

איחוד'ל
וועלעכע חסידישע ספרים האט דער סאטמארער רבי זי"ע געהייסען לערנען?

מען זאגט דאך נאך פון איהם אז נשתכח תורת הבעש"ט?