היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » בילדער פון ארץ ישראל און מדינת ישראל

בילדער פון ארץ ישראל און מדינת ישראל

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #903626
בלאט: 1 2

כורמיזא » 20/4/2004 19:46

א ביהמ"ד אויף 'הר-אדר' 15 מינוט פון ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 19:51

די ווייבער שול.
די מחיצה בשטייט פון די ווערטער "אשת חיל מי ימצא".
די ביהמ"ד איז זייער שיין ממש א פראכט. עס איז געבויט געווארען דארך די איינוואוינער פונם יישב 'הר אדר' וואס ווערען פאררעכנט פאר די רייכסטע מענטשען פון די געגענט פון ירושלים.
לעצטענס זענען זיי געווארען מער פרום האבען זיי פארבויט די פארטש פאר א שטוב און עס קומט פאר דארט יעדען טאג שיעורים.
די הייזער דארטען זענען אויסגעשטעלט ממש ווי דמיונות.

[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 19:54

אויב האט איר געמיינט אז אין ארץ ישראל גייט די זון נישט אינטער, האט איר דא בילד וואס ווייזט אז איר האט געגרייזט.
די בילד איז גענומען פונם יישוב 'הר-אדר'.
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 19:57

דער בילד איז פון א בארג וואס רופט זיך 'סטף'. עס איז דא יודען וואס נעמען פון דא וואסער פאר מים שלנו.
אנהויב בארג איז דא א קוואל וואס איז אויסגעארבעט אז עס זאל זיך צוטיילען אויפען גאנצע בארג און באוואסערען אלע פעלדער אויפן בארג.
25 מינוט פון ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 19:59

א בילד פון אונעווייניג אונם ערשטען קוואל פונם 'סטף'.
[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 20/4/2004 20:00

תודה רבה כורמיזא



עשרה קבין יופי ירדו לעולם תשעה נטלה ירושלים ואחד כל העולם כולו.

אמאהל איז דער יופי אזוי שיין אז קליינע קעפלעך ווי אונז פארשטיין אויך צו דעם

כורמיזא » 20/4/2004 20:01

ווער ווייסט וואס דאס איז?
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 20:04

ניין דאס איז נישט 'מירון', עס איז א מיניטשער פון מירון אין 'מיני ישראל'.
דארט איז דא אסאך שיינע מיניטשערס פון גאנץ ארץ ישראל מורה'דיג קונסטלעך, אבער ווי קען איך ענק זאגען עטז זאלט דארט גיין אין צייט וואס זיי זענען מחלל שבת

כורמיזא » 20/4/2004 20:07

דאס איז א 'מצעד צבאי' אין 'יד לשריון' וואס איז אין 'לטרון' 25 מינוט פון ירושלים.
די אויבערשטע בילד זעט מען אז יעדער האט זיך אראפ געלייגט זיין געווער און א כושי געט אכטונג דערויף.

[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 20:11

ס'איז געווען שיין צו זען ווען די מארטש האט זיך געענדיגט און די סאלדאטען זענען געווארען פריי האבען זי אלע ארויף געווארפען אין די ליפטען זייער היטלעך און געמאכט קולות אזוי ווי ישיבה בחורים. אשאד פונקט יענע מינוט האט זיך געענדיגט די פילם.
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 20:14

פארשידענע סארט טאנקען וואס זענען אויסגעלייגט אינעם חצר
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 20:15

נאך
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 20:18

דאס איז א חלק פונ'ם שפיטאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 20/4/2004 20:22

אינעם אינטערשטע בילד זעט מען א טאנק וואס עפענט זיך פאר א בריק אז מ'זאל קענען אריבער פארן למשל עס איז דא צוויי בערג איינס נאנט צום צווייטע מיט א טיפע טאל אינצווישען, שטעלט זיך אהין דער טאנק און מאכט זיך אויף און אלע פארען אויף עם.
אגב די בריק-טאנק פונעם בילד האט די מדינה צו געכאפט פון סוריה בשעת'ן יום כיפור מלחמה.

jewboy » 20/4/2004 20:30

גאָרג'עס בילדער, ברענג נאך and keep it up

כורמיזא » 20/4/2004 20:43

דער בילד איז פון 'הר-אדר'.
עס איז דא דארט פיל מיט בונקערס וואס האט געדינט פאר די מיליטער.
מ'קען דערקענען אויפן בילד אויסגעגראבען אין דעם בארג אזעלעכע וועגען צו לויפען פון איין בונקער צום צווייטען אן דעם וואס מ'זאל זיך דארפן ארויס שטעקן.
די בילד איז גענומען פון א הויכע טארעם וואס פון דארט קען מען זען מיט א קוקער א גרויס חלק פון ירושלים און קבר שמואל הנביא.
[בילד – נישט אפגעהיט]

allnewspic » 20/4/2004 21:09

דאכצעך מיר אין 'גבעת התחמושת' איז אויך דא לעכער פון די 6 טאג מלחמה?

כורמיזא » 20/4/2004 21:20

יא ריכטיג, אבער אין גבעת התחמושת איז עס אביסעל א קלענערע פארנעם און אויך מ'קען נישט אריין אין די בונקערס נאר אין די אויסגעקריצטע וועגען.
אט איז א בילד פון גבעת התחמושת (אין די חצר, מ'ארבעט דארט איז עס ארום גענומען מיט א געיט)

גבעת התחמושת איז אין ירושלים אפאר מינוט צו וואקען פון רח' שמעון הצדיק-ארץ חפץ
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:24

נאך בילדער פון 'יד לשריון'.
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:26

אין די אויבערשטע בילד זעט מען א טאנק וואס האט א מכשיר בודק צו זיין אויב עס איז נישטא קיין מכשולות (MINES).

אין די אינטערשטע זעט מען אין דער שפיטאל טאנק.
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:27

אינעווייניג פון א טאנק
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:29

א המשך פון די אויבערשטע מארטש
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:32

די סמלים (SYMBOLS) פון די 'שריון' אפטיילינג
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:33

די ביהמ"ד פון 'יד לשריון'
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:35

די ZOO 'גן החיות התנכ"י' אין ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:37

ּ
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:40

אין די צווייטע בילד זעט מען א 'ברדלס'
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 26/4/2004 17:42


[בילד – נישט אפגעהיט]

britolam » 26/4/2004 17:45

האם מדובר כאן על מלחה?

כורמיזא » 26/4/2004 17:49

אכן זה סמוך ונראה למלחה.

כורמיזא » 26/4/2004 18:30

אט דא האב איך גאטראכט איינצושטיין.
(גענומען פון א אנדערע פארום)

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - כורמיזא - 26/04/2004 18:53:47

כורמיזא » 28/4/2004 14:50

די געגענט 'ימין משה' אין ירושלים, מדערקענט די 'ווינט-מיל' פון דערווייטנס
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:00

דאס איז דער שול פון די 'קראים'. אלע קראים פון די גאנצע וועלט באשטייט נישט מער פון עטליכע מענטשען.
מ'דערקענט זייער מזוזה אויפן טיהר וואס דאס איז די 'לוחות'.
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:03

די באוואסטע שול 'תפארת ישראל' פון ר' ניסן בק וואס האט דאס געבויעט בשליחות פון'ם היילגען רוז'ינער זצ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:08

די 'כותל המערבי' (פאר ווער עס ווייסט נישט).
עס איז זעלטען אז עס זאל נישט זיין קיין מענטשען ביים כותל. דער בילד איז גענומען געווארען אינעם 'יום הזכרון' פון איזראעל, און כדי עס זאל זיין גענוג באוואכט האבען זיי יעדעם פארטריבען פונ'ם כותל, און זיי האבען ערלויבט אריין צו גיין דאווענען דורכ'ן 'מנהרות הכותל' וואס דאס איז עטליכע היילען וואס פירן צו צום כותל אינעווייניג (זיי האבען אריין געלאזט דארעך אן אנדערע שער ווי געווענליך וואס דארט האלט מען נאך אינמיטען גראבען)
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:10

אויף דער בילד דערקענט מען די פשוטע טרעקלעך פונ'ם אפטיילינג 'שייט 13' {אינ'ם רויטן מסגרת}, א פשוטע טראק מיט געהעריגע געלע פלעיטס.
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:12

דער בילד איז גענומען פון אינעווייניג
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:13

מנהרת הכותל
[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:15


[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:16


[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 28/4/2004 15:18

אט איז א לעכל וואס מ'האט לעצטנס אנגעהויבען צו גראבען
[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 28/4/2004 15:19

די ציונים האבן א הסכם מיט די סאקמוירים

די סאקמוירים וועלן דערמאנען דעהם היימישן עולם אז סאיז יום העצמאות (יום המר והנמהר וכדומה)

און די ציונים וועלן דעהם טאג נישט לאזן גיין צו די כותל

און איך טאהר נישט גיין אלץ הכרת הטוב...

כורמיזא » 28/4/2004 15:20

עי-ייר הַ קודש, עי-ייר הַ קודש. עי-ייר הַ קודש, עי-ייר הַ קודש. עי-ייר הַ קודש, עי-ייר הַ קודש. עי-ייר הַ קודש, עי-ייר הַ קודש.

[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 28/4/2004 16:39

כורמי

וואס איז די אינטערסאנטקייט פון די מנהרות הכותל?

סאיז דאך אלעס פון דרויסען פון הר הבית

וואס איז אזוי אינטערסאנט דארט?

כורמיזא » 28/4/2004 17:29

למעשה די שאלה קענסטו פרעגען אויפן פלאץ פון'ם כותל אויך, וואס דאס האט געדינט פאר נישט מער ווי א מארק וואס מ'האט פארקויפט קעיז פאר די וואס האבען עולה רגל געווען, און דארט האט מען געפארקט די פערד וכדומה.

לעניינו אינטערעסאנט איז יעדע אלטע היסטארישע פלאץ אפילו אויב עס איז נישט הייליג. אין מנהרות הכותל גייט מען אויס די גאנצע לענג פונ'ם כותל און מ'זעט אינטערעסאנטע בנינים פון אינעווייניג און ווי אזוי די וואסער האט ארויס גערינען, אויך זעט מען דארט די גרעסטע שטיין פונ'ם כותל וואס וועגט א עטליכע טאן און עס איז א וינדער וויאזו מ'האט דאס ארויף געלייגט דארט. אויך זעט מען אויף איין פלאץ די יסודות פונ'ם כותל. וכו' וכו'.

<תיקון, דאס וואס איך האב געשריבען וועגען די 'קעז מארק' ווערט דערמאנט אין חז"ל>


תוקן על ידי - כורמיזא - 28/04/2004 18:02:50

Baachi » 28/4/2004 23:22


"כשחרב ביהמ"ק גלתה שכינה מבית קדשי הקדשים והלכה לה אצל כותל המערבי ומעולם לא זזה משם"

דו ווייסט וואס מיינט?


די שכינה וואס איז געוועהן מיט'ן כהן גדול ווען ער איז אריין יוה"כ אין קדשי קדשים, איז יעצט ביי די כותל
המערבי.

און דו רעדסט פון א קעזמארק

כורמיזא » 28/4/2004 23:26

טאקע דערפאר האב איך מתקן געווען אז דאס ווערט געברענגט אין חז"ל.
למעשה דער מדרש וואס די שרייבסט רעדט זיך פון די עצם וואנט און נישט דער גרויסער שטח.

Baachi » 28/4/2004 23:42

דער גרויסער שטח איז א "נטפל לשם"

BTW לידיעת אלע בילדער מאכער און סעלפון שמיעסערס, די פוסקים היינט זאגן אז דער שטח ווי מען דאוונט האט א קדושת בית הכנסת שאין נוהגין בהם קלות ראש.

jewboy » 20/6/2004 08:46

די ישראל גרעניצן
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 20/6/2004 08:47

וואס זאגט ער דארט?
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2