היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שטארקע פלאפּ פאר זאלי פארטיי אין ק"י

שטארקע פלאפּ פאר זאלי פארטיי אין ק"י

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #902606

תיבהאישית » 20/4/2004 00:47

די זאליס אין קרית יואל האבן געהאט א שטארקע פלאפ. זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין קאנדידאטן צי לויפן פאר טראסטיס אויף די דעמאקראטישע פארטיי ליין. פאריגע וואך האבן זיי געמאכט קאוקוסעס, וואו זיי האבן ערוועהלט מענדל שווימער און יודל כהנא אלס די קאנדידאטן פין די דעמאקראטישע פארטיי. די צוויי קאנדידאטען האבען געהאט 5 טאג צי קומען געיבן זייער אונטערשריפט אין ווילידזש אפיס אז זיי נעמען אן די נאמינעישן

זיי זענען אבער נישט אנגעקומען ביז היינט 5 א זייגער נאכמיטאג, די דעדליין

די זאליס קענען נאך אלס נאמינעיטן אנדערע קאנדידאטן אויף זייער אייגענע פארטיי ליין, אבער זיי האבען געמיסט די דעליין צי קענען טרעפן קאנדידאטן פאר די דעמאקראטישע ליין.

מען שמיסט אז מענדל און יודל האבן באקומען קאלטע פיס און באשלאסן נישט צי לויפען, ווייל זיי ווילען נישט פארלירען ווי הינט.

13Hooper » 20/4/2004 01:07

מענדל שווימער וועט אפשר נישט לויפען ווייל פין הימעל האט עם רביה''ק נאכאַמאל געגעבן אַ ווינק אז טאמער די האסט נאך נישט פארשטאנען ביז יעצט פארוואס עס קימט עיהם אזויפיל צרות רח''ל, אפשר וועט ער יעצט פארשטיין,

''לאז זיך אפ פין מיין הייליג שטעטיל''

אין מאך נישט קיין מחלוקס ווארט נישט אויף די צען מכות, מאך תשובה שוין אפשר איז נאך נישט שפעט צי בעטן אויף דעם לעצטן מצב ''אמ. קרע רוע גזר דיננו''

תיבהאישית » 20/4/2004 21:02

היינט האבען מענדל שווימער און יודעל כהנא אריינגעגעבן אפיצעלע פעיפערס אין ווילידזש האל, אז זיי ווילן נישט לויפן פאר טראסטי.

די זאליס בלייבן אָן די ביסל פארטרעיטערשאפט וואס זיי האבן געהאט אין די ווילידזש.

ווייל מענדעל און יודעל האבען געפיילט אזעלכע פעיפערס (א סערטיפיקעט אף נאן עקסעפטענסי) קענען די דעמאקראטן יעצט זיכן אנדערע קאנדידאטן פאר ווילידזש טראסטי אין קרית יואל