היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » עירוב ווידער אין די נייעס!!!

עירוב ווידער אין די נייעס!!!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897887

report4u » 16/4/2004 23:32

נאך עטליכע חדשים האט מען זיך דערמאנט.
דעם שבת גייט ווידער פארקומען א פראטעסט אקעגן דעם עירוב, דאס מאל גייט דאס פארקומען אויף ליע קאר. פען אום 9:30 צופרי אין אויך אום 7:00 פארנאכטס, ווייסט איינער מער פרטים?

jewboy » 17/4/2004 00:09

די פראטעסט גייט זיין נעקסטע וואך.

די חבר'ה האבן באקומען א פירמעט פאר נעקסטע וואך, נישט די וואך, April 24.

לאמיר האפן אז ס'וועט זיין אסאך אהבת ישראל.

jewboy » 17/4/2004 01:37


היינט צופרי זענען יונגעלייט פון ווילי אויפגעשוידערט געווארן ווען זיי האבן געזעהן אז די רעדער און פענסטערס פון זייערע קארס זענען צושטאכן און צושאסן, און אנגעקלעבט מיט סטיקערס אז מען טאר נישט טראגן מיטן עירוב.

ווי איז געהערט געווארן אזאנס אז מען טערערזירט מענטשן וואס האבן א אנדערע שיטה אין יידישקייט?

report4u » 18/4/2004 04:54

לויט ווי איך הער איז געווען לעבעדיג אין ווילי שבת נאכמיטאג, עס איז געפלויגן שלעג און מען האט אויך ארעסטירט צוויי מענטשן,
איינער ווייסט מער פרטים?
ביטע פאסטען.

jewboy » 18/4/2004 07:53

יא.
מען האט ארעסטירט צוויי יונגעליייט, איינער דייטש, האט געמאסרט קעגן א קלאזנבורגער יונגערמאן, און מען האט יענעם ארעסטירט, אבער און די זעלבע צייט האט מען אויך ארעסטירט א סאטמאר (זאלונים) יונגערמאן.

לויט ווי איך הער וועט לכאורה נישט זיין קיין פירמעט פאר נעקסטע וואך ווייל די חבר'ה האבן זיך נישט גוט אויפגעפירט.

איך זאג:
הלוואי געט מען יא א פירמעט אזוי וועט כאטש זיין לעבעדיג אביסל.

worldwar » 18/4/2004 08:24

זיי האבען זיך גישטעלט אינמיטען לי עוו. אין נישט אדורך גילאזט זיי האבן געשטופט מענטשען אזוי ווי די איזראעלי פאליציי

בארא_פארק » 18/4/2004 18:58

די שקצים האבען שוין ווידער איבערגעדרייט וויליאמסבורג. ווער פרעגט זיי? מען האט ארעסטירט א קלויזענבורגער אינגערמאן פאר גארנישט. דער מסור פון ראטזלידס סטריט האט געפוינט אויף איהם.

ווי איז די היתר צו שרייען אויף יענעם ווייל ער פאלגט זיין רב? מען לייגט פלאקאטען אז עס איז א מצוה מוחה זיין והא ראיה פון דערהיים וכדומה. אינדערהיים האט מען מוחה געווען אויף פירצות נישט אויף א מצוה פון טראגען מיטען עירוב.

אין ארשיווע איז יארען נישט געווען קיין עירוב אין די רבי זי"ע איז געקומען און געמאכט א עירוב.

די קראנקע מענטשען וואס קלעבען סטיקערס איבערן גאנצען שטאט מיינען נישט דעהם באשעפער. זיי זענען קראנקע זכרים. האט איהר שוין אמאהל גיזעהן א נארמאלע מענטש אהנקלעבען א Don't Walk סיין? און וואס איז מיטען חילול השם? וואס טראכט דער גוי?

yeedle » 18/4/2004 19:31

בארא פארק

זיי נישט אזוי בייז
איך וואוין אין וויליאמסבורג אין בדרך כלל איז נישט קיין שום פראבלעם
זייער זעלטען איינער זאל מיך נאכשרייען
אפילו מיין בני בית שרייען שוין די קווינסער בחורים נישט נאך

די וואך נאך דעם וואס עס איז געווען א גרויסגעטראגעכטס פסח זענען די מהרסי הדת ווילד געווארן
עס איז גארנישט
פארגעס נישט עס איז בין הזמנים !!!

רבי_יונה » 18/4/2004 23:15



מען האט ארעסטירט איינער פון די גרויסע זאלי שישקעס הרב מרדכי רובינשטיין, ער זיצט אין ראדני אויבן אן פון די שיינע יודן.

דישיגוטער » 19/4/2004 07:47

אין די גאסן דורכאויס שבת אין וויליאמסבורג האט געהערט א סכנה צו גיין שפאצירען מיטן אייגענעם ווייב מיט א קערידזש אזוי ווי צו שפאצירן אין הארלעם רח"ל

דאס געשעהט מיט בחורים וואס ווערן משוגע פון ליידיגייער שבת נאכמיטאג ס'איז געווען די ערטע פרקי אבות איז ווי איידער די זלונים זאלען צושטעלן א שבת פארטי פאר די בעיבי בחורים און געבן ליקעריש מיט לאלי פאפס
האט מען זיי ארויסגעשיקט באפאלן אידישע גורכגייער

איכה היתה לזונה קריה נאמנה דארף געזאגט ווערן

sammy » 19/4/2004 12:06


מוציא את דיבתם רעה לפני החילוניים ומחלל שם שמים!

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=901387

תתבייש לך.

בארא_פארק » 19/4/2004 15:29

איינע פון די פארפרומטע (נישט ערליכע) שקצים האט נאכגעשריגען א וואילע יונגערמאן, זאגט מען איהם אז אונזער דיין האט געזאגט אז נאכשרייען יענעם איז א לאו אין די תורה פון "לא תונו" זאגט ער "דאן ברויכט מען דעהם דיין אויך נאכשרייען". רח"ל אז די יונגען פוחזים וריקים ווילען פירען א שטאט!

עס איז אן אפענער מנחת חינוך אז "הוכיח תוכיח" איז נאר אויב וואס מען איז עובר איז א בפירוש'ע הלכה אדער אויב איעדער רב האלט אזוי, אבער אויב עס איז א פלוגתא דאן איז נישט דא די מצוה פון מוחה זיין.

קומען די ליידיגייערס, די ריכטיגע חכמים שלא שמשו כל צרכם און זאגען "עס איז א מצוה (עבירה) נאכצושרייען. יד העדים תהי' בו וכדומה.

ירא הקהל וישפוט!