היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נייער דור ישרים טעסטס

נייער דור ישרים טעסטס

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #896473

Baachi » 16/4/2004 00:38

איינער ווייסט עפעס וועגען די נייע דור ישרים טעסטס וואס קומט יעצט פאר?

שאלתי ובקשתי

קודם שאלתי

פארוואס קאסט דאס אזוי טייער?
אמאהל האט געקאסט 30 40 דאלער

היינט קאסט דריי הונדערט

יעצט בקשתי

פארהיירעטע קענען דאס אויך נעמען?

Knacker » 16/4/2004 04:27

Becaue Eckstein is money hungry. Ask anyone in Antwerpen.

אזויציאזוי » 16/4/2004 19:36

וואס איז געווען מיט איהם אין אנטווערפען?

britolam » 16/4/2004 19:59

ווי פיל קאסט א נארמאלער בלוט טעסט וואס מען נעמט ביי א דאקטאר?

אין דא עפעס ספעציעל אין דעם טעסט וואס דארף קאסטען אזוי טייער?
דער קאמפיוטער וואס האלט די פרטים לכאורה איז נישט קיין גרויסע הוצאה

אזויציאזוי » 16/4/2004 20:40

און אויב וואלטען די טעסטס ארויפגעגאנגען בכלל וואלטען דאך און די זעלבע צייט אויך געדארפט ארויף גיין די פרייזען אין שפיטעלער מיט 300 פראצענט !

יענקעלע11 » 16/4/2004 21:00


<פליז נישט מישן סאטמארע גארביטש מיט אנדערע זאכן. שכויח.>


תוקן על ידי - jewboy - 16/04/2004 22:00:00

קרינסקי » 16/4/2004 21:19

יענקעלע
די אנטווערפענע האבען עס אהער געשטעלט פאר פיאסטערס

און ממילא געצווינגען דור ישרים צו אראפלאזען די פרייזען

Baachi » 16/4/2004 21:53

איך האב געוואלט אנהייבן איין אשכול אהן ארנזלמנלייב אבער סגייט נישט.

במיוחד אז סהאט א שייכות צו צאפן בלוט...


טעיק איט איזי
איזי: פארוואס זאל איך עס נעמען

גוט שבת

אזויציאזוי » 16/4/2004 22:17

איך האב נישט געזעהן יענקלעס מעסעדזש, וואס איז פאר געגאנגען אין אנטווערפען?

כורמיזא » 17/4/2004 21:25

איך האב געהערט אז אין עטליכע היימישע העלט סענטערס קען מען עס באקומען פאר גאר ביליג, נאר עס נעמט בערך דריי וואכען ביז מ'באקומט א תשובה.

Maashpia » 18/4/2004 13:10

עס טוט װײ צי לײנען אזעלכע נעגאטיװע װערטער װען מען רעדט פין אזא עסקן פאר כלל ישראל װי הרב עקשטײן

הרב עקשטײן איז נישט געזעצן מיט פארלײגטע הענט װען זײנע קינדער האבן אנגעהויבן צי שטארבען פין די ביטערע Tay-Sachs disease
ער האט אויף זיך גענימען די הײליגע פליכט פין פארמײדען אנדערע יודישע משפחות פין זײן at risk פין האבען קינדער מיט genetic קרענק


אויב ערגעץ װי קען מען מאכן די טעסטס פאר ביליגער דארף מען נאך אלץ דאנקבאר זײן פאר הרב עקשטײן, װען נישט הרב עקשטײן'ס יארען פון research וואלטען זײ נישט געװיסט װאספארא טעסטן צי נעמען

נעמטס אין באטראכט

דור ישרים טעסט שױן היינט דעם עולם פאר 10 genetic קרענק װי אױך פאר נאך קרענק װאס איז נאך אין research :

דור ישרים האט אנגעפירט די אלע research װאס האט אנטדעקט די 10 genetic קרענק װאס האט זיך געטראפן בײ אשכנזשע יודען
דאס האט אפגעקאסט מָמים ודמים פאר זײ
די אײנציגע הכנסה איז די געלט װאס זיי רעכענען פאר די בחורים אין מיידלך:

הרב עקשטײן איז פארנימען מיט דור ישרים 24/7 , ער מעג ארויסנמען פרנסה פין דעם:

עס איז א בושה צי לײנען די נעגאטיװע װערטר װאס אידן שרײבן װען מען זעט די גרױסע רעספעקט די דאקטױרם און scientists האבען פאר אים אין די Medical journals:

Disclaimer
איך בון נישט קײן משפחה מיט אים, איך ארבײט נישט פארזיי אין איך בין ברוך השם נישט קײן געטראפנער

נב דא איז א ליסטע פון א טײל פין די קרענק װאס זײ טעסטן אין פארמײדן:
Tay-Sachs
Cystic Fibrosis
Canavan Disease
Fanconi Anemia
familial dysautonomia [riley-day syndrome]
Glycogen Storage / Von Gierke Disease
Bloom's Syndrome
Gaucher Disease
ועוד לא עלינו

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותנו די

עפשטיין » 18/4/2004 17:11

טענו לו בחיטין והודו לו בקידוש לבנה

ארויס נעמען פרנסה איז איין זאך אזא צודרייטע פרייז איז א צווייטע זאך

יענקעלע11 » 18/4/2004 17:17

דאס אז קיינער איז נישט ארויס געקןמען מיט א ביליגערער פרייז איז א סימן אז מען קען דאס נישט צו שטעלן ביליגער,

קרינסקי » 18/4/2004 18:04

קיינער איז דאהי נישט ארויסגעקומען ביליגער ווייל זיי האבען די אלע פרטים פון די וואס האבען עס גענומען אין קאמפיוטער

אז מען מאכט דעם טעסט ערגעץ אנדערשט האט מען נישט די פרטים פון צד השני

AND LIKE I SAID אין אנטווערפען האט מען עס געמאכט אסאך ביליגער

כורמיזא » 18/4/2004 18:08

יענקלע, אין אמעריקע קען מען עס באקומען ביליגער ביי העלט סענטערס, און אין ארץ ישראל קען מען עס באקומען פאר בחינם אין קופת חולים (אויב מ'האט 'עדיף').

אזויציאזוי » 18/4/2004 20:16

עפשטיין:

געענפערט צו די זאך!

Knacker » 19/4/2004 04:40

If both parents are checked and are negative, then the whole family does not need to be checked ever. Eckstein knows this, so he doesn't give the actual results, because he will lose his big money. He should be shamed using his tzuress as a terretz to reiss gelt from poor jewish families.

APPLE » 19/4/2004 04:42

קנאקער
אבער פון דער אנדערער זייט אויב מען וועט וויסען ווער עס האט יא און ווער נישט וועט זיין א פראבלעם מיט שידוכים

Knacker » 19/4/2004 16:23

It's only a gene, not a disease. Only if husband and wife both have it does it cause problems for the children, not if one side has it.

Baachi » 19/4/2004 21:48

לית מאן דפליג אז דער עקשטיין האט אויפגעטוהן א געוואלדיגע זאך פאר כלל ישראל

דער פראבלעם איז נאר אז ער איז געווארן א מאנאפאלי. א מאנאפאלי מוז זיין רעגולירט די פרייזן און זייערע פאליסיס, סאיז לטובתו ווייל עמיצער קען אים גערלאנגען איין אנטי טראסט סוט אז ער וועט מוזען ארויס געבן זיינע קאמפיוטער רעקארדס. און סוועט זיין ששון ושמחה ליהודים.


ווער האט א געדאנק וויאזוי ער קען זיין רעגולירט?

דורך א וועד רבנים? בעלי בתים? עסקנים? רעגירונג? קעיטערינג האללס..? בדחנים? מסדרי קידושין? דאקטוירים? מקוה יידען?

ווער האט עפעס איין ערנסטע הצעה (נישט ח"ו צו ערנסט...)

Maashpia » 20/4/2004 02:31

אז הרב עקשטײן נעמט ארױס דערפון פרנסה איז געװען די דריטע point װאס איך האב געשריבן, די עיקר סיבה פין די פרייז איז די גרױסע קאָסטן פין research סײ לעבר אין סײ להבא

הרב עקשטײן איז נישט רײך ער דרײװט נישט קײן פענסי קאר און ער װאױנט נישט אין קײן פאלאץ
----

די סיבה פארװאס זײ געבען נישט ארויס די information פאר משפחות װאס האבן נישט די genes איז נאר װעגן די גרויסע פראבלעם פון stigma װאס איז לײדער זייער popular ביי חסידישע יודען.

Knacker » 20/4/2004 02:45

Maashpia

What are u talking naarishkeiten? Do you think Eckstein does the research himself? The research is done by doctors and scientists around the world, tug teglish, and it is available for everyone! He just does blood tests and sends them into the labs, same as anyone else can do.And if he really means it leshem shumayim,and not for the money then he would klet parents be checked and give them the results, if both are negative then the whole fmaily is negative, kemoi shekusavti le'eil.

Maashpia » 20/4/2004 03:30

Knacker, די גרעסטע progress אין די פעלד פין hereditery genetic disease האט זיך אנגעהױבן נאך 1983 װען עקשטײן האט זין גענימען ארגענזירן groups פון דָאקטארים און scientists צי באקעמפן tay sachs און אויך צי funding research פאר אנדערע genetic קרענק

Give credit where credit is due.

און די סיבה פארװאס מען זאגט נישט אויס אפילו פאר די משפחות װאס זענען רײן פין די genes, האב איך שוין געשריבן אין מיין פאריגע message , װעגן stigma און discrimination
-----------

http://www.ok.org/homemaker/chanukah99/health.html

אזויציאזוי » 20/4/2004 22:56

איך ווייס נישט צו די ריסוירטש קאסט אים טאקע געלט אדער נישט, אבער דער פאקט איז אז די פרייזען פאר די טעסטס שפרינגען ארויף עפעס נישט נארמאל, און איך גלייב נישט אז די פרייז פון די ריסוירטש הייבט זיך אין א פאר חדשים מיט 100-150 פראצענט.
אגב הרב עקשטיין לעבט נישט נאר פון דעם ער האט אויך ריעלעסטעיט.

Knacker » 21/4/2004 02:37

I wonder why it's so cheap in Antwerpen and so expensive here?

And btw, what stigma could there be if the whole family is negative???

ABBA said it best: Money! Money! Money!


ואידך זיל גמור...